וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו מ'לאזט נישט בויען קיין וואנט, סיז נישטא קיין פיזישע גרעניצן אויף געוויסע פלעצער וואס זאל אפהאלטן א מענטש פון אריבערגיין די גרעניץ... און יעצט ווילסטו אוועקנעמען די שטראף דערפון, און נאך גיבן העלט קעיר פאר די וואס קומען... אבער דאס הייסט נישט קיין אפענע גרעניצן... סארי, נאן-סענס!
די אויסדרוק "נאן-סענס" קומט אריין נאר בנוגע א סברא (טעאריע) וואס איז אדער יא מסתבר (מאכט סענס) אדער נישט מסתבר (מאכט נישט סענס), א מציאות איז אבער א מציאות אפגעזען צו ס'מאכט סענס צו דיר אדער נישט.
אויב דו ווילסט דעבאטירן צו "די סברא זאגט" אז די אויבנדערמאנטע פאליסיס זענען "גורם" אז מער מענטשן זאלן אריינקומען קען מען רעדן, אבער די מציאות (אויף וואס קיינער איז נישט מחולק אז דאס איז די מציאות, ועיין בהתגובה של פעיק ניוס דלעיל) איז אז זיי זענען נישט "אין שטיצע פון אפענע גרעניצן", ופשוט הוא.
און צו דיר פעיק ניוס זאג איך, יא, דאס איז געווען די דעבאטע, ווארום ס'איז געווען וויכטיג מאכער'ס אייגענע בחירה צו ער זאל שרייבן אז "זייערע פאליסיס זענען גורם אז מער זאל'ן אריינקומען" אדער אז "זיי שטיצן אפענע גרעניצן" און ער האט אויסגעקליבן דאס צווייטע (און ער וויל נאך אלס נישט צוריקבעקן)...