קהלת אין קרעטשמע

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

קהלת אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

קהלת איז מיר אלעמאל געווען א חידה. איך וויל שרייבן א פירוש אויף קהלת. פארשטייט זיך אז דאס איז בבחינת מיינע פטפוטים. מוז נישט זיין די עכטע פשט.

די ערשטע זאך וואס מ'קען זעהן איז: אז שלמה המלך האט זיך אפגעשטעלט ביי די ענין פון עמל; פלאג. יעדע Voluntary תנועה וואס קומט ארויס פון א מענטש: גייט אריין אין די ווארט 'עמל'. אפילו ס'איז דקה מן הדקה.

די לשון פון קהלת איז זאמלן. שלמה המלך האט צאמגעזאמלט אלעס און פון דעם האט ער געוואלט טרעפן עבודת השי"ת.

די ווארט 'תחת השמש' מיינט מען אונטער'ן זוהן. ווייל דאס אז א מענטש פלאגט זיך אין די תורה הקדושה, דאס איז דאך נישט 'אונטערן זוהן'.

מ'זעהט שלמה המלך הייבט אן מיט די ווארט: מה יתרון לאדם. זעהט אויס, אז די אדם אליין איז אים געווען גענוג. און ער האט פארשטאנען אז דער אדם אליין פעלט זיך אויס. ווייל אויב נישט וואלט ער דאך געקענט פרעגן: מה יתרון באדם. אנדערש ווי ס'שטייט אין תהלים, על מה שוא בראת כל בני אדם, מי גבר יחי', ולא יראה מות.

נאך א זאך וואס מ'קען זעהן פון דעם איז: אז שלמה המלך האט געזעהן דעם מענטש אלץ א בוחר. ער האט נישט געזאגט: השי"ת האט באשאפן אז מענטשן זאלן זיך פלאגן. נאך אזאך וואס מ'זעהט פון דעם איז אז א חכם טראכט אלעמאל: פארוואס פעלט עס אויס? וואס גייט דאס צוגעבן? וואס די ענדע דערפון?

אבער איך פארשטיי נישט. וואס הייסט 'מה יתרון לאדם שיעמול תחת השמש'? וויאזוי דען זאל זיין א וועלט? פארוואס קענסטו נישט זאגן, אז השי"ת האט באשאפן אז א מענטש זאל זיך פלאגן, כדי ס'זאל זיין א וועלט? אלא מאי, השי"ת האט נישט באשאפן אז מ'זאל זיך פלאגן: 'תחת השמש'. נאר דער מענטש אליין האט זיך דאס בוחר געווען. און ער האט געוואלט צוקומען צו די ענדע תכלית פון כל עמל תחת השמש, און ער געבליבן מיט Space. וואס האט דערפון דער מענטש?

דאס וואס ער פרעגט: מה יתרון לאדם שיעמול תחת השמש? ער פרעגט נישט אויפן אייבערשטן. נאר אז א מענטש האט א בחירה זיך צו פלאגן אויף צוויי אופנים. איין איז: אז דער מענטש האט אינזין צו טון א נחת רוח דעם אייבערשטן, דאן איז עס שוין נישט 'תחת השמש'. און איין ענין איז: זיך צו פלאגן 'תחת השמש'. און מה יתרון לאדם מיינט לכאורה, וואס בלייבט פאר א מענטש פון די אלע פלאג וואס ער פלאגט זיך תחת השמש. וואס בלייבט אים? וואס האט ער דערפון?

די ענין פון 'אדם', איז די נשמה וואס קומט ארויף אויף יענע וועלט. א 'אדם' ווערט געבויט מיט עמל למעלה מן השמש. אבער תחת השמש, בלייבט גארנישט.

די קשיא פון מה יתרון לאדם בכל עמלו שיעמול תחת השמש, דארף זיין די קלוגסטע קשיא וואס א מענטש האט נאר אמאל געפרעגט. ווייל שלמה המלך איז דאך געווען די קלוגסטע מענטש.

שלמה המלך זאגט אונז אזוי. דו ווילסט דאך פון מיר הערן חכמה, דו ווילסט פון מיר וויסן טיפקייטן אין די בריאה וואס איך האב אלץ פארשטאנען דערפון. וויל ער זאגן, איך האב עס אזוי גוט פארשטאנען, אז איך וויל דיך פרעגן וואס האסטו דערפון? ס'בלייבט גארנישט. חכמה איז נאר אינטערעסאנט ווילאנג דער מענטש מיינט נאך אז ס'דא א יתרון פון די חכמה. איינמאל ער זעהט די אז עס איז נישטא קיין יתרון, וויל ער עס נישט.

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד.

דור הולך ודור בא, והארץ לעולם עומדת.

ס'קען זיין אז וואס איך שרייב שטייט שוין אין די מפרשים, אדער ס'איז טאקע נישט לויטן פשט. אדער ס'איז מער דומה להבל, אבער איך שרייב לויט וויאזוי איך קלער. אין מגילת אסתר לערנט מען דאך אריין וויאזוי מ'וויל פשט, אין מגילת קוהלת פארוואס זאל איך נישט טארן.

ער וויל זאגן: אז דאס וואס ער האט פריער געזאגט, מה יתרון לאדם בכל עמלו, אז ס'בלייבט גארנישט פאר די 'אדם' מיט די פלאג שיעמול תחת השמש. געט ער א משל מיט די ארץ, וואס טראץ דעם וואס א דור קומט און א דור גייט, האט עס אבער נישט קיין אימפעקט אויף די עמידה פון די 'ארץ'. די זעלבע איז מיט די עמל וואס א מענטש עמל'ט זיך תחת השמש, ס'האט נישט קיין שום עפעקט אויפ'ן אדם. (די ספורני זאגט אויך עפעס אזוי, אבער איך שרייב וויאזוי איך קלער.)

וזרח השמש ובא השמש, ער וויל ערקלערן וויאזוי א מענטש שפירט זיך ארויפקומענדיג אויף יענע וועלט. די שמש איז א משל צו א מאטיוואציע וואס א מענטש באקומט זיך צו פלאגן. בשעת די זון שיינט אויף ווערט דער מענטש איבערגענומען אז ס'איז 'עפעס' און דאס מאכט אים וועלן טון, אבער ער טראכט נישט צו ס'האט א יתרון זיין עמל. אבער צום סוף זעהט ער: ובא השמש, אז די זוהן גייט אונטער, און די גאנצע מאטיוואציע איז גארנישט געבליבן.

ואל מקומו שואף זורח הוא שם: דאס גייט ארויף אז דער מענטש מיינט, אז די מאטיוויציע וואס ער באקומט, קומט פון די זוהן, אבער באמת קומט עס ווייל דער מענטש איז שואף אל מקומו, ער גליסט צו די פלאץ פון וואו ער קומט, חלק אלוק ממעל. זורח הוא שם, פון דעם שאיפה קומט אים די מאטיוויציע.

(איך בין א היפשער עם הארץ. איך האב נישט צופיל אן אהנונג)

הולך אל דרום וסובב אל צפון. דאס מיינט אזוי: אז ס'געשעהט אן אינטערעסאנטע זאך: הולכ'ן הולכ'ט דער מענטש צו דרום; צו טון וועלטליכע זאכן, אבער דרייען דרייט ער זיך צו צפון. צפון איז לשון פון באהאלטן, שכר הצפון לצדיקים. דאס מיינט, אז אלע Motivation וואס א מענטש באקומט, די תוצאה דערפון קוקט אויס אז ס'וויל פירן צו דרום, דאס איז א משל, אז ס'קוקט אויס אז ס'וויל פירן צו עמל תחת השמש, אבער פאקטיש קען עס נאר ווירקן און ס'וויל נאר ווירקן אויף דביקות בה'. ווייל דאס וויל דער מענטש.

סובב סובב הולך הרוח. רוח פון א מענטש מיינט די רצון. די רצון פון א מענטש וויל איין זאך: אנקומען צום אייבערשטן. אפילו ער טוט אנדערע זאכן יעדן טאג. נייע פלענער. קומט עס אבער פון איין מסובב. און דאס גייט ארום און ארום; נאכאמאל און נאכאמאל. ווייל דער מענטש וויל אנקומען צום באשעפער. ועל סביבותיו שב הרוח, דאס מיינט, אז אפילו אויב א מענטש פאלט אדורך; ער פאלט אריין אין עמל תחת השמש, איז ווייל די סביבותיו; ווייל ס'דא די רצון צוריקצוקומען צום אייבערשטן, שב הרוח. דאס שלעפט אים צוריק צום אייבערשטן.

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

(איך באנוץ מיך מיט ר' שרגא'ס נ"י הסברים בשיעוריו)

כל הנחלים הולכים אל הים והים איננו מלא. ער האט אנגעהויבן מיט 'מה יתרון לאדם בכל עמלו שיעמול תחת השמש', ערקלערט ער, פארוואס עמל טוט נישט א יתרון אויפן אדם, זאגט ער אז דאס איז צוליב ווייל דאס וואס ס'שטופט אז דער מענטש זאל הנאה האבן פון עמל תחת השמש, איז דאך דער אייבערשטער וואס וויל אים צוריקברענגען צו זיך. און דער זעלבער כח גייט צוריק צום אייבערשטן. אויב מ'מעג זאגן איז ים אז סימבאל פון אין סוף ב"ה, דאס הייסט אז די נחלים איז די כח וואס טרייבט דעם מענטש צו עמל. און אויב דער מענטש נוצט עס תחת השמש, בלייבט אים גארנישט איבער, ווייל עס גייט צוריק צום באשעפער. והים איננו מלא, דאס מיינט, אז נישט אז דעם אייבערשטן פעלט עפעס. ס'איז אבער דאס ענין פון דביקות בה'.

דער 'אדם' וויל זיך בויען א שיינעם הויז "תחת השמש", די מאטיוואציע דערצו קומט ווייל דער אייבערשטער וויל אים צוריקברענגען צו זיך, ס'ווירקט אבער נישט קיין שום יתרון אויף אים אליין. ער בלייבט די זעלבע ווי פארדעם לגבי עולם הבא, לגבי דביקות בה', ווייל אויב די מאטיוואציע איז צו האבן פון עולם הזה, בלייבט נישט דער מענטש דבוק צו השי"ת.

און דאס זאגט ער, אל מקום שהנחלים הולכים שם הם שבים ללכת. כדי א עמל זאל האבן א יתרון לאדם, איז נאר אויב דער מענטש איז זיך מדבק צום זאך וואס טרייבט דעם עמל. און דאס איז השי"ת. און די עמל התורה; דביקות בהאמת.

דאס זאגט ער ווייטער: כל הדברים יגעים, לא יוכל איש לדבר, לא תשבע עין לראות, ולא תמלא אוזן משמוע. ער וויל זאגן: ווען ווייסט מען אז די עמל קומט פון תחת השמש, און ווען למעלה מהשמש, זאגט ער: אז יעדע זאך וואס מוטשעט אפ א מענטש, דהיינו, עס געט נישט די ריכטיגע דביקות בה', לא יוכל איש לדבר, וואלט א מענטש נישט געקענט רעדן, די סיבה פארוואס א מענטש האט הנאה פון די עמל וואס ער לייגט אריין אין א דרשה, די סיבה פארוואס עס איז נישט אין די בחינה פון דברים יגעים, איז נאר ווייל די כח אלקי וואס דאס האט, און נאר וויפיל דביקות בה' דאס ברענגט צום אדם אזויפיל יתרון, די זעלבע איז מיט לראות, די סיבה פארוואס א מענטש האט הנאה פון עמל, ער וויל זעהן א שיינע פאנאראמע, איז נאר מכח דעם חלק וואס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן, און די זעלבע זאך מיט'ן הערן.

יעצט, אויב אזוי, קומט אויס, אז וויפיל פראצענט "נחלים" (נחלים איז א סימבאל אויף מאטיוואציע וואס קומט פון השי"ת, אבער דער מענטש נוצט עס פאר זיך, פאר תחת השמש אבער עס גייט צוריק צו השי"ת) עס איז דא אין די הנאה פון די עמל, אזויפיל פראצענט בלייבט נישט איבער קיין יתרון. ווייל נאר די כח אלקי בלייבט איבער.

מה שהיה הוא שיהיה, ומה שנעשה הוא שיעשה דאס גייט ארויף אויף השי"ת, אז ער איז אייביג און וועט אייביג זיין, און דאס וואס ער האט אראפגעשיקט די נשמה אויף די וועלט, כדי מ'זאל צוריקקומען צו אים, הוא שיעשה, נאר דאס גייט זיין. ואין כל חדש תחת השמש. עס עקזיסטירט נישט עפעס א נייע זאך. א מענטש מיינט, אז ס'איז עפעס א נייע זאך. מ'גייט האבן א נייע סארט הנאה, דאס איז נישט א נייע הנאה. ס'איז אלעס תשב אנוש עד דכא ותאמר שובו בני אדם. ס'איז אלעס מה שהיה הוא שיהיה.

דאס זאגט ער: יש דבר שיאמר ראה זה דבר חדש הוא, ס'דא וואס מ'מיינט אז ס'איז א נייע זאך. אבער דאס קומט פון: כבר היה לעולמים אשר היה מלפנינו, דאס קומט פון באשעפער, און ער וויל אז מ'זאל צוריקקומען צו אים.

המשך יבוא אי"ה. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

אֵין זִכְרוֹן לָרִאשֹׁנִים וְגַם לָאַחֲרֹנִים שֶׁיִּהְיוּ לֹא יִהְיֶה לָהֶם זִכָּרוֹן עִם שֶׁיִּהְיוּ לָאַחֲרֹנָה

ער האט אנגעהויבן מיט: מה יתרון לאדם בכל עמלו שיעמול תחת השמש. ווייל די סיבה פארוואס א מענטש פלאגט זיך איז ווייל ס'דאכט זיך אים די יתרון פון די ערשטע מינוט פון א נייעם ענין, די עכטע סיבה איז, ווייל ער מיינט אז ער גייט דא טרעפן דעם אייבערשטן. א מענטש פלאגט זיך צו ווערן א גוטער שרייבער, באמת טוט ער עס ווייל ער מיינט אז ער גייט צוריק טרעפן דעם אייבערשטן. אבער במשך די יארן יארן פלאג וואס ער לייגט אריין צו ווערן א גוטער שרייבער, גייט אים מער נישט אן די יתרון פון די ערשטע Milestones. פארוואס? איז דאך דאס א ראי' אז ס'בלייבט גארנישט איבער, ווייל די לעצטע מילשטיינער עט דיך אויך נישט אנגיין ווען דו וועסטו שוין האלטן נאכדעם. ווייל דעם דביקות בה' וואס דו האסט געטראפן דעמאלטס איז דאך נאר דא וויפיל ס'איז יעצט דא, אבער די גוטע געפיל אז דו האסט דיך דערלערנט עפעס, דאס האסטו מער נישט, איז א ראי' אז גארנישט בלייבט. און דביקות בה' בלייבט.

אֲנִי קֹהֶלֶת, הָיִיתִי מֶלֶךְ עַל יִשְׂרָאֵל בִּירוּשָׁלִָם

דאס זאגט ער: אני קהלת הייתי מלך על ישראל בירושלים, (ועיין רש"י הק') ס'גארנישט געבליבן.

וְנָתַתִּי אֶת לִבִּי לִדְרוֹשׁ וְלָתוּר בַּחָכְמָה עַל כָּל אֲשֶׁר נַעֲשָׂה תַּחַת הַשָּׁמָיִם, הוא ענין רע נתן אלקים לבני האדם לענות בו


קודם וועל איך זאגן מיינע (קינדערישע, קליין שכל'דיגע) דיוקים. עמער זעהן צו איך גיי דא קענען פארענטפערן מיט עפעס.

דא הייבט ער אן צו דערמאנען די ווארט חכמה. און אויך דערמאנט ער תחת השמים, אנדערש ווי תחת השמש. און אויך דערמאנט ער כל אשר נעשה וואס איז אנדערש ווי בכל עמלו. פריער איז 'מיט אלע פלאג' וואס דער מענטש פלאגט זיך, און יעצט איז: 'אלעס וואס ווערט געטון תחת השמים'

נאך דיוקים: פריער האט ער געפרעגט: מה יתרון לאדם בכל עמלו. און יעצט זאגט ער: הוא ענין רע נתן אלקים לבני האדם לענות בו. פריער האט ער ערקלערט אז ס'בלייבט נישט קיין יתרון. פיין. אבער יעצט זאגט ער אז דאס איז א ענין רע לענות בו. פריער האט ער נישט דערמאנט אז דאס האט עפעס מיט רע. און דאס האט דער אייבערשטער געגעבן מכח הבחירה; נתן אלקים לבני האדם.

איך ווייס נישט צו איך קען אלעס פארענטפערן מיט מיין קליינעם שכל, אבער מ'קען זאגן, און איך האף אז מ'מעג אזוי זאגן.

אז ער האט געוואלט פארשטיין וואס האט א מענטש פון שטודירן און וויסן לדרוש ולתור בחכמה כל הנעשה תחת השמים. דאס הייסט נישט אלץ נפלאות הבורא. סתם וויסן און דערגיין. אפילו ס'בלייבט גארנישט איבער, אבער בשעת מעשה האט דאך א מענטש הנאה דערפון. זאגט ער: הוא ענין רע נתן לבני אדם לענות בו. ווען א מענטש פלאגט זיך, קען מען נאך זאגן אז ער איז עוסק בישובו של עולם. אבער אויב ס'איז א חכמה וואס די בני האדם זענען מפריד אז דאס קומט פון אלקים. איז דאס אן ענין רע. דאס דערווייטערט.

המשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

רָאִיתִי אֶת כָּל הַמַּעֲשִׂים שֶׁנַּעֲשׂוּ תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ וְהִנֵּה הַכֹּל הֶבֶל וּרְעוּת רוּחַ

קודם מיינע דיוקים. ער זאגט: ראיתי את כל המעשים שנעשו. און ער האט דאך שוין געזאגט מה יתרון לאדם בכל עמלו שיעמול תחת השמש

ווייל פריער האט ער געקוקט אויפן אדם וואס עמל'ט, און ער האט געפרעגט מה יתרון. יעצט קוקט ער אויף די מעשים וואס עס איז שוין געטון געווארן; ראיתי את כל המעשים שנעשו. ביים אדם, בלייבט דער אדם, אבער ס'פרעגט זיך מה יתרון בכל עמלו תחת השמש; וואס האט ער דערפון. דא קוקט ער אויף די מעשים און ער זאגט הכל הבל ורעות רוח. רעות רוח, אז דאס עצם טראכטן ווי ווייט עס קען זיין אז מעשים וואס זענען געטון געווארן זאלן זיין אזוי הבל'דיג, אז:

מְעֻוָּת לֹא יוּכַל לִתְקֹן וְחֶסְרוֹן לֹא יוּכַל לְהִמָּנוֹת

ווי ער וואלט געזאגט: יא, יא, דאס איז הבל ורעות רוח. פרוביר נישט צו מאכן עפעס דערפון. ווייל דאס איז Gone.

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

וואס זאגט ער דא:

דִּבַּרְתִּי אֲנִי עִם לִבִּי לֵאמֹר אֲנִי הִנֵּה הִגְדַּלְתִּי וְהוֹסַפְתִּי חָכְמָה עַל כָּל אֲשֶׁר הָיָה לְפָנַי עַל יְרוּשָׁלִָם וְלִבִּי רָאָה הַרְבֵּה חָכְמָה וָדָעַת. יז וָאֶתְּנָה לִבִּי לָדַעַת חָכְמָה וְדַעַת הוֹלֵלֹת וְשִׂכְלוּת: יָדַעְתִּי שֶׁגַּם זֶה הוּא רַעְיוֹן רוּחַ. יח כִּי בְּרֹב חָכְמָה רָב כָּעַס וְיוֹסִיף דַּעַת יוֹסִיף מַכְאוֹב

וואס איז דאס? וואס ער האט אזוי גערעדט מיט זיין הארץ? וואס איז ער דא געוואויר געווארן? און ער ענדיגט: כי ברב חכמה רב כעס, ויוסיף דעת יוסיף מכאוב. און וואס האט דאס צו טון מיט וואס ער האט אנגעהויבן מה יתרון לאדם בכל עמלו?

און איך טראכט אויך וואס מיינט הגדלתי, און וואס מיינט הוספתי. אפשר קען מען זאגן: הגדלתי איז א לשון פון נוצן די חכמה וואס מ'האט, און עס פארגרעסערן. הוספתי איז צולייגן נייע חכמה. אקעי, גוט.

און וואס מיינט ולבי ראה הרבה חכמה ודעת? חכמה און דעת זעהט מען מיט די הארץ? נאר קען מען אפשר זאגן אז א חכם מאכט אז זיין הארץ זאל נישט אוועקשלעפן נאר צו חכמה. ער האט זיך אזוי אויסגעארבעט אז אפילו זיין הארץ איז געלאפן נאר נאך חכמה, אקעי.

און וואס מיינט: ואתנה לבי לדעת חכמה ודעת הוללות ושכלות. נאר ס'קען מיינען, וואס איז נוגע פאר מיר, אז ער האט געוואלט פארשטיין, וועלכע אויפפירונג קומט פון חכמה, און וועלכע קומט פון הוללות ושכלות. זאגט ער ידעתי שגם זה הוא רעיון רוח דאס אליין צו וועלן וויסן וועלכע ס'קומט פון חכמה און וועלכע פון הוללות און שכלות, דאס אליין ברענגט הבל. רעיון רוח מיינט אזאך וואס פירט נישט אין ערגעץ. ס'האט נישט קיין חכמה אין זיך. ס'ברענגט נישט נענטער צו עבודת השי"ת. נאר פארקערט, ס'דערווייטערט. רעיון רוח מיינט: דו קענסט דאס נישט דערגיין אויף אן אופן אז דאס זאל נענטער ברענגען צו השי"ת.

וויאזוי ווייסט מען דאס, כי ברב חכמה רב כעס ווי מער חכמה א מענטש מיינט אז אזוי און אזוי קומט מען אן צו השי"ת אלץ מער כעס. איז וויאזוי קען זיין אז חכמה; אז א מענטש זאל וויסן וויאזוי צו ווערן נאנט צו השי"ת זאל גאר ברענגען כעס? נאר ווייל א מענטש אפילו ער וויל זיין אן ערליכער יוד, ער וויל זיין נאנט צו השי"ת קען ער זיך נישט פארלאזן אויף די אייגענע חכמה צו וויסן וויאזוי צו זיין ערליך. ווייל דאן וויל מען שוין אז ס'זאל גיין וויאזוי איך וויל, אבער נאר דער אייבערשטער קען פירן אויפ'ן גוטן וועג.

ויוסיף דעת יוסיף מכאוב זעהסט דאך אז ווי מער א מענטש מיינט אז ער ווייסט וויאזוי מ'איז אן ערליכער יוד, אלץ מער ווייטאג האט ער. ווייל דער אייבערשטער איז דער וואס ווייסט. און דער אייבערשטער איז דער וואס געט חכמה. א מענטש קען נישט וויסן וויאזוי זיך אוועקצושטעלן מיט יראת שמים, מיט אהבת ה', וכו', נאר דאס קומט פון הימל במתנה.

המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

קוהלת פרק ב

אָמַרְתִּי אֲנִי בְּלִבִּי, לְכָה נָּא אֲנַסְּכָה בְשִׂמְחָה וּרְאֵה בְטוֹב וְהִנֵּה גַם הוּא הָבֶל, לִשְׂחוֹק, אָמַרְתִּי מְהוֹלָל, וּלְשִׂמְחָה, מַה זֹּה עֹשָׂה

פון די לשון 'והנה גם הוא הבל' קוקט אויס אז לכה נא אנסכה בשמחה האט אין זיך עמל. נאך א זאך: וואס איז די אנסכה? וואס איז דאס בשמחה?

וואס עס איז שייך פאר מיר: (נישט אז אזוי איז די פשט) שמחה מיינט ער דא: זארגלאזיגקייט, אבער אויף אן אופן וואס דאס ברענגט נישט נענטער צום אייבערשטן. אנסכה בשמחה איז א סימבאל פון טון עפעס אין די אבוועזנהייט פון חכמה; זארגלאז. ווען א מענטש מישט צאם וואסער מיט וויין עס צו קענען טרינקען, קען עס האבן אין זיך די נוצן פון חכמה, ווייל ער וויל אויסרעכענען אז ס'זאל זיין פונקטליך. אנסכה איז א סימבאל פון אויסרעכענען מעשים מיט חכמה. זיין אויסגערעכנט. ציהלן צום פונקט מיט חכמה. אנסכה בשמחה איז אנדערש ווי אנסכה בחכמה.

