ר' מרדכי צבי שווארץ ז"ל מטערצאל ומשפחתו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ר' מרדכי צבי שווארץ ז"ל מטערצאל ומשפחתו
אין שטאט סיגוט איז געווען באקאנט די שוחטים ומוצי"ם ממשפחת שווארץ, הרה"צ ר' יצחק אהרן שווארץ ב"ר נחום ז"ל איז געווען שוחט ביים הייליגען ייטב לב און שפעטער ביים קדושת יו"ט ער האט ארויסגעגעבן דעם ספר אמרי בינה פון זיין שווער ר' צבי ארי' ב"ר אליעזר באש דומ"ץ סיגוט (ר' צבי ארי' באש איז אויך געווען דער שווער פון ר' שלמה לייב טאבאק בעמח"ס ערך ש"י דומ"ץ סיגוט).
צווישן די אייניקלעך פון ר' יצחק אהרן איז געווען ר' מרדכי צבי שווארץ, ער איז געבוירן אין שטאט סירטה ווי זיינע עלטערן האבן געוואונט, ער איז געפארן לערנען קיין סיגוט ווי ער איז געווארן א תלמיד פונעם קדושת יו"ט, דער קדושת יו"ט האט אים גענומען אלס א חזר-בחור פאר זיין זוהן דער שפעטערדיגער סאטמאר רבי בעל דברי יואל זצ"ל.
אין די שפעטערדיגע יארן האט ר' מרדכי צבי אנגענומען א רבנות פאסטן אין איינע פון די לאנדאנער קהילות, דערנאך אין א קליינע געגנט אין ענגלאנד פאר ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא בשנת תרפ"ט ווי ער איז גערופען געווארן דורך עטליכע קהילות אין קליוולאנד, אהייאו משמש צו זיין ברבנות.
זיין אייניקל ר' יהודה לייב שווארץ הי"ו פון שיקאגו דערציילט אז זיין באבע די רביצין פון ר' מרדכי צבי האט אים געזאגט, אז עס איז אויסגעקומען נאך איין מאל נאך די קריג וואס איר מאן האט געלערנט מיט'ן סאטמארער רבי'ן זצ"ל, דאס איז געווען ווען דער רבי איז געפארן די ערשטע יארען קיין קליוולאנד צו שאפן געלט פאר זיינע צוועקן, דאן איז דער רבי מכובד געווארן צו זאגען א שיעור אין די באקאנטע טעלזער ישיבה אין קליוולאנד, ר' מרדכי צבי האט דעמאלטס באגלייט דעם רבין צו די ישיבה און ער איז געזיצן ביים שיעור די גאנצע צייט.
נאך דערציילט ער פון יענעם באזוך אז דער רבי האט נישט זייער מצליח געווען מיט געלט דארט אין קליוולאנד, און ווען ער האט געהערט אז ר' מרדכי צבי ברויך געלט צו בויען א מקוה טהרה האט ער דאס גאנצע געלט אהיגעגעבן פאר די ארטיגע מקוה.
ר' מרדכי צבי שווארץ ז"ל איז געווען א מחבר פון עטליכע ספרים עה"ת וספרי הגיון, די ספרים געפינען זיך אויף היברו-בוקס, עבודת תמיד, דורש טוב לעמו, דרושי חכמה ודעת, ועוד.
בייגעלייגט איז א בילד פון ר' מרדכי צבי שווארץ ז"ל.

- אטעטשמענטס
-
- MZ Schwartz.JPG (14.06 KiB) געזען 8399 מאל
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום פרייטאג פעברואר 13, 2009 9:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער ערשטער ממשפחת שווארץ איז געווען ר' מרדכי צבי שווארץ (הראשון) פון טערצאל וועלכער איז אוועק אינגערהייט און זיין רביצין זיסל האט חתונה געהאט בזוו"ש מיטן הייליגער קאלובער צדיק ר' אייזיקל זצ"ל.
ר' מרדכי צבי מטערצאל האט געהאט א זוהן ר' אהרן וועם מ'האט גערופען ר' אהרן פאטאקער, קומענדיג פון שטאט שאראש-פוטאק, זיין זוהן ר' מרדכי צבי מסירטה המכנוה ר' מרדכי סירטער האט געהאט א זוהן ר' מנחם שווארץ וועלכער האט געוואונט אין סקרענטאן,(..) פענסילוועניע.
ר' מנחם איז אויך געווען א תלמיד פון קדושת יו"ט און א חסיד פונעם מנחת אלעזר ממונקאטש, עס ווערט דערציילט אז דער מונקאטשער רב האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט פון אמעריקאנער אידן נישט וואוסענדיג צו זיי זענען שומר שבת, אבער פון ר' מנחם האט ער נישט מורא געהאט נהנה צו זיין.
ר' מנחם איז געווען א פייערדיגער חסידישער איד ומדקדק בקלה כבחמורה, זייענדיג א חסיד האט ער געוואלט מקיים זיין טבילה במקוה יעדן טאג, האט ער געבויעט א מקוה לעבן זיין שטוב, מאנכע האבן אים גערופען 'דער סקרענטאנער רבי'.
ער איז נפטר געווארן כ"א ניסן תרצ"ט ומנו"כ אין דאלטאן, פא.

אין די הקדמה פונעם ספר דברים ערבים להר"ר דוב אהרמאן ז"ל (חתן ר' מרדכי צבי מסירטה הנ"ל) ווערט אויסגערעכנט נאך עטליכע פרטים ממשפחת שווארץ.
דער זיידער ר' מרדכי צבי מטערצאל והרבנית זיסל האבן געהאט דריי זוהן און איין טאכטער;
1) ר' אהרן מפאטיק
2) ר' נחום מוואראנוב
3) ר' אברהם יהודה לייב (נפטר בגיל צעיר)
4) הרבנית הענדל
פון ר' אהרן מפאטיק ווייסן מיר שוין דעם זוהן;
1-א) ר' מרדכי צבי מסירטה
פון ר' נחום מוואראנוב זענען געווען דו זוהן;
2-א) ר' יצחק אהרן מסיגוט חתן ר' צבי אליעזר באש דומ"ת סיגוט
2-ב) ? מסיגוט
די רביצין הענדל איז געווען די מאמע פון;
4-א) הגה"צ ר' אברהם יהודה הכהן שווארץ אב"ד בערעגסאז ומאדע בעמח"ס קול ארי' זצ"ל (דער נאמען שווארץ איז פון זיין מאמענס זייט).

ר' יצחק אהרן ב"ר נחום שווארץ (2-א)מסיגוט איז סוף ימיו ארויף אויף ארץ ישראל ושם מנ"כ, זיינע זוהן זענען געווען;
א) ר' רפאל מסירטה (אבי ר' מרדכי צבי מקליוולאנד)
ב) ר' מרדכי מסיגוט שו"ב בעמח"ס לוטה בשמלה פי' על ספר שמלה חדשה
ג) ר' מנחם
**
ר' מרדכי צבי מקליוולאנד האט געהאט אן איידעם ר' אפרים שרגא זילבערבערג ז"ל וועלכער איז געווען א זוהן פון ר' אברהם בנימין זילבערבערג אב"ד פיטסבורג, פא. (הרה"צ ר'צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, איז אן אייניקל פון רא"ב מפיטבורג).
ר' מרדכי צבי איז אוועק י"א אלול תשכ"ב, ער איז נטמן געווארן אינעם ארטיגען בית עולם 'מאונט אליוו' נעבן הרב בלאך דער טעלזער ראש ישיבה פון קליוולאנד.

מיללער האט געשריבן:דער ערשטער ממשפחת שווארץ איז געווען ר' מרדכי צבי שווארץ (הראשון) פון טערצאל וועלכער איז אוועק אינגערהייט און זיין רביצין זיסל האט חתונה געהאט בזוו"ש מיטן הייליגער קאלובער צדיק ר' אייזיקל זצ"ל.
