מיין שיך פיץ סיום

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

מיין שיך פיץ סיום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

"אקעי, וואס נאך זעהסטו דארטן? אה, פיין! דאס וועט זיין א גוטע געדאנק!" שריי איך אריין צו דער וואס איז אויפן צווייטן זייט טרייבל, וואס איז אין דעם פאל נישט קיין צווייטער ווי מיין עזר כנגדו "וויפיל ערליי קאלירן זענען דא?"

זי הייבט אן אויסרעכענען אנשטאט קאלירן, כל מיני ערליי געוויקסן, פיעטש, אראנדזש, לעמאן ליים, אא"וו, פאר מיר, שוין האבנדיג עקספערטיז אז ווען עס קומט צו קאלירן ווייסט זי שוין וואס זי רעדט, איז נישט איבערגעבליבן מער ווי איר טראסטן אז ס'וועט שוין זיין גוט.

ווידער טראכט איך צו מיר איבער דעם געניאלער בייפאל! איינס אין אזעלעכס! ווייניג וועלן פארגעסן אז איך האב אמאל געמאכט א סיום, די סיום פון שטאט, איך קען עס נישט לאזן אדורך גיין אזוי גרינג, א גאנצע מסכת האב איך אדורך געלערנט צו קענען מאכן דעם סיום.

איבערטראכטנדיג ווי עס וואלט געווען די מערסט געאייגנט צו מאכן דעם געהויבענעם מעמד, איז געפאלן די גורל אויף אונזער טראסע פון הונטן, דאס פאסט די מערסטע פאר אזא סיום, מען וועט שוין גיין שאפינג אין איינוועגס אויך פאר ליכט, אוודאי גענוג לעכטיג מען זאל קענען מיט האלטן דעם געהויבענעם מעמד, אבער נישט צו לעכטיג עס זאל נאך בלייבן און דעם דים קעטאגאריע, אזא בחינה פון ניר ולא ניר, דים ולא דים.

ווידער אמאל שווימען ארויף אויף מיינע מחשבות דעם געלונגענעם געדאנק, און א ברייטע צופרידענע מינע שפרייזט ווידער ארויף אויף מיינע לעפצן.

שוין, די הכנות הייבן אן ווערן מער העפטיגער, די ארדער קומט שוין אן, א באק'ס שמאלע הויכע רינדיגע וואסער, מיטן אזוי ארויפגעקוקטן סטיקער מיט די בוכשטאבן VOSS, א באק'ס בלויע סעלצער באטלעך פון סאראטאגע ספרינג'ס, וואס איין אזא אכט אונסיגער באטל קאסט באלד צוויי דאלער, מען קען דאך נישט געבן די יאנטשי באר מים חיים, דאס איז דאך געאייגנט פאר גם כי אלך צו ארויסשטעלן אזא שטילן סעמי-הויעכן זיפץ ארויס דעם שבת, נישט ביי מיין סיום.

ביים ווינקל באמערק איך דעם באקסל, יא דארט ליגט ער שיין איידל, מאכט נישט קיין גערודער, יא יא, באלד וועט ער אבער נאך פארוואנדלט ווערן אין דעם הויעכפונקט פונעם איווענט, אוי וועט מען נאך רעדן דערפון, אלע וועלן ארויסגיין צופרידן!

נו, דארף מען נאך צוגרייטן דאס לעצט ביסל הכנות, אנרופן די נאנטע באשטעטיגן די פונקטליכע זייגער, און באלד בין איך שוין ארויף געקוקט אין ביהמ"ד מיט א קאפ העכער! אזא בייפאל פאר מיר!

דער באלקאן איז שוין שיין אויסגעקערט, געוואשן מיט א פאוער וואש, איבער געדעקט מיט א שניי ווייסע טעפיך, אזאנע הויכע טשעיר'ס וואס מען זעהט ביים משמש אין שוהל ביים שערן, די צוויי שטאקיגער גלאזערנע טיש שפיגלט, די בלומען ארום געבן אויך צו צום מייסטערהאפטיגן סצענע, דריי גלעזערנע גלעזער אויף יעדן'ס פלאץ, שווארצע עסצייג צו צומישן דעם שטן.

