- דעבאטע - קען מען צווינגען צאלן שכר לימוד?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:11 am

ס'איז נישט אזוי זעלטן ליידער, און מ'געט ריזיגע דיסקאונטס אין יעדע סאטמארע מוסד פאר אזא איינעם, אזוי לאנג ווי ער פירט זיך נארמאל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:19 am

מ'מעג שוין לייגן א שלאס אויף די אשכול.

ס'איז באמת א בושה צו זעהן ווי מ'פראבירט צו פארענטפערן אזא געמיינע אקט.

בנוגע די נחיצות פון צאלן שכר לימוד און די אופן וויאזוי עס אוועקצושטעלן, אדרבה ואדרבה זאל מען זיך זעצן מטכס עצה זיין מיט א קילע קאפ, און אויפקומען מיט שעפערישע געדאנקען. מ'קען אפילו עפענען נייע אשכולות איבער דעם.

אבער מה ענין שמיטה אצל הר סיני, די אקט דא איז טאטאל נישט אידישליך, און נישט מענטשליך.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:25 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'מעג שוין לייגן א שלאס אויף די אשכול.

ס'איז באמת א בושה צו זעהן ווי מ'פראבירט צו פארענטפערן אזא געמיינע אקט. .

מ'מעג לייגן א שלאס אויף יעדן אשכול וואס איינער האלט אנדערש ווי דיר?
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:33 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'מעג שוין לייגן א שלאס אויף די אשכול.

ס'איז באמת א בושה צו זעהן ווי מ'פראבירט צו פארענטפערן אזא געמיינע אקט.

בנוגע די נחיצות פון צאלן שכר לימוד און די אופן וויאזוי עס אוועקצושטעלן, אדרבה ואדרבה זאל מען זיך זעצן מטכס עצה זיין מיט א קילע קאפ, און אויפקומען מיט שעפערישע געדאנקען. מ'קען אפילו עפענען נייע אשכולות איבער דעם.

אבער מה ענין שמיטה אצל הר סיני, די אקט דא איז טאטאל נישט אידישליך, און נישט מענטשליך.


אין א זייטיגע נאטיץ: איבערצוזאגן די מיינונג נאכאמאל און נאכאמאל מאכט נישט רייכער די דעבאטע, די האלטסט אז עס איז נישט אהיימשיקן קינדער איז נישט אידישלעך, און אנדערע האלטן אז אין א פאל וואס מען עלטערן לאזן די לאסט אויף די מוסדות איז דאס יא אידישלעך. איז וואס ביסטו יעצט מוסיף?

דאכט זיך מיר אז אייוועלט איז נישט געשטעלט סתם אויסצוגעבן א ווייטאג און שרייען, דעבאטירן יא, אבער לכאורה ביסטו מיט דיין תגובה דא גארנישט מער מחדש פון דיינע מעסעזשעס אין די פריערדיגע בלעטער.

אונז זעמיר ווייטער גיטע פריינט

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:45 am

אזוי ווי "שמוליקעל" האט פריער געברענגט א לאנגע תגובה, און איינער האט זיך אפגערעדט אז מען קען עס נישט ליינען. האב איך עס אביסל פארבעסערט און אפגעהאקט מיט שטרעכעלעך ס'זאל זיין ליינבאר

שמוליקעל האט געשריבן:רוב תגובות וואס איך האב געליינט איז געשריבן געווארן דורך עמך אידן וואס שיקן זייערע קינדער אינעם מוסד, און נישט דורך איינגעשטעלטע אינעם מוסד. איך פיל אלץ אן איינגעשטעלטער אין א מוסד (נישט ויואל משה ק"י) זיך אנצונעמען שטארק פאר'ן אדמיניסטראטאר פונעם מוסד און איהם קאנגראטולירן פאר זיין שטארקע אקט וואס ער האט געטון, און איך וועל פראבירן אביסל ארויסברענגען די נקודות פארוואס איך האלט אזוי.
איך פלעג ארבעטן אין א פריוואטע ביזנעס און אלץ א אינדרויסנדיגער האב איך שטענדיג געהאט א קרומע קוק אויף די מוסדות שכ"ל איינגעשטעלטע, וואס מאנען זיי פון מיר א גאנצע צייט מיין קארגע פארדינטע געהאלט, און איך ווער פון זיי קיינמאל נישט פטור? דא איז עס רעגיסטרעישן, און דא חודשליך שכ"ל, און דא דעי קעמפ, קרן הבנין, און דינער געלט, און אזוי ווייטער, יעדע פאר מינוט א נייע נאמען און מ'קען מיט זיי נישט ענדיגן.
אבער אלעס האט זיך געביטן זייט איך האב באקומען א פאזיצע אין א מוסד און איך בין נישט דירעקט אינוואלווד אין קאלעקטן שכ"ל אדער דעקן דעם בודזשעט, אבער אלץ א אינעוויינגיסטער האלט איך מיט וואס גייט פאר אין די קארידארן פונעם אדמיניסטראטער, און איך וועל אייך פראבירן אריינברענגען אינעווייניג איהר זאלט אביסל פארשטיין וואס דא גייט פאר,
מיר אלע ווייסן נאר אז מ'שיקט דעם קינד אין חדר און ער האט א מלמד אדער א מיידל האט א טיטשער, און דאס אלעס. ס'איז דא וואס די קינדער זענען אביסל מער אקטיוו און צווינגען די עלטערן צו וויסן אז ס'איז אויך דא א מנהל וואס האט א קאנטראל אויף יעדע קינד... אבער צו ווייסט איהר אז ס'איז דא צענדליגע און צענדליגע הוצאות ווי למשל פעיראול, טעקס אינשורענס, ארטס און קרעפטס, מענעדזער'ס אפיס, איינגעשטעלטע, אפיס סופלייעס, און צענדליגע און צענדליגע אנדערע הוצאות, זאכן צוברעכן זיך כסדר און מ'דארף פארעכטן און איבערמאכן, בקיצור פירן א מוסד איז א גרויסע און שווערע הוצאה.
איך האלט מיט ווי דער אדמיניסטראטאר וואו איך ארבעט רופט ארום אלע עלטערן וואס האבן באלאנסעס, און זיי ענטפערן אלע סארט תירוצים און דרייען א קאפ אז זיי ווארטן אויף געוויסע אינקאם, און די באלאנס וועט ווערן זיראו, און בו בזמן דרייען זיך די עלטערן ארום אין טייערע קארס, פארן אויף טייערע וואקעישאנס, און מאכן רייכע שמחות ווי די גרעסטע עשירים, און דער מנהל המוסד דארף אנהייבן ארום צו רופן די נייע ליסטע פון נדיבים וואס האבן געגעבן שיינע נדבות ביים דינער, און בעטן פון זיי אויסבארגן אז די פעיראול טשעקס וואס ער גייט אויסשטעלן קומענדיגע וואך וואס וועט באצאלן די געהאלט פאר פיר וואכן צוריק, זאל האבן דעקונג, און די ליסטע פון די נדיבים ווערט קלענער און קלענער, ווייל מ'איז זיי שוין שולדיג א שיינע פאר חדשים, וואס ס'איז נישטא פון וואו צו באצאלן.

