לא לחכמים לחם - פארוואס זענען נאר עשירים אין טשארדזש פונעם היימישען ציבור?!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:07 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:צ"ק:
ווייל בלויז זיי קענען קאווערן די באנק.

מיט די געלטער פון די ארימעלייט...


אודאי, די ארימעלייט האבן דאך אזויפיל געלט, וואס דורך דעם ווערט דער עושר רייך.

איך האב אמאל געהערט נאכזאגן כ'מיין פון בען שפירא, אדער א צווייטער פרעדיגער, שרייענדיג אקעגן די דעמאקראטישער ליבעראלן, הערטס אויף צו זאגן אז ביל געיטס איז רייך געווארן דורך גנב'נן פון די האומלעס, ווייל די האומלעס האבן נישט קיין געלט וואס מ'קען גנב'נן. ודפח"ח.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:08 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:לאמיר אביסל אויסשמועסן

אן אריינגיין צו סאך, אבער די עשירים זיי זענען די וואס קויפן אפ די זכותים אין בניני הקהלה והמוסדות,


נו וואדע, אבער דו ווייסטעך אז דאס געלט קומט למעשה פון מיר און דיר...

גערעכט אבער אונטערשטע שורה דארפן מיר אנקומען צו זיי און זיי דארפן נישט אנקומען צו אונז.
וואס ווילסט מאכן מארגן א חרם מזאל נישט אריינגייין קויפן ביים ראש הקהלס גראסערי, מאך בכבוד גדול אבער דו וועעסט בלייבן מיטן כבוד און ער מיט די געלט וכן הלאה
זייז ענען שטערקער פון אונז.

אבער ווי געשריבן נישט דא שטעקט די פראבלעם, די פראבלעם ליגט העכער (למעלה בקודש)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:10 pm

איינס האט געשריבן:אבער אז מרעדט שוין יא א קליינע ליסט פון תקנות וואס וואלט געמעגט ווערן ארויפ געבערענט ביים טישל פון די טובי הקהלה און אריבער גיין א גרינטליכע אויספארשונג פארוואס האלט דאס דא און איינשטעלן תקנות דאס צו פארבעסערן

  1. בראש וראשונה
    חסידישע האוזינג סיסטעם - די קאנטראלירטע מארקעט ביי געוויסע ווען מזאל דאס שטעלן אויפן פלאץ און גורם זיין אז מיר זאלן קענען קויפן א הויז פאר 100 אלפים (ככל היהודים בית החסידים) מיט א מארטגעדזש פון 1000 דאלער פלאס טעקס, איז נישטא קיין פראבלעם פון גארנישט כמעט... (שוין לאמיר נישט אריינקריכן און דעבאטירן דא דעם נושא, כבודו במקומו מונח און לאמיר זיך הלאטן צום נושא. און לאמיר גיין צום צווייטן פראבלעם)
  2. חסידישע האוזינג סיסטעם
  3. חסידישע האוזינג סיסטעם
  4. חסידישע האוזינג סיסטעם
  5. חסידישע האוזינג סיסטעם
  6. חסידישע האוזינג סיסטעם
  7. חסידישע האוזינג סיסטעם
  8. חסידישע האוזינג סיסטעם
  9. חסידישע האוזינג סיסטעם
  10. חסידישע האוזינג סיסטעם
  11. חסידישע האוזינג סיסטעם
  12. חסידישע האוזינג סיסטעם
  13. חסידישע האוזינג סיסטעם
  14. חסידישע האוזינג סיסטעם
  15. חסידישע האוזינג סיסטעם
  16. חסידישע האוזינג סיסטעם
  17. חסידישע האוזינג סיסטעם
  18. און דענאך די אנדערע...

;l;p- ריזיג גוט ארויסגעברענגט.
די פראבלעם איז ריזיג און די ווייטאג און פיין איז נאך גרעסער. איך זעה נישט אויפן האריזאנט אן עצה וואס איז שוה לכל (עכ"פ לרוב). :cry: :x :cry: :x :-(
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:11 pm

דערנאך איז דא א גרויסע טעות ווען א ריעל עסטעיט מאגנאט אדער א געלונגענע מארגעדש בראקער לייף אינשורענס וואטעווער הייבט אן פירן א מוסד, זיי האבן נישט קיין עקספיריענס אין בעלענסן א בודשעט, באצאלן פעיראל וכו'. די איינציגסטע וואס זיי פארשטייען איז שינדן הויט צו דעקן זייערע לעכער, און בארעדן די המון עם וואס קא'אפערירט נישט מיט זייער גיט הארציגקייט, אויף צו העכערן שכר לימוד דארף מען זיי נישט האבן, עני שחור מיט א שטינערנע הארץ קען זיין אדמיניסטרעיטאר, נישט נאר זיין גארד ביי די טיר.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:11 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:צ"ק:
ווייל בלויז זיי קענען קאווערן די באנק.

מיט די געלטער פון די ארימעלייט...


אודאי, די ארימעלייט האבן דאך אזויפיל געלט, וואס דורך דעם ווערט דער עושר רייך.

סאיז נישט די פוניט דא

אבער אויף דעם וואס דו זאגסט:
צו ווערן א עושר דארף מען נישט בגנבענן עשירים מיט געלט, צו ווערן רייך פון בגנבנען עשירים איז גענוג צו גנבנען פון איין עושר
רייך ווערט מען ווען מען בגנבעט אסאך עניים וואס האבן נישט קיין סאך געלט, סאיז דא גענונג און נאך עניים צו באגנבנען צו ווערן רייך און נאך איבערלאזן גענוג עניים פאר זיין חבר
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:15 pm

קו הישר האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אבער אז מרעדט שוין יא א קליינע ליסט פון תקנות וואס וואלט געמעגט ווערן ארויפ געבערענט ביים טישל פון די טובי הקהלה און אריבער גיין א גרינטליכע אויספארשונג פארוואס האלט דאס דא און איינשטעלן תקנות דאס צו פארבעסערן

  1. בראש וראשונה
    חסידישע האוזינג סיסטעם - די קאנטראלירטע מארקעט ביי געוויסע ווען מזאל דאס שטעלן אויפן פלאץ און גורם זיין אז מיר זאלן קענען קויפן א הויז פאר 100 אלפים (ככל היהודים בית החסידים) מיט א מארטגעדזש פון 1000 דאלער פלאס טעקס, איז נישטא קיין פראבלעם פון גארנישט כמעט... (שוין לאמיר נישט אריינקריכן און דעבאטירן דא דעם נושא, כבודו במקומו מונח און לאמיר זיך הלאטן צום נושא. און לאמיר גיין צום צווייטן פראבלעם)
  2. חסידישע האוזינג סיסטעם
  3. חסידישע האוזינג סיסטעם
  4. חסידישע האוזינג סיסטעם
  5. חסידישע האוזינג סיסטעם
  6. חסידישע האוזינג סיסטעם
  7. חסידישע האוזינג סיסטעם
  8. חסידישע האוזינג סיסטעם
  9. חסידישע האוזינג סיסטעם
  10. חסידישע האוזינג סיסטעם
  11. חסידישע האוזינג סיסטעם
  12. חסידישע האוזינג סיסטעם
  13. חסידישע האוזינג סיסטעם
  14. חסידישע האוזינג סיסטעם
  15. חסידישע האוזינג סיסטעם
  16. חסידישע האוזינג סיסטעם
  17. חסידישע האוזינג סיסטעם
  18. און דענאך די אנדערע...