ר' מרדכי צבי מטערצאל האט געהאט א זוהן ר' אהרן וועם מ'האט גערופען ר' אהרן פאטאקער, קומענדיג פון שטאט שאראש-פוטאק, זיין זוהן ר' מרדכי צבי מסירטה המכנוה ר' מרדכי סירטער האט געהאט א זוהן ר' מנחם שווארץ וועלכער האט געוואונט אין סקרענטאן,(..) פענסילוועניע.
ר' מנחם איז אויך געווען א תלמיד פון קדושת יו"ט און א חסיד פונעם מנחת אלעזר ממונקאטש, עס ווערט דערציילט אז דער מונקאטשער רב האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט פון אמעריקאנער אידן נישט וואוסענדיג צו זיי זענען שומר שבת, אבער פון ר' מנחם האט ער נישט מורא געהאט נהנה צו זיין.
ר' מנחם איז געווען א פייערדיגער חסידישער איד ומדקדק בקלה כבחמורה, זייענדיג א חסיד האט ער געוואלט מקיים זיין טבילה במקוה יעדן טאג, האט ער געבויעט א מקוה לעבן זיין שטוב, מאנכע האבן אים גערופען 'דער סקרענטאנער רבי'.
ער איז נפטר געווארן כ"א ניסן תרצ"ט ומנו"כ אין דאלטאן, פא.
ווען איך בין געווען אין סקרענטאן האב איך באזוכט אויפן בית החיים און איך געדענק טאקע צו זעהן די מציבה, עס שיינט ארויס צווישן אלע מציבות מיט איר אלע טיטלען וכדומה.
מיללער האט געשריבן:ר' יצחק אהרן ב"ר נחום שווארץ (2-א)מסיגוט איז סוף ימיו ארויף אויף ארץ ישראל ושם מנ"כ, זיינע זוהן זענען געווען;
א) ר' רפאל מסירטה (אבי ר' מרדכי צבי מקליוולאנד)
ב) ר' מרדכי מסיגוט שו"ב בעמח"ס לוטה בשמלה פי' על ספר שמלה חדשה
ג) ר' מנחם.
אינעם ספר 'שם הגדולים לגאוני הונגריה' פון ר' פנחס זעליג שווארץ פון קל"וו, רעכנט ער אויס נאך א זוהן פון ר' יצחק אהרן מסיגוט, ר' אליעזר שווארץ דומ"ץ שאראש-פאטאק.
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm
בן בוזי האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:דער ערשטער ממשפחת שווארץ איז געווען ר' מרדכי צבי שווארץ (הראשון) פון טערצאל וועלכער איז אוועק אינגערהייט און זיין רביצין זיסל האט חתונה געהאט בזוו"ש מיטן הייליגער קאלובער צדיק ר' אייזיקל זצ"ל.
ר' מרדכי צבי מטערצאל האט געהאט א זוהן ר' אהרן וועם מ'האט גערופען ר' אהרן פאטאקער, קומענדיג פון שטאט שאראש-פוטאק, זיין זוהן ר' מרדכי צבי מסירטה המכונה ר' מרדכי סירטער האט געהאט א זוהן ר' מנחם שווארץ וועלכער האט געוואונט אין סקרענטאן,(..) פענסילוועניע.
ר' מנחם איז אויך געווען א תלמיד פון קדושת יו"ט און א חסיד פונעם מנחת אלעזר ממונקאטש, עס ווערט דערציילט אז דער מונקאטשער רב האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט פון אמעריקאנער אידן נישט וואוסענדיג צו זיי זענען שומר שבת, אבער פון ר' מנחם האט ער נישט מורא געהאט נהנה צו זיין.
ר' מנחם איז געווען א פייערדיגער חסידישער איד ומדקדק בקלה כבחמורה, זייענדיג א חסיד האט ער געוואלט מקיים זיין טבילה במקוה יעדן טאג, האט ער געבויעט א מקוה לעבן זיין שטוב, מאנכע האבן אים גערופען 'דער סקרענטאנער רבי'.
ער איז נפטר געווארן כ"א ניסן תרצ"ט ומנו"כ אין דאלטאן, פא.
ווען איך בין געווען אין סקרענטאן האב איך באזוכט אויפן בית החיים און איך געדענק טאקע צו זעהן די מציבה, עס שיינט ארויס צווישן אלע מציבות מיט איר אלע טיטלען וכדומה.
