הצעיר באלפי האט געשריבן:הצעיר באלפי האט געשריבן:פארווייטאגט האט געשריבן:הצעיר באלפי האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:זיי האבען נישט דעם שכל הישר צי פרעגען די מומחים אויף אייוועלט
כ'האב גערעדט פאר צוויי יאר צוריק מיט א רב וואס טוט אין כשרות, אדער מאגרובער רב, אדער רבי אשר עקשטיין (איך געדענק נישט וועלעכע) אין ער האט געזאגט אז זיי זענען גיט.
ביידע לאזן עס נישט טרינקן.
אפשר האסטו גאר געפרעגט א דריטן.
ס'איז דא א רשימה פון לונדון בית דין, (זיי ניצען נישט אלע קולות פון ou, ) וואס האט רוב פון די דערמאנטע סמירנאף אלס נישט כשר.
פארפרוירן האט געשריבן:שכל הישר האט געשריבן:זיי געבן הכשר אויף די ביער מיט פלעיוואר
וואסע פשט מענשטן קויפן עס?
עס האט די זעלבע פשט פארוואס מענטשן טרינקען Scotch Whiskey אן א השגחה, וואס קען זיין אסור אלץ יין נסך. איך בין נישט דא ח"ו מקטרג צו זיין, נאר דאס אז "מענטשן טרינקען עס" איז ליידער נישט קיין שום הוכחה אז עס איז מותר
איך האב נאך געהערט פון א משגיח פון לונדון בית דין (lbd) וואס האט געבויעט כללים, וואס מ'מעג יא און וואס נישט, איז קען זיין אז זיי וואס טרינקן קענען די כללים.
אגב, גאר לעצטענס האט מיר איינער געזאגט בשם דער משגיח, אז היינט צו טאג, אז עס איז שוין דא אזויפיל מיט השגחה, דארף מען שוין זיך נישט פארלאזן אויף די כללים.
איך האב היינט ! גערעדט מיט רבי אשר עקשטיין ! האט ער מיר געזאגט אזוי: איך האב נישט געטוהן אין דעים פעלד, אבער עס איז דא א איד אין לעיקוואד הרב יחזקאל אוירבאך וואס ער קען די זאך זייער גיט אין ער וועט וויסען צו זיי זענען פארלעסליך צו נישט עכ"ד.
האב איך געריפען רבי יחזקאל אוירבאך , וז"ל בערך (מתורגם מאנגליש), עס איז נישט קייין פראבלעים בכלל, זיי ווייסען וואס זיי טוען אין מען קען עס רוהיגערהייט טרונקען, חוץ צוויי סארטען פלעיווארס וואס זיי שרייבען אז עס איז מילכיג (חלב עכו"ם-סתם) , אין אויכעט די גרעיפ פלעיוואר זאל מען נישט טרונקען הגם אז זיי נוצען א גרעיפ פלעיוואר וואס האט א הכשר פון ou אין עס איז זיכער כשר, אבערר איך האב נישט ליב זיך צו פארלאזען אויף ארגאנאזציע כשרויות פאר וויין פראדוקטען, צוליב די הארבקייט דערפון, אין אפילו עס איז כשר איז עס בדרך כלל נישט בתכלית ההידור עכ"ד
דער עולם איז געבעטען צו רופען די אויבערדערמאנטע רבנים אין הערן וואס זיי זאגען.
הרב אקשטיין 9175148028
הרב אוירבאך 7329949734
(די מאגרובער רב האט נאך נישט אויפגעהובען די טלפון פאר מיר)
די מאגרובער רב האט מיך יעצט (9:51pm) געזאגט אז רבי יחזקאל אוירבאך איז אויף די וועד פין ksa אין ער ווייסט פינקטלעך וואס טוט זיך , אין ער איז א איש אמת, אין איך זאל עם רופען אין ער וועט מיר זאגען די סטאנדארטען פון די הכשר, אין אלע פרטים עכ"ד !
7184216666
איך האב געפרעגט שוין גאנץ לאנג צוריק, איך געדענק נישט דעם דין ודברים, אבער איך געדענק דער קלארע תשובה לאיסור.
איך האב שוין אפגעהאלטן א שיינער פאר אידען פון טרינקן.
ווילסט מיר זאגן איך לעב אין עולם הדמיון?
וועלען מיר עס בעזר השם מברר זיין.
דארף איך איבערבעטן אלע אידען וואס האבן זיך צוריק געהאלטן פון טרינקן ווייל איך האב זיי נישט געלאזט? דארף איך איבערבעטן די משקה ווייל איך האב אפגעהאלטן אידען פון מעלה צו זיין און מאכן א ברכה? האב איך געהאט אומזינסטע עגמת נפש, זעהנדיג מענטשען טרינקן עס מיט אזא געשמאק, אבער איך ווייס (ווייס איך טאקע???) אז מ'טאר נישט. (פארדעם אליין האפ איך איהר זענט גערעכט
אגב, איז עס טאקע אזוי גוט?
)
בין איך שוין האלבוועגס פארלוירן.
און וואס איך שרייבט:
הצעיר באלפי האט געשריבן:דער עולם איז געבעטען צו רופען די אויבערדערמאנטע רבנים אין הערן וואס זיי זאגען.
לדעתי, א רב מעג באקומען שאלות פון אידען, און א איד מעג און דארף רופן א רב, אבער דאס ארויס לייגן זייער טלפון נומער אזוי ברבים, און צו שרייבן אז יעדער זאל רופן, איז נישט מענטשליך, (אפילו נאר 5 מענטשען וועלען רופן).
איך בין געזעצן מיט רבנים מכשירים, און געזעהן ווי זיי זענען פארנומען על המחיה ועל הכלכלה, (כשרות, איז א שווערע פעלד, און מ'ווערט נישט קיין מבין דורך זיצען אין אפיס און הייסען יענעם ארומפארן, ביידע דערמאנטע רבנים פארן אסאך ארום, און ארבייטן אויך שווער), און זייער טלפון האט נישט אויפגעהערט צו קלינגען, מיט שואלים בענייני כשרות, וואס ברענגט זיי נישט קיין פרנסה, נאכאמאל, יא, מ'מעג רופן און זיי מעגן ענטפערען, ווער עס וויל וועט שוין זוכן זייער נומער, און דארפסט נישט שרייבן אז יעדער זאל רופן.
משהלע האט געשריבן:איך האב הנאה פון די לעצטע פאר תגובות. כה לחי. נישט קיין hearsay. מברר לאמיתו.
גערעכט, איהר מיינט לכאורה רב הצעיר, איך האב נאך מורא מודה צו זיין צו איהם פאר איך וועל אליין מברר זיין, אבער קרעדיט קומט זיך איהם פאר זיין ארבייט.