איך פארשטיי נישט ווי שפיגליצקי האט געקענט לערנען פשט אז פשוט וכו' איז דער מלמד. אויב האט ער ווירקליך באקומען דעם טיפ, דעמאלטס איז ער נישט "היינט געוואויר געווארן" אז מ'שיקט נישט אזעלכע גרויסע טיפס מיט א זעקס יעריג אינגל. ער וואלט עס העכסטנס געקענט שרייבן אין
דעם אשכול, אלס א באמערקונג פאר'ן פאטער. אבער דאס אז ער האט עס געשריבן אין דעם אשכול, צייגט אז דאס איז עפעס וואס ער איז היינט (כ'מיין נישט ממש היינט, כ'רעד פון דעם טאג וואס ער האט עס געשריבן) געוואויר געווארן, וואס דאס מיינט לכאורה דורכדעם וואס דער טיפ איז פארלוירן געווארן. אויב אזוי קען ער נישט זיין דער מלמד וואס האט עס באקומען, ווייל אויב ס'איז פארלוירן געווארן האט דאך דער מלמד בכלל נישט געוואוסט פונעם טיפ צו זאגן, אלא מאי מוז זיין אז מ'רעדט דא פונעם טאטן וואס האט געשיקט א טיפ מיט זיין זעקס יעריג אינגל.
---------
נאכ'ן ענדיגן שרייבן, זע איך אז דער בעל העובדא זעלבסט האט דאס שוין מסביר געווען... נו שוין..
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:אױב בין איך דער מלמד העט איך גיװען נישט געװיסט פון די גאנצע מעשה.. װײל ער האטעכעס פאלױרן..