וואקסינען דעבאטע

אחראי: יאנאש

וואנדערער
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנדערער »

די דעבאטע אין א זייט געלייגט...

וואס איז פשט פון די אלע טעלעפאן קאללס יעדע פאר טאג?
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

די אנטי וואקסינען האבן א האטליין ווי מען קען הערן פילע עפיזאדען פון מענטשען וואס האבן וואקסענירט און זענען ליידער געווארען געשעדיגט
845.360.8023
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

סאכאטשאווער האט געשריבן:ר' אברהם דוד, איך בעט נישט קיין מקורות אויף יעדע ווארט, מיר וועט זיין גענוג א מקור נאר אויף אייער לעצטע פאראגראף

אברהם דוד האט געשריבן:און פאר אייער לעצטע פאראגראף: עס איז נישט דא אזא זאך אז א וואקסין זאל ווערן באשטעטיגט צום באנוץ אין די פאראייניגטע שטאטן אויב עס איז נישט דורכגעפירט געווארן א דאפעלטע בלינדע שטודיע, און אויב איר טרעפט איינעם זאגן אנדערש, זאגט אים אז ער האט נישט גוט אויסגעהערט דעם דרשן און ער זאל גיין איבערהערן פונקטליכער וואס יענער האט געזאגט.

איינמאל דו האסט מיר אזאנס, איז יסכר פי די אלע וואס האבן מיר פרובירט צו איבערצייגן, דעציט

קיינער טענה'ט נישט אז עס איז נישט דא קיין שטודיעס, די טענות זענען אז עס איז נישט דא יעדע סארט שטודיע אויף יעדע וואקסין, אויב אייער פראגע איז אויף שטודיעס אין אלגעמיין גייט צו פאבמעד די אנליין דעטעבעיס פון סייענטיפישע שטודיעס, דארט וועט איר טרעפן טויזענטער שטודיעס פון אלע סארטן און קרייזן.
אויב זוכט איר א ספעציפישע סארט שטודיע קענט איר מאכן א סירטש און ארומזוכן לויט אייער געשמאק.

קוקט אין מיין קומענדיגע תגובה אונטערן קעפל "די אלף בית פון שטודיעס" צו פארשטיין וויאזוי די אנטי'ס ארבעטן אייך צו פארדרייען דעם קאפ (בל''נ מארגן).
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

די אלף בית פון א שטודיע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

(די קעפל פון א ארטיקל וועט געווענליך דינען אלס א קורצע דיסקריפציע פון די אינהאלט, אבער אין אונזער פאל באציעט זיך די אינהאלט צו אביסל א אנדערע געדאנק און די קעפל טוט פארטרעטן בלויז איינצעלנע פאראגראפן פון די ארטיקל.
די ציל און די סיבה דערצו: אפילו אויב איר זענט נישט איינשטימוג מיט די איבעריגע חלקים זאלט איר צום ווייניגסטענס מיטנעמען אט די איינציגסטע וואוסענשאפט/פארשטאנד וואס איר ליינט דא, די אלף בית פון שטודיעס).

איך וועל דא שרייבן מיינע אייגענע אפשאצונגען און מיינונגען וואס זענען באזירט אויף זאכן וואס איך האב באשטעטיגט אלס פאקט, קיינער מוז דאס נישט אננעמען, און איך פראביר קיינעם נישט איבערצורעדן אנצונעמען מיין מיינונג, איך וויל בלויז אז איינער וואס האט זיך שוין אנגעקלאפט אין איינס אדער צוויי פון די זאכן וואס איך וועל דא שרייבן, זאל זעהן נאך א וועג וויאזוי מען קען קוקן אויף די זאך.

די אנטי באוועגונג גלייכט זייער שטארק צו מאכן איין גרויסע קוגל,
"טשיקען פאקס איז נישט שעדליך דעריבער דארף מען נישט געבן קיין פאליא וואקסין"
"כאלערע קומט פון שמוציגע וואסער דעריבער דארף מען נישט געבן מיזעלס וואקסין"
"סמאל פאקס איז אויסגעראטן דעריבער דארף מען נישט געבן קיין דיפטעריע וואקסין"

און איבער אלעם און פון וואס איך וויל היינט רעדן,
"יענע שטודיע איז נישט גוט דעריבער איז קיין איין שטודיע נישט גוט"
"עס איז נישט דא אזא סארט שטודיע דעריבער איז נישט דא קיין איין גוטע שטודיע"

נישט אלע טענות הערן זיך אויבענאויפדיג לעכערליך און מען קען פארשטיין פארוואס איינער זאל הייבן ברעמען צוליב געוויסע פון זייערע סטעיטמענטס.
איך וועל פראבירן אביסל צו צוטיילן דעם קוגל און צולייגן די סך הכל פון איינצעלנע טענות, אז מיר זאלן קענען ארויסהאבן א קלארערע און ריכטיגע בילד.

איז אזוי, עס איז דא צוויי סארטן טענות וואס מען הערט פון מענטשן,
1) א פאלשע טענה וואס א אנטי האט יענעם געמאכט מיינען אז עס איז אמת, דורכן זאגן א פארפירענדע פאקט, דאס מיינט אז דער דרשן האט נישט געזאגט דעם טענה, ווייל ער ווייסט זיכער אז עס איז ליגנט, אבער ער האט געזאגט עפעס אנדערש כדי די ארומיגע זאלן ארויסלערנען און מיינען אז די טענה איז אמת.
2) די ווערטער פון די אנטי אליינס וואס קען טאקע זיין אמת אבער עס איז א פארפירענדע פאקט, דאס מיינט אז דער פאקט באדייט נישט דאס וואס עס זעהט אויס אז עס דארף באדייטן, דו קענסט דאס איינזעהן ווען דו פארשטייסט די סיבה צו יענע פאקט, אדער ווען דו פארשטייסט אז די פאקט איז נישט רעלעוואנט מאיזה סיבה שהוא. (מען קען אין דעם מאריך זיין זייער לאנג, אבער דאס איז די געדאנק אין קורצן).

איצטערט, הרב סאכאטשאווער האט מיר געבעטן א מקור פאר א דאפעלטע בלינדע שטודיע, און עס איז מיר געווען אינטערעסאנט, ווייל איינע פון די שטודיעס וואס די FDA פארלאנגט איז אזא סארט שטודיע און יעדער (וואס ווייסט) ווייסט אז עס איז נישט דא קיין צוויי ברירות דערויף, און אויף דעם איז די תירוץ פשוט, עס איז נישטא קיין איין וואקסין וואס איז נישט אדורך אזא סארט שטודיע.
איך האב געשריבן אויף דעם "אויב איר טרעפט איינעם זאגן אנדערש, זאגט אים אז ער האט נישט גוט אויסגעהערט דעם דרשן און ער זאל גיין איבערהערן פונקטליכער וואס יענער האט געזאגט", ווייל איך ווייס אז אויב האט ער געהערט פון איינעם אז וואקסין ווערט באשטעטיגט אן א דאפעלטע בלינדע שטודיע דעמאלס איז דאס געווען אזא סארט טענה וואס איך האב אריינגעלייגט אין קאטעגאריע 1, האלטענדיג אז מילתא דעבידא לגילויא לא משקרי אינשי גייט נאך אן היינט ווען איינער רעדט ברבים.

אבער וואס זענען יא די (אויסזעהנדיגע) פראפעסיאנאלע טענות אויף שטודיעס?

איך וויל עס נישט אפענטפערן בעפאר איך ברענג עס אראפ, אבער איך מוז געבן אן אריינפיר אין די ענין, (וואס קען איך טאן אז בנידן דידן ווערט עס אפגעענטפערט בלויז דורך וויסן די אלף בית?).

ווען מען וויל דורכפירן א שטודיע האט מען צענדליגע, און צומאל אפילו הונדערטער, אפציעס וויאזוי מען זאל דאס דורכפירן, איך גיי נישט אריינגיין באריכות אין אלע פרטים אבער דער סך הכל איז אז יעדע אפציע וואס קען מצד אחד ברענגן א מעלה אויף געוויסע אספעקטן, קען מצד שני ברענגן א חסרון אויף אנדערע אספעקטן. לאמיר געבן איין ביישפיל, בלינד אדער אפען? בלינד האט די זעלבסטפארשטענדליכע מעלה אז קיינער קען נישט פארדרייען די רעזולטאטן, אבער אין א אפענע שטודיע קענסטו איינטיילן דיינע גרופעס מיט א (און איך מיין אז עס וועט נישט זיין איבערגעטריבן צו זאגן, מיט א נויטיגע) אייניגקייט, א קינד קעגן א קינד, א ערוואקסענער קעגן א ערוואקסענער, און אזוי נאך און נאך צושטאנדן און אומשטענדן וואס קענען מאכן ריזיגע שינויים און א מענטשן'ס מעגליכקייט, ווארשיינליכקייט, אדער זיכערקייט, צו ערווערבן אדער נישט צו ערווערבן א דיזיעז/קאמפליקאציע/אפעקט.

דערפאר איז כמעט נישט מעגליך צו באזירן א באשלוס אויף בלויז איין שטודיע, ווייל אין מערסטנס פעלער איז נויטיג צו האבן די מערערע קעגנזייטיגע מעלות. די עצה אויף דעם פראבלעם איז (און דערפאר פארלאנגט די FDA) צו מאכן אפאר סארט שטודיעס און נעמען די סך הכל רעזולטאטן פון אלע שטודיעס צוזאמען, אויף דעם אליינס וואלט איך זיך נישט פארלאזט צוליב יענע און יענע חסרון, און אויף די אנדערע אליינס אויך נישט צוליב די אנדערע חסרון, אבער אויב אלע סארטן שטודיעס געבן מיר די זעלבע גונסטיגע רעזולטאטן קען איך אויף דעם באזירן מיין באשלוס און זאגן אז איך האב א קלארע בילד איבער די אפעקט פון די מעדיקעשאן/וואקסין/ אדער סיי וואס.

