אויער פארשטאפונג ביים לאנדען - וואסי די עצה?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
אויער פארשטאפונג ביים לאנדען - וואסי די עצה?
ווער ס'איז שוין געפלויגן אויף א פליגער ווייסט מסתם פון וואס איך רעד...
ווען די פליגער לאנדעט ווערט די אויער'ן פון ס'רוב מענטשן פארשטאפט און פארשטייפט...
געווענטליך ווען מען שלעפט אראפ די פעקלעך פילט מען שוין לאנג נישט די אומאנגענעמע געפיל אין ס'אויער, אבער דאס מאל ווען איך בין געפלויגן האט עס מיר נאך וויי געטאן א טאג נאך לאנדען!
ב"ה עס טוט שוין נישט וויי... אבער אז מען הייבט שוין אן צו טראכטן פון אהיים פארן קומט מיט די זארג וואס מען קען טאן צו פארבעסערן די ווייטאג
האט איינער א גוטע עצה דערפאר?
(קיי גומו האב איך פרובירט אן קיין רעזאלטאטן)
יישר כח

עס איז דיר שוין געלונגען ארויסצונעמען די קיי גומי פון אויער?????
איך פלי היבש אפט, און בתחילה פון מיין פליען קאריערע פלעג איך פרובירן צו טוהן פארשידענע אופנים, דהיינו קייען גאם, הערן מוזיק הויך, געניצן פאלש, פארשטאפן מיין נאז מיט די פינגער און בלאזן מיט די נאז ביז די אויער קראכט, טרינקען וואסער, וכו' וכו' וכו', איך בין געווען א וועטעראן אין די אלע עצות קעגן אויער פארשטאפונג.
אבער איך האב אינאכט גענומען אז עס העלפט נישט!!!
עס האט צו טוהן מיט די קלימאט און די וועטער פון וואו מען פליעט און וואו מען לאנדט, און דאן בין איך געקומען צו מיין מסקנא, און איך האב מיר שוין כמה פעמים איבערגעצייגט דערין, אז אויב פארשטאפט זיך די אויער העלפט גארנישט, און אויב עס איז א וועטער און קלימאט וואס עס פארשטאפט זיך נישט, דארף מען גארנישט!!!
ממילא היום יום, בשעת'ן לאנדן בפרט טאמער עס איז נאך א לאנגע נסיעה, און איך בין באורד אוט אוו די באקס, קוק איך מיר אום אויף די מאדנע פאקסן וואס יעדער פאסאנדזשיר מאכט, און ביי מיר לאך איך, דו נאַרעלע, מוטשעסטו זיך אומזיסט, אדער וועט עס דיר סייווי נישט העלפן, אדער פעלט נישט אויס די פאקסן, פון בלאזן די נאז וכו' וכו' וכו'.
נ.ב. איך האב שוין אויך אמאל געהאט אז די אויער האט זיך ערשט גענצליך אויפגעשטאפט באלד 48 שעה נאכן פליען!!!!!!!

אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
איך מיין אויך אז מען קען גארנישט טאן דערצו, די פאלשע גענעצן האלפט נאר פאר געציילטע מינוטן, עס קומט באלד צוריק, אבער דאך בעסער ווי גארנישט, מען זאל פראבירן אויפצושטאפן יעדע פאר מינוט, אז נישט קען מען האבן אויער ווייטאג אפאר טעג, איך האב פארבירט אמאל זיך צו הייבן מיט די דעת זיך נישט וויסענדיג מאכן דערפון, אהה האב'ך געליטן שפעטער דערפין.
ס'איז סתם אינטערסאנט צו באמערקן אז ס'קען זיך אויך מאכן אמאל אויפ'ן 'גארדן סטעיט' ווען מען פארט צו הויך, אבער דאס גייט באלד אוועק, משא"כ אויפן פליגער האלט עס אן.

זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
איך האב באמערקט אז עס האט צוטון ווי אזוי דער פיילעט מאכט דער לאדונג. אויב קומט ער אראפ אין די לעצטע צוואנציג מינוט די פערציג טויזענט פיס, דאן איז צורת מיט מיינע אויערן, און איך מוז גיין באזוכן א דאקטער דערנאך, זאל מיך עס אויפשטאפן. מיינע אויערן ווירט פיל מיט וואקס. אויס אבער דער פיילעט קומט שוין אראפ די פערציג טויזענט מייל א גוטע שעה פאר'ן לענדן, דאס מיינט אז די לעדונג גייט צוביסליעך, דאן איז עס אסאך בעסער.
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
סתם שלונגען יעדע מינוט שטאפט אויף די אויער.
קייען א קענדי אדער גאם איז די זעלבע עצה, וויבאלד מען שלונגט אגאנצן צייט.
אגב, עס האט נישט דוקא צוטון מיט וועטער, עס איז צוליב די לופט פרעשור אין די קאבינע וואס ווערט רעדוצירט צוליבן לאנדן אדער הייבן.
(א סייענס פאר זיך)