;l;p- ריזיג גוט ארויסגעברענגט.
די פראבלעם איז ריזיג און די ווייטאג און פיין איז נאך גרעסער. איך זעה נישט אויפן האריזאנט אן עצה וואס איז שוה לכל (עכ"פ לרוב). :cry: :x :cry: :x :-(

א וודאי
איז דאס דען איינמאל דורכגעשמועסט געווארן מיט א הערנסטע אסיפה דורך די מנהיגי הקהלות
אויב עפעס אי געווען א אסיפה פון רביס מיט זייערער ראשי הקהלה וואס זיי זענען די בילדערס, אין אזא פלאץ הערט זיך בכלל נישט דעם קול דממה דקה פון דער פשוטער איד

אבער די עיקר איז אז סאיז לאו דוקא ביי דירו כן היא בכל דבר די אסיפות באשטייען פון די מענטשן וואס געבן איין זייט און מיר דארפן זיך פארלאזן אז זיי זענען גענוג געפיליש און ברענגען מצד עצמם אויך די אנדער זייט.

מדארף מנאר צולייגן אז דאס מיינט נישט אז זיי טוען נישט גארניטש א וואדי טען זיי אבער ווען סוואלט געווען א וואלן סיסטעם וואלט זאכן געגיינגען געשמירט(ער)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm

איך שמעק רעוואלוציע
דאס איז מסתמא די הונדערטסטע אשכול געפענט אויף דעם נושא. יעדעס מאל מיט אן אנדערען נאמען.
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:28 pm

סארקאזי האט געשריבן:איך שמעק רעוואלוציע
דאס איז מסתמא די הונדערטסטע אשכול געפענט אויף דעם נושא. יעדעס מאל מיט אן אנדערען נאמען.

אולי יחוס אולי ירחם אמאל אמאל געלונגט עס אויב די ראשי הקהלה וועלן מסכים זיין, שטייצעך)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:31 pm

farshlufen האט געשריבן:צ"ק:
ווייל בלויז זיי קענען קאווערן די באנק.


גערעכט, והדבר פשוט, אבער דאס מיינט טאקע אז דעם פשוטער איד טאר נישט האבן קיין ווארט?!

גיי אריין אין ביהמי"ד און וועסט הערן אז נאנט צו האלב ציבור בליטיגט זה בכה וזה בכה אז זיי דערהייבן נישט די לייף סטייל, ביי איינעם איז עס די גראסערי פרייזען ציליב מאנגעל אין קאמפטישען, ביי א צווייטען קעמפ, ביי א דריטען א לייטישע דירה, ביי א פערדן מצות, ביי א פיפטען שמחות, און די ליסטע איז לאנג..

איז מיין שאלה נאכאמאל, קען מען טאקע נישט טרעפן איינשטעדיגע עסקנים און אישי ציבור וואס זאלן פארטרעטען די האלב ציבור וואס איז נישט געבענטש מיט עשירות?!

זאל יעדע הנהלה זיין צוטיילט אין דריי, צוויי דריטעל עשירים און א דריטעל עמך אידן וואס מיטשען זיך צו קאווארען שכ"ל, קעמפ, טרעפן א דירה, זאלן די אידן אויך האבן א מיינוג ביים טיש.

יתכן אז מען קען טאקע נישט, מעגליך, אבער פארוואס נישט פראבירען?!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:34 pm

אנבעליוועבל וויזוי די לינק גענויגטע מהלך המחשבה אין חיי יום יום כאפט זיך נעבעך אריין צווישן די אוםציפרידענע היימישע המון עם.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:37 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:צ"ק:
ווייל בלויז זיי קענען קאווערן די באנק.

איז מיין שאלה נאכאמאל, קען מען טאקע נישט טרעפן איינשטעדיגע עסקנים און אישי ציבור וואס זאלן פארטרעטען די האלב ציבור וואס איז נישט געבענטש מיט עשירות?!
יתכן אז מען קען טאקע נישט, מעגליך, אבער פארוואס נישט פראבירען?!