טייערער חשובער אייוועלט שרייבער! מאך אביסל היים ארבעט וויפיל דיין קינד וואס דו שיקסט אין חדר קאסט פאר די מוסד וואו דו שיקסט, איך קען אביסל די נומערן. דיין קינד קאסט פאר די מוסד בערך צוווישן 500 און 700 חודש'ליך! דאס איז אויב דו רעכנסט דיין קינד'ס קאסט, אן נעמען אין באטראכט אז די מוסד וואו דו שיקסט האט א שיינע צאל מלמדים וואס צאלן גארנישט, און א שיינע פאר כולל יונגעלייט וואס פון זיי קען מען נאר בעטן אויפן צעטל אא"וו. במילא אויב די מוסד באקומט נישט פון דיר לכה"פ 500 דאלער פער קינד פער חודש האסטו נישט אנגעהויבן צו באצאלן דיין קאסט! און די טענה וואס דו האסט אז ס'איז ציבור'ס און זיי דארפן דיר געבן פאר אומזינסט, אפשר די בוטשער דארף דיר אויך געבן אומזינסט ס'איז אויך ציבור'ס? און אפשר די מצות דארף אויך זיין אומזינסט? וואס פאלט דיר איין אז דו וועסט לעבן א לאגזשערי לעבן, ארום דרייווען א 2020 סיענע, שפאנצירן מיט א שיינע באגאבו, און אנגעטוהן אלע דיינע טייערע שעפעלעך די טייערסטע, מעטשינג. און דער מנהל המוסד זאל זיך איבערארבעטן אז דו זאלסט קענען שעפן נחת פון דיין זונאקל.
ער איז דיר גארנישט מחוייב, קיין איין מוסד איז נישט קיין מאני מעיקינג ביזנעס, זיי מאכן קוים אויף זיך צו דעקן,
און די אלע שרייבערס וואס שרייבן אז ס'איז דא פראגראמען זענען אומוויסנדיג. ס'איז דא זייער זייער ווייניג פראגראמען וואס קען אנגערופן ווערן פראגראמען אין אפסטעיט, לאנטש איז נישט קיין פראגראם ס'איז א ריאינבורעסמענט זיי געבן צוריק די מוסד וואס די מוסד געט צו עסן דיינע קינדער. היינטיגע צייטן איז פעטער שמואל זייער וואך, און די קינדער עסן צום זעהט, ס'קאסט אוצרות מיט געלט, און פעטער שמואל געט צוריק די מוסדות וואס זיי לייגן אויס. און אזוי אויך טראנספארטעישן ס'קאסט די מוסדות אוצרות מיט געלט די באסעס און די דרייווערס און אלע אינספעקשנס אויף די באסעס די גאז און פיקסן די באסעס און פעטער שמואל גיט צוריק א חלק, אדרבא גיי ארויס און פרעג ביי די מער מאדערנע עולם צו ס'איז דא איין פרייוועט סקול וואס בעט פון עלטערן די קליינע סכומים וואס מ'בעט אין סאטמאר, וועסט אין ערגעץ נישט טרעפן א מוסד וואס בעט אונטער 10,000$ ! א קינד פער יאר, און מיט שאר ירקות וועסטו צאלן אריבער צוועלעף טויזנט אויב נישט מער.
איך ווייס נישט ווער דער אדמיניסטראטאר איז, אבער איין זאך איז זיכער אז נאר אדאנק אזעלכע אדמיניסטראטארס וועט מען קענען פירן מוסדות, און אזויווי דו פארשטייסט אז דיין מקוה איד האט געשטעלט א דרייער און נאר ווער ס'צאלט די איינגאבע קען אריין גיין, אזוי דארף זיין אין יעדע מוסד נאר ווער ס'צאלט זאל קענען שיקן (פארשטייט זיך די וואס האבן נישט באמת דארף מען זיך רעכענען). אבער צו די אלע פון וועמען איך רעד זאלן אנהייבן צו לעבן מיט א חשבון אז שכ"ל פאר די מוסדות וואו דו שיקסט דיינע קינדער דארף באצאלט ווערן איידער די אלע לוקסוס וואס דו לעבסט מיט, און פארשטייט זיך אז ווען די מוסד מאכט א דינער איז א מצוה זיי צו העלפן און געבן ווי מער מ'קען. אן קיין מוסדות איז נישטא קיין צוקונפטיגע דורות.
די אלע וואס רייסן אראפ אדער באצאלן נישט זייער התחייבות זיי ברענגען אונטער אידישקייט!
ס'איז דא היינט אסאך צוועקן וואס שנארן אוצרות מיט געלט זייער אסאך, פון די אלע צוועקן קען כלל ישראל אן גיין אפילו זייערע טירן וועלן זיך פארמאכן. אבער אויב ח"ו מוסדות זאל פארמאכן זייערע טירן זענען מיר אלע אויף געהאקטע צרות.
איך וויל מחזק זיין די אלע וואס האבן שכל און שטיצן מוסדות און צאלן זייער שכ"ל אין צייט, זיי האבן א זכות קיום און די אלע וועלן שטענדיג זעהן נחת פון זייערע קינדער עד מאה ועשרים שנה געזונטערהייט.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:50 am