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
סאדע_באטל האט געשריבן:שוועמל, עס האט צו טוהן מיט די קלימאט, נישט מיט די וועטער,
אויב דו ביסט אמאל געפארן קיין ארץ ישראל, פרוביר זיך צו דערמאנען צו די אויער פארשטאפונג איז געווען אויף די גאטונג - באיכות - וואו ווען מען לאנדט אינמיטן ווינטער אין קענעדי...
קלימאט מיינט וועטער, חוץ אויב דו ווילסט זאגן פרעשור.
אבער איך מיין עס האט יא צוטון מיט די פרעשור, קען זיין די קלימאט גיבט צו אביסל.
ביי די גאר שנעלע עלעוועיטערס אינסטולירט מען ספעציעלע פרעשור עקוויפמענט, ווייל ווען עס פארט גאר שנעל קען מען פארלירן יתרו'ס הערינג... (מה שמועה שמע ובא).
קען זיין איך מיש צאם דא לאקשן ברעט מיט קוגל..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
א גרויסן יישר כח יעדן איינעם פאר אלע עצות
כ'מוז אבער מודה זיין אז ס'איניש אלעמאל די זעלבע ווייל איצט ביים לאנדען איז עס אדורך מיט כמעט אן קיין פארשטאפונג, און כ'האב נישט געהאט כמעט קיין איין פון די מיטלען; קיי גומי האבעך פארגעסן מיט צו נעמען, די זעלבע איז מיט אויער שטאפער'ס, הערן מוזיק האבעך אויך נישט געקענט ווייל מען הייסט דאך אלעס אויסלעשן ביים לאנדן?!
מען מיניש פאלגן? כ'האב אויך אזוי געמיינט ביז איינער פון אבאמע'ס יר"ה שטיצער א שטארק טינקעלר מענטש האט זיך גענומען מאכן קולות אויף מיר! (ער איניש געווען קיין פלייט אדענטעט נאר סתם א אנטעסעמיט...) 'דעי סעיד קלאס דיס' שרייט ער, כ'האב פרובירט צו ענטפערן אז נאר סעלולער'ס מיז מען צומאכן.. שרייט ער נאך העכער 'דעי סעיד קלאס דעט' (און פרייע איבערזעצונג: 'זיי האבן געזאגט מאך דאס צו')
עני וועי כ'האב מורא געהאט עס זאל נישט גיין קיין הענט האבעך צוגעמאכט אישוין...
צו גענעצן האט מיך קיינער נישט געקענט שטערן... אינדאס האב איך טאקע געטון פאר די ביסל וואס איז יא געווען פאשטאפט.

לאז געמאכט האט געשריבן:צו גענעצן האט מיך קיינער נישט געקענט שטערן... אינדאס האב איך טאקע געטון פאר די ביסל וואס איז יא געווען פאשטאפט.
פארוואס האט יענער פרעזידענט נישט געזאגט "קלאוס דעט" ווען די האסט געעפנט דיין מויל? לכאורה האט ער מורא געהאט אז די גייסט אים'ס צוריק זאגן, און ער קען זיך דאס בשום אופן נישט ערלויבן.
דער אמת איז אז אינגאנצען פטור ווערן פונעם פראבלעים איז נישט פארהאן וואו איך ווייס, אין עס ווענד זיך טאקע ווי אויבן געשריבען ווי אזוי דאר פיילעט מאכט דעם לאנדונג.
אבער גארנישט צו טון איז אסאך ערגער, עס איז טאקע ראטזאם צו טון איינע פון די פארגעשלאגענע עיצות כדי גרינגער צו מאכן דאס ענין,
איך האב אמאל געהערט אז זיך טעהנען קען העלפען, קען זיין צוליבן הויכן קול וואס געשעהט ווען מען טעהנט זיך, אין סאיז ווי א הויכען טעיפריקארדער קען זיין..??

אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 455
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm
מי הוא זה האט געשריבן:I have so much ear pain while flying
is there anything I can do?
עמו אנכי בצרה
עס האט א נאמען "עירפלעין אויערן"
פאר מיר ארבעט די פאלגענדע עקסערסייז:
ווי נאר די עלטיטוד (הייעך) פון עראפלאן פאלט צו 25,000 - האלט קאפ אויב די הייבסט אן שפירן פרעשער אין די אויערן
- ווי נאר מען הייבט אן פילן די מינדעסטע פרעשער - פארזיגל דיינע ליפן
- פול אן דיין מויל מיט לופט, לאזנעדיג דיינע באקן זיך אויפבלאזן.
- הייב אן ארויסלאזן אביסל לופט, אבער האלט אן די לופט פרעשער און מויל.
- כאפ אן ביידע אויערען - די אונטערשטע חלק און דריי\שלעפ עס לייכטערהייט אין אלע ריכטונגען.
- טו עס ווי לאנג די פרעשער האלט אן.
געווענדליך וועט זיך עס בארואיגן ביי עלטיטוד פון 10,000
- מילין_יקירין
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 455
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm
מילין_יקירין האט געשריבן:נעמט א שיינע פאר מינוט ביז 10 טויזנט פיס...
אויב די עירקרעפט פארט צוביסלעך אראפ - וועט די אויערן נישט וויי טון - ווייל די אויערן האבן צייט צו עדזשאסטן די לופט פרעשער.
אויב די פלעין לענד מיט א העכערע ענגעל - שנעלערע טויש אין די פרעשער - וועלן געוויסע פיהלן שרעקליכע ווייטאג אין די אויערן פאר עטליכע טעג.
אני הקטן האב שוין שיעור אויפגעגעבן פון פליען. ביז איך האב געטראפן די עקסערסייז.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4514
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
פארשטאפטע אויערן אויפן ערעפלאן
כפלעג שרעקליך ליידן דערויף, ספעציפיש ביים אראפלאנדען און אסאך ערגער אראפקומענדיג אין ניו יארק (פרעג מיך נישט פארוואס) סאיז נישט בלויז געווארן פארשטפאט נאר געהאט שרעקליכע שמערצן און קאפ וויי
כהאב שוין אויספרובירט אלע סגולות פון קייען גומי ביז איינהאנדלען טייערע אויערן שטאפערס
יומא חד שפאציר איך אריין אין א פארמאסי און איך גיב א פרעג די פרוי ביים קאנטער, אפשר האט איר עפעס פאר פליגער-אויער-סינדראם?
זאגט זי מער שמער שווייניגער איר מאן פלעגט אויך ליידן דערפון און א דאקטער האט רעקאמענדירט צו זיך אויסקלינען די אויערן ביי א ENT איינמאל א יאר והוא לפלא! די דאקטער האט מסביר געווען אז די וואקס אין די אויערן איז דער שורש הפראבלעם
זאגט זי מיר: אז סאיז דא טראפן וואס מלייגט אריין אין די אויערן וואס צעלאזט די וואקס און סרינט ארויס און סהעלפט אויך
אומר ושותה.... באדעם ליין סהעלפט! כבין א געהאלפעניר! כהאב עס שוין פרובירט א פאר מאל, א נאכט פארו פליען לאזט מען ארויס די וואקס פון קאנאל און מהייבט זיך און מלאנדענט ווי א פרא
בדוק ומנוסה

מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
- מילין_יקירין
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm
הםםםם... ס׳איז דא א סטאנדארט מיטן לאנדן. צעווישן 700 און 1200 פיס א מינוט. און לאנדן נעמט א גוטע 45 מינוט.
ווענד זיך בעיקר אין עטליכע פאקטארן אינעם מענטש.
ווי אפט מען פליעט. מען ווערט מער צוגעוואוינט.
וואס מ׳האט געגעסן
וויאזוי די סיינעס איז אנגעלייגט.
נישט אייביג העלפט זיך האלטן דעם אטעם און ציען די אויער. ביי מיר האט אויפגעשטאפט נאר איין זייט השם ירחם... מען ווערט דיזי... ס׳איז נאך אלץ די בעסטע עצה וואס פיילעטס געבן.
ס׳איז דא פליגערס וואס פרעשורייזן מער ווי אנדערע. מען שפירט זיך באקוועמער. די דריעם ליינער פרעשורייזט צו בערך 7000 פיס. די 747 צו 8000 טויזנט פיס. ס׳מאכט א ריזן דיפרענס ווי נידריגער (דאס מיינט מער) עס איז פרעשורייזד.
צו פארשטיין טעקניקלי:
די לופט דא אויפן ערד ביים נידריגסטן פלאץ וואס דאס איז סי לעוועל.
איז די לופט די מערסטע צודריקט און קאנצענטרירט צוליב די דרוק וואס די לופט העכער דעם צוקוועטש די לופט אינטער דעם. יא לופט האט א ממשות! ס׳איז די דרוק פינעם לופט וואס וועגט ״מער״ ווי דעם פליגער וואס מאכט דעם פליגער זיך האלטן ״אויף״ די לופט. א 747 פולי לאודעד קען וועגן ביז א מיליאן פונט מאקסימום. (די נייערע 747-8)
סאו די לופט דערינטער וועגט מער פון א מיליאן פונט צו קענען האלטן דעם מיליאן פונטיגן פליגער. - אויפן שפיץ גאפל גערעדט.
סאו ווי העכער מען פליעט אין די לופט, אלץ ווייניגער לופט דריק איז דא דארט. ווייל ס׳איז דא ווייניגער לופט העכער דעם וואס צוקוועטש עס.
א מענטש דארף אטעמען פרעשורייזד (צודריקטע/צוקוועטשטע) לופט.
א מענטש קען דערהייבן א לויזערע פרעשער ביז בערך 10 טויזנט פיס. העכער פון דעם לעשט מען זיך צעביסלעך אויס ביז אויס רח״ל. ווי העכער אלץ שנעלער געשעהט דאס.
א פליגער איז געבויעט ווי א בּאַלאָן. עס איז געמאכט צו ווערן פרעשורייזד צו א הייעך פון 8-7 טויזנט פיס בערך. דאס מיינט אז בשעת וואס די פליגער איז ביי א הייעך פון 39 טויזנט פיס, און די פרעשער דארט איז גאר גאר ווייניג (די סיבה פארוואס א פליגער קריכט ארויף אהין. ווי ווייניגער די פרעשער אלץ גרינגער און מער עפישענט (פארניצט ווייניגער גאזאלין) פליעט עס.
אבער אינעם פליגער איז די פרעשער אזוי שטארק ווי 8-7 טויזנט פיס וואס ״בלאזט אויף״ דעם גאנצן עראפלאן און די ווענט נעמען א שטארקע סטרעסס צו האלטן די פרעשער אינעווייניג. די זעלבע סיבה קען מען נישט פּרעשערייזן די פליגער מער, (צו א נידריגע פרעשער) ווייל די ווענט וועלן פּלאצן ווי א באלאן.
פארדעם אויב איז חלילה דא א לעכל וואס לאזט ארויס די לופט פרעשער שטייטעלעך אדער א פענסטער שיסט אויס, וועט די גאנצע פרעשער פון אינעווייניג ארויסשיסן ווי א באלאן וואס פלאצט און מיטשלעפן אלעס וואס שטייט אין וועג ווי א וועקיום קלינער. ווייל די טבע העולם איז אז פרעשער וויל אייביג זיין די זעלבע אויף ביידע זייטן.
דאן וועט די פיילעט אראפלאזן די אגסידשען מאסקעס (וואס האלטן נאר פאר 15 מינוט בערך) און אראפדייוון דעם עראפלאן העדט פורסט צו 10 טויזנט פיס פאר דעם עולם שלאפט איין אויף אייביג רח״ל.
איך שרייב נאך??
גוטע נאכט...

- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
מילין_יקירין האט געשריבן:הםםםם... ס׳איז דא א סטאנדארט מיטן לאנדן. צעווישן 700 און 1200 פיס א מינוט. און לאנדן נעמט א גוטע 45 מינוט.

גוט מארגן. זייער שיין מסביר געווען.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- דער פאני מענטש
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 377
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
קרייסלער האט געשריבן:כפלעג שרעקליך ליידן דערויף, ספעציפיש ביים אראפלאנדען און אסאך ערגער אראפקומענדיג אין ניו יארק (פרעג מיך נישט פארוואס) סאיז נישט בלויז געווארן פארשטפאט נאר געהאט שרעקליכע שמערצן און קאפ וויי
כהאב שוין אויספרובירט אלע סגולות פון קייען גומי ביז איינהאנדלען טייערע אויערן שטאפערס
יומא חד שפאציר איך אריין אין א פארמאסי און איך גיב א פרעג די פרוי ביים קאנטער, אפשר האט איר עפעס פאר פליגער-אויער-סינדראם?
זאגט זי מער שמער שווייניגער איר מאן פלעגט אויך ליידן דערפון און א דאקטער האט רעקאמענדירט צו זיך אויסקלינען די אויערן ביי א ENT איינמאל א יאר והוא לפלא! די דאקטער האט מסביר געווען אז די וואקס אין די אויערן איז דער שורש הפראבלעם
זאגט זי מיר: אז סאיז דא טראפן וואס מלייגט אריין אין די אויערן וואס צעלאזט די וואקס און סרינט ארויס און סהעלפט אויך
אומר ושותה.... באדעם ליין סהעלפט! כבין א געהאלפעניר! כהאב עס שוין פרובירט א פאר מאל, א נאכט פארו פליען לאזט מען ארויס די וואקס פון קאנאל און מהייבט זיך און מלאנדענט ווי א פרא
בדוק ומנוסה
וואס פארא טראפן איז דאס?
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר