מצלמה האט געשריבן:זיי זענען נישט קין קאמוניסטן. ניטאמאל סאושליסטן.
זיי האבן פשוט אלטמאדישע קנאה צום עושר וועלכער פארט פוירסט קלאס, שטענדיג עולה שלישי / מפטיר און באקומט די שענסטע הקפה וכו׳
איז ער נאך אין אלע הנהלות / באורדס / חברי הנהלה פון די ישיבה, נואם הכבוד / רודף צדקה וחסד אווארד וכו׳ וכו׳
יא. מ׳פארגינט אים נישט.
יעדער איינער עקסטער פארגינט דעם עושר מיט זיין גאנצע הארץ, קיינעם האט נישט געבאדערט אז ער וויל טאנצן די שיינע הקפה און עולה זיין די שיינע עלי' וכדומה, נאר ווען דער עושר קומט און טיילט איין וויפיל געלט מען זאל צאלן שכר לימוד, דא הייבט מען אן צו טייטלען מיט די פינגער, ווייל ער האט געלט און ער קען זיך עס אפארדן דארף איך נישט בלוטיגן צו שטיין אויף זיין זטאנדארט פונקט ווי איך קויף נישט מפטיר יונה.
יעדער קוקט פון זיינע ברילן, דעריבער זעט נישט דער עושר קיין פראבלעם אין הייבן רענט און שכר לימוד, (און אפשר דעריבער קלערסטו אז איינער דא איז מקנא דעם עושר) טראצדעם וואס אויב ווילסטו רעדן איבער קאפיטאליזם, קאמוזנים, און סאצעאליזם, וויאזוי עס בעדארף זיך צו פירן ביי כלל ישראל דאן עפן ביטע א אשכול פאר די נושא ואשתדל לענותך.