דאס גייט ארויף אז ער האט געטראכט: לכה נא אנסכה בשמחה וראה בטוב אויב עס איז נישט דא א מקום צו טון מעשים לויט מיין חכמה, ווייל דער אייבערשטער געט אלעס במתנה, קען דאס ברענגען אז מ'זאל מיינען אז די "שמחה" וואס מ'האט אן די וועזנהייט פון חכמה, אז דאס ברענגט נענטער צום אייבערשטן, דהיינו: וראה בטוב און איך וועל זוכה זיין לחיי עולם הבא אן די אנוועזנהייט פון חכמה. אנסכה בשמחה וראה בטוב

די שמחה וואס ער רעדט קען נישט מיינען שמחה של מצווה, ס'מוז מיינען א שמחה וואס קומט ארויף אין א מענטש ווען מ'באנוצט זיך נישט מיט חכמה. זארגלאז. זאגט ער גם הוא הבל. פארוואס? ווייל דאס אליין אז איך האב געטראכט אנסכה בשמחה, דאס מיינט אז איך בין אין א בחינה פון לשחוק אמרתי מהולל דאס מיינט אז איך בין אוועקגעפארן פון ציען צו דביקות בה'. איך בין פון שחוק אנגעקומען צו מהולל.

בעצם זיין זארגלאז, וואלט מען געקענט זיין זארגלאז, ווייל השי"ת געט אלעס במתנה. נאר אויב מ'שפירט זיך אויף די דרגא פון לכה נא אנסכה בשמחה; אויף די דרגא פון די אבוועזנהייט פון חכמה, קומט דאס פון אויסטייטשן שחוק פאר מהולל.

און דאס זאגט ער נאכדעם: ולשמחה מה זו עושה. דאס הייסט: אז שמחה ברענגט נאנטער צום באשעפער. אבער נאר ווען דער מענטש פארשטייט אז "איך בין זארגלאז, ווייל דער אייבערשטער איז דא, און ער נעמט קער פון מיר, און ער געט זיך אפ מיט מיר, און ער וועט אלעס טון פאר מיר, וכו'" אבער מ'זעהט זיך אויף דער בחינה פון לכה נא אנסכה בשמחה, אויב מ'זעהט זיך אויף די בחינה פון די אבוועזנהייט פון חכמה, נוצט נישט דער מענטש אויס די שמחה פאר עבודת השי"ת. ולשמחה מה זו עושה? ס'הערט זיך אויף דאס נוצן דערפון.

א השתוקקות אז דער אויבערשטער זאל משפיע זיין חכמה דארף זיין.

המשך יבוא אי"ה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

ג תַּרְתִּי בְלִבִּי, לִמְשׁוֹךְ בַּיַּיִן אֶת בְּשָׂרִי; וְלִבִּי נֹהֵג בַּחָכְמָה, וְלֶאֱחֹז בְּסִכְלוּת עַד אֲשֶׁר אֶרְאֶה אֵי זֶה טוֹב לִבְנֵי הָאָדָם אֲשֶׁר יַעֲשׂוּ תַּחַת הַשָּׁמַיִם, מִסְפַּר יְמֵי חַיֵּיהֶם.

די מערסטע וואס איך וויל עס מפרש זיין לויט מיין גאר קליינעם שכל וואס עס איז נוגע פאר מיר, איז אזוי: אז ס'איז צעטיילט אויף צוויי, ס'דא עמל התורה, מ'פלאגט זיך צו וויסן וויאזוי דער אייבערשטער וויל אז איך זאל מיך פירן אויף דער וועלט; די לעבן וואס איך האב שוין; די לעבן וואס איך בין שוין; די לעבן וואס השי"ת פירט מיך צו, דער עמל בלייבט דאך, ווייל דאס ברענגט צו דביקות בה', דאס איז נישט תחת השמש. דא האט זיך שלמה המלך געוואלט פלאגן מיט א צווייטע זאך, און דאס איז אז ער האט געוואלט פארשטיין וועכע זאכן זאלן מענטש צולייגן פון דער וועלט, און עס זאל אים בלייבן א נוצן פאר יענע וועלט.

ער זאגט: למשוך ביין את בשרי דאס מיינט אז איך זאל ווערן מאטיווירט פון דברים בעולם הזה; יין; נוצן דברים תחת השמים, דאס הייסט וואס בלייבט טאמער א מענטש נוצט דברים תחת השמים ווייל ער וויל מאכן אז מענטשן זאלן וויסן וויאזוי צוצוקומען צו דביקות בהשי"ת. וואס וועט זיין אויב א מענטש וועט איינפלאנצן כרמים, ער לייגט אריין עמל, אבער נישט ווייל ער דארף די כרמים, נאר ווייל ער וויל זיך מדבק זיין דורכדעם אין עבודת השי"ת אז ס'זאל זיין גוט בעולם הבא. דאס מיינט: ולבי נוהג בחכמה

הִגְדַּלְתִּי, מַעֲשָׂי: בָּנִיתִי לִי בָּתִּים, נָטַעְתִּי לִי כְּרָמִים די סיבה פארוואס ער האט געטון דעם עמל איז: ווייל ער האט געוואלט זיך אויסלערנען די בעסטע וועג וויאזוי מענטשן קענען דורכדעם צוקומען לדביקות הבורא ב"ה. און די זעלבע: ה עָשִׂיתִי לִי, גַּנּוֹת וּפַרְדֵּסִים; וְנָטַעְתִּי בָהֶם, עֵץ כָּל-פֶּרִי. ער האט זיך נישט געפלאגט צו האבן גנות ופרדסים; ער האט נישט געדארפט די עץ כל פרי וואס ער האט נוטע געווען אין זיי, ער האט געוואלט ס'זאל אים איבערבלייבן די מהלך וויאזוי צוצוקומען צום אייבערשטען אפילו דורך פלאנצן גנות ופרדסים.

הגדלתי מעשי מיינט: איך האב צוגעלייגט צו די וועגן וואס השי"ת געט געווענליך פאר א מענטש, כדי דער מענטש זאל פון דעם אויך קענען צוקומען צו מער עולם הבא; מער דביקות בה'. בניתי לי בתים מיינט: א מענטש האט א הויז וואס געט אים א געלעגנהייט צוצוקומען צו השי"ת, ער האט אבער געוואלט צולייגן נייע מעשים שתחת השמים, נישט נאר פאר זיך, נאר כדי מענטשן זאלן דאס קענען נוצן צוצוקומען מער צו השי"ת. און די זעלבע איז מיט נטעתי לי כרמים

און די זעלבע זאך: ו עָשִׂיתִי לִי, בְּרֵכוֹת מָיִם לְהַשְׁקוֹת מֵהֶם, יַעַר צוֹמֵחַ עֵצִים א יער צומח עצים איז א סימבאל פון פלעצער וואס מ'האט קיינמאל נישט געקלערט אז מ'קען דאס נוצן פאר עבודת השי"ת. אבער ער האט געמאכט: ברכות מים להשקות מהם אז אפילו מיט א יער צומח עצים דארט זאל אויך אריינפליסן "וואסער" און פון דארט זאל מען אויך קענען נוצן לעבודת השי"ת.