א מענטש וואס ווייסט די אלף בית פון שטודיעס ווייסט דאס, אבער די וואס ווילן שטופן די אגענדע קעגן וואקסינען האבן דא געטראפן א ריזיגע פתח וויאזוי צו פארדרייען א קאפ, און כאטש נישט אלעמאל איז אפילו רעלעוואנט די טענה, למשל ווען די ציל פון די שטודיע איז געווען פאר אינגאנצן א צווייטע פראגע, און מען האט בכלל נישט פראבירט ארויסצולערנען אויף די פראגע וואס דו טענה'סט אז מען קען אזאנס נישט זעהן פון אזא סארט שטודיע (די ציל סטעיטמענט און די אויספיר סטעיטמענט פון א שטודיע זענען די מערסט וויכטיגסטע שורות אין א שטודיע באריכט, אבער עס איז א שמועס פאר זיך), עכ''פ, עס ארבעט ווי פאלגענד,

איין שטודיע איז נישט גוט ווייל עס איז אויף צו ווייניג מענטשן, און די אנדערע ווייל עס איז צו סאך.
איין שטודיע איז נישט גוט ווייל מען האט גערעכנט נאר ערענסט קראנקע, און די אנדערע ווייל "יעדער וואס האט נאר געהאט פיבער האט מען פארעכענט אלס אנגעשטעקט".
איין שטודיע איז נישט גוט ווייל עס איז געווען א אפענע שטודיע, און די אנדערע ווייל עס איז געווען בלינד.
איין שטודיע איז נישט גוט ווייל מען האט דערעקט אויסגעשטעלט די מענטשן צו די דיזיעז, און די אנדערע ווייל "ווער זאגט דיר אז די מענטשן זענען בכלל געווען אויסגעשטעלט צו די בעקטעריע?".
איין שטודיע איז נישט גוט ווייל די גאווערמענט האט געהאלטן איבערזיכט איבער די שטודיע, און די אנדערע ווייל "נעמסט אפאר פריוואטע דאקטוירים און קיינער ווייסט נישט וואס דארט גייט פאר?".
איין שטודיע איז נישט גוט ווייל עס איז געווען פאר צי לאנג, און די אנדערע ווייל עס איז געווען צי קורץ.
איין שטודיע איז נישט גוט ווייל עס איז געווען אין אמעריקע ווי די דיזיעז איז שוין סייווי נישט דא, און די אנדערע ווייל "געבסט מיר א שטודיע פון א דריטע וועלט לאנד?".
וכמו זה, יעדע פאר יאר קומט די נייע אושפיזין פון נאך א גרופע קשיות.

(דא האב איך געוואלט אנהייבן די ענטפער, אבער איך טרעף זיך ביים אויספיר) ווען איך האב אפאר מאל די זעלבע רעזולטאטן געב איך איין ענטפער פאר אלעס אנשטאט צו זאגן אז יעדע איינס פאר זיך איז א צופאל, ביי איינס צוליב איין סיבה און ביים צווייטן צוליב די אנדערע, דאס איז די אנגענומענע מהלך ווען מען וויל שטודירן סיי וואס, און דאס איז די מהלך וואס מיר נוצן צענדליגע מאל א טאג אין אונזער פערזענליכן לעבן, איז יענער קלוג אדער נאריש? האב איך ליב יענע עסן? מיין קאמפיוטער ארבעט? איך וועל נישט זאגן אז די צעהן מאל וואס האט מיר איבערגעוויזן אויף איין צד איז יעדע איינס פאר א אנדערע סיבה אבער די ריינע מציאות פון די זאך איז אנדערש, און כל שכן אויב די סיבות וואס איך וויל אנגעבן זענען סתירות איינס צום צווייטן (איז עס נאריש אז איך פיל זיך יעצט ווי אין כיתה אלף??).

אויב מען פארשטייט נישט די אלף בית פון שטודיעס איז דאס די רעדל אין וואס מען קען זיך דרייען פאר יארן, אבער דערנאך איז דא א צווייטע סארט וועג פון דרייען א קאפ און אפילו עס איז מער פארפירענד ווי די פאריגע, זאגט זיך עס געשמאקער און עס לייגט זיך גרינג אן אויפן קאפ, און איך מיין אז דאס איז ווי זיי כאפן די מערסטע מענטשן, זיי טרעפן א סארט שטודיע וואס צוליב סיי וועלכע סיבה מאכט מען זעלטן אדער קיינמאל נישט, און נאך בעסער אויב מען מאכט דאס מער זעלטענער ביי וואקסינען, און מען לייגט אראפ כאילו 'דאס' איז 'די' איינציגסטע שטודיע וואס קען באשטעטיגן זיכערהייט ביי וואקסינען, און דערנאך הייבן זיי אן צו וויינען, "פארוואס איז נישט דא אזא סארט שטודיע?", און הרב סאכאטשאווער וועט אוודאי געדענקן ווי ער האט געפרעגט "פארוואס פארלאנגען זיי נישט ביי וואקסינען די זעלבע סארט סעיפטי שטודיעס ווי איבעראל?"

איז דאס אמת? ניין! די סעיפטי ווערט שטודירט איבעראל אייניג.
איז דאס ליגנט? נישט אינגאנצן! אויב איר נעמט ארויס די ווארט סעיפטי פון זיין פראגע איז עס הונדערט פראצענט אמת.
שטוינענד! גלענצענד! א געניאלע געדאנק! איך האב נישט געזאגט קיין ווארט ליגנט און באלד וועל איך זיך אונטערשמייכלען ווען איך וועל הערן ווי איר זאגט איבער פאר איינעם "עס איז קלאר אז די גאווערמענט האט אן אגענדע לגבי וואקסינען, קוק, זיי פארלאנגען איבעראל אזא סארט שטודיע, חוץ ביי וואקסין!"

געוויסע פון די סטעיטמענטס ברענגן בלויז ארויס אז עס איז נישט דא קיין וועג צו פארזיכערען אז וואקסין איז סעיף, למשל די באקאנטע פלאסיבא קשיא, מענטשן ווייסן שוין היינט אז מען קען דאס נישט נוצן אין אלע פעלער און זיי פרעגן נישט פארוואס, אבער זיי פרעגן "מסכים, אבער וויאזוי דאך ווייסטו אז וואקסין איז סעיף?", קען מיר איינער אנווייזן פארוואס א אפענע שטודיע (א קאנטראל שטודיע, ווי איך געב גארנישט פאר האלב פון די מענטשן) איז ווייניגער איבערווייזענד ווען איך געב זיי נישט א פלאסיבא אנשטאט די גארנישט??, און איך רעדט שוין נישט פון דעם אז א אפענע שטודיע איז איינע פון די צוויי שטודיעס וואס די FDA פארלאנגט ביי יעדע וואקסין.

אבער געוויסע פון די סטעיטמענטס ברענגן ארויס אז מען זעהט קלאר אז די גאווערמענט האט א אגענדע, (א ביישפיל די פראגע וואס איך האב נארוואס דערמאנט "פארוואס פארלאנגען זיי נישט ביי וואקסינען די זעלבע סארט סעיפטי שטודיעס ווי איבעראל?" אדער די באקאנטע סוען פראגע), און נאכן הערן פיר אדער פינעף אזעלכע פראגעס קען שוין א נארמאלע געזונטע קאפ איינזאפן די קאנספיראציע אז די גאנצע FDA איז א ווערטל, און די CDC פארדרייט א קאפ, און אלע פראפעסיאנאלען און דאקטוירים ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זייער לעבן, און נאר יענע פאר חכמים ווייסן די אמת.

איך בין נישט זיכער, און עס איז דא פלאץ דן צו זיין, ווי אין די קייט עס ענדיגט זיך די אגענדע און עס הייבט זיך אן די אומוואוסענהייט, און העכסט ווארשיינליך איז עס ביי געוויסע א געמיש און עס גייט שטאפלווייז, אבער נאכן איינזעהן און אנטדעקן די באהאלטענע פראפעגאנדע און געצילטע ליגנטס אונטער די קשיות, קען מען וויסן גאנץ קלאר אז אין שפיץ שטייט נישט א באזארגטע מאמע, נאר איינער וואס וויל באזארגען מאמעס פאר עפעס א סיבה וואס איז מיר נישט באקאנט (ביי אלע..).

צום שלוס, אויב איינער וויל זעהן שטודיעס קען ער קוקן אויף פאבמעד, עס איז דא דארט גענוג פון אלע סארטן שטודיעס, אבער אויב איר ווילט פארענטפערן די קשיות וואס איר הערט פון מענטשן דארפט איר גארנישט מער ווי בלויז וויסן וואס טוט זיך מיט זיך, און נישט קויפן קיין לאקשען פון קיינעם.

אלס א זייטיגע נאטיץ מוז איך זאגן אז איך רעספעקטיר קאנספיראציעס און איך וואלט זייער שטארק געוואלט באשטעטיגן די וואקסין קאנספיראציע אבער איך בין פארנומען מיט אפאר וויכטיגערע פראגעס א שטייגער צו אלי כהן איז נישט געווען א פאקיסטאנער שפיאן, צו מען האט געפעלשט די לבנה לאנדונג, אויב היטלער לעבט נאך ערגעץ אין אוריגוויי, אויב מען לייגט אריין פלארייד אין די וואסערן צו האלטן די מענטשן ברעין-וואשד, און בעיקר קען איך זיך נישט רוקן פאראויס ווילאנג איך באשטעטיג נישט אויב הענרי דער זיבעטער איז טאקע געווען אדאפטירט ביי לואי דער דריטער און קאסמא דער עלעפטער וואלט ווען נישט געדארפט איבערנעמען די מלוכה.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

צולייגער האט געשריבן:א דאנק פארן ברענגען.

לגוף הענין, דער הייליגער רבי הננמ"ח זי"ע ברענגט דאס שוין אויך אין זיינע ספרים, סאו ס'איז נישט קיין חידוש. אבער דאס איז סייוויי נישט קיין ראי' אפצופרעגן די טענת האנטיוועקסערס, זינט זייער טענה איז אז מען מישט אריין חרוסת און חזר'יי אין די וואקסין, וואס דאס קען ברענגען אויטיזם, לשיטתייהו.

דיסקלעימער: מיינע קינדער זענען וואקסיאנירט.

ניין. נישט חרוסת. מען מישט אריין נאמבער טו פון מאנקיס און פעטענס פון פיגיס (מיט א pie נישט קיין פיי).
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

טענה'רייען געלייגט אין א זייט, וואס גייען טאקע טהון די אלע וואס האבן גענוצט ביז יעצט די רעלידשעס עקזעמפשן? זיי גייען נישט געבן די אלע שאַטס, און זיכער נישט איבערנאכט.. האלטן די קינדער אינדערהיים איז אויך נישט מסתבר אז זיי גייען. אויב אזוי וואס יא?
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

א גולם האט געשריבן:ווייסעך נישט צו סאיז שוין דא געווען, געזיכט אין נישט געטראפען האבעך פינקט אריין געבלוזשענט אינעם ספר הברית ווי ער רעד ארום דעים ענין!!

תוכן הדברים?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

kollel yingerman האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:שטייענדיג בעפאר דעם קאנטרי סעזאן האט די העלט דעפ. שטרענג פארלאנגט אז יעדער וואס קומט אין קעמפ מוז זיין וואקסינירט ווי פארשטענדליך, פאר די איינגעשטעלטע איז אבער נישט גענוג צו ברענגען זייער אימיוניזעישאן רעקארדס פון דער איגנט, ווייל דאס איז שוין געווען צו לאנג צוריק, זיי מוזן יעצט נעמען א בלאט-טעסט זען צי זיי זענען טאקע אימיונט.

האב איך צוויי קרובי משפחה וואס האבן אין די טעג געמאכט דעם בלאט-טעסט, ביידע האבן זיכער גענומען שאטס אין זייער יוגנט, איינער האט אפילו גענומען מיט עטליכע יאר שפעטער נאכאמאל א מיזלס שאט צוליב אן אויסברוך בימים ההם אין די שבועות טעג, און ביידע זענען נישט אימיונט!

איז מיין פראגע, אפשר ווען יעדער זאל ווען מאכן א בלאט-טעסט יעצט וועט מען זען אז אסאך מער פון דריי פראצענט וואקסינירטע זענען פאקטיש נישט אימיונט, צי ווייל ס'איז נישט געווען אפעקטיוו, צי ווייל ס'האט אויסגעוועפט במשך הימים, ס'לייגט זיך מיר פשוט נישט אויפן שכל אז פון דריי פראצענט מענטשן וואס איז ניטאמאל קיין מיעוט המצוי זאלן צוויי מענטשן זיין פון מיין משפחה.

