לא לחכמים לחם - פארוואס זענען נאר עשירים אין טשארדזש פונעם היימישען ציבור?!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

לא לחכמים לחם - פארוואס זענען נאר עשירים אין טשארדזש פונעם היימישען ציבור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

עס קאכט זיך יעצט ביים ציבור איבער געוויסע קהל'שע און ציבור'שע ענינים, יעדער ווייסט פון וואס מען רעדט און פרטים דערפון איז נישט וויכטיג דא.

אז מען וועט אויסקוועטשן אייוועלט וועט מען דא טרעפן טויזענטער תגובות ווי אידן דא רעדן זיך באמת אפ אז זיי קענענן פשוט נישט קאווארען די היי לייף סטייל פונעם חסידישע הלוך ילך.

מען רעדט זיך אפ אויף קעמפ פרייזען, מצות, בר מצווה מאכען, שכ"ל, דיוס, קליידנוג, עסן פרייזען, און די ליסטע איז לאנג.

אז מען וועט זיך אומקיקען וועט מען זעען אז אלע החלטות וואס איז נוגע דעם ציבור ווערט ע"פ רוב געמאכט
דורוך אידן וואס האבן אין באנק צען מיליאן טאלער שלמים - פלאס.

עס איז א כלל גדול אז דער זאטער פארשטייט נישט דעם הונגעריגען, די כלל האט נישט קיין יוצא מן הכלל.

אויב אזוי איז פארוואס טאקע ווער דער נידעריגער פארדינער אין ערגעץ נישט פארטרעטען?!
פארוואס איז נישט דא אין יעדע הנהלה עט-ליסט א דריטעל מעמבערס פון מענטשן וואס האבן נישט פון די געביגעלטע גרינע?!

וואלט נישט געווען מער יושר אז נידעריגע זאלן אויך האבן א ווארט ביים טיש בשעת החלטות ווערן געמאכט?

נידעריגע פארדינער זענען נישט ווייניגער קלוג אוו נישט ווייניגער אנגעזען אדער מכובד, בסך הכול האט ער נאר ווייניגער מזל ווי דער עושר, אבער צו עצות און עסקנות איז ער אויך גוט.

מיין פוינט: אין יעדע הנהלה פון דריי - פינף - זיבן - צען מענטשן זאלן זיין דערין פערצענטאל איינס צוויי דריי פיר מענטשן וואס פארשטייען די טעגליכע סטראגעל פון מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט.

החלטות וועלן האבן א אנדערע פנים נאך אזא צוגאנג.

מה דעתכם?!
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

איר קענט דעם אפטייטש פון חכמת המסכן בזויה?
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

איינמאל מ'זיצט ביים טיש גייט מען ארויס פונעם 'נידריגע פארדינער' סעקטאר..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

וועלכע דיסיזשענ'ס ווערן געמאכט וואס [די? עושר?] און איך אלס א נידריגע פארדינער וואלטן געמאכט זאכן אנדערש?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דער נידריגער פארדינער האט פשוט נישט אזוי פיל איבריגע צייט און איגאָ , צי זיין פארנומען מיט די ענינים.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

ס איז דא די באוויסטע כלל ווער עס האט די מאה דער האט די דעה, מען קען מיט האלטען מיט די פליישיגע אויגן, דער וואס האט געלט אלטימאטיש הערט מען אים אויס מיט אינטערעסע, ער קען זיין דער וואס מען האט קיינמאל נישט אנגעקוקט,
און בכלל קריג איך מיר מוט דיר מיטען פאקט אז עס איז דא און די ז' טובי קהל ביי רוב קהילות אויכעט אנשים וואס זענען נישט פון גרויסע פארדינער
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

איר פרעגט געוואלדיג, איך גלייך די שאלה ווייל סמאכט אז מען זאל זיך אפשטעלן פאר א מינוט און טראכטען

אבער באטעם ליים -ווי מרופט עס- די סוגיא כאפט מיר נישט קיין נפקא מינא, איך וואלט געפרעגט די שאלה אביסעל אנדערש: פארוואס כדי צו לעבן א היימישע חסידישע משפחה לעבן איז אזוי ווייט פון עפארדעבל?? פארוואס דארף מען זיין פארשוויצט און ארבעטן ווי א 'גוי' כדי צו דעקן די רענט פון די 'אידישע' לענלארד און דעקן די שכ''ל וכו'?
דאס איז וואס דארף שטערן פאר די עמך, און דאס אז איינער וואס פארדינט אין די זעקס דיזשיטס איז אין טשארדש דארף קנאפ אנגיין אויב יענער וויל שוויצען און האבן קאפוויי זאל ער עס האבן מיט די כבוד צוזאמען בכבוד גדול..
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ייש"כ הרב קאנסילמאן פארן אויפברענגען די נושא.
האבעך געמיינט ביז היינט אז איר זענט אויף די זייט פון די סטאטוס-קווא געהיים-עטאבלירטע סטאנדארד בעלעבאטים. יעצט זע איך אז איר זענט אויך מאנ"ש...
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

ווישוואש האט געשריבן:איינמאל מ'זיצט ביים טיש גייט מען ארויס פונעם 'נידריגע פארדינער' סעקטאר..


;l;p-
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צ"ק:
ווייל בלויז זיי קענען קאווערן די באנק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

די עשירים זיצן נישט ביים טיש ווייל מ'דארף זייער חכמה, מ'דארף זייער חכמה כדי זיי זאלן זיצן ביים טיש... ודו"ק
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ווישוואש האט געשריבן:איינמאל מ'זיצט ביים טיש גייט מען ארויס פונעם 'נידריגע פארדינער' סעקטאר..


הגה: איינמאל מ'זיצט ביים (טיש) [קאסע] גייט מען ארויס פונעם 'נידריגע פארדינער' סעקטאר
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ווישוואש האט געשריבן:איינמאל מ'זיצט ביים טיש גייט מען ארויס פונעם 'נידריגע פארדינער' סעקטאר..

שקר און הוצאת שם רע. איך קען פערזענליך עטליכע וואס פירן גרויסע מוסדות און האבן נישט איבריג געלט. זיי ארבעטען באמת שווער.

די קנאה/שנאה מעג זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל אויפהערן! נישט נארמאל וואס דא גייט פאר!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לדעתי האט געשריבן:די עשירים זיצן נישט ביים טיש ווייל מ'דארף זייער חכמה, מ'דארף זייער חכמה כדי זיי זאלן זיצן ביים טיש... ודו"ק

;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:וועלכע דיסיזשענ'ס ווערן געמאכט דורכן עושר, וואס נידריגע פארדינער וואלטן ווען געמאכט אנדערש?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

די גאנצע שאלה דערמאנט מיר וואס כ'האב אמאל געהערט פון ר' ישראל דוד ווייס ע"ה
האט ער אמאל שושן פורים ביים טיר פונעם ברך משה אויסגערימט איינעם אז ער האט אלע מעלות.
ער איז א געלונגענער רעדנער, תלמוד חכם, הערליכער בעל תפילה, קלוגער מענטש, אן עושר אדיר
ער האט אבער איין פראבלעם - ער האט נישט קיין געלט...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

farshlufen האט געשריבן:צ"ק:
ווייל בלויז זיי קענען קאווערן די באנק.

מיט די געלטער פון די ארימעלייט...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:צ"ק:
ווייל בלויז זיי קענען קאווערן די באנק.

מיט די געלטער פון די ארימעלייט...

זיכער..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בערי שרייבער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2019 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערי שרייבער »

א גרויסן ישר כח פארן ארויפברענגען די נושא
איך האף אז עס וועלן זיין אזעלעכע גוטע אידן ווי ר' ... וכדו' וואס וועלן מאכן א מהפכה און תקנות איבער אלע אידישע אנגעלעגענהייט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לאמיר אביסל אויסשמועסן

צום אלעם הערשט
לדעתי האט געשריבן:די עשירים זיצן נישט ביים טיש ווייל מ'דארף זייער חכמה, מ'דארף זייער חכמה כדי זיי זאלן זיצן ביים טיש... ודו"ק

אן אריינגיין צו סאך, אבער די עשירים זיי זענען די וואס קויפן אפ די זכותים אין בניני הקהלה והמוסדות, און זיי זענען אומדירעקטע נדבן פארן יעדן יחיד ויחיד פונעם כלל.
ווען די האסט איינער וואס ווארפט דיר אריין פון מאל צו מאל א טויזנטער וואלסטו זיך ווען נישט אינטערגעווארפן אונטער איהם און מקבל געווען זיינע החלטות.

אבער נאך ריכטיגער איז אז מיר האבן נישט קיין "דעמאקראטישע" סיסטעם, ווי אזוי מיר זאלן דאס נישט דרייען זענען מיר פארפליכטעט צו זיך האלטן צו א געוויסע ליין וואס דאס קען מען נישט אריבער גיין,
ביי איינעם איז דאס דער ראש הקהל'ס החלטות וואס מוז ווערן אינפארסט און אויב האלסטו זיך נישט צו דעם קען זיין אז דיין נאמען וועט ארויס פאלן "בטעות" פון די תמיכה ליסט אדער עני אנדער וועג ווי אזוי ער האלט אן די קאנטראל.
ביי א צווייטע קהלה איז דאס די הוראות פון רב און דיין וואס צו דו פארשטייסט יא צו נישט מוזטו דאס טוען, און אז נישט קענסטו זיכן א גוטע מוסד פאר דיינע קינדער.
און מה נעים גורלינו אז מיר זענען חסידים וואס א הוראה מן הקודש פארשטייסטו אייביג (און אויב נישט.... שוין לאמיר נישט אריינגיין)
און פארשטייט זיך למעלה מן הכל תורתינו הק' וואס דאס איז העכער דעם ראש הקהל דיין רב און רעב... (אקעי דא ווייס איך נישט וויפל וועלן אריינלייגן דעם רבין..)

לעניננו כדי צו מאכן א סיסטעם אז אויך די פשוטע "ארימע" אינגעלייט און בעלי בתים זאלן האבן זייער ווארט און די עניני הקהלה והציבור מוז זיין א וואלן סיסטעם וואס מזאל אריינוועלן קאנדידאטן אזו אז דאס זאל ריפלעקטן כל שכבות הציבור,. אמאל איז דאס אנגערופן געווארן זט"ה ז' טובי הקהלה וואס מהאט ארויס געשטעלט 7 מענטשן און זיי זענען געווען ממונה אויף יעדע זאך און אויב איז מען זיך נישט אויסגעקומען האט מען געמאכט וואלן צווישן די 7, און אזוי איז געעוען א החלטה.
אין געוויסע קהילות פלעגט דאס נאך זיין ביז לעצטנס, די זט"ה פלעגן האבן א ווארט אויף אלע עניני הקהלה והמוסדות [ווארפן קינדער, אננעמען קינדער, יא לאזן מאכן א קידוש, נישט געבן א עליה וכו,] (און קען זיין אז סאיז נאך דא איין קהלה בישראל וואס האט נאך א זט"ה, אבער למיטב ידעתי האבן זיי נישט קיין שום עפעקט אויף די למעשדיגע החלטות)
די סיבה פארוואס דאס איז אונטער געגיינגען איז פשוט ווייל אנדערש ווי אין יוראפ וואס איז געעוען א קהלה וואס האט אויפגענומען א רב, איז היינט דא א רבי וואס האט א קהלה און האט א רב, אזוי אז סמאכט ווייניג אויס צו משטעלט 7 אדער 23 מענטשן וועט דאס ווייניג אויסמאכן, ערשטנס נאר וועם די רבי לאזט וועט קענען זיין איינער פון דעם, און מיט דעם איז שוין דא א געוויסע פראצענט וואס גייען נישט האבן קיין פארשטייער. צווייטנס והיא היעקר אז די ענדגילטיגע החלטוה וועט סיי ווי ליגן און רביןס הענט (אדער ווי מאנכע טענהן אין זיין גבאיןס הענט)

די פוינט דא איז נישט צו אפרייסן די סיסטעם און אפפרעגן די רבישע הנהגה אדער ראשי הקהלס הערשאפט, נאר פשוט צו ארויס ברענגען אז היינטצוטאגס איז נישט שייך צו איינפירן אזא סיסטעם.

אבער....
ווי אזו ספארט די לעצטערע יארן וואס די אינגווארג זענען אנגעווייטיגט אויפן סיסטעם און פייפן אן יעדע החלטה פון קהלהל און טרעפן א וועג ארויס פון רביןס הוראות איז יתכן אז סוועט נאך יא צוריק גיין צום געהעריגן סדר פון טובי הקהלה וואס זענען אויסגעוועלט געוארן דורך די בני הקהלה און ריפלעקטן דעם דעת בני הקהלה פון אלע שכבות.
אויב וועלן מיר אנקומען דארט איז יתכן אז געוויסע זאכן וועט זיין גרינגער איינצופירן, אבער מצד שני איז יתכן אז פונקט פארקערט, ווייל געוויסע תקנות וואס זענען איינגעפירט געווארן ביי די קהלות לעצטערע יארן, צו סאיז בעניני טעכנעלאגיע, כשרות, חתונה (ריכטיגער דארף מען שרייבן היינט וואך נאכט) תקנות צו סיי וועלכע אנדערע נושא, ווערט אנגענומען מנאר אדאנק דעם אז בראש שטייט א רבי וואס האט א שטארקן [הייליגן] כח און קיין אינפארסן די הנהגה אויף אלע בני הקהלה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אבער אז מרעדט שוין יא א קליינע ליסט פון תקנות וואס וואלט געמעגט ווערן ארויפ געבערענט ביים טישל פון די טובי הקהלה און אריבער גיין א גרינטליכע אויספארשונג פארוואס האלט דאס דא און איינשטעלן תקנות דאס צו פארבעסערן