ווייל שלמה המלך האט פארשטאנען כי אין יתרון לאדם בכל עמלו, האט ער געוואלט נעמען אלע מעשים, און עס אזוי מאכן אז וויפיל עמל מ'טוט יא זאל בלייבן א יתרון לאדם. דאס איז געווען זיין עמל.

און אזוי ווייטער: קָנִיתִי עֲבָדִים וּשְׁפָחוֹת, וּבְנֵי-בַיִת הָיָה לִי ער האט קונה געווען די עבדים ושפחות און די בני בית, כדי אויפצוכאפן; לראות וויאזוי א מענטש זאל פון אלעם קענען זיך אזוי בלייבן א יתרון. וויאזוי קען מען קונה זיין עבדים ושפחות, און האבן בני בית; לאחוז בסכלות און דאך מאכן דערפון עפעס. ער האט נישט געקענט ווי מ'זאגט צוקוקען אז עמל אין לו יתרון.

און די זעלבע: גַּם מִקְנֶה בָקָר וָצֹאן הַרְבֵּה הָיָה לִי, מִכֹּל שֶׁהָיוּ לְפָנַי בִּירוּשָׁלִָם ער האט נישט געדארפט די מקנה בקר וצאן, נאר כדי צו כאפן וויאזוי מ'קען ווי מ'זאגט אוחז זיין בסכלות, און דאך עס נוצן אז ס'זאל בלייבן א יתרון. און אזוי אויך מיט: ח כָּנַסְתִּי לִי גַּם-כֶּסֶף וְזָהָב, וּסְגֻלַּת מְלָכִים וְהַמְּדִינוֹת; עָשִׂיתִי לִי שָׁרִים וְשָׁרוֹת, וְתַעֲנֻגוֹת בְּנֵי הָאָדָם--שִׁדָּה וְשִׁדּוֹת. וויאזוי קען א מענטש יא האבן תענוגים, און טאקע פון דעם עס נוצן לעבודת השי"ת. אז ס'זאל בלייבן א יתרון

ט וְגָדַלְתִּי וְהוֹסַפְתִּי, מִכֹּל שֶׁהָיָה לְפָנַי בִּירוּשָׁלִָם; אַף חָכְמָתִי, עָמְדָה לִּי. ער וויל זאגן אז: וויאזוי טאקע האב איך געקענט מיך צעוואקסן, און פארמערן, ווייל איך האב מיין חכמה נישט אוועקגעווארפן. ראשית חכמה יראת ה', אזוי ווי איינער זאגט: און אויך מיין חכמה איז מיר געשטאנען צו די האנט. איך האב דאס אגאנצן צייט גענוצט. דאס מיינט: אויב ווילסטו מיר נאכמאכן זאלסטו געדענקען: אף חכמתי עמדה לי.

י וְכֹל אֲשֶׁר שָׁאֲלוּ עֵינַי, לֹא אָצַלְתִּי מֵהֶם אזוי ווייט, אז ס'איז מיר טאקע געלונגען, איך האב געטראפן א מהלך וויאזוי מ'קען דאס מאכן, אז מ'קען טון וואס מ'וויל, און פון אלעם זאל בלייבן א יתרון לעבודת השי"ת. אז די עיני זאלן נאר וועלן זאכן וואס מ'קען בלייבן דערמיט.

לֹא-מָנַעְתִּי אֶת-לִבִּי מִכָּל-שִׂמְחָה, כִּי-לִבִּי שָׂמֵחַ מִכָּל-עֲמָלִי, וְזֶה-הָיָה חֶלְקִי, מִכָּל-עֲמָלִי און אויך די הארץ הייבט אן ארבעטן אויף אזא וועג, אז וואס מ'וויל, וויל זיך שמחה, דהיינו דביקות בהשי"ת. כי לבי שמח מכל עמלי וויאזוי ווייס איך אז ס'איז געווען די ריכטיגע שמחה, זאגט ער ווייל מיין הארץ האט זיך געפריידט מיט די עמל מיינעם, וזה היה חלקי מכל עמלי דאס מיינט אז שמחה; דביקות בה, דאס איז געווען מיין חלק, וואס נאר דערפאר האב זיך מיין הארץ משמח געווען, ווייל אויב איך וואלט נישט געטון נאר סכלות; זיך נאכגעבן תאוות חלילה, וואלט מיין הארץ נישט געווען פרייליך מיט מיין עמל, ווייל מ'קען נישט זיין פרייליך מיט עולם הזה.

וּפָנִיתִי אֲנִי, בְּכָל-מַעֲשַׂי שֶׁעָשׂוּ יָדַי, וּבֶעָמָל, שֶׁעָמַלְתִּי לַעֲשׂוֹת; וְהִנֵּה הַכֹּל הֶבֶל וּרְעוּת רוּחַ, וְאֵין יִתְרוֹן תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ דאס מיינט אז צוליב א סיבה - באלד וועל איך פרובירן זעהן צו איך קען פארשטיין די סיבה - אבער צוליב א סיבה, איז מיר גארנישט געבליבן דערפון. און איך מיין אז די תירוץ איז אין קומענדיגן פסוק: וּפָנִיתִי אֲנִי לִרְאוֹת חָכְמָה, וְהוֹלֵלוֹת וְסִכְלוּת: כִּי מֶה הָאָדָם, שֶׁיָּבוֹא אַחֲרֵי הַמֶּלֶךְ, אֵת אֲשֶׁר-כְּבָר, עָשׂוּהוּ

ופניתי אני מיינט: וואס איז געווען די 'ופניתי אני' וואס האט מיך געמאכט איינזעהן אז הכל הבל ורעות רוח ואין יתרון אפילו פון אזא סארט עמל, זאגט ער: איך האב אריינגעטראכט אין חכמה, און אין סכלות. און איך האב איינגעזעהן אז נאר וואס השי"ת שטעלט צו פארן מענטש, אז דאס און אין דעם זאל ער עוסק זיין, נאר דאס בלייבט איבער, דאס זאגט ער: כי מה האדם שיבוא אחר המלך את אשר כבר עשוהו א מענטש קען נישט מאכן נייע וועגן וויאזוי צוצוקומען צו דביקות בה'. נאר וואס דען, דער אייבערשטער מאכט אז א מענטש זאל מוזן חתונה האבן מיט יענעם און יענעם, מוזן בויען די און די הויז, איינפלאנצן די און די גערטנער, האבן די און די געלט, האבן דעם און דעם תענוג, ווייל דאס איז אלעס ניצוצות הקדושים וואס השי"ת האט באשאפן נאר ס'איז אראפגעפאלן און מ'דארף דאס אויפהייבן. אבער וואס איז א מענטש; מה האדם, וואס קען זיך מאכן נייע ניצוצות הקדושים, אז א מענטש זאל זיך דאכטן אז ער דארף דא פארן, און דארט פארן, און דאס האבן, און יענץ האבן, ווייל ער וויל מיט דעם דינען השי"ת, ווייל ער וויל מיט דעם אויפהייבן ניצוצות הקדושים. דאס איז שוין עפעס נייע זאכן; דאס איז שוין תחת השמש ואין יתרון תחת השמש.

המשך יבוא אי"ה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

וְרָאִיתִי אָנִי, שֶׁיֵּשׁ יִתְרוֹן לַחָכְמָה מִן הַסִּכְלוּת כִּיתְרוֹן הָאוֹר, מִן-הַחֹשֶׁךְ.

יד הֶחָכָם עֵינָיו בְּרֹאשׁוֹ, וְהַכְּסִיל בַּחֹשֶׁךְ הוֹלֵךְ; וְיָדַעְתִּי גַם-אָנִי, שֶׁמִּקְרֶה אֶחָד יִקְרֶה אֶת-כֻּלָּם.

טו וְאָמַרְתִּי אֲנִי בְּלִבִּי, כְּמִקְרֵה הַכְּסִיל גַּם-אֲנִי יִקְרֵנִי, וְלָמָּה חָכַמְתִּי אֲנִי, אָז יֹתֵר; וְדִבַּרְתִּי בְלִבִּי, שֶׁגַּם-זֶה הָבֶל.

טז כִּי אֵין זִכְרוֹן לֶחָכָם עִם-הַכְּסִיל, לְעוֹלָם: בְּשֶׁכְּבָר הַיָּמִים הַבָּאִים, הַכֹּל נִשְׁכָּח, וְאֵיךְ יָמוּת הֶחָכָם, עִם-הַכְּסִיל.

איך פיהל אז אויב איך וואלט געקענט מער לערנען, וואלט איך מער געקענט פארשטיין (עכ"פ לויט מיין קליינע השגה, און יעדער מעג אריינלערנען פשט, ווי איך האב מיך שוין פארענטפערט אויבן) וואס דא גייט פאר.והכסיל בחשך הולך

די וועג וויאזוי א חכם נאך דערצו חכם מכל האדם, לעבט זיין לעבן איז אז ער פארשטייט, און פרובירט, און זעהט איין אז ניין, ס'ארבעט נישט, ער פרובירט אויס אן אנדערע קלוגערע מהלך, און זעהט ווייטער אז ניין, דאס ארבעט אויך נישט, ביז ער קומט צו צו א מהלך וואס ארבעט יא. קהלת, עכ"פ פאר מיין השגה, איז עפעס אזא: מיין Journey צו מיין אנדעקונג. ער פארציילט זיין - פאר מיין השגה, איך רעד נישט פון די עכטע סודות וואס ליגן דערין. איך רעד פאר מיין השגה - שטורמישע דורכגאנג ביז ער צוגעקומען צו א מהלך וואס ארבעט יא.

א חכם טראכט. א חכם קען נישט טון סתם אבי געטון. א חכם זעהט. (דא באנוץ איך מיך אויך מיט וואס איך האב געהערט פון ר' שרגא פליישמאן שיחי' לחיים ימים טובים ארוכים.

איינע פון די עמלים פון א אדם , תחת השמש איז, אז ער שפירט אז ס'לוינט זיך אים מורא צו האבן פון די מקרה הכסיל. ווייל אויב ער גייט מורא האבן פון די מקרה הכסיל; כְּמִקְרֵה הַכְּסִיל גַּם-אֲנִי יִקְרֵנִי, גייט זיין חכמה; זיין עבודת השם האבן א יתרון. דעמאלטס גייט עס זיין עפעס א זאך. ווייל אזוי ווי א מענטש נוצט חושך כדי די אור זאל האבן א יתרון. אזוי אויך וויל א אדם נוצן סכלות; זיך פחד'נען פון מקרה הכסיל, כדי זיין חכמה זאל האבן א יתרון. און חכמה מיינט ער דא ווארשיינליך דביקות הבורא, טרעפן אין זיך אמיתת מציאות ית"ש.

דער אדם זעהט אז כסיל בחושך הולך, און ער ווייסט שֶׁמִּקְרֶה אֶחָד יִקְרֶה אֶת-כֻּלָּם; דהיינו, ער הייבט אן טראכטן פון יעדעם. יעדער קומט ארויף אויפ'ן עולם האמת. ער נעמט יעדעם אריין צו אפמעסטן זיין דביקות הבורא; זיין ענדגילטיגער תכלית. דאס שאפט אין אים א פחד, וואס דאס שאפט אן עמל. און דאס איז: כְּמִקְרֵה הַכְּסִיל גַּם-אֲנִי יִקְרֵנִי, וְלָמָּה חָכַמְתִּי אֲנִי, אָז יֹתֵר , אז ער זאל צושטעלן זיין עבודת השם לויט יענעמ'ס סכלות. טראכטנדיג אז אזוי וועט ער האבן א יתרון. אז ס'האט עפעס צו טון מיט יענעם.

די פחד פון כְּמִקְרֵה הַכְּסִיל גַּם-אֲנִי יִקְרֵנִי, וְלָמָּה חָכַמְתִּי אֲנִי, אָז יֹתֵר טוט א אדם, ווייל ער וויל אז זיין חכמה זאל האבן א יתרון. זאגט ער: וְדִבַּרְתִּי בְלִבִּי, שֶׁגַּם-זֶה הָבֶל אזא עמל איז הבל. פארוואס? כִּי אֵין זִכְרוֹן לֶחָכָם עִם-הַכְּסִיל, לְעוֹלָם אויב א מענטש זוכט דעם אייבערשטן, האט ער גארנישט פון טראכטן פון יענעם; פון כְּמִקְרֵה הַכְּסִיל גַּם-אֲנִי יִקְרֵנִי. פארוואס? כי אין זכרון לחכם עם הכסיל לעולם. ווייל די רגעים וואס דער אדם איז עוסק אינעם פחד כְּמִקְרֵה הַכְּסִיל גַּם-אֲנִי יִקְרֵנִי איז ער נישט עוסק אין חכמה. בְּשֶׁכְּבָר הַיָּמִים הַבָּאִים, הַכֹּל נִשְׁכָּח ווען די קומענדיגע טעג וועלן שוין זיין א געוועזנהייט, הכל נשכח.