שמוליקעל האט געשריבן:אפשר די בוטשער דארף דיר אויך געבן אומזינסט ס'איז אויך ציבור'ס? און אפשר די מצות דארף אויך זיין אומזינסט?
און אזויווי דו פארשטייסט אז דיין מקוה איד האט געשטעלט א דרייער און נאר ווער ס'צאלט די איינגאבע קען אריין גיין...

די סארט אידן האלטן טאקע אזוי, אז אין די מקוה מעג ער זיך אריינכאפן, און די בוטשער שרייבט ער אויף...

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:54 am

פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך הער אז א היימישע ת"ת האט גענומען קינדער צו א וואסער פארק
און פארלאנגט $45

מי בקש זאת מידכם?


קינדער זענענן נישט קיין יומען ביאינגס אז עס קומט זיך זיי נישט איינמאל א יאר א רייד?!

אזויפיל שוין אויך נישט פאר די אייגענע קינדער?!

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:19 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך הער אז א היימישע ת"ת האט גענומען קינדער צו א וואסער פארק
און פארלאנגט $45

מי בקש זאת מידכם?


קינדער זענענן נישט קיין יומען ביאינגס אז עס קומט זיך זיי נישט איינמאל א יאר א רייד?!

אזויפיל שוין אויך נישט פאר די אייגענע קינדער?!

יונגערמאן!!! (איך מיין נישט אייך הרב קאנסילמאן, - וואס ווי עס שטעלט זיך ארויס אונעם דערנעביגן אשכול שטיי מיר אין איין מיינונג - איך מיין די קאנצעפט)
די ביסט אפשר אויפגעוואקסן אויף א גאלדענע טאץ?
דיין טאטע האט דיר אמאל געזאגט איך קען דיר נישט געבן קיין געלט
ווייל איך האב נישט?

איז עס ריכטיג ארויפצוווארפן א סטאנדארד פון א מיעוט עשירים אויפן גאנצן ציבור?
לעצט פאראכטן דורך פאטעטא קוגל אום דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:40 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך הער אז א היימישע ת"ת האט גענומען קינדער צו א וואסער פארק
און פארלאנגט $45

מי בקש זאת מידכם?


קינדער זענענן נישט קיין יומען ביאינגס אז עס קומט זיך זיי נישט איינמאל א יאר א רייד?!

אזויפיל שוין אויך נישט פאר די אייגענע קינדער?!

יעדער קען אליינס נעמען די קינדער. די מוסד דארף נישט און טאר נישט אזאנס צושטעלן. א האלבע זומער 'טריפ געלט' האט אין מיינע צייטן געקאסט 40 דאלער...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:57 am

די חוצפה איז לאו דוקא איז מ׳בעט געלט פאר א טריפ. ס׳איז א שוין נאכן צאלן דעי קעמפ, ברויכמען שיקן יעדן שני וחמישי $25 פאר עפעס א דאס, $18 פאר א יענס, $25 פאר די קליינע טריפ, און $36 פאר די גרויסע טריפ.

און נאכדעם שיקט מען עקסטער $12 פאר די באסעס.. [ראונד טריפ!]
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:47 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די חוצפה איז לאו דוקא איז מ׳בעט געלט פאר א טריפ. ס׳איז א שוין נאכן צאלן דעי קעמפ, ברויכמען שיקן יעדן שני וחמישי $25 פאר עפעס א דאס, $18 פאר א יענס, $25 פאר די קליינע טריפ, און $36 פאר די גרויסע טריפ.

און נאכדעם שיקט מען עקסטער $12 פאר די באסעס.. [ראונד טריפ!]

דאס איז אין די שטאט.
אבער ווען מען רעדט פון אפסטיעט ווי די קינדער גייען נישט אין קעמפ, איז העכסט נארמאל אז דער מוסד זאל ארויסנעמען די קינדער איינמאל צו א טריפ פאר א אצאל, וואס איז ווייט ווייט ווייט פון וויפיל שטאטישע עלטערן צאלן פאר קעמפ.
און עס איז העכסט נארמאל אז א אפסטעיט יונגעלע מעג אויך אמאל אטעמען, און זעהן א טשענדזש אף סינערי, אינמאל א זומער.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 11:03 am

וואס האסטו יעצט געזאגט, אז וועגן אין שטאט צאלט מען מער ווען ס'איז א מוז איז דאס בארעכטיגט אין אפסטעיט וואו ס'איז ריין פריווילעגיע??

און גערעכט טאקע אז מ'מעג ארויס נעמען די קינדער אויף א טריפ, אבער ס'מוז נישט זיין אין א פלאץ וואס קאסט $45 דאללאר, ס'קען קאסטן צען דאללאר און ס'איז פונקט אזוי א טשעינדזש אף סינערי.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:10 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:ס'איז נישט אזוי זעלטן ליידער, און מ'געט ריזיגע דיסקאונטס אין יעדע סאטמארע מוסד פאר אזא איינעם, אזוי לאנג ווי ער פירט זיך נארמאל.

הא? דיסקאונט ווי, וואס , ווען,?
5 טאללער א קינד אי זא דיסקאונט? אגעלעכטער איט איז

אגב, מוסדות איז איין זאך, די הימל געשריי אזי נאך אסאך ארגער אין די ישיבות, כ'רעד בעיקר פון די גדולה נישט די קטנה, זיי באדן זיך אין פראגרעמ'ס, אין מ'קראצט אויס יעדן איבריגן דאללער פון די עלטערן
דארט איז די רשעות מיט די שכ"ל אסאך אסאך גרעסער!
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:16 pm

דו האסט נישט קיין לחם לאכול?? גיי ארבעטן! נישט שרייב אויף אייוועלט.

איך מיין נישט דיר, איך מיין נאר צו זאגן אז ווער ס'האט באמת נישט און ער קומט ווי א נארמאלער מענטש געט מען יא ריזיגע דיסקאונטס.

אין די ישיבה גדולה וואו דו שיקסט דיין בחור בעט מען היינט צו טאגס צווישן הונדערט און דריי הונדערט טאלער א בחור פער חודש!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:25 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'מעג שוין לייגן א שלאס אויף די אשכול.

ס'איז באמת א בושה צו זעהן ווי מ'פראבירט צו פארענטפערן אזא געמיינע אקט. .

מ'מעג לייגן א שלאס אויף יעדן אשכול וואס איינער האלט אנדערש ווי דיר?

אינגערמאן טייערערע קודם זעץ דיך אראפ ביי א טיש פון בחורל'עך וואס זענען אויפן געליטשער צום תהום, און הער אויס זייער ווייטאג פאר 5 מינוט...

איך האב שוין רעזערווירט א קייליכיג יאר און 10 יאר ארום אויסצוהערן די ווייטאג פון די עלטערן פון אט די מיידלעך...

אזאנא אקטן געבן דעם שארפסטן מעסעדזש אין א נפש 'דו ביסט מיר נישט ווערד גארנישט'!
און די קאנסעקווענצן פון דעם איז פאטאל...

א אינגע ביימעלע הייבט זיין לעבן מיט די מחשבה אז די וועלט האט מיך ליב, און די תורה ומצוות'דיגע לעבן היט מיך אפ און שיצט מיר, אין א קינדס אויגן זענען טאטע מאמע, מחנכים, און אייבערשטער, איין גרויסע טשולענט, און ווי מער זיי באקומען א ווארימע באנעמונג, פון די אלע איז עס א דירעקטע פאקטאר אין זייער בליק און קשר צום מלך העולם.

קינדער האבן נישט די כח פון צוטיילן זאכן, אין זייער קאפ איז אלעס איינס, אפילו דו וועסט זיי מסביר זיין טויזנט מאל אז דיין טיטשער האט דיך זייער ליב נאר די אדמיניסטרעיטער דארף קענען דעקן די בודזשעט, גייט עס נישט ארבעטן, און זייער נפש גייט ווערן פארוואונדעט, ותוצאותיו מי ישירנה

איך פארענטפער נישט חלילה די אפגעפארענע וואס באשילדיגן כל היום זייער עבר, ווייל א מענטש האט אלס א בחירה, אבער די מקום הבחירה ווי ס'הייבט זיך אן דאס ווערט אוועקשטעלט דורך די עלטערן און מחנכים, עי' מכתב מאליהו איבער נקודת הבחירה און חינוך.


עכ''פ טאמער איר האט קינדער און איר פארשטייט צו קינדער, נאך פאר עני אידישקייט פראבלעם, און נאך פאר אלע אנדערע סיבות, ווילט איר אייערע קינדער זאלן ליב האבן צו גיין אין בית חינוך, אדער, זאלן האבן שרעקעדיגע חלומות פון שווארצע גוים מיט דזשעקעטס???
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:25 pm

וואס מיינט ריזיגע דיסקואנטס?
צו וועם איך האב גערעדט, יא שווערע ארבייטער. האבן קיין דיסקאונט נישט באקומען,
אה יא פארגעסן. די עכטע פרייז איז דאך 575 וואס א קינד איז שילדיג א חודש פארן מוסד, סאו ווען איך צאל 270 איז עס א דיסקאונט...

ישיבה גדולה צאלט מען היפש ביסל מער ווי 300, טשעק עס אויס!
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:31 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'מעג שוין לייגן א שלאס אויף די אשכול.

ס'איז באמת א בושה צו זעהן ווי מ'פראבירט צו פארענטפערן אזא געמיינע אקט. .

מ'מעג לייגן א שלאס אויף יעדן אשכול וואס איינער האלט אנדערש ווי דיר?

אינגערמאן טייערערע קודם זעץ דיך אראפ ביי א טיש פון בחורל'עך וואס זענען אויפן געליטשער צום תהום, און הער אויס זייער ווייטאג פאר 5 מינוט...

איך האב שוין רעזערווירט א קייליכיג יאר און 10 יאר ארום אויסצוהערן די ווייטאג פון די עלטערן פון אט די מיידלעך...

אזאנא אקטן געבן דעם שארפסטן מעסעדזש אין א נפש 'דו ביסט מיר נישט ווערד גארנישט'!
און די קאנסעקווענצן פון דעם איז פאטאל...

א אינגע ביימעלע הייבט זיין לעבן מיט די מחשבה אז די וועלט האט מיך ליב, און די תורה ומצוות'דיגע לעבן היט מיך אפ און שיצט מיר, אין א קינדס אויגן זענען טאטע מאמע, מחנכים, און אייבערשטער, איין גרויסע טשולענט, און ווי מער זיי באקומען א ווארימע באנעמונג, פון די אלע איז עס א דירעקטע פאקטאר אין זייער בליק און קשר צום מלך העולם.

קינדער האבן נישט די כח פון צוטיילן זאכן, אין זייער קאפ איז אלעס איינס, אפילו דו וועסט זיי מסביר זיין טויזנט מאל אז דיין טיטשער האט דיך זייער ליב נאר די אדמיניסטרעיטער דארף קענען דעקן די בודזשעט, גייט עס נישט ארבעטן, און זייער נפש גייט ווערן פארוואונדעט, ותוצאותיו מי ישירנה

איך פארענטפער נישט חלילה די אפגעפארענע וואס באשילדיגן כל היום זייער עבר, ווייל א מענטש האט אלס א בחירה, אבער די מקום הבחירה ווי ס'הייבט זיך אן דאס ווערט אוועקשטעלט דורך די עלטערן און מחנכים, עי' מכתב מאליהו איבער נקודת הבחירה און חינוך.


עכ''פ טאמער איר האט קינדער און איר פארשטייט צו קינדער, נאך פאר עני אידישקייט פראבלעם, און נאך פאר אלע אנדערע סיבות, ווילט איר אייערע קינדער זאלן ליב האבן צו גיין אין בית חינוך, אדער, זאלן האבן שרעקעדיגע חלומות פון שווארצע גוים מיט דזשעקעטס???

און פארוואס זאלן די עלטערן זיין אזוי רשעות'דיג און זיי אריינלייגן אין אזא סיטואציע!??
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:27 pm

ניס קראכער האט געשריבן:וואס מיינט ריזיגע דיסקואנטס?
צו וועם איך האב גערעדט, יא שווערע ארבייטער. האבן קיין דיסקאונט נישט באקומען,
אה יא פארגעסן. די עכטע פרייז איז דאך 575 וואס א קינד איז שילדיג א חודש פארן מוסד, סאו ווען איך צאל 270 איז עס א דיסקאונט...

ישיבה גדולה צאלט מען היפש ביסל מער ווי 300, טשעק עס אויס!

קען זיין אין וומ"ס נישט, אבער אין ק"י יא, אזוי אויך אין ישיבה גדולה האב איך טאקע נישט יעצט איבער געטשעקט, אבער לעצטע מאל וואס כ'האב געטשעקט איז אזוי געווען, קען זיין ס'איז שוין צוריק ארויף.

נאכדעם, ערגעץ אנדערש איז טויזנט מאל ארגער, האסט שוין אמאל פרובירט צו פארהאנדלען מיט א נישט סאטמארער מוסד אדער ישיבה? אויסער דעם וואס דארט קאסט אסאך אסאך מער שכר לימוד, איז נישטא אזא זאך ווי פארהאנדלען, איך בין דיר עפעס מחויב צו האלטן? גיי דיר ערגעץ אנדערש! משא"כ אין סאטמאר איז נאך דאס בעסטע פון איבעראל.

אין יענע ישיבות מאכן טאקע די מגידי שיעור כאטש טויזנט טאלער א וואך, א זאך וואס אין סאטמאר וועט דאס אפשר זיין בימות המשיח, אבער דער צוגאנג איז אסאך ארגער, און מענטשן נעמען טאג און נאכט עדווענטעדזש אויף דעם פאקט אז דו מוזט מיר האלטן ווייל איך באלאנג דא.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » פרייטאג יולי 05, 2019 12:55 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'מעג שוין לייגן א שלאס אויף די אשכול.