פון ווינקל פון אויג זעה איך די עשרה ראשונים הייבן שוין אן צו פארקן אונטן, נו שוין, מענדל דער שכן וועט שוין היינט מוזן פארגעבן אויף פארקינג, עפעס כבוד התורה מעג ער דאך געבן, דעם שווער זז"ג זעהט מען שוין ארויס קומען פון די קאר וואס האט אים ווארשיינדניך געגעבן א היטש פונעם ביהמ"ד, שיין פון יענעם צו מסכים זיין אים אויסצוהערן, מן הסתם האט ער געפרעקטיסט זיין דרשה ביי יענעם, איך האף נאר אז ער האט שוין געגעסן היינט.

ביים שרייבן די דאזיגע שורות ווערן שוין מיינע אויגן נאס פון באגייסטערונג, דער מעמד הייבט זיך אן, דער עולם האט שוין טועם געווען פונעם בלויען סאראטאגא ספארקלינג, די לעכט שפרינגען שוין ווי די אויגן פון די לעכער, און דער עולם ווארט אז די מעין מעניא -- איך מיין וואס רעד איך? די פראגראם זאל זיך אנהייבן.

איך, מיט א זיגרייכער שמייכל דריי מיר אויס צום באקסל, "יענקי! גיב מיר נאר אהער דעם שאכטל!" אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום שאכטל, איך, פילענדיג אז איך גיי יעצט אנדעקן א מיסטעריע, אזאנס ווי וואס געפינט זיך אינעם עריע 51 האב נישט אזוי שנעל אויפגעגעבן אויף מיין געהיימניס, און שטאטעלעך שטאטעלעך געעפענט דעם באק'ס.

"ווווווואאאאאאווווווו!!!!!!!.............." האט זיך געהערט א כאאר, "וואס גייט מען טוהן מיט דעם?!"

הנאה האבענדיג פון די איבעראשענדע רעאקציע, נעם איך דאס ווארט "אה! וועל איך אייך זאגן, אזוי ווי יעדער איינער ווייסט דאך, האב איך היינט געענדיגט א סיום, איך מיין א מסכת, איז אזוי ווי מען פירט זיך דאך צו מאכן א יומא טבא לרבנן, אזוי ווי יעדער איינער דא געדענק מוישי האט געמאכט פאריאר -- איך געב אזא זיגרייכער בליק אויפן מוישי'ן, באלד העט ער שוין וויסן וואס מיינט א סיום, נישט סתם א גרילל -- איז לכבוד דעם יו"ט ווערט געגעבן די געלעגנהייט פאר יעדעם איינעם פון די חשובע באטייליגטע, צו זעך אויספיצן די שיך, מיט כל מיני קאלירן, שווארץ, סעמי שווארץ, גלאסי, סעמי גלאסי, מאאט, נעיווי, דארק נעיווי, אלד נעיווי, לייט נעיווי, גרעי, אללללעעעסס!!!, יעדער איינער כל מה שלבו חפץ! דאס אלעס לכבוד דער גרויסער סיום!"

"זאל דער אייבערשטער העלפן, אז יעדער איינער זאל האבן ענדזשויט דעם סיום, און אזוי ווי מען איז אנגעקומען צו דעם סיום, זאל מען נאך קענען מאכן נאך סיום'ס, איך האב שוין פלענער פארן קומענדיגן סיום!" האב איך פארענדיג דראענדיג מיטן פינגער.

איין בענקל הער איך קריטשען, איינער פילט זיך אומבאקוועם דא, קיין צו גרויסער חכם האב איך נישט געברויכט צו זיין צו באמערקן אז מיין שווער שליט"א שפירט זיך אוט אויף פלעיס דא, רבוש"ע וואס טוט מען צו ראטעווען די מצב? אלס מאכט ער מיר פראבלעמען ווען עס קומט צו מיינע זאכן, וואס דארף ער מיר זיין אזוי פארפרומט?

אה!!! כאפ איך מיר, ער האט דאך SOS שיך... נו קען ער גיין עסן אין דיינונג רום, מיר וועטער נישט צושטערן דעם גרויסן שמחה.

אט אזוי קוקט אויס א גרילד סיום, און א גריל מיט אנדערע בכלל, אינדערהיים פאר זיך מילא, אבער צוזאמנעמען משפחה און חברים דערפאר? א פערסענאל ניד געמאכט אין פאבליק, אפשר שניידטסטו אויך נעגל אין פובליק מיט דיינע חברים??
לעצט פארראכטן דורך צייט שטיפער אום מאנטאג יולי 15, 2019 5:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

;l;p-
זייער שיין און צום פונקט!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

;l;p- ;l;p-

שוין לאנג נישט געזען אזא זאפטיגן ארטיקל איבער א אידישקייט נושא!!