פאלגענד איז פון די הקדמה פון ספר 'חלק יעקב' על פרקי אבות לר' יעקב גרינוואלד מסיגוט (אבי הרי"י גר"וו) ווי ער באדאנקט זיך פאר ר' מנחם שווארץ מסקרענטאן מיטן טיטול 'פאר הקהילה'.
(אגב, אינעם 'קברי צדיקים' סייט האט היצט אן אייניקל פון ר' מנחם געשריבען איבער דריי אייניקלעך וועלכע לעבן נאך, זי געדענקט נאך דעם זיידן אלט זייענדיג 5 יאר ווען ער איז נפטר געווארן)
- אטעטשמענטס
-
- 5372_7.jpg (48.09 KiB) געזען 8255 מאל
מיללער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ר' יצחק אהרן ב"ר נחום שווארץ (2-א)מסיגוט איז סוף ימיו ארויף אויף ארץ ישראל ושם מנ"כ, זיינע זוהן זענען געווען;
א) ר' רפאל מסירטה (אבי ר' מרדכי צבי מקליוולאנד)
ב) ר' מרדכי מסיגוט שו"ב בעמח"ס לוטה בשמלה פי' על ספר שמלה חדשה
ג) ר' מנחם.
אינעם ספר 'שם הגדולים לגאוני הונגריה' פון ר' פנחס זעליג שווארץ פון קל"וו, רעכנט ער אויס נאך א זוהן פון ר' יצחק אהרן מסיגוט, ר' אליעזר שווארץ דומ"ץ שאראש-פאטאק.
ב''ה
קראו לו ר' לייזער פאטיקער לפני המלחמה הוא הי' נחשב לאחד מגדולי ההוראה באונטערלאנד .
הוא הי' חתן בן הבית היוצר מחוסט .
אחרי המלחמה נשאר ממנו בן בשם ר' חי''ל וחתן הרב ר' שלמה הלוי מאשקאוויטש שהי' גר בבני-ברק
ויש לו בן בוויליאמסבורג ר' נחום לאויט''א והי' לו עוד בן בשם ר' ישעי' במאנטריאל .עוד נכד נשאר ממנו
ר' מאיר ע''ה שווארץ מחשובי חסידי קלאזנבורג .נכדו הרב יואל צבי בר' נחום משמש כדומ''ץ בקרית
טאהש . אחיו של המפורסם אי''ש החסד הטוב ומטיב הרה''ח ר' ברוך מאשקאוויטש שליט''א .
אשר ביתו פתוח לכל מר נפש שמרגיש שם כבביתו כידוע .[אגב ר' ברוך נ''י ראוי לאשכול בפני עצמו ]
ולא מחזיק טיבותא לנפשי' .
איבער ר' נחום מאשקאוויטש הי"ו האט זיך מיט עטליכע יאר גערודערט איבער א מעגליכע זוהן וועלכע האט זיך אפגעפונען נאך יארען לאנג וואס די שפיטאל האט אנגעגבן אז ער איז אוועק און דערווייל האבן זיי אים פארקויפט פאר אויפציכטלער.
זאגט איר אז ר' נחום איז אן אייניקל פון ר' אליעזר שווארץ פון פאטאק, א דאנק פאר די ווערטפולע אינפארמאציע.

מיללער האט געשריבן:איבער ר' נחום מאשקאוויטש הי"ו האט זיך מיט עטליכע יאר גערודערט איבער א מעגליכע זוהן וועלכע האט זיך אפגעפונען נאך יארען לאנג וואס די שפיטאל האט אנגעגבן אז ער איז אוועק און דערווייל האבן זיי אים פארקויפט פאר אויפציכטלער.
