Waukesha האט געשריבן:
לגבי די צווייטע קשיא ווי פריער דערמאנט זענען די ציפערן פון אסאך סטודיס צוזאמען געלייגעט, דא קען מען זען די סעלין סטאדי אז מען קוקט אויף די Adverse Reactions און מען לייגט עס צו צו די ליסטע פון טעיבל 9 אויף די אינסערט, זעט מען אז ס'איז בכלל נישט דא קיין איינער פון די זאכן פון טעיבל 9 אין דעם סטאדי אונטער די Serious Adverse Reactions, נישט ביי די וואקסין, און נישט ביי די סעלין. וואס גייט דא פאר? ווי ס'קוקט אויס האט מען בכלל נישט גענוצט דעם ספעציפשען סטאדי צו קוקן אויף אטא אימיון דיזעז, אדער בעסער געזאגט פעטענציעלע אטא אומיון דיזעז, איז בקיצור די צווייטע קשיא גוט פארענטפערט, נישט ס'איז נישט געוועהן, מען האט אין די סטאדי וואס האט גענוצט סעלין נישט געקוקט אויף פעטענציעלע אטא אומיון דיזעז.
תיקון טעות: איינער אין אישי האט מיך פארראכטען אז ביי די סעלין סטאדי שטייט אז עס איז געוועהן 1 פאל פון דייאביטוס, און איין פאל פון קאלייטס וואס הייסט אינפלעמעטארי באועל דעזיס אין דער אינסערט וואס צוזאמען קומט אויס אז 0.17% פון די וואקסין גרופע האבן געהאט אטא אימיון דיזעז.
יעדען פאל איז עס געוועהן גאר, גאר ווייט פון 2.3% אטא אימיון דיזעז, נישט ביי די סעלין סעמפל און נישט ביי די וואקסין סעמפעל.
איך קלער אז עס קען זיין אז רוב פון די אטא אימיון דיזעז זענען אונטער די other not including serious adverse reactions למשל injection site pain קען אריין רעכענען אויך joint pain לעבען די injection site וואס דעמעלסט מיינט עס אז די סעלין סעמפעל האט אויך מעגליך געהאט אין זיך AID. עס קען זיין אז איך בין נישט גערעכט מיט דער השערה אויכעט.
מיין עיקר נקודה איז אז אין דער סעלין סטאדי זעט מען נישט קיין AID אזוי ווי ביי די אינסערט, נישט ביי די וואקסין און נישט ביי די פליסובא. און וואס די וועסט ענטפערען פאר די וואקסין (פארוואס עס איז דא אזוי ווייניג), וועט לכאורה אויך זיין די תירוץ פאר די סעלין. (פארוואס עס איז בכלל נישט דא)
נישט אז מיט אזא השערה וואלט איך געזאגט אז די וואקסין האט נישט קיין AID . פארדעם פארלאז איך זיך אויף וואס עס שטייט אין די אינסערט. אבער צו ברענגען א ראי' פון דא אז די וואקסין מאכט יא AID איז אויך נישט ריכטיג. ביז מען וועט וויסען די אמת'ע תירוץ פאר וואס די סטאדי ווייזט אזוי ווייניג AID אויך ביי די וואקסין זייט