רייך, קלאסיש, גוט צולייגט!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

פיין!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

Amazing the best!!!!!!!!
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

זייער שיין יישר כח
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איך בין מיט דיר, אז די פובליק גרילס איז אן עקל און פאגרעבקייט. אויך איז דיין שרייבן סטייל זייער גוט. אבער דיין משל איז מיילן ווייט פון דער נמשל. דער געדאנק שטימט נישט.

גרילען איז אזאך וואס מענטשן אינדזשויען און איז א סארט סעודת מרעים. עס איז נאר אפשר פארגרעבט ווען מען טוט דאס ברבים. פיצן שיך איז נישט עפעס וואס מען טוט פאר אינדזשומענט.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

היימישער הייקער האט געשריבן:איך בין מיט דיר, אז די פובליק גרילס איז אן עקל און פאגרעבקייט. אויך איז דיין שרייבן סטייל זייער גוט. אבער דיין משל איז מיילן ווייט פון דער נמשל. דער געדאנק שטימט נישט.

גרילען איז אזאך וואס מענטשן אינדזשויען און איז א סארט סעודת מרעים. עס איז נאר אפשר פארגרעבט ווען מען טוט דאס ברבים. פיצן שיך איז נישט עפעס וואס מען טוט פאר אינדזשומענט.


גראדע וואלט איך ענדערש ענזשויט פיצן שיך און אפשר אפי' שניידן נעגל אלס א סעודת מרעים, ווי איידער א גריל און יעדן'ס שפייעכטס זאל זיך גיסן בשעת מען דיסקוסירט וועלעכע דרעסינג עס איז מער סעמי סאוער גלאסי ענדע ך', - ווי ר' משה אויף קול מבשר צולייגט די וויין.

וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין, האב איך נישט פרובירט נאנט צו ברענגען א משל צו א נמשל, נאר אראפשפילן וויאזוי עס קוקט עס ווען מען נעמט א פערזענליכע באדערפעניש וואס די גוף דארף ליידער צוקומען דערצו, און מען פראקט דאס אויס מיט אלע מפרשים בפומבו.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

שפיגליצקי האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

שוין לאנג נישט געזען אזא זאפטיגן ארטיקל איבער א אידישקייט נושא!!

רייך, קלאסיש, גוט צולייגט!


יישר כח,

אגב, איך קוק דאס מער אן אלס א מעננער'ס נושא ווי אלס אידישקייט,

דאך ביסטו גערעכט ווייל ווי עס זעהט אויס איז דרך ארץ קדמה לתורה, אבער איינמאל מען מאכט שוין דעם סיום, פארלאנגט זיך מער נישט קיין מעננער'ס/דרך ארץ.
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

;l;p- שפראך און שריפט שטעל אויסער געווענליך!
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

גאר גוט!!!

אן קיין דעטאלן, דיין משל איז נישט אזוי ווייט פון מציאות - להיודעים,

לייג אוועק דעם ארטיקל ווייל נישט לאנג ארום וועסטו הייסן פארפרומטער פארן אוועקמאכן דעם שיינעם איינפירעכץ פון קירוב דורך פוצן שיך
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

צייט שטיפער האט געשריבן:
יישר כח,

אגב, איך קוק דאס מער אן אלס א מעננער'ס נושא ווי אלס אידישקייט,

דאך ביסטו גערעכט ווייל ווי עס זעהט אויס איז דרך ארץ קדמה לתורה, אבער איינמאל מען מאכט שוין דעם סיום, פארלאנגט זיך מער נישט קיין מעננער'ס/דרך ארץ.

נישט נאר אידישקייט נושא, נאר גאנץ א דקות'דיגער נושא, אסאך אסאך אידן וועלן נישט פארשטיין פארוואס דו רייסט אראפ ווען איינער מאכט א פארגרעבטע סיום מסכת, הלמאי, ווען נישט דעם וואלט ער ווען נישט געלערנט, אויב מאכט דאס לערנען, טא פארוואס נישט? ודי וק"ל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

גוט אראפגעלייגט דעם ליצנותא ד..., האסט מיר געהאלטן ביים גארגל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

בערל קראקאווער האט געשריבן:גוט אראפגעלייגט דעם ליצנותא ד..., האסט מיר געהאלטן ביים גארגל.
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”