ס'איז באמת א בושה צו זעהן ווי מ'פראבירט צו פארענטפערן אזא געמיינע אקט. .

מ'מעג לייגן א שלאס אויף יעדן אשכול וואס איינער האלט אנדערש ווי דיר?

אינגערמאן טייערערע קודם זעץ דיך אראפ ביי א טיש פון בחורל'עך וואס זענען אויפן געליטשער צום תהום, און הער אויס זייער ווייטאג פאר 5 מינוט...

איך האב שוין רעזערווירט א קייליכיג יאר און 10 יאר ארום אויסצוהערן די ווייטאג פון די עלטערן פון אט די מיידלעך...

אזאנא אקטן געבן דעם שארפסטן מעסעדזש אין א נפש 'דו ביסט מיר נישט ווערד גארנישט'!
און די קאנסעקווענצן פון דעם איז פאטאל...

א אינגע ביימעלע הייבט זיין לעבן מיט די מחשבה אז די וועלט האט מיך ליב, און די תורה ומצוות'דיגע לעבן היט מיך אפ און שיצט מיר, אין א קינדס אויגן זענען טאטע מאמע, מחנכים, און אייבערשטער, איין גרויסע טשולענט, און ווי מער זיי באקומען א ווארימע באנעמונג, פון די אלע איז עס א דירעקטע פאקטאר אין זייער בליק און קשר צום מלך העולם.

קינדער האבן נישט די כח פון צוטיילן זאכן, אין זייער קאפ איז אלעס איינס, אפילו דו וועסט זיי מסביר זיין טויזנט מאל אז דיין טיטשער האט דיך זייער ליב נאר די אדמיניסטרעיטער דארף קענען דעקן די בודזשעט, גייט עס נישט ארבעטן, און זייער נפש גייט ווערן פארוואונדעט, ותוצאותיו מי ישירנה

איך פארענטפער נישט חלילה די אפגעפארענע וואס באשילדיגן כל היום זייער עבר, ווייל א מענטש האט אלס א בחירה, אבער די מקום הבחירה ווי ס'הייבט זיך אן דאס ווערט אוועקשטעלט דורך די עלטערן און מחנכים, עי' מכתב מאליהו איבער נקודת הבחירה און חינוך.


עכ''פ טאמער איר האט קינדער און איר פארשטייט צו קינדער, נאך פאר עני אידישקייט פראבלעם, און נאך פאר אלע אנדערע סיבות, ווילט איר אייערע קינדער זאלן ליב האבן צו גיין אין בית חינוך, אדער, זאלן האבן שרעקעדיגע חלומות פון שווארצע גוים מיט דזשעקעטס???


א געדאנק וואס די האלטס וואס איז בכלל נישט מוכרח. אגב, מען שיקט שוין אהיים קינדער יארן לאנג, און דאכט זיך מיר אז לאו דוקא די אהיימגעשיקטע זענען געווען פון די געגליטשטע, עס האט נישט צו טוהן מיט דעם כי הוא זה.

אשר בחר בנו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

תגובהדורך אשר בחר בנו » פרייטאג יולי 05, 2019 1:12 am

ניס קראכער האט געשריבן:וואס מיינט ריזיגע דיסקואנטס?
צו וועם איך האב גערעדט, יא שווערע ארבייטער. האבן קיין דיסקאונט נישט באקומען,
אה יא פארגעסן. די עכטע פרייז איז דאך 575 וואס א קינד איז שילדיג א חודש פארן מוסד, סאו ווען איך צאל 270 איז עס א דיסקאונט...

ישיבה גדולה צאלט מען היפש ביסל מער ווי 300, טשעק עס אויס!


ישיבה גדולה פון הרב בעק און מאנסי צאלט מען 800 א חודש

ישיבה גדולה קווינס צאלט מען 450 א חודש

ישיבה גדולה מאנטריאל צאלט מען 1000 א חודש

די 5 פראגראמען וואס מען באקומט פון די שטאט קומט אויס צי 16,800 פער בחור
לעצט פאראכטן דורך אשר בחר בנו אום פרייטאג יולי 05, 2019 1:22 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » פרייטאג יולי 05, 2019 1:16 am

אשר בחר בנו האט געשריבן:
די 2 פראגראמען וואס מען באקומט פון די שטאט קומט אויס צי 16,800 פער בחור


די מיינסט עס ערנסט? איך פרעג אמת'דיג, עד כדי כך???

אשר בחר בנו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

תגובהדורך אשר בחר בנו » פרייטאג יולי 05, 2019 1:28 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
אשר בחר בנו האט געשריבן:
די"5" פראגראמען וואס מען באקומט פון די שטאט קומט אויס צי 16,800 פער בחור


די מיינסט עס ערנסט? איך פרעג אמת'דיג, עד כדי כך???


עס איז דא 5 פראגראמען וואס מען נעמט

פעל (פעדעראל) בערך 6200
טעפ (סטעיט) בערך 6000
Work study
Youth cure
לאנטש פראגראמען

די לעצטע דריי באקומט נישט יעדער איינער. דער וואס באקומט אלע דריי קומט אן צו מער פון די אויבנדערמאנטע
סכום

פימפערנוטער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

תגובהדורך פימפערנוטער » פרייטאג יולי 05, 2019 10:27 am

איך שטרענג זיך אן ב"ה זייער שטארק צו צאלן שכר לימוד, עס איז אויף מיין קאפ פונקט ווי מיין מארטגעדזש.

איך בין געווען א עסקן יארן לאנג, מיין עקפירעיענס איז אויך, אז א טייל ציבור עביוזעד דעם סיסטעם און די עסקנים 'מיטן איגנארירן, און נעמען פאר גרענטעד זאכן'.

נישט דאס נישט צאלן איז די פראבלעם, נאר די 'איגנארירן', און געווענדליך די איגנארירער האבן טענות און נעמען ארויס די קישקעס פון די עסקנים.

האסט נישט קיין געלט ? אנערקען עס, עס איז נישט קיין בושה, דיעל דערמיט.

איך האנדל אויך אראפ מיין שכר לימוד, די הנהלה איז געווענדליך מיט איינזעעניש.

איך געדענק ווען עס איז ארויסגעקומען די מקוה דריידל, איז געווען א נידון אין סאטמאר צו מזאל עס לייגן, ידוע אז דער רבי האט אמאל געזען א טאוועלע ביי א מקוה (וואס ער האט געהאט געגעבן די געלט דערפאר) כל הטובל ואינו משלם כאילו טובל ושרץ בידו, דער רבי האט גערופן די מקוה אייגנטומער און געבעטן מזאל עס אראפנעמען, אדעתא דהכא האט ער נישט געגעבן געלט פאר די מקוה (בערך אזוי גייט די מעשה).

איך געדענק מהאט גערעדט דא אין מאנטריאל צו מזאל ארויפלייגן אזא דריידל (עס איז נאך ביז דעמאלט כמעט נישט געווען אין ערגעץ), געדענק איך ווי דער דיין הגה" צ רמ"מ שליט"א האט דן געווען בכובד ראש צו סאיז פאסיג, און צו די מעשה פונעם רבי'ן איז מחייב, נאכן דורכגיין קהל'ס ליסטע, זעענדיג ווי א טייל ציבור עביוזעט פלעין קהל, האט מען ארויפגעלייגט דעם דריידל, און פארשטייט זיך אז איינער וואס האט נישט באמת קריגט א קארטל אומזינסט אדער מיט א הנחה, אבער דאס סתם איגנארירן האט נישט קיין שום מקום.

(גראדע אין אנדערע מקומות האבן אנדערע תלמידי רבינו נישט געלאזט ארויפלייגן דעם דריידל, רמ"מ האט אבער איין שטארקייט איבער די אנדערע אז ער איז למעשה א שטארקע נושא בעול ואכמ"ל).

געווענדליך איז די נושא נישט פון קיין יורדים רח"ל, געווענליך איז עס יונגעלייט וואס לעבן אויף צו א הויעכע לייף סטייל, אדער וואס שפילן עושר, נו פאר איין מענטש אין די הנהלה וועסטו מוזן פארטרויען דיין סוד.... אז לא דובים ולא יער.... ביזט א פאלנער קבצן....

עס איז מיר אויך נישט בא'טעמ'ט ווען איך האנדל אראפ, און איך האף אז איין טאג וועל איך קענען צאלן אין פול.

פאר די הנהלה האב איך אויך א מעסעדזש.

א) מאכט זיכער אז עס זאלן זיין גענוג מענטשן מיט וועם מקען רעדן, נישט מיט יעדן איז יעדער באקוועם, און נעמט נישט ארויס דעם דם התמצית פאר איינער וואס קומט זיך בעטן, און סמוז נישט ווערן איבערגקייט יעדע נאמען דורך אלע הנהלה מיטגלידער מיט אלע פרטים.

ב) איר מעגט פרעגן יעדעם יאר צו מקען העכערן, אויב האט זיך די מצב געטוישט וועל איך אייך גערן רעיזן, אבער נישט אז אטאמאטיש גייט דאס ארויף, און מדארף יעדע יאר נאכאמאל דורך גיין די בושות פון זיך קומען בעטן כעני בפתח !!! דאס איז סתם רשעות.

אשר בחר בנו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

תגובהדורך אשר בחר בנו » פרייטאג יולי 05, 2019 10:44 am

פימפערנוטער האט געשריבן:איך שטרענג זיך אן ב"ה זייער שטארק צו צאלן שכר לימוד, עס איז אויף מיין קאפ פונקט ווי מיין מארטגעדזש.

איך בין געווען א עסקן יארן לאנג, מיין עקפירעיענס איז אויך, אז א טייל ציבור עביוזעד דעם סיסטעם און די עסקנים 'מיטן איגנארירן, און נעמען פאר גרענטעד זאכן'.

נישט דאס נישט צאלן איז די פראבלעם, נאר די 'איגנארירן', און געווענדליך די איגנארירער האבן טענות און נעמען ארויס די קישקעס פון די עסקנים.

האסט נישט קיין געלט ? אנערקען עס, עס איז נישט קיין בושה, דיעל דערמיט.

איך האנדל אויך אראפ מיין שכר לימוד, די הנהלה איז געווענדליך מיט איינזעעניש.