פון די מחשבות: איך בין אן ערליכער יוד, ווייל יענער איז א כסיל, דאס בלייבט נישט. נאר די דביקות הבורא אליין בלייבט. ואיך ימות החכם עם הכסיל וואס האסטו מיט יענעם?

מיתה איז א אויסדרוק פון די ענדגילטיגע פראדוקט. די ענדגילטיגער פראדוקט האט מען גארנישט, נאר וויפיל דביקות הבורא מ'האט.

יעצט לאמיר עס אריינטייטשן אין די פסוקים.

וְרָאִיתִי אָנִי, און איך האב געזעהן שֶׁיֵּשׁ יִתְרוֹן לַחָכְמָה אז חכמה קען האבן א יתרון מִן הַסִּכְלוּת ווען מ'שטעלט עס צו צו יענעמ'ס סכלות. כִּיתְרוֹן הָאוֹר אזוי ווי אור האט א יתרון מִן הַחֹשֶׁךְ אז מ'שטעלט עס צו צו חושך.

יד הֶחָכָם עֵינָיו בְּרֹאשׁוֹ, דעם חכמ'ס אויגן ווערט מער אנגעזעהן אין זיין קאפ וְהַכְּסִיל בַּחֹשֶׁךְ הוֹלֵךְ ווען דער כסיל גייט בחושך. וְיָדַעְתִּי גַם אָנִי און אויך האב איך געוואוסט, שֶׁמִּקְרֶה אֶחָד יִקְרֶה אֶת-כֻּלָּם אז יעדער קומט אן צו א ענדגילטיגער פראדוקט. איך האב מיין חכמה געשאצט לויט יעדעם.

טו וְאָמַרְתִּי אֲנִי בְּלִבִּי דאס האט מיר געמאכט זיך זארגן און זיין פארנומען, דהיינו עמל. פון כְּמִקְרֵה הַכְּסִיל גַּם-אֲנִי יִקְרֵנִי וְלָמָּה חָכַמְתִּי אֲנִי, אָז יֹתֵר אז איך זאל זיך שטארקן אין חכמה און די יתרון וועט זיין כדי נישט צו האבן די מקרה הכסיל. וְדִבַּרְתִּי בְלִבִּי, שֶׁגַּם-זֶה הָבֶל. אבער איך האב דאס אויך פארשטאנען אלץ עמל והבל.

טז כִּי אֵין זִכְרוֹן לֶחָכָם עִם-הַכְּסִיל, לְעוֹלָם ווייל חכמה; דביקות הבורא ווייל יענער איז געווען א כסיל האט גארנישט אין זיך בְּשֶׁכְּבָר הַיָּמִים הַבָּאִים ווען די קומענדיגע טעג וועלן שוין זיין א געוועזנהייט הַכֹּל נִשְׁכָּח גייט גארנישט בלייבן פון אזא חכמה; פון אזא דערגרייכונג. וְאֵיךְ יָמוּת הֶחָכָם עִם הַכְּסִיל און קען דען זיין אז א חכם זאל שטארבן אלץ א חכם; אלץ א עובד השם, ווייל יענער איז געווען א כסיל?

אדער קען מען זאגן:

וְרָאִיתִי אָנִי, און איך האב געזעהן שֶׁיֵּשׁ יִתְרוֹן לַחָכְמָה אז חכמה; ווי ווייט איך בין א עובד ה', קען האבן א יתרון מִן הַסִּכְלוּת ווען מ'שטעלט עס צו צו יענעמ'ס סכלות. כִּיתְרוֹן הָאוֹר אזוי ווי אור האט א יתרון מִן הַחֹשֶׁךְ אז מ'שטעלט עס צו צו חושך. נישט אז איך בין באמת א עובד ה', נאר איך בין אן ערליכער יוד, ווייל יענער איז א כסיל.

יד הֶחָכָם עֵינָיו בְּרֹאשׁוֹ, דעם חכמ'ס אויגן ווערט מער אנגעזעהן אין זיין קאפ וְהַכְּסִיל בַּחֹשֶׁךְ הוֹלֵךְ ווען דער כסיל גייט בחושך. וְיָדַעְתִּי גַם אָנִי און אויך האב איך געוואוסט, שֶׁמִּקְרֶה אֶחָד יִקְרֶה אֶת-כֻּלָּם אז אלע רעלאטיווע דערגרייכונגען ווערן אויס ווען א מענטש שטארבט.

טו וְאָמַרְתִּי אֲנִי בְּלִבִּי דאס האט מיר געמאכט זיך זארגן פון כְּמִקְרֵה הַכְּסִיל גַּם-אֲנִי יִקְרֵנִי וְלָמָּה חָכַמְתִּי אֲנִי, אָז יֹתֵר אז מיין חכמה האט נישט קיין יתרון, ווייל ס'איז נאר רעלאטיוו צום כסיל וְדִבַּרְתִּי בְלִבִּי, שֶׁגַּם-זֶה הָבֶל. און דאס האט מיר געמאכט איינזעהן אז אזא חכמה איז הבל.

טז כִּי אֵין זִכְרוֹן לֶחָכָם עִם-הַכְּסִיל, לְעוֹלָם ווייל חכמה; דביקות הבורא ווייל יענער איז געווען א כסיל האט גארנישט אין זיך בְּשֶׁכְּבָר הַיָּמִים הַבָּאִים ווייל מה דאך נאך אפאר טאג, הַכֹּל נִשְׁכָּח בלייבט גארנישט פון אזא חכמה; פון אזא דערגרייכונג. א חכמה ביחס צום כסיל בלייבט נישט, וְאֵיךְ יָמוּת הֶחָכָם עִם הַכְּסִיל קען דען זיין אז א חכם זאל שטארבן אלץ א חכם; אלץ א עובד השם, ביחס ווייל יענער איז געווען א כסיל?

והשם הטוב יעזור המשך יבוא אי"ה.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום זונטאג יולי 28, 2019 4:46 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שרייבסט דאך אזוי צו דער זאך! ס'מיר א פלא אז כ'בין די ערשטע צו קאמענטירן אויף דעם אשכול.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”