בדרך כלל מאכט זיך עס
בעיקר ביי פרויען זאלן פארלירן זייער אימיוניטי פארן געבוירן קינדער

נישט ריכטיג, מענער און פרויען פארלירן די אימיוניטי די זעלבע פראצענט, נאר מענער טעסטן קיינמאל נישט, משא"כ פרויען פאר זיי האבן א קינד טעסט מען, און אויב מען זעהט אז מען איז נישט אימיון נעמט מען נאך איינס.

מקור?

מאדנע, יעדעם'ס חלומות און דמיונות דא איז דיר גיט אן א מקור, פלוצלינג ברויכסטו א מקור.

דא האסטו

https://ajp.com.au/news/measles-immunit ... ng-greyer/

Men were over-represented in the waning immunity group, they noted – as women might be more likely to receive a second or subsequent dose of measles-containing vaccine in order to protect against rubella if they wish to have a child, or possibly due to differences in health-seeking behaviour.

איך האב דערמאנט די שטודיע אין די וואקסין נייעס אשכול
viewtopic.php?p=1948979#p1948979
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

הרב_שלום האט געשריבן:די אנטי וואקסינען האבן א האטליין ווי מען קען הערן פילע עפיזאדען פון מענטשען וואס האבן וואקסענירט און זענען ליידער געווארען געשעדיגט
845.360.8023

ניין, זיי האבן א האטליין ווי מען קען הערן פילע עפיזאדען פון מענטשען וואס רעדן זיך איין אז זייערע קינדער זענען געשעדיגט געווארען. ליידער געשען זאכן צו קינדער (זיי ווערן קראנק, באקומען אינפעקציעס וכו' וכו') אן קיין וואקסינען אויך. אויב געשעט עס פונקט אין די זעלבע צייט ווען מען געט די שאט, האט מען שוין א קרבן אויך. אסאך פון די מעשיות וואס זיי פארציילען אז מען טראכט אריין זעהט מען אז עס האט באמת נישט קיין שייכות מיט שאטס (מיין זין אז אראפגעפאלען פון זיין ביציקעל, איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס, ער האט דאך אלעמאל אזא גוטן באלענס, ביז איך האב מיך דערמאנט אז פוקט א יאר צוריק אויף דעם טאג האב איך איהם געגעבן א שאט, מוז זיין אז דאס האט גורם געווען אז ער זאל נישט האבן אזא גוטן באלענס (דאס איז אן עקסטרעם גוזמא, אבער אסאך פון זייערע מעשיות אז מען טראכט אריין קוקן אויס אזוי)) ספעציעל אוטיזם, וואס א דייאגנאזויס קען קומען פיל וואכן נאכ'ן אנפאנגען זען סימפטימס, און מען פרובירט זיך צו דערמאנען ווען האט זיך דאס אנגעפאנגען? אהה עס האט זיך טאקע אנגעפאנגען בשעת מען האט געגעבן די שאט.

איך האב געליינעט אמאל אן ארטיקל פון א דאקטער וואס טוהט שוין אין די פעלד פון אוטיזם פאר 50 יאר, האט ער געזאגט אז בעפאר וועיקפיעלד, ווען ס'איז געקומען א נייע אוטיזם פאציענט, האבן די עלטערען אלעמאל געוויסט פון וואס דאס קומט, איינער האט געזאגט אז ווייל זיין קינד האט געטרינקען Orange juice דער צווייטער האט געזאגט אז ס'איז געקומען ווייל זיין קינד איז געשלאפען אונטער דעם בעט, וכו' וכו' אזעלעכע סארט שתותים, נאך וועיקפיעלד האבן אלע געוויסט צו זאגן אז עס קומט פון די שאטס.
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

פעשען האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:ווייסעך נישט צו סאיז שוין דא געווען, געזיכט אין נישט געטראפען האבעך פינקט אריין געבלוזשענט אינעם ספר הברית ווי ער רעד ארום דעים ענין!!

תוכן הדברים?

ער שרייבט דער גאנצע השתלשות ווי אזוי מען האט ערפינדען די סמאלפאקס וואקסין, וויאזוי מען מאכט דאס, וואס געשעט נאך'ן נעמען, צום סוף פירט ער אויס אז די סיבה פארוואס ער איז אזוי מעריך אין דעם ענין, איז וויבאלד ער וויל מען זאל דאס גוט פארשטיין כדי מען זאל נישט מורא האבן דאס צו מאכן (בקיצור אפצוענטפערען די אנטי-וואקסערס פון זיין דור).

ווי אויך זאגט ער אז דער וואס מאכט עס נישט און זיין קינד באקומט די סמאלפאקס מחלה, איז עד אלקים יבא במשפט וענוש יענש בדין שמים.
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לישועה »

אברהם דוד האט געשריבן:
סאכאטשאווער האט געשריבן:ר' אברהם דוד, איך בעט נישט קיין מקורות אויף יעדע ווארט, מיר וועט זיין גענוג א מקור נאר אויף אייער לעצטע פאראגראף

אברהם דוד האט געשריבן:און פאר אייער לעצטע פאראגראף: עס איז נישט דא אזא זאך אז א וואקסין זאל ווערן באשטעטיגט צום באנוץ אין די פאראייניגטע שטאטן אויב עס איז נישט דורכגעפירט געווארן א דאפעלטע בלינדע שטודיע, און אויב איר טרעפט איינעם זאגן אנדערש, זאגט אים אז ער האט נישט גוט אויסגעהערט דעם דרשן און ער זאל גיין איבערהערן פונקטליכער וואס יענער האט געזאגט.

איינמאל דו האסט מיר אזאנס, איז יסכר פי די אלע וואס האבן מיר פרובירט צו איבערצייגן, דעציט

קיינער טענה'ט נישט אז עס איז נישט דא קיין שטודיעס, די טענות זענען אז עס איז נישט דא יעדע סארט שטודיע אויף יעדע וואקסין, אויב אייער פראגע איז אויף שטודיעס אין אלגעמיין גייט צו פאבמעד די אנליין דעטעבעיס פון סייענטיפישע שטודיעס, דארט וועט איר טרעפן טויזענטער שטודיעס פון אלע סארטן און קרייזן.
אויב זוכט איר א ספעציפישע סארט שטודיע קענט איר מאכן א סירטש און ארומזוכן לויט אייער געשמאק.

קוקט אין מיין קומענדיגע תגובה אונטערן קעפל "די אלף בית פון שטודיעס" צו פארשטיין וויאזוי די אנטי'ס ארבעטן אייך צו פארדרייען דעם קאפ (בל''נ מארגן).

די טענה איז א. די שטודיעס אויף וואס מען האט עפראווד די וועקסינס זענען געווען קארצע אדער קליינע און אן א קאנטראל גרופ און האבן געוויזן אסאך סיידעפעקטס ב. די שטודיעס נאכן עפראוון זענען געווען נאר אויף געוויסע מחלות און נישט בכלליות, והא ראיה אז אז די iom האט איבער געקוקט אלע שטודיעס וואס איז דא, און אויף רוב המכריע פון מחלות וואס איז דא א חשד האבן זיי נישט געטראפן קיין שטודיעס וואס זאלן מוכיח זיין אז דער וועקסין איז דאס נישט גורם און אוף א טייל האבן זיי געטראפן אז סאיז יא גורם, און דאס איז חוץ פון דעם וואס גרויסע מומחים אזוי ווי דר זימרמן און דר פיטר פאלשטר און טריזע דייטשער זאגן אז mmr איז יא גורם אטיזם, און אויך די קוקריין אוגענעזעישן און דר ברענעדין הילי זאגן אז די הוכחות אז סאיז נישט גורם אטיזם זענען שוואך.
אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך מ'לאנדאן »

Waukesha האט געשריבן:
פעשען האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:ווייסעך נישט צו סאיז שוין דא געווען, געזיכט אין נישט געטראפען האבעך פינקט אריין געבלוזשענט אינעם ספר הברית ווי ער רעד ארום דעים ענין!!

תוכן הדברים?

ער שרייבט דער גאנצע השתלשות ווי אזוי מען האט ערפינדען די סמאלפאקס וואקסין, וויאזוי מען מאכט דאס, וואס געשעט נאך'ן נעמען, צום סוף פירט ער אויס אז די סיבה פארוואס ער איז אזוי מעריך אין דעם ענין, איז וויבאלד ער וויל מען זאל דאס גוט פארשטיין כדי מען זאל נישט מורא האבן דאס צו מאכן (בקיצור אפצוענטפערען די אנטי-וואקסערס פון זיין דור).

ווי אויך זאגט ער אז דער וואס מאכט עס נישט און זיין קינד באקומט די סמאלפאקס מחלה, איז עד אלקים יבא במשפט וענוש יענש בדין שמים.

די אנטי וואקסינערס זענען מסביר אז עס איז נישט קיין פארגלייך:
וויבאלד ביי ספר הברית איז עס א קלענערע דאזא! וויאויך איז עס נארטירלעך! און ער שרייבט אז דאס דארף מען טוהן מיט מענטשען [נישט מיט פיצלעך קינדער]...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך וויל אביסל רעדן פון די ענין אז מען קען נישט האלטן און איין זיך ארום קריגן back and forth.

ווי שוין מערער מאהל געשריבן, יא, מען מעג אויסהערן די אנדערע צד, און יא, זיי האבן שטארקע קשיות. אבער by the end of the day, ווען מען זעהט קלאהר אז מען האט ציטוהן מיט א קולט, וואס ביי זיי, פאקן זענען נישט משנה, דעת תורה איז נישט משנה, צרות צרורות וואס זיי האבן אהנגעמאכט פאר גאנץ כלל ישראל איז נישט משנה (גייט אריין אין message boards פון דאקטוירים און nurses און זעהט וואס זיי שרייבן אויף אלע פרומע אידן). א היימישע איד היינט אין שפיטאל, באקומט זיכער נישט די סערוויס וואס ער וואלט אמאהל באקומען.

למעשה, קען מען דען האבן אויף אלעס אן ענטפער? קען מען ענטפערן אויף די טענה וואס מען הערט אויף די וואקסין האטליין אז סייענס איז אויף אונזער זייט? (שקר). קען מען ענטפערן אז דעת תורה איז אויף די זייט פון די אנטי וואקסין? (אויך שקר). קען מען האלטן און איין ענטפערן אז זיי האבן פילע דאקטוירים אויף זייער זייט? (שקר גמור).
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:די אנטי וואקסינערס זענען מסביר אז עס איז נישט קיין פארגלייך:
וויבאלד ביי ספר הברית איז עס א קלענערע דאזא! וויאויך איז עס נארטירלעך! און ער שרייבט אז דאס דארף מען טוהן מיט מענטשען [נישט מיט פיצלעך קינדער]...

א. קלענערע דאזא? ביטע ליין איבער וויאזוי מען האט עס דעמאלסט געמאכט און ווי יעדער מענטש איז קראנק געווארען פון די וואקסין.

ב. נאטירלעך? סאיז נאטירלעך צו נעמן מענטשען, אויפשניידן און אריינלייגן cowpox?

ג. די ספר הברית שרייבט אז מען זאל עס געבען פאר די קינדער. אבניה ברזל בשם ר' נחמן מברעסלב שרייבט אז מען מוז עס מאכן פאר די קינד ווערט רבע שנה (דריי חדשים). (און אויב נישט הרי הוא כשופך דמים)

נ. ב. דאס! מאכט! מיר! זייער! נערוועז! און! געט! גארנישט! צו! צום! שמועס! ביטע אויפהערן מיט דעם. יישכ למפרע.
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

אברהם דוד האט געשריבן:די אל"ף בי"ת פון א שטודיע

עעעעענדליך! אויף דיר האבן מיר געווארט!

געבענטשט זאל זיין דאס ווינטעלע וואס האט דיר אהערגעבלאזן. ביטע, מיר קוקן ארויס ווייטער צו לערנען און פארשטיין.

איך וועל פרובירן צו רעדן צו די הנהלה מ'זאל דיר באצאלן וועידזשעס פאר'ן פארברענגען מיט אונז...

אזוי קלאר, אינפארמירט, באהאוונט.

איך וואלט דיר געראטן נישט צו ווערן פארמישט מיט יעדע טענה אדער אטאקע, נאר גיין פאראויס און צעלייגן אלעס וואס מען דארף פארשטיין אויף קליינע טעלערלעך. די טענות וועלן שוין צעפאלן ווי פון זיך אליינס.
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

די וואקסין טעסטינג און באשטעטיגונג פראצעדור.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

עס איז כדאי אביסל אויסצושמועסן די פשוטע צוגאנג און מהלך וויאזוי א וואקסין ווערט באשטעטיגט און אויב איר האט ספיקות אין די ווארהייט פון סיי וועלכע פון מיינע ווערטער, גייט און באשטעטיגט דאס אויף די רעגירונג וועבזייטלעך, מען דארף נישט קיין ספעציעלע קאוד אריינצוגיין דארט.
אויב האלט איר אז די אלע רעגולאציעס זענען בלויז לפנים, און זענען געמאכט בלויז אייך צו פארבלענדען די אויגן, דאן מוזט איר ערקלערן פארוואס בלויז א גאר קליינע פראצענט פון פארגעשלאגענע וואקסינען ווערן צום סוף באשטעטיגט.

(דאס איז ארויסגענומען פון א ארטיקל וואס איך האב געשריבן א שטיק צייט צוריק, און איך טו זיך נישט באציען צו א יעצטיגע ספעציפישע פראגע, איך לייג דאס ארויף כדי מענטשן זאלן זעהן אז די מצב איז נישט וויאזוי די אנטי'ס פראבירן עס אראפצולייגן, "פירמעס טראגן אן וואקסינען און בום! עס באקומט די לייסענס און גייט ארויס אויף די מארקעט". עס איז א לאנגע פארזיכטיגע פראצעדור וואס ווערט אויסגעפירט מיט די פארשטאנד אז מענטשענס געזונטהייט איז אין באטראכט).

די וואקסין טעסטינג און באשטעטיגונג פראצעדור.

דיסקלעימער: די אינהאלט פון דעם ארטיקל איז נישט א טייל אין די דעבאטע און דערפאר איז עס נישט אפען פאר דעבאטע, עס איז ארויפגעלייגט As is (איך קען זיך נישט משעבד זיין צו פארענטפערן יעדע שטות וואס קען איינעם בייפאלן).

די וואקסין באשטעטיגונג פראצעדור איז א לאנגע קאמפליצירטע פראצעדור, וואס קען צומאל נעמען 10 ביז 15 יאר (!) און עס זענען פארהאן א רייע רעגולאציעס וואס פירמעס דארפן נאכקומען לויט די געזעצן פון די לאקאלע רעגירונגען.

אין אמעריקע זענען אויסגעטראפן געווארן עטליכע וואקסינען אין די סוף פון די 1800'טער יארן, אריינגערעכנט סמאל-פאקס, רעיביעס, פלעגוא, כאלערע, און טייפויד וואקסינען. אבער עס האט דעמאלס נאכנישט עקזיסטירט קיין שום רעגולאציעס איבער וואקסין פראדוקציע.

ערגעץ אין יאר 1902 האט קאנגרעס דורכגעפירט א געזעץ צו רעגולירן די פראדוקציע פון מעדעצינען און וואקסין. (איך מיין אז עס איז געקומען אין ליכט פון עפעס א פראבלעם וואס האט זיך געמאכט מיט די סמאל-פאקס וואקסין אין 1901). דעמאלס איז געווארן אויפגעשטעלט די נאציאנאלע אינסטיטוציע פאר געזונטהייט און די געזעץ האט געגעבן די רעכט פאר די גאווערמענט צו קאנטראלירן די פראדוקציע פון וואקסין. אין 1944 איז אדורכגעגאנגען נאך א געזעץ אז די פעדעראלע גאווערמענט מוז געבן לייסענס כדי א בייאלאגישע מעדעצין, אריינגערעכנט וואקסין, זאל מעגן ווערן גענוצט אין די פאראייניגטע שטאטן. און נאך א פאליא וואקסין אינצידענט אין 1954 האט מען אויפגעשטעלט א עקסטערע אפטיילונג מיט די נאמען DBS – דעוויזיע פאר בייאלאגישע סטאנדארטן, צו איבערזיכטן איבער וואקסין זיכערקייט און רעגולאציעס. שפעטער האט די DBS געטוישט נאמען צו 'ביורא אוו בייאלידזשיקס' און געווארן א טייל פון די FDA.

אין אייראפע איז דא די EMA – אייראפעאישע מעדעצינען אגענטור, וואס מאכט די רעגולאציעס פאר די EU לענדער, אסאך אנדערע לענדער נוצן די רעגולאציעס פון די WHO – וועלטס געזונטהייט ארגעניזאציע. און אין אמעריקע האט די FDA איר אייגענע סטאנדארטן און רעגולאציעס. יעדער האט זיך זיינע קליינליכע חילוקים אבער אין אלגעמיין איז עס איבעראל די זעלבע אנגענומענע וועג. פאר איך הייב אן וויל איך אנמערקן אז דאס איז בלויז בנוגע די לעגאלקייט פון נוצן א וואקסין, איבער די רעקאמענדאציעס ווענדט זיך עס שוין אין נאך אסאך אספעקטן צום ביישפיל אין די אופנים וויאזוי יעדע ספעציפישע דיזיעז כאפט זיך אריבער אין אויסברוכן, א דוגמא דערפון איז כאלערע, אויסברוכן פאסירן בעיקר פון די נישט ריינע וואסער און אין פלעצער וואו עס איז נישט דא קיין צוטריט צו ריינע וואסער צום טרינקן, די וואקסין איז לעגאל אבער נישט רעקאמענדירט אין אמעריקע. נאך א ביישפיל אין וואס עס וועט זיך ווענדן איז אין די ווארשיינליכקייט פון די איינוואוינער פון א לאנד צו כאפן די דיזיעז, א דוגמא דערפון איז דענגו פיבער, דער מענטש כאפט עס פון א געוויסע סארט טראפישע מאסקיטא וואס געפונט זיך נאר אין געוויסע לענדער, די וואקסין איז אויך לעגאל אבער נישט רעקאמענדירט אין אמעריקע, און אזוי ווייטער נאך און נאך.

די ערשטע שטאפלען פון א וואקסין וואס ווערט אויסגעטראפן ווערט גערופן די 'בעפאר-קלינישע' שטאפל, דאס רעכענט אריין די אויסטרעף פון א אנטידזשיען און די פראדוקציע פון א רויע ווערסיע פון די וואקסין (דאס נעמט געווענליך פון 2 ביז 4 יאר), און אזוי אויך רעכנט דאס אריין די ערשטע טעסטס דערויף אין לאבערטאריעס און אויף חיות, געווענליך מייז און מאלפעס. דאס העלפט פאר די ריסירטשערס ארויסצוהאבן וואספארא אפעקט זיי קענען ערווארטן ביי מענטשן, און אזוי אויך טוט עס אנצייגן וועלכע דאזע מען זאל נוצן אין די ווייטערדיגע טעסטס אויף מענטשן און אויף וועלכע אופן מען עס איז די בעסטע צו געבן די וואקסין, און אויך העלפט דאס געבן א בערך'דיגע בליק אויף ווי פארזיכערט אזא וואקסין וועט זיין אויף מענטשן (דאס נעמט געווענליך איין צוויי יאר, און אסאך וואקסינען קומען נישט אן ווייטער ווי דעם שטאפל). אויב שטעלט זיך די וואקסין ארויס צו ארבעטן פראדוצירט מען א פארבעסערטע ווערסיע דערפון אויסצופראבירן אויף מענטשן. דאן גייט דאס אריין אין די 'קלינישע דעוועלאפמענט' שטאפל, וואס ווערט אויסגעפירט מיט ערענסטע עטישע פרינציפן און דאס איז א דריי פאזעדיגע פראצעדור (דריי פאזעס, נישט דריי שטודיעס, יעדע פאזע קען ארייננעמען עטליכע שטודיעס).

דאס איז וויאזוי די דריי פאזעס דארפן ווערן אויסגעפירט לויט די FDA רעגולאציעס. אין די ערשטע פאזע נעמט מען א גרופע פון 20 ביז 100 ערוואקסענע וואלונטירן צו אויספראבירן אויב די וואקסין איז פארזיכערט פאר מענטשן, ווי א שטארקע אימיון רעאקציע עס ברענגט טאקע, און אזוי אויך צו עס איז דא סיי וועלכע ערענסטע זייטיגע אפעקטן. אין איינצעלנע פעלער וועט מען אין דעם פאזע אויך נוצן די 'טשעלענדזש מאדעל' דאס מיינט אז מען וועט אויסשטעלן די פאציענטן צו די דיזיעז (אדער צו א אפגעשוואכטע ווערסיע פון די דיזיעז) נאכן געבן די וואקסין צו זעהן וויאזוי די קערפער רעאגירט דערצו. אין די פעלער וואס די וואקסין איז געצילט בעיקר פאר קינדער וועט מען עס קודם אויספראבירן אויף ערוואקסענע און צוביסלעך אראפגיין ביז מען קומט אן צו קינדער פון יענע עלטער. ביי די וואקסינען פאר דיזיעזעס וואס זענען נאר פארהאן אין צוריקגעשטאנענע לענדער וועלן די פירמעס עס געווענליך אויספראבירן צום ערשט אויף מענטשן אין אייראפעאישע לענדער און דאן אויף מענטשן אין יענע לענדער.

אויב ביז אהער זעהט אויס גוט גייט מען ווייטער צו די צווייטע פאזע, אין די צווייטע פאזע נעמט מען שוין א גרעסערע גרופע פון עטליכע הונדערט וואלונטירן, געוויסע פון זיי קענען זיין אזעלכע וואס זענען אין העכערע ריזיקעס צו כאפן די דיזיעז, אין דעם פאזע מוזן די טרייעלס זיין אויף אלע סארטן גרופעס מענטשן, מוז זיין גוט קאנטראלירט, און מוז ארייננעמען א גרופע וואס באקומען נישט די וואקסין (א קאנטראל גרופע). די ציל פון די צווייטע פאזע טרייעלס איז צו שטודירן די זיכערקייט פון די וואקסין, זעהן ווי שטארק עס אימיוניזירט דעם מענטש, זעהן וועלכע דאזעס מען דארף געבן דערפון, וויפיל דאזעס מען זאל געבן, און אויף וועלכע וועג מען זאל עס געבן.

אויב א וואקסין מאכט דורך די צווייטע פאזע גייט עס דערנאך צו די דריטע פאזע ווי מען פירט אויס גרעסערע קלינישע טרייעלס אויף עטליכע הונדערטער, און אין רוב פעלער, טויזענטער אדער צענדליגע טויזענטער וואלונטירן, די דריטע פאזע טרייעלס מוזן אויך זיין אויף מענטשן פון אלע סארטן גרופעס, און וויבאלד די דריטע פאזע איז בעיקר באזירט צו זעהן די פאקטישע חילוקים צווישן וואקסינירטע און אומוואקסינירטע מענטשן, מוז דאס זיין א דאפעלטע בלינדע טרייעל און מוז ווערן אויספראבירט אקעגן א קאנטראלירטע גרופע, געווענליך וועט דאס זיין א פלאסיבא גרופע, און ווען די עטישע כללים ערלויבן נישט מעג מען נוצן אדער א וואקסין פאר א אנדערע דיזיעז אדער סיי וועלכע אנדערע סובסטאנס מען קען יא נוצן.
נאך א ציל פון די דריטע פאזע איז צו אויספראבירן די וואקסין'ס זיכערקייט אין א גרויסע גרופע מענטשן וויבאלד געוויסע זעלטענע זייטיגע אפעקטן קענען מעגליך נישט ארויפקומען אין די פריערדיגע פאזעס אויב מען האט עס אויסגעפירט אויף צו א קליינע גרופע. אין די דריטע פאזע מוז די וואקסין צייגן אפעקטיווקייט אין אומשטענדן פון א נאטורליכע אויסברוך, און ביי וואקסינען פאר מחלות וואס מען האט נישט קיין אויסברוך דערפון וועט מען פראבירן צו אנשטעקן די וואלונטירן מיט די דיזיעז (אדער מיט א אפגעשוואכטע ווערסיע פון די דיזיעז אויב עס איז גענוג צו באשטעטיגן די ציל פון יענע וואקסין), און אין אנדערע פעלער וועט מען טעסטן די קערפער אויב עס האט טאקע אנטוויקלט די אנטיבאדיס אדער די אנדערע סארט אימיון רעאגירערס צו די דיזיעז (ווענדט זיך וואס, ווען, וואו).
מען אבזערווירט די קאנטראלירטע גרופע און די רעזולטאטן במשך א אפגעמאכטע צייט אפשניט און ווען די טרייעל איז פארטיג גייט די וואקסין אריין אין די 'רעגולאציע איבערזיכט און באשטעטיגונג' שטאפל און אויב די וואקסין שטעלט זיך ארויס צו זיין פארזיכערט און אפעקטיוו טוט די פירמע אפעלירן צו די גאווערמענט צו באקומען די לייסענס צו פארקויפן די וואקסין אויף די מארקעט. עס איז כדאי אנצומערקן אז בלויז א גאר קליינע פראצענט (A tiny percentage) פון די וואקסינען באקומען צום סוף די נויטיגע לייסענס און ווי בעסערע טרייעלס די פירמע פירט אויס, און ווי מער איבערצייגנד די טרייעלס זענען האבן זיי מער שאנסן צו ווערן באשטעטיגט.

פאלגענד איז די פונקטליכע סדר פון וואס א פירמע דארף טון צו באקומען די לייסענס אויף א וואקסין אין אמעריקע.

צום ערשטענס דארפן זיי אריינגעבן א אפליקאציע און באקומען באשטעטיגונג צו מעגן אנהייבן די פראצעדור פון די קלינישע טרייעלס, אין די אפליקאציע דארפן זיי ערקלערן די וואקסין, ערקלערן וויאזוי עס ווערט פראדוצירט, און אויך צייגן די אינפארמאציע און די רעזולטאטן פון די טעסטס אויף די באשעפענישן און פון די לאבערטאריע טרייעלס. אזוי אויך דארפן זיי אינטערשרייבן צו נאכקומען די קלינישע פראטאקאלן פאר שטודיעס אין מענטשן, און א איבערזיכט גרופע וואס פארטרעט די אינסטיטוציע אדער אינסטיטוציעס וואס וועלן אויספירן די ווייטערדיגע קלינישע טרייעלס מוז איבערקוקן און באשטעטיגן אז די פראצעדורן און מעטאדן וואס מען פלאנירט צו נוצן וועלן טאקע קענען אויפווייזן אויב די וואקסין איז פארזיכערט און אפעקטיוו און אז עס וועט נאכקומען די קלינישע פראטאקאלן. אויב ווערן זיי באשטעטיגט דורך די FDA קענען זיי אנהייבן דורכצופירן די אויבנדערמאנטע קלינישע טרייעלס. אין יעדע פאזע פון די טרייעלס, אריינגערעכנט אין די טעטסט אויף די חיות, קען די FDA פארלאנגען פון די פירמע מער אינפארמאציע אדער הייסן דורכפירן מער אדער פארשידענע אנדערע סארטן שטודיעס, און אפילו אויך גענצליך אפשטעלן און נישט ערלויבן ווייטערדיגע פראגרעס אין א וואקסין.

אויב די קלינישע טרייעלס שטעלן זיך ארויס צו זיין סוקסעספול קען דאן די פירמע אפעלירן פאר די לייסענס. כדי א אפליקאציע זאל ווערן באטראכט מוז די פירמע אהערשטעלן די אפעקטיווקייט און זיכערקייט אינפארמאציע וואס זיי פארמאגן צו א זעלבסטשטענדיגע איבערזיכט גרופע פון מעדיצינישע פראפעסיאנאלן, מייקרא-בייאלידזשיסטן, קעמיסטן, בייא-סטאטיסטישענס, און דאס גלייכן, וואס קוקן אריין אין די ציל פון די וואקסין און קוקן איבער די אנגעזאמעלטע אינפארמאציע און זיי מאכן א ריזיקע/פארדינסט אפשאצונג און א רעקאמענדאציע אויב די FDA זאל באשטעטיגן די וואקסין. אזוי אויך וועט די FDA דורכפירן אן אינספעקציע אין די פראדוצירונג אנשטאלט צו איבערקוקן די פראצעדור אין דעטאלן. דאן קענען די FDA און די פירמע פרעזענטירן זייערע געפונסען צו די VRBPAC - די FDA'ס וואקסין און פארבינדענע-בייאלאגישע-פראדוקטן ראטגעבער קאמיטע. (עס איז א פעדעראלע פארברעכן צו באהאלטן אדער פעלשן אינפארמאציע וואס מען באקומט דערויף תפיסה).

די VRBPAC איז א זעלבסטשטענדיגע קאמיטע פון עקספערטן דאס רעכנט אריין סייענטיסטן, דאקטוירים, בייא-סטאטיסטישענס, און א קאנסומער פארטרעטער. וואס זיי וועלן געבן זייער מיינונג פאר די FDA אגענטור איבער די נויטיגקייט, אפעקטיווקייט, און זיכערהייט פון די וואקסין. דאן קענען די FDA געבן די באשטעטיגונג אויף די וואקסין, נאך איין זאך וואס די FDA וועט איבערקוקן פארן באשטעטיגן א וואקסין איז די לעיבלונג פון די וואקסין צו זיכער מאכן אז עס שטייט געהעריג ארויס די נוצן פון די וואקסין, וויאזוי מען דארף דאס געבן, און אזוי אויך די מעגליכע בענעפיטן און ריזיקעס דערפון.

נאך וואס די FDA באשטעטיגט א וואקסין מוזן זיי ווייטער איבערזיכטן איבער די פראדוקציע פון די וואקסין דורך רעגלמעסיגע און פלוצלינגדיגע אינספעקציעס אין די פירמע צו פארזיכערן די קוואליטעט און פארזיכערקייט פון די וואקסין, זיי טעסטן די וואקסינען אויב עס איז ארבעט טאקע, אויב עס איז ריין פון די געוויסע באשטאנדטיילן וואס מען נוצט דורכאויס די פראדוקציע וואס מען מוז ארויסנעמען, און אויב עס איז ריין פון סיי וועלכע אינדערויסענדיגע דזשערמס.
אזוי אויך מוזן די פירמעס דורכפירן טעסטס אויף יעדע לאט באזונדער (וואקסינען ווערן פראדוצירט אין גרופעס וואס ווערן גערופן לאט'ס) און די FDA קען פארלאנגן די רעזולטאטן פון די טעסטס אדער א סעמפל פון די לאט אליינס אויסצופירן די טעסטס, און זיי מוזן באשטעטיגן יעדע לאט באזונדער בעפאר די פירמע מעג עס ארויסלייגן אויף די מארקעט.

אסאך וואקסינען וועלן דארפן דורכגיין א פערטע פאזע פון טרייעלס און שטודיעס וואס די פירמע מוז דורכפירן נאך וואס די וואקסין באקומט שוין די לייסענס כדי צו איבערקוקן די לאנג טערמיניגע אפעקטיווקייט און פארזיכערטקייט פון די וואקסין.

נאך וואס די וואקסין גייט ארויס אויף די מארקעט וועלן די FDA און די CDC ווייטער אבזערווירן די רעזולטאטן און די תוצאות פון די וואקסין כדי צו קענען אויפמערקן מעגליכע זייטיגע אדער לאנג טערמיניגע אפעקטן, און צו זיין זיכער אז די מעגליכע ריזיקעס ווערן אידענטיפיצירט, די אופן וויאזוי זיי טוען דאס איז דורך א רייע פראגראמען און סיסטעמס, און דורך פארשידענע סארט שטודיעס וואס זיי פירן דורך. לאמיר געבן עטליכע ביישפילן.

אין 1990 האבן זיי אויפגעשטעלט די VAERS – די וואקסין אדווערס געשעהנישן (סייד אפעקטס) באריכטונג סיסטעם, א פראגראם דורך די FDA אין צוזאמענארבעט מיט די CDC. זיי נעמען צוזאם און אנאליזירן די אינפארמאציע פון די באריכטעטע אפעקטן פון די וואקסינען. אריינגעבן א באריכט קענען פאציענטן, עלטערן, העלטקעיר פראוויידערס, פארמאסיסטן, און וואקסין פראדוצירער. (אגב, איך מיין אז וואקסין איז די איינציגסטע דראג אויף וואס דער פאציענט אליינס קען אריינגעבן דירעקט א באריכט נישט דורך זיין דאקטאר).
אין די CDC סטעיטמענט זאגן זיי אז זיי קוקן איבער די VEARS דעטע צו 1) אויפכאפן נייע, אומגעווענליכע, אדער זעלטענע וואקסין זייטיגע אפעקטן. 2) אויפזיכטן אויף פארמערונגען אין באוואוסטע זייטיגע אפעקטן. 3) אידענטיפיצירן מעגליכע פארמערטע ריזיקעס ביי ספעציפישע פאציענטן אויף געוויסע זייטיגע אפעקטן. 4) אידענטיפיצירן וואקסין לאט'ס מיט א פארמערטע צאל אדער סארטן זייטיגע אפעקטן. און 5) צו אפשאצן די זיכערקייט פון ניי באשטעטיגטע וואקסינען.
VEARS האט סוקסעספול אידענטיפיצירט געוויסע זייטיגע אפעקטן אין וואקסינען צום ביישפיל אין 1999 ווען עס האט געטראפן אז א געוויסע פראבלעם אין די פארדייאונגס סיסטעם איז געקומען ביי מענטשן פון א סארט נייע וואקסין קעגן ראטעוויירוס וואס מען האט דעמאלס אויסגעטראפן, נאך א ביישפיל איז געווען ווען זיי האבן געטראפן אז געוויסע זעלטענע ניוראלאגישע און מאגן פראבלעמען זענען געווען פארבינדן מיט א יעלאו פיווער וואקסין.

נאך א אבזערוואציע מיטל וואס זיי נוצן איז די VSD – וואקסין סעיפטי דעטעלינק, אויך אויפגעשטעלט אין 1990. דאס איז א נעטווארק פון העלטקעיר ארגעניזאציעס איבער אמעריקע וואס האבן צוטריט צו די געזונטהייט אינפארמאציע פון איבער 24 מיליאן מענטשן (איבער 7 מיליאן אמעריקאנער, אריינגערעכנט ארום 500,000 קינדער צווישן געבורט און זעקס יאר אלט), די גאווערמענט און סייענטיסטן נוצן די VSD צו דורכפירן שטודיעס אפצושאצן די זיכערקייט פון וואקסינען און צו באשלוסן אויב מעגליכע זייטיגע אפעקטן זענען פארבינדן מיט די וואקסין. יעדער ריסירטשער קען פארשלאגן צו די CDC א שטודיע וואס ער וויל דורכפירן און באקומען צוטריט צו די דעטע.

רעפיד סייקעל אנאלעסיס איז א פראגראם אין די VSD אנגהויבן אין 2005. עס האלט א אנגייענדיגע (Real time) איבערזיכט און שטעלט צוזאם די ראטעס פון זייטיגע אפעקטן אין מענטשן וואס זענען נארוואס געווארן וואקסינירט קעגן אומוואקסינירטע מענטשן. די סיסטעם ווערט בעיקר גענוצט צו קוקן אויף נייע וואקסינען. אריינגערעכנט מענינגאקאשעל וואקסין, ראטעוויירוס וואקסין, MMRV וואקסין , Tdap וואקסין, און HPV וואקסין.

נאך א נעטווארק פראגראם איז די PRISM פראגראם פון די FDA וואס טוט אויך איבערזיכטן אויף די זיכערהייט פון וואקסין נאך וואס עס באקומט די לייסענס, PRISM האט צוטריט צו העלטקעיר אינפארמאציע פון איבער 190 מיליאן מענטשן וואס מען נוצט כסדר דורכצופירן פארשידענע סארט שטודיעס.

עס איז אויך דא די CISA פראיעקט וואס איז א צוזאמענארבעט פון די CDC און 7 מעדיצינישע ריסירטש צענטערן, זיי געבן זיך אפ מיט קאמפליצירטע וואקסין זיכערהייט פראגן וואס עקספערטן שטעלן פאר. CISA פירט דורך קלינישע ריסירטש שטודיעס בעסער ארויסצוהאבן וואקסין זיכערהייט און צו אידענטיפיצירן סטראטעגיעס וואס מען קען נעמען אפצוהאלטן געוויסע זייטיגע אפעקטן פון וואקסין.

חוץ די FDA און די CDC איז אויך דא נאך אפאר חברה וואס טוען אין וואקסין זיכערהייט, די דעפענס דעפארטמענט האט עטליכע פראגראמען צו אויפזיכטן אויף די זיכערהייט פון וואקסין און פירן דורך אסאך סארטן ריסירטש. און אזוי אויך די וועטערען'ס אפעירס. די נעשאנעל אינסיטוציע אוו העלט און די נעשאנעל וואקסין פראגרעם אפיס (NVPO) האבן אויך פארשידענע וואקסין איבערזיכט פראגראמען.
____
אין מיין ארגינעלע ארטיקל בין איך געגעאנגען ווייטער צו מער ספעציפישע נושאים, אבער פאר דאסמאל האב איך ארויסגענומען נאר אט די שורות, עס קען זיין אז איך וואלט געדארפט אביסל מאריך אדער מקצר זיין אין פארשידענע פלעצער, אבער איך האב נישט יעצט די צייט עס צו מגיה זיין כראוי.

Kosher Travel האט געשריבן:איך וויל אביסל רעדן פון די ענין אז מען קען נישט האלטן און איין זיך ארום קריגן back and forth.

ווי שוין מערער מאהל געשריבן, יא, מען מעג אויסהערן די אנדערע צד, און יא, זיי האבן שטארקע קשיות. אבער by the end of the day, ווען מען זעהט קלאהר אז מען האט ציטוהן מיט א קולט, וואס ביי זיי, פאקן זענען נישט משנה, דעת תורה איז נישט משנה, צרות צרורות וואס זיי האבן אהנגעמאכט פאר גאנץ כלל ישראל איז נישט משנה (גייט אריין אין message boards פון דאקטוירים און nurses און זעהט וואס זיי שרייבן אויף אלע פרומע אידן). א היימישע איד היינט אין שפיטאל, באקומט זיכער נישט די סערוויס וואס ער וואלט אמאהל באקומען.

למעשה, קען מען דען האבן אויף אלעס אן ענטפער? קען מען ענטפערן אויף די טענה וואס מען הערט אויף די וואקסין האטליין אז סייענס איז אויף אונזער זייט? (שקר). קען מען ענטפערן אז דעת תורה איז אויף די זייט פון די אנטי וואקסין? (אויך שקר). קען מען האלטן און איין ענטפערן אז זיי האבן פילע דאקטוירים אויף זייער זייט? (שקר גמור).

הרב קאושער טרעוול, זייער ריכטיגע דיבורים, הלוואי זאלן מענטשן פארשטיין מיט וועמען מען האנדעלט דא, מיר וואלטן שוין געהאלטן אסאך ווייטער אין לעבן ווען מענטשן וואלטן דאס פארשטאנען און אנגענומען.
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

מצפים לישועה האט געשריבן:די טענה איז א. די שטודיעס אויף וואס מען האט עפראווד די וועקסינס זענען געווען קארצע אדער קליינע און אן א קאנטראל גרופ און האבן געוויזן אסאך סיידעפעקטס ב. די שטודיעס נאכן עפראוון זענען געווען נאר אויף געוויסע מחלות און נישט בכלליות...

עטליכע אידן האבן שוין אוועקגעגעבן צייט און כח אויף צו פארענטפערן אייערע טענות, ובעיקר די בלא בלא בלא פון טענה ב, עס האט נישט אויסגעזעהן צו טוישן אייער מיינונג, און איך זעה נישט פארוואס איך זאל פארשווענדן מיין צייט ללא תועלת.
אבער די ווערטער פון טענה א. טוען פארדרייען און פארלייקענען פאקטן, און דאס איז אומאקצעפטירבאר אין סיי וועלכע מצב. איר רעדט פון די טרייעלס אויף וואס מען באזירט די באשלוס אויב מען זאל באשטעטיגן אדער אפזאגן א וואקסין און לויט אייערע ווערטער זענען זיי געווען קורץ, קליין, אן קאנטראל גרופעס, און האבן טאקע געוויזן שלעכטע רעזולטאטן.

איר דארפט נישט לויפן צו ווייט און איר דארפט נישט גיין אויספרעגן קיין פרעמדע מענטשן, פרעגט אן ביי סיי וועלכע קרית יואל'ע איינוואוינער אויב ער געדענקט די העפיטייטוס עי וואקסין טרייעל וואס מען האט אויסגעפירט אין קרית יואל אין די תש''נ יארן, עס איז געווען לאנג (בערך זעקס חדשים), גרויס (איבער טויזענט קינדער), מיט א קאנטראל גרופע, און גארנישט קיין סיידעפעקטס. און עס האט נאך גענומען עטליכע יאר דערנאך ביז די וואקסין איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן.
איך ווייס נאכנישט , און איך גלייב אז איך וועל אויסגעפינען גאר שנעל, פארוואס די שטודיע איז נישט גוט, און דערפאר גיי איך נישט זיין די שטאט'ס נער און ברענגן נאך און נאך שטודיעס וואס זענען קלאר געווארן אויסגעפירט אנדערש ווי אייערע דיסקריפציעס. (און עס וועט סייווי נאר זיין גוט ביז די נייע טענה וועט ארויפוואקסן..).

אויב איר האלט אז די טרייעלס ווערן מתחילה אויסגעפירט מיט שלעכטע כוונות און די סיבה פארוואס מען מאכט בכלל טרייעלס איז כדי אייך צו פארבלענדן די אויגן, דאן וויאזוי וועט איר זיין צופרידן אויב איך ווייז אייך א שטודיע ווי קיין איין פון די אלע זאכן זענען נישט אמת? אפשר זאגן זיי ליגנט איבער די שטודיע? אפשר האבן זיי געמאכט א פאלשע וועבסייט מיט פאלשע דאקטוירים, און די שטודיע איז קיינמאל נישט פארגעקומען?

די פראבלעם פון די אנטי'ס איז נישט ווייל זיי האבן נאכנישט געטראפן די שטודיע וואס זיי זוכן, זייער פראבלעם איז אז זיי ווילן נישט טרעפן די שטודיע וואס זיי זאגן אז זיי זוכן.

און יא, עס איז נישט דא יעדע סארט שטודיע אויף יעדע סארט וואקסין, אבער די סיבה איז נישט אזוי ווי זיי פראבירן עס אראפצולייגן, די סיבות זענען פארשידענארטיג, און יעדער וואס האט דאס מינדערסטע אהנונג איבער שטודיעס ווייסט דאס, און יעדער וואס וויל וויסן ווייסט דאס. (איך האב אביסל ארומגערעדט דערפון אין א פריערדיגע תגובה).

ר' אברהם דוד, בעפאר עניטינג, וועלקאם טו אייוועלט.

דער אמת איז, אין קרית יואל איז...
1) בכלל נישט געוועהן קיין אוסברוך פון העפיטייטעס, נאר א פאר אויסנאם פעלער, עס איז שנעל פאראכטן געווארן ווען מען האט אהנגעהויבן טוישן די האנטוכער אין שוהל מער אפט.

2) ואפילו אם ת"ל אז עס איז יא געוועהן אן אוסברוך, איז עס אוועקגעגאנגן פון זיך אליינס, וכן הוא דרכו של עולם, עס קומט און גייט.

3) עס האט גארנישט קיין שייכות מיט די וואקסין טרייעל וואס דר. ווערצבערגער פון קרית יואל האט אונטערגענומען. והא ראי', ער איז דאך א פרומע דאקטאר, און רוב פרומע דאקטוירים זענען דאך אנטי וואקסין, ממילא שטעלט מען אויף רוב, אז ער איז אויך אנטי וואקסין.

4) דר. ווערצבערגער האט דאך נישט קיין אהנונג וואס מיינט וואקסינס, און וויאזוי וואקסינס ארבייטן, ווייל מען לערענט דאך דאס נישט אין מעדיקעל סקול. ער קען פשוט נאכזאגן די וואקסין schedule וואס די CDC מיט די dept of health צווינגען איהם נאך צוזאגן. עס איז נאר א צופאל אז ער איז א גאר געלונגענע דאקטאר.

און מיט דעהם האף איך אז יסכר פי דברי שקר.

דאס האב איך אלעס געשריבן, אויב האט איהר אן אגענדא... אבער אויב ווילט איהר דער ריינער אמת...

דאס הייסט א קאנטראל גרופ? א גרופ וואס באקומט טימערעסאל מיט אלומיניום? און טןיזענט קינדער הייסט נישט קיין גרויסע סטאדי פאר סייד עפעקטס, אויב מען זאל מאכן א סטאדי פון טןיזענט קינדער אויף מיזעלס איז דאס א גענוג גרויסע סטאדי?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

איך וויל דיך פרעגן איין זאך, אבער ענטפער מיר דעם אמת: אויב וואלט יעצט ארויסגעקומען אזא מין געדאנק ווי געבן וואקסינען, און ס'איז נישטא אזא סכנה פון פאליא, אדער מיזעלס, און די אלע קרענק רח"ל, ס'איז נאר זייער זייער א ווייטע חשש, וועם וואלסטו מער געקליבן אז מ'זאל מאכן די שטודיעס די מערסטע Safe, די פרא-וואקסינען, אדער די אנטי? וועם וואלט דיין הארץ ענדערש געוואלט זאל זיין אין טאפ פון די שטודיעס צו שטודירן צו ס'איז Safe צו נישט, די פרא אדער די אנטי?

זאג מיר נישט: וואס איז נישט גענוג גוט מיט די פרא טערמינען. איך פרעג דיר: ווער זוכט ביי דיר מער Safety?

אויב דו ענטפערסט: אז דו ווילסט ענדערש די אנטי? מוזטו אליין מודה זיין אז די פחד פון מיזעלס, פאליא, און די אלע קרענק רח"ל איז וואס טרייבט דיך אז מ'זאל יא באשטעטיגן דעם וואקסין. אויב אזוי: ווערסטו געטריבן פון פחד און נישט פון די זיכערקייט פון וואקסינען?
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

מאנרא אפעקטיווקייט טרייעל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

אין די אנפאנג 1990'גער יארן איז אויסגעטראפן געווארן א אנטידזשיען אקעגן די העפיטייטוס עי וואקסין עס זענען געווען צוויי דראג פירמעס וואס האבן דעמאלס געארבעט אויף א העפיטייטוס עי וואקסין, 'מערק' איז געווען איינע פון די צוויי פירמעס, און זיי האבן אנגענומען דר. ווערצבערגערס ביטע אויסצופירן א טרייעל אין קרית יואל. דר. ווערצבערגער האט דאס געבעטן וויבאלד ער האט געוואלט אויסראטן העפיטייטוס עי פון ק''י, אין ק''י פלעגט ביז דעמאלס זיין יעדע שטיק צייט א אויסברוך פון העפיטייטוס עי מיט הונדערטער אפעקטירטע וואס אסאך פון זיי זענען אנגעקומען אין שפיטאל.

דר. ווערצבערגער האט פארשאפט 1,037 וואלונטירן פאר די טרייעל, ער האט געזוכט בעיקר קינדער ווייל ער האט געהאלטן אז די אויסברוכן קומען בעיקר פון זיי, א קינד וועט געווענליך נישט באקומען די סימפטאמען פון העפיטייטוס עי אבער ער טראגט דאס ווייטער, דאס מאכט זייער שווער דאס אויסצומיידן.

אין חודש סיון תשנ''א, הארט בעפאר די ערווארטעטע זומער אויסברוך, האט ער אנגעהויבן געבן די וואקסין אין א 'דאפעלטע בלינדע שטודיע' (נישט די דאקטוירים און נישט די עלטערן האבן געוואוסט ווער עס באקומט וואס). 519 קינדער האבן באקומען די וואקסין און 518 האבן באקומען א פלאסיבא. די טעסט איז געווען אויף די אפעקטיווקייט פון די וואקסין, דאס מיינט צו זעהן אויב די וואקסין העלפט טאקע באשיצן פון העפיטייטוס, אבער אגב האט מען גלייך נאכן געבן די וואקסין דאס פאררעכנט צו זיין א איבערווייז אויך אויף די זיכערקייט דערפון זינט קיין איינער פון די פאציענטן האבן נישט געוויזן קיין ערענסטע זייטיגע אפעקטס פון די וואקסין. (אויב איז אמת אז אין די פלאסיבא האט מען אריינגעלייגט אלומינום און דאס גלייכן, ווייזט עס אז נישט נאר אויף די 519 האט עס גארנישט געשעדיגט נאר אפילו נישט אויף די איבעריגע 518 פלאסיבא קעיסעס, און דאס מיינט נאך א גרעסערע סוקסעס (לויט וויאזוי זאכן גייען וועלן זיי נאך זאגן אז אלומינום ברענגט העפיטייטוס..)).

מען האט צאמגענומען א זעלבסטשטענדיגע קאמיטע פון וועלטסבארימטע עקספערטן צו איבערקוקן די רעזולטאטן פון דעם טרייעל.

נאך פיר חדשים זענען געווען 25 פעלער העפיטייטוס עי אין די גרופע. די ערשטע פאל איז געשעהן אין די 50'טע טאג נאכן באקומען די וואקסין (דאס מיינט אז די העפיטייטוס איז זיכער נישט געקומען אלס תוצאה פון די וואקסין, אבער מען דארף נישט צוקומען צו דעם, אזויווי איר וועט שוין זעהן). סוף חודש חשון תשנ''ב, ווען די אויסברוך איז שוין אפיציעל אדורך, האט מען באשלאסן צו עפענען די רעזולטאטן צו זעהן פון וועלכע גרופע די אפעקטירטע זענען געווען. מען האט פארזיכטיג איבערגעקוקט יעדע פון די 25 פעלער צו זיכער מאכן אז עס איז טאקע געווען העפיטייטוס עי. און די רעזולטאטן זענען געווען שאקירנד! אלע פינעף און צוואנציג אפעקטירטע זענען געווען פון די גרופע וואס האבן באקומען די פלאסיבא און קיין איין פון די קינדער וואס האבן געהאט באקומען די וואקסין זענען נישט געווארן אפעקטירט! עס איז געווען א 100% סוקסעס, און דעמאלס האט מען וואקסינירט אלע איבעריגע קינדער אין קרית יואל, אין די קומענדיגע וואך איז געווען נאך 34 פעלער און דאן אין די נאכפאלגענדיגע אכט חדשים נאך 10 פעלער און שוין! מען האט סוקסעספול אויסגעראטן העפיטייטוס עי פון קרית יואל!

עס האט גענומען נאך פינעף יאר ביז די העפיטייטוס עי וואקסין איז געווארן אפיציעל באשטעטיגט, אבער אין קרית יואל האט מען עס אנגעהויבן נוצן גלייך דעמאלס וויבאלד דר. ווערצבערגער האט געהאט צוטריט דערצו צוליב די טרייעל. (איך מיין אז עס איז געווען אפיציעל פאר ווייטערדיגע שטודיעס). אין די קומענדיגע פינעף יאר איז נישט געווען קיין איין אויסברוך אין קרית יואל! דר. צוקער, א אנדערע לאקאלע דאקטער, האט זיך געווערטלט דעמאלס צו דר. ווערצבערגער זאגנדיג אז "איך גיי דיר רופן צו דין תורה ווייל דו האסט אוועקגענומען אלע מיינע פאציענטן."
די רעזולטאטן פון די דעמאלסדיגע טעסטס האט געהאט א דראמאטישע אפעקט איבער די גאנצע דאקטוירישע וועלט. די מאנראו אפיקטיווקייט טרייעל איז געווארן אנגערופן אלס איינס פון די העסטע צען פארשריטן אין מעדעצין פאר יאר 1992 לויט די 'הארווערד העלט לעטטער'. און איז געווארן געדעקט אין די ניו יארק טיימס און אין די וואל סטריט דזשורנאל. עס ליגט דערמאנט,
היינט צוטאגס, אין די קליינע פאמפלעט וואס קומט מיט מיט יעדע וואקסין.

לאמיר ציטירן פון די 'ניו ענגלאנד דזשורנאל אוו מעדעצין', אוגאוסט 13, 1992
"צו אפשאצן די אפעקטיווקייט פון די העפיטייטוס עי וואקסין אין באשיצן קעגן דעם דיזיעז, האט מען אויסגעפירט א דאפעלטע בלינדע, פלאסיבא קאנטראלירטע טרייעל אין א חסידישע אידישע קאמיוניטי אין אפסטעיט ניו יארק וואס פלעגט האבן נאכאנאנדיגע אויסברוכן פון העפיטייטוס עי.
ביים אנפאנג פון א זומער אויסברוך, זענען 1,037 געזונטע קינדער אין די עלטער פון 2 ביז 16 יאר געווארן רענדאם אויסגעוועהלט צו באקומען איין אינדזשעקשאן פון א העפיטייטוס עי וואקסין אדער א פלאסיבא. די וואקסין איז געווארן גוט טאלערירט, אן קיין איין ערענסטע רעאקציע דערצו, (קיינער האט נישט געוויזן קיין ערענסטע סייד עפעקטס). פון די 50'טע טאג נאך די אינדזשעקשאן, האבן פאסירט אין די פלאסיבא גרופע 25 פעלער פון העפיטייטוס עי און קיין איין פאל אין די וואקסין גרופע, דאס איז געווען א באשטעטיגונג אז די וואקסין האט געהאט א הונדערט פראצענטיגע באשיצונג אפעקטיווקייט אין דעם גרופע."

אבער,
דאס הייסט א קאנטראל גרופ?
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

Kosher Travel האט געשריבן:דער אמת איז, אין קרית יואל איז...
1) בכלל נישט געוועהן קיין אוסברוך פון העפיטייטעס, נאר א פאר אויסנאם פעלער, עס איז שנעל פאראכטן געווארן ווען מען האט אהנגעהויבן טוישן די האנטוכער אין שוהל מער אפט.

2) ואפילו אם ת"ל אז עס איז יא געוועהן אן אוסברוך, איז עס אוועקגעגאנגן פון זיך אליינס, וכן הוא דרכו של עולם, עס קומט און גייט.

3) עס האט גארנישט קיין שייכות מיט די וואקסין טרייעל וואס דר. ווערצבערגער פון קרית יואל האט אונטערגענומען. והא ראי', ער איז דאך א פרומע דאקטאר, און רוב פרומע דאקטוירים זענען דאך אנטי וואקסין, ממילא שטעלט מען אויף רוב, אז ער איז אויך אנטי וואקסין.

4) דר. ווערצבערגער האט דאך נישט קיין אהנונג וואס מיינט וואקסינס, און וויאזוי וואקסינס ארבייטן, ווייל מען לערענט דאך דאס נישט אין מעדיקעל סקול. ער קען פשוט נאכזאגן די וואקסין schedule וואס די CDC מיט די dept of health צווינגען איהם נאך צוזאגן. עס איז נאר א צופאל אז ער איז א גאר געלונגענע דאקטאר.

און מיט דעהם האף איך אז יסכר פי דברי שקר.

דאס האב איך אלעס געשריבן, אויב האט איהר אן אגענדא... אבער אויב ווילט איהר דער ריינער אמת...

;l;p- איר זענט דאך אזוי גוט! ירבו כמותך בישראל!
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

זכריהו האט געשריבן:
אברהם דוד האט געשריבן:די אל"ף בי"ת פון א שטודיע

עעעעענדליך! אויף דיר האבן מיר געווארט!

געבענטשט זאל זיין דאס ווינטעלע וואס האט דיר אהערגעבלאזן. ביטע, מיר קוקן ארויס ווייטער צו לערנען און פארשטיין.

איך וועל פרובירן צו רעדן צו די הנהלה מ'זאל דיר באצאלן וועידזשעס פאר'ן פארברענגען מיט אונז...

אזוי קלאר, אינפארמירט, באהאוונט.

איך וואלט דיר געראטן נישט צו ווערן פארמישט מיט יעדע טענה אדער אטאקע, נאר גיין פאראויס און צעלייגן אלעס וואס מען דארף פארשטיין אויף קליינע טעלערלעך. די טענות וועלן שוין צעפאלן ווי פון זיך אליינס.

א גרויסן דאנק פאר די ווארעמע דיבורים.
דאס ווינטעלע וואס האט מיר אהערגעבלאזן גרייט זיך אט אט מיר צו בלאזן ווייטער..
אפשר אויב אייער מיטונג מיט די הנהלה וועט זיך אויסארבעטן וועל איך זיך אראפבינדען מיט שטריקן, אבער די שטריקן וועלן דארפן זיין גאר שטארק..

דער אמת איז אז עס איז דא א שיינע פאר אידן וואס שרייבן דא, קלאר און באהאווענט, און לטובת הכלל שלא על מנת לקבל פרס, זיי ווערן נישט מיד איבערצוקייען נאכאמאל און ווידער די זעלבע זאכן וואס מען האט נארוואס אויסגעשמועסט, אבער לדעתי איז דאס א מדריגה, איך זעה נישט אז איך זאל האבן די כח, צייט, און געדולד דערצו.
עס איז אזוי גרינג צו שטיין און האקן אין קאפ, אבער אזוי שווער צו איבערצייגן דעם אמת.

לאמיר געבן איין קליינע משל פון א זאך וואס נעמט מיר ארויס די לופט פון די רעדער,
איך האב געשריבן אין א פריערדיגע תגובה איבער שטודיעס וואס די גאווערמענט פארלאנגט, איך האב נישט געשריבן אז מען פירט דאס טאקע אויס, איך האב נישט געשריבן קיין גאר הויעכע ענינים, איך האב בלויז געשריבן אז אויב זענט איר נישט גענוג משוגע צו האלטן אז אלע רעגירונגען פון די וועלט ארבעטן בייזוויליג אקעגן די אינטערעסן פון די בירגער, דאן זענען דאס זייערע סטאנדארטן און רעגולאציעס בנוגע וואקסין, דאס איז נישט קיין קאמפליצירטע פאקט, און יעדער קען מיט איין סירטש ליינען די זעלבע זאך וואס איך האב געליינט.

קומט איינער, וואס איך בין נישט זיכער אז ער האט אפילו דורכגעליינט מיין תגובה, שאקעלט זיך אויף זיין באקוועמע אפיס בענקל, און שיקט א תגובה'לע, "ר' אברהם דוד, מקורות ביטע?"

וואס מקורות? ווען מקורות? ער האלט אז זיי שרייבן נישט אז דאס זענען די רעגולאציעס וואס זיי פארלאנגען? ער האט גענומען דעם קליינעם עפארט פון געבן א קוק אויף די FDA וועבסייט צו זעהן וואס זיי שרייבן אז זיי פארלאנגען? איך האב געשריבן עפעס האר אויפשטעלענדע אינפארמאציע? איך האב בסך הכל געשריבן פאר איינעם "דו זאגסט אז זיי האבן שוואכערע סטאנדארטן ביי וואקסינען, אבער עס איז נישט אמת און דאס און דאס איז וואס זיי פארלאנגען". ער שרייבט אפילו נישט אויף וואס ער זוכט א מקור, ער שרייבט נישט וועלכע חלק פון מיינע ווערטער עס שטימט אים נישט, אויף וואס דארף ער א מקור?

לאמיר זאגן אז ער איז חושד אז איך שרייב ליגנט אין די וועלט אריין, (עס שטערט מיר אז איך פארדין נישט די פשוטע טראסט און רעספעקט וואס געווענליכע ערוואקסענע טוען געבן איינער פארן צווייטן, אבער איך קען נישט האבן קיין טענות אויף אים, עס איז זיין אויסוואהל), געב א קוק, געב א זוך, איך באקום נישט קיין געלט צו זיין דיין גוגעל בראויזער.

ווען איינער האט שוין געזוכט, ער האט שוין געקוקט, ער פארשטייט נישט, ער איז צומישט, ער האט געהערט פון איינעם א קשיא און ער וויל וויסן א תירוץ, פארדעם איז דא אזא געבענטשטע זאך ווי אייוועלט און ער קען פרעגן, אבער סתם האקן אין קאפ אן אריינלייגן דאס מינדערסטע עפארט, דאס לעשט אויס יעדן ווילן צו שטיין אין ווארט מיט איינעם.

איך ווייס אז איך בין אריין אין די סיבה פארוואס זיי פארלאנגען וואס, און ווען איינער זאל מיר אנפרעגן פון וואו איך ווייס אז דאס איז די סיבה, אדער אז ער פארשטייט אנדערש ווי די הסבר וואס איך האב אנגעגעבן, דאס איז פיין, פארדעם הייסט די אשכול וואקסין "דעבאטע", אבער סתם שיסן "מקורות?" דאס איז נישט קיין אינטעליגענטע דעבאטע נאר ענדערש א שמועס מיט דעם עם הארץ וואס פרעגט "אפשר פארקערט?"

דער אמת איז אז עס שטערט מיר אויך נישט ווען איינער האקט אין קאפ און ער לייגט כאטש אריין עפארט דערין, אויב איך וועל אויסגעפונען אז יענער פארמאגט א באזונדער שווערע פעסווארד אויף זיין קאמפיוטער וועל איך צוריקציען פון מיין אויפברויז, האסט זיך כאטש געמוטשעט, אבער סתם אזוי? דאס איז געווארפן זאמד אין פנים..

עס איז דא א וועג צו דיסקוסירן א נושא, און עס איז נישט קיין אמונה פראגע איר קענט פרעגן סיי וואס עס שטערט אייך, אבער אויב אייערע תגובות וואקסן ארויף בלויז פון האלטן געטשעקט די 'לאז מיר וויסן ווען איינער שרייבט צו א תגובה' קנעפל, און איר ליינט די אינהאלט בלויז אויף אזויפיל צו וויסן וואס מען קען שרייבן דערויף, דאס פארטרייבט מענטשן, און אויב אייוועלט וועט ווערן אינפעסטירט און דאמינירט דורך אזעלכע מענטשן קען מען שוין שרייבן די הספד דערויף.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

נשמה האט געשריבן:ב"ה

איך וויל דיך פרעגן איין זאך, אבער ענטפער מיר דעם אמת: אויב וואלט יעצט ארויסגעקומען אזא מין געדאנק ווי געבן וואקסינען, און ס'איז נישטא אזא סכנה פון פאליא, אדער מיזעלס, און די אלע קרענק רח"ל, ס'איז נאר זייער זייער א ווייטע חשש, וועם וואלסטו מער געקליבן אז מ'זאל מאכן די שטודיעס די מערסטע Safe, די פרא-וואקסינען, אדער די אנטי? וועם וואלט דיין הארץ ענדערש געוואלט זאל זיין אין טאפ פון די שטודיעס צו שטודירן צו ס'איז Safe צו נישט, די פרא אדער די אנטי?

זאג מיר נישט: וואס איז נישט גענוג גוט מיט די פרא טערמינען. איך פרעג דיר: ווער זוכט ביי דיר מער Safety?

אויב דו ענטפערסט: אז דו ווילסט ענדערש די אנטי? מוזטו אליין מודה זיין אז די פחד פון מיזעלס, פאליא, און די אלע קרענק רח"ל איז וואס טרייבט דיך אז מ'זאל יא באשטעטיגן דעם וואקסין. אויב אזוי: ווערסטו געטריבן פון פחד און נישט פון די זיכערקייט פון וואקסינען?

איך וואלט זיי נישט געטראסט מיט גארנישט! און מיט דעם אויך נישט!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נשמה האט געשריבן:ב"ה

איך וויל דיך פרעגן איין זאך, אבער ענטפער מיר דעם אמת: אויב וואלט יעצט ארויסגעקומען אזא מין געדאנק ווי געבן וואקסינען, און ס'איז נישטא אזא סכנה פון פאליא, אדער מיזעלס, און די אלע קרענק רח"ל, ס'איז נאר זייער זייער א ווייטע חשש, וועם וואלסטו מער געקליבן אז מ'זאל מאכן די שטודיעס די מערסטע Safe, די פרא-וואקסינען, אדער די אנטי? וועם וואלט דיין הארץ ענדערש געוואלט זאל זיין אין טאפ פון די שטודיעס צו שטודירן צו ס'איז Safe צו נישט, די פרא אדער די אנטי?

זאג מיר נישט: וואס איז נישט גענוג גוט מיט די פרא טערמינען. איך פרעג דיר: ווער זוכט ביי דיר מער Safety?

אויב דו ענטפערסט: אז דו ווילסט ענדערש די אנטי? מוזטו אליין מודה זיין אז די פחד פון מיזעלס, פאליא, און די אלע קרענק רח"ל איז וואס טרייבט דיך אז מ'זאל יא באשטעטיגן דעם וואקסין. אויב אזוי: ווערסטו געטריבן פון פחד און נישט פון די זיכערקייט פון וואקסינען?

איך וויל דיר פרעגן אזוי: אויב איז יא דא א סכנה פון פאליא אדער מיזעלס, ווער קלערסטו וועט גיין נאכזוכן און פארשן נאך א האפענטליך יא זיכערע וואקסין? די איצטיגע אנטי'ס אדער די פרא'ס? אויב ענטפערסטו די פרא, קומט דאך אויס אז די אנטיס ווערן געטריבן פון שפעקולאציעס און גלויבונגען?

נשמה, אפהיטן פון פיל מחלות ווי פאליא כו' איז נישט קיין סעיפטי?

דער אמת איז אז כ'וויל נישט די פרא און נישט די אנטי'ס זאלן פארשן א וואקסין. נאר א גרויסע קאמיוניטי פון סייענטיסטס, וואס ווייסן וויאזוי מ'שטודירט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”