נעכטן האט געשריבן:דער איד האט א דעזיגנירטע שרייבער פאר נפטרים. זיי קענען קאלן גלייך נאכן לויה ''העלא דא רעדט מען פון דער איד מיר ווילן באשרייבן...
אגב דאגב, לעצטענס בינעך געווארן אריינגערופן צו א בית אבל ל"ע משלים זיין מנין פאר שחרית, האטצעך דארט אויפן טיש צווישן די מזונות, צדקה בעקעלעך, מתעסקים סידורים, 7 טאגיגע לעכט, משניות צעטל, אויך געוואלגערט א צעטל פון "דער איד", אזא פארום אוסציפילן מיט אפאר בעסיק שאלות, ווי די נעמען פונעם עלטערן פונעם נפטר, פון ווי מ'קומט פונדערהיים, וועלכע ישיבה מ'האט געלערנט, ביי וועלכן צדיק זיך געדרייט, ווי איז מען געווען אין די מלחמה יארן, וכדו' וכדו', ס'האט שוין געהאט האלבע אינפערמעישן און ליידיגע ליינס פאר די בני משפחה אריין צו פילן די בלענקס