  1. בראש וראשונה
    חסידישע האוזינג סיסטעם - די קאנטראלירטע מארקעט ביי געוויסע ווען מזאל דאס שטעלן אויפן פלאץ און גורם זיין אז מיר זאלן קענען קויפן א הויז פאר 100 אלפים (ככל היהודים בית החסידים) מיט א מארטגעדזש פון 1000 דאלער פלאס טעקס, איז נישטא קיין פראבלעם פון גארנישט כמעט... (שוין לאמיר נישט אריינקריכן און דעבאטירן דא דעם נושא, כבודו במקומו מונח און לאמיר זיך הלאטן צום נושא. און לאמיר גיין צום צווייטן פראבלעם)
  2. חסידישע האוזינג סיסטעם
  3. חסידישע האוזינג סיסטעם
  4. חסידישע האוזינג סיסטעם
  5. חסידישע האוזינג סיסטעם
  6. חסידישע האוזינג סיסטעם
  7. חסידישע האוזינג סיסטעם
  8. חסידישע האוזינג סיסטעם
  9. חסידישע האוזינג סיסטעם
  10. חסידישע האוזינג סיסטעם
  11. חסידישע האוזינג סיסטעם
  12. חסידישע האוזינג סיסטעם
  13. חסידישע האוזינג סיסטעם
  14. חסידישע האוזינג סיסטעם
  15. חסידישע האוזינג סיסטעם
  16. חסידישע האוזינג סיסטעם
  17. חסידישע האוזינג סיסטעם
  18. און דענאך די אנדערע...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

איינס האט געשריבן:לאמיר אביסל אויסשמועסן

מען זאגט נאך פון סאטאמר רבי זי"ע
אז ביי די אלע זאכן פון וואלן און החלטות בנוגע ציבור וכו' איז דא הלכה אין שולחן ערוך ווי אזוי מען דארף האבן א מיינונג - דהיינו אן קיין פערזענלכע נגיעות ולשם שמים
כהיום אין די מארקעטינג עפאכע - וועט לכאורה אויף זיי וועלכע אופן למעשה נישט זיין קיין אמת'דיגע תורה'דיגע מיינונגען...
אזוי אויך איז דאס זייער גוט - ווען מען האט אייגענע מיינונגען - אויב אבער די מיינונגען קומען פון אנדרייערס וועלן ווייטער אפאר יחידים אנדרייען אויף וועלכע ריכטונג זאכן זאלן גיין....
און אויב מען וועט נישט קענען דעקן די בודזשעט - וועלן ווייטער די עשירים בלייבן ביים שכל...
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:איינמאל מ'זיצט ביים טיש גייט מען ארויס פונעם 'נידריגע פארדינער' סעקטאר..

שקר און הוצאת שם רע. איך קען פערזענליך עטליכע וואס פירן גרויסע מוסדות און האבן נישט איבריג געלט. זיי ארבעטען באמת שווער.

די קנאה/שנאה מעג זיך שוין איינמאל פאר אלעמאל אויפהערן! נישט נארמאל וואס דא גייט פאר!


איהר קענט עטליכע, וואס איז מיט די אנדערע וואס איהר קענט?
יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל, און ע"פ רוב זענען די סארט עסקנים, מיט מער געפילן צום פשוטער מענטש.

גראדע קען איך אויך אזא סארט עוסק בצרכי ציבור, אבער וויבאלד ער איז אנערקענט ביי אסאך גבירים אלס ערליכער און ארענטליכער, האט ער געהאט בעסערע צוטריט צו געלט ווען ער האט געדארפט, סיי ווען ער האט געוואלט קויפן א הויז, האט ער באקומען גרויסע הלוואות פון פריוואטע מענטשען אן קיין באצאלונג דאטום, און סיי ביי חתונה מאכן.

עכ"פ, נישט יעדער עסקן וואס ווערט אן עושר איבערנאכט, מיינט עס אז ער בארגט אן רשות, אסאך מאל האט ער פשוט בעסערע קשרים מיט די ריכטיגער מענטשען. איהר דארפט עס נישט אזוי נעמען צום הארצן, ווייל עס מיינט נישט דוקא שלעכטס, און אלס אלצווייסער וואלט איהר דאס געמעגט וויסען אליין. :wink:
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איינס האט געשריבן:לאמיר אביסל אויסשמועסן

אן אריינגיין צו סאך, אבער די עשירים זיי זענען די וואס קויפן אפ די זכותים אין בניני הקהלה והמוסדות,


נו וואדע, אבער דו ווייסטעך אז דאס געלט קומט למעשה פון מיר און דיר...
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

און אז מען וועט חתונה מאכן פאר אונטער 7 אלפים וועט מען שוין נישט זיין אזוי ארים און מען וועט האבן מער געלט צו קענען זיצן ביים טיש און שארן נאך..

הה"ד לא לחכמים וכו'
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”