א פאקיסטאנער פאליטיקאנט האט אויף זיין טוויטער אקאונט ארויסגעשטעלט באגריסונג פאר א העראישער פילאט וועלכע האט פארמיטן א שרעקליכער קאטעסטראפע בשעתן לאנדן א קאמערציעאלע פליגער.
א ווידיאו פון די פאסירונג צייגט וויזוי דער גיגאנטישער פליגער א A380 הייבט זיך ווילדערהייט צוריק אין די לופט תיכף נאכן לאנדן, נאכדעם וואס דער פילאט האט באמערקט אז א אויל טאנקער טראק פונעם לופטפעלד איז שטעקן געבליבן אינמיטן ראנוועי. וואס אויב פאסירט א צוזאמשטויס צווישן זיי צוויי קען די אויפרייס זיין ערגער ווי די מאמע פון אלע באמבעס.
זיין ריקצוג איז געלונגען מיט א האר אוועק פון א קאטעסטראפע, די רעדער פונעם פליגער זענען פארביי געפלויגן און אויסגעמיטן דעם קראך ממש געציילטע פיס העכער דער טאנקער טראק.
דאס איז דער טוויט פונעם פאליטישן ווי ער לויבט אויס דעם פילאט, ער האט דערביי צוגעלייגט א בילד ווי מ׳קען זעהן דער פליגער דערנענטערט זיך און נידערט אראפ העכערן ראנוועי, בעת וואס דער טאנקער טראק פארט אים אריין אין וועג.

- D6A8B146-AFCB-4A99-94A2-1174B190D501.jpeg (75.09 KiB) געזעהן 4545 מאל
און פארוואס קומט דאס איז טשיקאווע נייעס? אה. ווייל די מעשה האט קיינמאל נישט פאסירט. עימיצער האט אראפגענומען א קליפ פון א ערעפלאן סימולעטאר געים און עס אהין געשיקט פאר דעם פאלאטישן, און ער ווי א גולם איז געגאנגן דערפאר.
דא האט איר דעם קליפ פונעם שיעור-קאטעסטראפע אויף איינעמס געים.
דראפבאקס —
גוגל דרייוו