איך געדענק ווען עס איז ארויסגעקומען די מקוה דריידל, איז געווען א נידון אין סאטמאר צו מזאל עס לייגן, ידוע אז דער רבי האט אמאל געזען א טאוועלע ביי א מקוה (וואס ער האט געהאט געגעבן די געלט דערפאר) כל הטובל ואינו משלם כאילו טובל ושרץ בידו, דער רבי האט גערופן די מקוה אייגנטומער און געבעטן מזאל עס אראפנעמען, אדעתא דהכא האט ער נישט געגעבן געלט פאר די מקוה (בערך אזוי גייט די מעשה).

איך געדענק מהאט גערעדט דא אין מאנטריאל צו מזאל ארויפלייגן אזא דריידל (עס איז נאך ביז דעמאלט כמעט נישט געווען אין ערגעץ), געדענק איך ווי דער דיין הגה" צ רמ"מ שליט"א האט דן געווען בכובד ראש צו סאיז פאסיג, און צו די מעשה פונעם רבי'ן איז מחייב, נאכן דורכגיין קהל'ס ליסטע, זעענדיג ווי א טייל ציבור עביוזעט פלעין קהל, האט מען ארויפגעלייגט דעם דריידל, און פארשטייט זיך אז איינער וואס האט נישט באמת קריגט א קארטל אומזינסט אדער מיט א הנחה, אבער דאס סתם איגנארירן האט נישט קיין שום מקום.

(גראדע אין אנדערע מקומות האבן אנדערע תלמידי רבינו נישט געלאזט ארויפלייגן דעם דריידל, רמ"מ האט אבער איין שטארקייט איבער די אנדערע אז ער איז למעשה א שטארקע נושא בעול ואכמ"ל).

געווענדליך איז די נושא נישט פון קיין יורדים רח"ל, געווענליך איז עס יונגעלייט וואס לעבן אויף צו א הויעכע לייף סטייל, אדער וואס שפילן עושר, נו פאר איין מענטש אין די הנהלה וועסטו מוזן פארטרויען דיין סוד.... אז לא דובים ולא יער.... ביזט א פאלנער קבצן....

עס איז מיר אויך נישט בא'טעמ'ט ווען איך האנדל אראפ, און איך האף אז איין טאג וועל איך קענען צאלן אין פול.

פאר די הנהלה האב איך אויך א מעסעדזש.

א) מאכט זיכער אז עס זאלן זיין גענוג מענטשן מיט וועם מקען רעדן, נישט מיט יעדן איז יעדער באקוועם, און נעמט נישט ארויס דעם דם התמצית פאר איינער וואס קומט זיך בעטן, און סמוז נישט ווערן איבערגקייט יעדע נאמען דורך אלע הנהלה מיטגלידער מיט אלע פרטים.

ב) איר מעגט פרעגן יעדעם יאר צו מקען העכערן, אויב האט זיך די מצב געטוישט וועל איך אייך גערן רעיזן, אבער נישט אז אטאמאטיש גייט דאס ארויף, און מדארף יעדע יאר נאכאמאל דורך גיין די בושות פון זיך קומען בעטן כעני בפתח !!! דאס איז סתם רשעות.


אמת ויציב וואס די שרייבסט לגבי זיך נישט וויסענדיג מאכן, נישטא קיין שום תירוץ שבעולם זיך נישט וויסענדיג צו מאכן און לאזן זאכן לויפן.

לגבי די דרייערס אויף די מקוה דיסעגרי איך זייער שטארק. א חבר מיינער האט מיר אמאל געזאגט אז ער גייט בדרך כלל נאר און מקוה שבת, חוץ אויב עס קומט עם אויס צו זיין און די ראדני/קליימער געגנט.

אויף מיין אנפראגע פארוואס האט ער גענטפערט אז ער האט דריי בחורים וואס גייען און די מורטעל מקוה יעדן טאג, און ווען ער איז געקומען בעטן א בעסערע פרייז איז עס געווען זייער אומבאטמט (מילד גערעד) במילא קען ער שוין נישט פארלאנגען א דיסקאונט פאר זיך און ער האט פשוט נישט די עקסטערע 800 דאללער א יאר

lekaf zechis
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 12:52 pm

תגובהדורך lekaf zechis » פרייטאג יולי 05, 2019 11:48 am

sorry i do not have a yiddish typing keyboard

i was an administrator in a private moised for over ten years i collected the fees and paid the wages and can tell you that we have had at least one case where a parent was only paying 50% of the cost (it was agreed with the governors) and then years later after his son left the moised. he financial position improved and he worked out he much he would have paid for full fees and he gave us the difference straight away around $16000 that what happens when you give a parent his space.

however i have had another experience where i sent out statements to around ten parents informing them if they do not pay up then their child will be sent home at the beginning of the new term (we did not bother with with registration cards) i decided to leave out one person of my list who owed around $15000.00 as i clearly knew he has choivois of around $600000.00 and instead i sent him polite reminders to pay up and this is what happend next he sent me on that day $600 and on the next day he sent me $1200 and then he kept calling about 5 times to make sure that i have passed on the message to my bosses.

now the next day this man flew to eretz yisruel with his family and two weeks later he was in the airport to catch his flight back he collapsed and was nifter loi uleinee

a person who was very close to him told me that he was a heavy smoker and heavily in debts and his wife did not even know to what extent his chovois were

this is what i am trying to point out if i would have sent him this threatening letter and two weeks later when this tragedy took place how would i be able to forgive myself?

raboisei deeni memoinos can sometimes lead to deenei nefushois


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באגלייבט און 9 געסט