זאגט איר אז ר' נחום איז אן אייניקל פון ר' אליעזר שווארץ פון פאטאק, א דאנק פאר די ווערטפולע אינפארמאציע.
c
ב''ה
דברתי אז עם בנו ר' אהרן נ''י מנהל בסאטמאר והוא ביטל את כל הסענזאציא שהם סתם פיטפותי דברים
ואין בהם ממש כמו רוב הבת קול
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
דא: זעט מען אז ר' מרדכי צבי איז געווען אן איידעם ביי ר' זאב וואלף ציטראן אב"ד דאראג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער האט געשריבן:אין די שפעטערדיגע יארן האט ר' מרדכי צבי אנגענומען א רבנות פאסטן אין איינע פון די לאנדאנער קהילות, דערנאך אין א קליינע געגנט אין ענגלאנד פאר ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא בשנת תרפ"ט ווי ער איז גערופען געווארן דורך עטליכע קהילות אין קליוולאנד, אהייאו משמש צו זיין ברבנות.
.
דער נאמען פון דער שטעטל אין ענגלאנד ווי ר' מרדכי צבי איז געווען רב איז 'הולל' (HULL), זייענדיג דארט איז ער געווארן אריינגעצויגען אין א מחלוקה מיט די אפיציעלע רבנות אין ענגלאנד, נאכדעם וואס ער האט גע'אסר'ט אריינצוגיין אין א שוהל וואס מען האט איבערגענומען פון א קירכע וואס לויט די אינפארמאציע איז אונטער דעם אויך געווען א בית הקברות פון אריבער 300 גויאישע פגרים.
דער ארטיגער פריערדיגער רב האט דאס געהאט מתיר געווען, אבער ר' מרדכי צבי האט געפסקנט לאיסור און ער האט געשיקט די שאלה צו עטליכע רבנים איבער די וועלט, צו זיין זייט האט ער באקומען א פסק לאיסור פונעם בי"ד אין ווארשא און אויך פון דעם גרויסען ראגאטשאווער גאון זצ"ל, די תשובה פון ראגאטשאווער גאון איז שפעטער געדרוקט געווארן אין שו"ת צפנת פענח חלק ב' סי' כ"א, דער גאון שרייבט דארט גאר שארף לאיסור עיי"ש.
די מחלוקה האט אבער למעשה געווירקט אויף ר' מרדכי צבי איבערצולאזן דאס רבנות דארט אין ענגלאנד און קומען קיין אמעריקא, ווי אויבן דערמאנט.
(תשוח"ח לנכדו על המידע והתשובה)
די לוי' פון הרבנית גיטל שווארץ אלמנת ר' מרדכי צבי, ווערט באריכטעט אין המאור אייר תשכ"ו, די נפטרת איז געווען א בת קדושים בתה של ר' זאב וואלף ציטראן אב"ד דאראג חתן ר' שמואל קאמאדער ז"ל.
המאור באשרייבט די לוי' פון ר' מרדכי צבי ז"ל, מען זעהט אז איידער ער איז געקומען קיין קליוולאנד איז ער קודם געווען רב אין יאנגסטאון, אהייאו.
צווישען זיינע קינדער זענן געווען חתנו ר' אפרים שרגא ב"ר אברהם בנימין זיבלערבערג מפיטסבורג, וועלכער איז פריצייטיג רח"לנפטר געווארן
צווישען זיינע קינדער זענן געווען חתנו ר' אפרים שרגא ב"ר אברהם בנימין זיבלערבערג מפיטסבורג, וועלכער איז פריצייטיג רח"לנפטר געווארן
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער האט געשריבן:דער נאמען פון דער שטעטל אין ענגלאנד ווי ר' מרדכי צבי איז געווען רב איז 'הולל' (HULL), זייענדיג דארט איז ער געווארן אריינגעצויגען אין א מחלוקה מיט די אפיציעלע רבנות אין ענגלאנד, נאכדעם וואס ער האט גע'אסר'ט אריינצוגיין אין א שוהל וואס מען האט איבערגענומען פון א קירכע וואס לויט די אינפארמאציע איז אונטער דעם אויך געווען א בית הקברות פון אריבער 300 גויאישע פגרים.
דער ארטיגער פריערדיגער רב האט דאס געהאט מתיר געווען, אבער ר' מרדכי צבי האט געפסקנט לאיסור און ער האט געשיקט די שאלה צו עטליכע רבנים איבער די וועלט, צו זיין זייט האט ער באקומען א פסק לאיסור פונעם בי"ד אין ווארשא און אויך פון דעם גרויסען ראגאטשאווער גאון זצ"ל, די תשובה פון ראגאטשאווער גאון איז שפעטער געדרוקט געווארן אין שו"ת צפנת פענח חלק ב' סי' כ"א, דער גאון שרייבט דארט גאר שארף לאיסור עיי"ש.
די מחלוקה האט אבער למעשה געווירקט אויף ר' מרדכי צבי איבערצולאזן דאס רבנות דארט אין ענגלאנד און קומען קיין אמעריקא, ווי אויבן דערמאנט.
ספר להבדיל בין הטמא ובין הטהור בענין הנ"ל, שי"ל ע"י ר' מרדכי צבי בהיותו אב"ד האלל באנגליא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
מיללער האט געשריבן:אין די הקדמה פונעם ספר דברים ערבים להר"ר דוב אהרמאן ז"ל (חתן ר' מרדכי צבי מסירטה הנ"ל) ווערט אויסגערעכנט נאך עטליכע פרטים ממשפחת שווארץ.
דער זיידער ר' מרדכי צבי מטערצאל והרבנית זיסל האבן געהאט דריי זוהן און איין טאכטער;
1) ר' אהרן מפאטיק
2) ר' נחום מוואראנוב
3) ר' אברהם יהודה לייב (נפטר בגיל צעיר)
4) הרבנית הענדל
פון ר' אהרן מפאטיק ווייסן מיר שוין דעם זוהן;
1-א) ר' מרדכי צבי מסירטה
די רביצין הענדל איז געווען די מאמע פון;
4-א) הגה"צ ר' אברהם יהודה הכהן שווארץ אב"ד בערעגסאז ומאדע בעמח"ס קול ארי' זצ"ל (דער נאמען שווארץ איז פון זיין מאמענס זייט).
די איידים פון ר' אהרן מפאטיק איז געוועהן הגאון ר' משה היימליך זצ"ל (זיידע פון הגה"צ מוועגשייד שליט"א) דיין בבערעגסאז, ובא על החותם על תקנות מיהאלאוויץ יחד עם שאר בשרו הגה"ק בעל קול ארי' זצ"ל אב"ד בערעגסאז ושאר דיינא דמתא.
מיללער האט געשריבן:דער ערשטער ממשפחת שווארץ איז געווען ר' מרדכי צבי שווארץ (הראשון) פון טערצאל וועלכער איז אוועק אינגערהייט און זיין רביצין זיסל האט חתונה געהאט בזוו"ש מיטן הייליגער קאלובער צדיק ר' אייזיקל זצ"ל.
ר' מרדכי צבי מטערצאל האט געהאט א זוהן ר' אהרן וועם מ'האט גערופען ר' אהרן פאטאקער, קומענדיג פון שטאט שאראש-פוטאק, זיין זוהן ר' מרדכי צבי מסירטה המכנוה ר' מרדכי סירטער האט געהאט א זוהן ר' מנחם שווארץ וועלכער האט געוואונט אין סקרענטאן,פענסילוועניע..
אויסער דעם זוהן ר' מנחם מסקרענטאן (פון וועם ידידינו הרב הבא ללמוד וללמד האט דא געברענגט א בילד) האט ר' מרדכי צבי מסירטה געהאט א זוהן ר' אברהם יהודה שווארץ ע"ה מאונגוואר (נפ' ט' ניסן תש"ב) וועלכער האט געהאט א זוהן ר' משה יוסף שווארץ ע"ה ששל"ח ביום י"ד סיון תשכ"ד.
צו דעם ר' משה יוסף איז פארהאן עטליכע בריווען אין 'אגרות שפירין' (ממכתב שכ"ב עד שכ"ה) וועלכער באדאנקט זיך צווישען אנדערען איבער א טשעק פון 50 דאלאר וואס ר' משה יוסף האט אים געשיקט. (תשוח"ח לידידי שהפנה אותי להמכתבים)
איינער האט מער אינפארמאציע איבער די חלק משפחה?