לאמיר נעמען איין נושא
חתונה תקנות

מהאט שוין געטון און געטון, אבער הנוגע לעניננו לאמיר מאכן א פשוטע חשבון: א+ב=ג
א. אין קרית יואל איז דא א פארניטשער סטאר די ענד דאבליו זיי האבן פארקויפט פורניטשער פאר געפעפערטע פרייזן,
ב. מהאט געמאכט א אסיפה די ראשי הקהלה והעדה איבער חתונה תקנות און אויפגעשטעלט א צווייטע סטאר וואס זאל פארקויפן פאר ביליג פורניטשער
= ג. די בעלי בתים פון די ענד דאבעליו זענען נישט פון די ראשי הקהלה
(סאיז לדוגמא בעלמא איך ווייס נישט אויב איינע פון די שורות זענען אמת אבער די נקודה איז ריכטיג)
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:39 pm

איך האב געהערט פון א איד מיט אפאר דאלער וואס איז פון די הנהלה פון א גרויסע מוסדות, זאגט ער מיר אז ווען מען האט אים אויפגענומען צוזאמען מיט זיינע קאלעגן וואס האבן אויך געלט, איז געווען די איידיע אז ווען עס וועט זיך אויספעלן וועלן די הנהלה עס קאווערן פון זייער טאש, אבער זייענדיג ביים טישל האט ער איינגעזען אז ס'איז אים גרינגער צו משוגע מאכן און ארויס שלעפן פונעם ציבור ווי פון זיין אייגענע טאש

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:40 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:איך האב געהערט פון א איד מיט אפאר דאלער וואס איז פון די הנהלה פון א גרויסע מוסדות, זאגט ער מיר אז ווען מען האט אים אויפגענומען צוזאמען מיט זיינע קאלעגן וואס האבן אויך געלט, איז געווען די איידיע אז ווען עס וועט זיך אויספעלן וועלן די הנהלה עס קאווערן פון זייער טאש, אבער זייענדיג ביים טישל האט ער איינגעזען אז ס'איז אים גרינגער צו משוגע מאכן און ארויס שלעפן פונעם ציבור ווי פון זיין אייגענע טאש

און נאכאלטס ביים סוף יאר לייגן זיי אריין מער געלט וו אצווייטן אין קהלס קאסע
קיינמאל געזען אן שער בשם "שער הקהלה" אבער יא געזען פול שערים שער "ראש הקהל"
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

התבונני
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:40 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:אנבעליוועבל וויזוי די לינק גענויגטע מהלך המחשבה אין חיי יום יום כאפט זיך נעבעך אריין צווישן די אוםציפרידענע היימישע המון עם.

ויהי ממחרת: פון די עניים-הנהלה'ס שטאנדפונקט - מעגן די מלמדים און טיטשער'ס זיך אפלערנען פון די עניים-הנהלה וואס סטראגלען צו קענען דעקן דעם בודזשעט וכו' וכו' און אנפאנגען צו ארבעטן אומזיסט....
היתכן די מלמדים/מגי"ש/טיטשערס ווערן רייך אויפן חשבון פון די ארימע עלטערן....
#קאמוניזם אלערט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:41 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:אנבעליוועבל וויזוי די לינק גענויגטע מהלך המחשבה אין חיי יום יום כאפט זיך נעבעך אריין צווישן די אוםציפרידענע היימישע המון עם.

איך וואלט דיר געוואלט געבן אזאנס ;l;p- אבער נאכן ליינען די גאנצע זאך וואס דא גייט פאר גיב איך פאר "מיך" ענדערש אזאנס :oops:
א בושה אז אידן פירן זיך אזוי אויף... ניין! איך זיץ נישט אויף קיין שום קאסע/טיש, אבער איך בין א נארמאלע מענטש וואס קוקט נישט אן יעדן העכער מיר אז ער דא מיר אונטערצוברענגען.
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:42 pm

התבונני האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:אנבעליוועבל וויזוי די לינק גענויגטע מהלך המחשבה אין חיי יום יום כאפט זיך נעבעך אריין צווישן די אוםציפרידענע היימישע המון עם.

ויהי ממחרת: פון די עניים-הנהלה'ס שטאנדפונקט - מעגן די מלמדים און טיטשער'ס זיך אפלערנען פון די עניים-הנהלה וואס סטראגלען צו קענען דעקן דעם בודזשעט וכו' וכו' און אנפאנגען צו ארבעטן אומזיסט....
היתכן די מלמדים/מגי"ש/טיטשערס ווערן רייך אויפן חשבון פון די ארימע עלטערן....
#קאמוניזם אלערט

פארפארן...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:45 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:אנבעליוועבל וויזוי די לינק גענויגטע מהלך המחשבה אין חיי יום יום כאפט זיך נעבעך אריין צווישן די אוםציפרידענע היימישע המון עם.

איך וואלט דיר געוואלט געבן אזאנס ;l;p- אבער נאכן ליינען די גאנצע זאך וואס דא גייט פאר גיב איך פאר "מיך" ענדערש אזאנס :oops:
א בושה אז אידן פירן זיך אזוי אויף... ניין! איך זיץ נישט אויף קיין שום קאסע/טיש, אבער איך בין א נארמאלע מענטש וואס קוקט נישט אן יעדן העכער מיר אז ער דא מיר אונטערצוברענגען.

קיינער זאגט אז זיי זענען דא אונטערצו ברענגען אבער דאס איז זיכער אז יעדער טראכט קודם פון זיין אייגענע טאש
און ביים אסיפה פון קהל צו מינערן די הוצאות פון חתונה דורך אריינברענגען דיימאנד רינגס פאר קאסט פרייז איז דאס נישט אריבער ווייל דער ראש הקהל האט געטענהט אז סוועט נישט ארבעטן
נ.ב. דער ראש הקהל האט א דזשולערי סטאר.

קיינער זאגט נישט אז ער דארף שטופן אזא הצעה אדער אז ער איז נישט גערעכט אז סוועט נישט ארבעטן, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ווען דער קול פון די בעלי בתים וואלט זיך געהערט וואלט דאס נישט אראפ נאר נאכן דערגיין סאיז קען ארבעטן לטובת הקהל אדער נישט

דרך אגב מיין ראש הקהל ליייגט תפילין אויף די רעכטע האנט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:46 pm

אין די אלגעמיינע וועלט איז כמעט נישט פאראן אזא זאך אז מען עררייכט א קאמיוניטי לידערשיפ פאזיציע בלויז ווייל מען האט אסאך געלט.

אוודאי קען זיין צופעליג איינער וואס האט געלט און האט אויך די קוואליפיקאציעס, און עס איז מעלה פון איין זייט, אבער עס איז דא סיי רייכע און אויך דורכשניטליכע סוקסעספולע בירגער ביים רודער.

ביי אונז איז דאס טיילמאל אזוי מאדנע, אז 'פונקט' אלע האנדפול סאמע עשירים אין די געמיינדע האבן אויך די קוואליפיקאציע צו פארכאפן די געציילטע פאזיציעס פון 'חבר הנהלת -- -- ---'...
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:51 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:אין די אלגעמיינע וועלט איז כמעט נישט פאראן אזא זאך אז מען עררייכט א קאמיוניטי לידערשיפ פאזיציע בלויז ווייל מען האט אסאך געלט.

אוודאי קען זיין צופעליג איינער וואס האט געלט און האט אויך די קוואליפיקאציעס, און עס איז מעלה פון איין זייט, אבער עס איז דא סיי רייכע און אויך דורכשניטליכע סוקסעספולע בירגער ביים רודער.
'...

סאיז נישט אינגאמצאן ווייל אז איינער וויל לויפן צו זיין פרעזידענט דארף ער אויפטרייבן סכומים
נו ווער געבט איהם אויב נישט זיינע חברים וואס האבן געלט און זיי געבן "צדקה"
און על פי רוב איינער וואס האט חברים מיט געלט איז דאס ווייל ער אליין האט געלט.
נישט נאר אבער על פי רוב...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:02 pm

יעצט ליינענדיג איבער דעם נושא שטויס איך זיך אן אין דעם
בקהילות הספרדיות באירופה היה נהוג שאדם שהציבור מינה אותו להיות ב"מעמד", היה חייב לקבל את המינוי על עצמו ואם לא היה מעוניין היה תורם לקהילה סכום כסף על מנת לשחררו מהמטלה.

עולם הפוך דוקא די מיט די געלט האבן נישט געווען פון די זט"ה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:09 pm

איינס האט געשריבן:סאיז נישט אינגאמצאן ווייל אז איינער וויל לויפן צו זיין פרעזידענט דארף ער אויפטרייבן סכומים
נו ווער געבט איהם אויב נישט זיינע חברים וואס האבן געלט און זיי געבן "צדקה"
און על פי רוב איינער וואס האט חברים מיט געלט איז דאס ווייל ער אליין האט געלט.
נישט נאר אבער על פי רוב...

אקעי, נישט פרעזידענט. אבער למשל אונזער "קאונסילמאן" וועט אייך וויסן צו פארציילן, אז ביי אים אויפן טאון באורד זיצן צוזאמען אזעלכע וואס האבן נישט קיין שום פארבינדונג מיט געלט, זיי זענען פשוטע ריטייערטע פויערן, וואס האבן באשלאסן צו ווידמען זייער עקספערטיז פאר פאבליק סערוויס. אויפן סקול באורד זיצן פשוט'ע עלטערן אדער געוועזענע טיטשער מיט א געפיל פאר די תועלת און וואוילזיין פונעם רבים. יא, עס זענען אויך אמאל דא עשירים וואס האבן געווידמעט געלט פאר א קאמפיין, אבער רוב מאל גרייכן זיי נישט די פאזיציע חוץ אויב זיי קומען מיט א געוויסע עקספיריענס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:17 pm

Sorry for my English today

It seems to me, that the point is getting overlooked with flood of comments not from the subject

There is something that is bothering me personal, and I would like to explain it, with the following exchange I witnessed once with some Aasken
He told "You know, that just operating a copy room in the Moisdes, is a huge expense of close to a million dollar a year?", you know what the other replied replied, "I'm okay to stop it Today! it will be cheaper for me as well, not to deal with so many Sheimes"

I agree, that sending home Gilyoines every week with thick books on every yom tov is very nice, but let's have this going for a vote, if parents agree to the cost of it? and same can we discuss on other expensive operations, that moisdes do on pressure of some parents, lets send it for a vote

and as many cried on other Eshkoil, shall my moisdes not have the best day camp and shall not charge me thousands of dollars

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:22 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:וועלכע דיסיזשענ'ס ווערן געמאכט דורכן עושר, וואס נידריגע פארדינער וואלטן ווען געמאכט אנדערש?

פארוואס האט נאך קיינער נישט גענטפערט די שאלה.???

ווייל קיין זאכליכע תירוץ איז נישטא!

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:23 pm

דער עולם רעדט דא פון הודל בודל,
ס'גוט ס'פיין אבי מ'קוואקעט
איי איי,-וועלט

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:24 pm

El Rushbo האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:וועלכע דיסיזשענ'ס ווערן געמאכט דורכן עושר, וואס נידריגע פארדינער וואלטן ווען געמאכט אנדערש?

פארוואס האט נאך קיינער נישט גענטפערט די שאלה.???

ווייל קיין זאכליכע תירוץ איז נישטא!


אין כל חדש האט געשריבן:Sorry for my English today

It seems to me, that the point is getting overlooked with flood of comments not from the subject

There is something that is bothering me personal, and I would like to explain it, with the following exchange I witnessed once with some Aasken
He told "You know, that just operating a copy room in the Moisdes, is a huge expense of close to a million dollar a year?", you know what the other replied replied, "I'm okay to stop it Today! it will be cheaper for me as well, not to deal with so many Sheimes"

I agree, that sending home Gilyoines every week with thick books on every yom tov is very nice, but let's have this going for a vote, if parents agree to the cost of it? and same can we discuss on other expensive operations, that moisdes do on pressure of some parents, lets send it for a vote

and as many cried on other Eshkoil, shall my moisdes not have the best day camp and shall not charge me thousands of dollars


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט