אויפן ניגון משה אמת (דוכצעך ברסלב)
1-
יעדן טאג בנימין גייט
אכט אזייגער אינדערפרי
אויפנעמען קונים איז שוין גרייט
אין זיין פארמעסי
יעדע קונה געבן א העלף
ער האט דאך אן אויסוואל א היפשן
דעי קרים ליגט אויף יענע שעלף
דא האסטו דיין פערסקריפשן
1-
זיכער ווייסט ער דעי איין זאך
ס'גייט שוין אזוי יארן
איין און דרייסיג מינוט נאך אכט
אן אויטא קומט צו פארן
א אידל קומט ארויס פון דארט
גאנץ א שטילער מענטש סאונד-ער
ער רעדט נישט ארויס קיין ווארט
לייגט א דאללער אויפן קאונטער
2-
בנימין איז שוין גוט באקאנט
ער ווייסט וואס ער האט צו טוהן
די לאטערי וואס גייט שפילן היינט
ער געט עס אים אהין
אויפן צעטל יענער געט א קוק
אין קעשענע שטופט עס אריין
ביז מארגן ווען ער קומט צוריק
א מינוט נאך האלב ניין
3-
ווי נאר ארויס ער וואקט
בנימין געט א טיפן זיפץ
ער טרייט נעבעך זיין לאק
אזויפיל געלט פארנוצט
מיט האפעונג ער טראכט
ער קוקט אזוי ארויס בכליון
אפשר איז היינט די נאכט
איך וועל געוואונען די מעגא מיליאן
2-
הלואי ווען איך זאל קענען
דעם געווינער באשליסן
איך וואלט ווען יענעם
דעם לעבן געטוהן פארזיסן
אזוי טוט יענער טעגליך קויפן
אפשר היינט לוינט אים
בנימינ'ס געפילן לויפן
אוי ווי שטארק ער שוינט אים
1-
אין איין שיינעם אינדערפרי
תיכף נאך דעם איד'ס באזוך
בנימין פרינט א לאטערי
ער קויפט עס פאר זיך
זיינע מחשבות לויפן בגדלות
אפשר היינט באשערט פאר מיר איז
ס'וועט געלונגען מיין השתדלות
געוואונען אן עשירות
1-
צוועלעווע ביינאכט ס'שפעט
בנימין הערט די רעזולטאטן
ער קען נישט גלייבן וואס ער זעהט
א געווינס א גלאטן
נישט מיט אלע נומערן
א הונדערטער געווינען בלויז
אבער וועמען טוט עס קימערן
ס'איז א מציאה גרויס
2-
ס'קומט ארויף א געדאנק
א מחשבה אין קאפ קלינגען
יענער איד פרובירט שוין לאנג
ס'אים קיינמאל נישט געלונגען
אז ס'איז מיין וועל איך אים נישט אנטפלעקן
עס געבן ווען ער וועט קומען
און ווען ער וועט עס טשעקן
וועט ער זעהן ער האט געווינען
3-
צומארגנס אינדערפרי
בנימין טוט ווי געפלאנט
דעם נעכטיגן לאטערי
ער געט אים אין די האנט
דער איד ווארפט עס אויפן ערד
ער שרייט דו ביסט א מוכר א שלעכטן
וואס איז דען ווערד
א לאטערי פון נעכטן
3-
בנימין בעט מחילה
איך האב א קלייניקייט פארזעהן
דא האט איר וואס איר דארפט לכתחילה
פונעם היינטיגן געים
דער יעניגער פארלאזט דעם פלאץ
בנימין קוקט אים נאך מיט רחמנות
געגעבן אויף א גאלדענעם טאץ
און ער מיינט איך מאך ליצנות
2-
נישטא קיין שווית קיין עכטן
א קארטל היינט באקומען
קעגן א קארטל פון נעכטן
וואס איז שוין לאנג געוואונען
ווען ער זאל מיך ווען פרעגן
מיינע עצות איינהאלטן
זאל ער זיך נישט רעגן
נעמען דעם קארטל דעם אלטן
3-
ס'איז דא א מהלך א גוישע
ס'כאפט זיך אריין ביי אידן א טייל
די תורה הקדושה
איז שוין אוט אף סטייל
מיט טענות אהערגעשטעלט
סייווי איין טאג מוזן מ'וועט
ווייל די גאנצע וועלט
וועט גיין אויף אינטערנעט
3-
ס'זעהט אויס ווי א קלאון
אין די היינטיגע וועלט אזוי צו טוהן
פליז קאם דאון (Please come down)
איטס טו טאוזענט ניינטין (2019)
איר זענט גערעכט אינגאנצן
מ'קוקט זיך ארום און מ'זעהט
ס'איז צוויי טויזנט און ניינצן
די תורה איז נישט אפ טו דעיט (Up to date)
2-
אבער טראץ די טענה
זאגט דער באשעפער פאר אונז
די תורה מיינע
איז א זיכערע געווינס
היסטאריע טוה דיך דערמאנען
וואס וועסטו דארט געפונען
אין אלע שווערע זמנים
די תורה איז געוואונען
3-
דער אידעלע אין גלות
נישט קיין חילוק ווי שווער געגאנגען איז-אים
פאגראמען און בהלות
השכלה און קאמיוניזם
צו די תורה געבליבן געטריי
א טראפ נישט אוועקגעבייגט
נישט איין מאל און נישט צוויי
האט מען זיך איבערצייגט
2-
אז משה אמת ותורתו אמת
משה אמת ותורתו אמת
איז פארוואס זאל מען קוקן
גיין לויט די היינטיגע ווינט
ענדערש איז צו סטיקן
צו א אלטע מהלך וואס געוואונט
בעסער אן אלטער געווינער ווי א פרישע דערלייגער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
בעסער אן אלטער געווינער ווי א פרישע דערלייגער
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3947
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר