נייעס איבער דיזיזעס וויירוסעס און וואקסינען "נישט קיין דעבאטעס"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

דממה דקה האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ווי די CDC גיבט איבער האלט די צאל מיזעלס קעיסעס אין די פאראייניגטע שטאטן ביי 1044

צו וועלכע נאמבער דארף עס אנקומען אז אמעריקע זאל פארלירן די סטאטוס אז מיזעלס איז עלימינירט?

דאס האט נישט מיט די סכום נאר מיט די משך הזמן, אויב ציהט זיך די אויסברויך 12 חדשים אין איין צי דעמאלטס הייסט מיזעלס 'אויס' עלימינירט, ממילא אויב וועט די מיזעלס אויסברוך אנציען ביז אקטאבער למספרם (נאך 3 און א האלב חדשים) וועט מיזעלס מער נישט הייסן עלימינירט, כדי עס זאל נאכאמאל ווערן עלימינירט וועט מוזן זיין 12 חדשים אין איין ציה וואס עס איז נישט דא קיין איין מיזעלס קעיס, און דאס איז נישט גרינג צו באווייזן נעמענדיג אין באטראכט וואו שטארק מיזעלס בוזשעוועט אין אנדערע מדינות.

די שאלה איז וואס וועט פאסירן טאמער מיזעלס ווערט אויס עלימינירט, צו וועלן זיי זיך מייאש זיין און נאכלאזן, אדער ווערן מער עגרעסיוו.

וואס מיינט אז די 'אויסברוך' זאל זיך צוען ביז אקטאבער? וויפיל קעיסעס דארף צוקומען א חודש/וואך אז ס'מיינט אז די אויסברוך גייט נאך ווייטער אן?
(מער ווייניגער די אלע וואס וואקסינירן נישט האבן שוין אפגעמיזעלט זייערע קינדער..)
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הר גריזים האט געשריבן:וואס מיינט אז די 'אויסברוך' זאל זיך צוען ביז אקטאבער? וויפיל קעיסעס דארף צוקומען א חודש/וואך אז ס'מיינט אז די אויסברוך גייט נאך ווייטער אן?
(מער ווייניגער די אלע וואס וואקסינירן נישט האבן שוין אפגעמיזעלט זייערע קינדער..)

מען רעדט דא פון גאנץ אמעריקא, נישט נאר וויליאמסבורג און מאנסי, עס איז דא קעיסעס אין וואשינגטאן סטעיט, קאליפארניע, פענסליוועניע וכ', די Incubation period דהיינו די צייט ווילאנג די מחלה האדעוועט איז צווישן 7 און 21 טעג, כל זמן עס איז דא קעיסעס אין די צייט, אפי' איינצעלע קעיסעס, טוט עס ווייטער ציען די אויסברוך.
אטעטשמענטס
measles.jpg
measles.jpg (47.15 KiB) געזען 3554 מאל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דממה דקה האט געשריבן:עטליכע סטעיטס האבן באריכטען איבער מאסקיטאס אנגעשטעקט מיט וועסט נייל וויירוס.

די סיטי וועט אנהויב באשפריצן מיט העליקאפטערס קעגן די מאסקיטאס, ווי יאר יערליך

https://brooklyneagle.com/articles/2019 ... -brooklyn/
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דאס איז אביסל א זייטיגע נושא וואס קען האבן אן עפעקט אויף די ממר וואקסינען.

אין די קריסטליכע וועלט איז אן עובר פאררעכנט ווי א לעבעדיגע מענטש, עד כדי כך אז די גאר שמייליגע האלטן אז אויב די מאמע איז אין א סכנה מוז זי שטארבן און נישט מפיל זיין דעם עובר, (טייל אונזערע דא וואס זאגן איבער וועגן ליבעראלע חוקי רציחה כאפן נישט אז די פארקערטע איז חוקי רציחה, באט דאס איז נאך א זייטיגע נושא)

און צוליב דעם טוט זיך א שטורעם ארום מעדיצינישע פארשונגען וואס באנוצן זיך מיט עוברים fetal tissue פאר זייערע פארשונגען, פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א פארארדענונג אפצושטעלן אלע רעגירונג געלט פון פארשונגען וואס באניצען זיך דערמיט, קענסלענדיג א 2 מיליאן דאלאר קאנטראקט וואס די רעגירונג האט מיט יוניווערסיטי אוו קאליפארניע אויפצוארבעטן פון דעם רפואות פאר HIV, אנשטאט זאגען זיי וועט די רעגירונג פאנדען אלטערנעטיוו מיטלן צו די רפואות.

דעמאקראטן אין קאנגרעס פראבירן צו שטערן דעם פרעזידענט'ס פאראדענונג מיטן צוטשעפען א געזעצליכע עמענדמענט צו די ספענדינג ביל אפצוהאלטן די פרעזידענט פון קענען איינטיילן ווי דאס געלט גייט.

די קריסטליכע שמייליגע זענען נישט צופרידן פון די MMR וואקסין צוליב עס איז ארגינעל אויך געמאכט געווארן פון fetal tissue, הגם דאס וואס אונז האבן היינט איז שוין בטל באלף, ווייל דאס האט מען פראדוצירט פון אזעלכע וואס מען האט פראדוצירט צוריק צענדלגער מאל פון יענע ארגינעלע ממר, (אפשר הייסט עס א דבר המעמיד מען דארף רעדן צו די פוסקים...), עכ"פ האפן זיין אז מיט די נייע פארארדענונג אז מען זאל שאפן אלטערנעטיוו צו די fetal tissue האפן זיי אז מען וועט מאכן א נייע MMR וואס קומט נישט פון יענע ארגינעלע MMR
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

והסירותי מחלה מקרביך.

די גמרא זאגט אין מס' שבת אמר רב יהודה אמר רב כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא ברא דבר אחד לבטלה ברא שבלול לכתית ברא זבוב לצירעה יתוש לנחש ונחש לחפפית וסממית לעקרב, יעדע בריאה האט ניצן, און ווירוסעס איז אויך א בריאה וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, מיינט נישט אז מען מוז זיך אנשטעקן דערמיט, באט עס איז נישט לבטלה

ריסערטשערס ארבעטן שוין יארן אויף וואס ווערט גערופן וויירא-טעראפי, אדער אימיונאו-טעראפי, קעגן יענע מעשה ה"י, די עיקר פראבלעם צו באקעמפען יענע מעשה איז אז די אימיון סיסטעם אנערקענט עס נישט אלץ פראבלעם, און ממילא לאזט עס די מחלה זיך פארשפרייטן, די אויפטוה פון וויירא-טעראפי איז צו ערמעגליכן די אימיון סיסטעם יא צו אידענטיפיצירן די אנגעשטעקטע צעלן, זיך שלאגן מיט זיי.

די דארכברוך אין נושא איז געווען מיט 5 יאר צוריק אין יאר '14 למספרם, ווען א געוויסער דאקטאר אין מעיא קליניק האט באוויזן צו גענצליך היילן א פאציענט פון יענע מעשה ה"י וואס האט שוין בעצם געהאלטן נאך ייאוש ווען אנדערע מעדיצין האט שוין נישט גיהאלפן, דורך אנשטעקן די פאציענט מיט א ריזיגע דאזע פון מיזעלס וואקסין, א דאזע געניג גרויס צו אימיוניזירן 100 מיליאן מענטשן, ווען די מיזעלס האט אינפעקטירט און צומזיקט די שלעכטע צעלן, דערנאך האט די אימיון סיסטעם איבערגענומען די ארבעט און אויס גערייניגט די גוף פון אלע צעלן פון יענע מחלה ה"י, און יענע פאציענט איז יעצט 5 יאר שפעטער נאך אלץ ריין פון די מחלה.

די סיבה מען האט געניצט מיזעלס איז ווייל מען האט געמוזט נוצן א מחלה וואס טוט אינפעקטן tissue און דאס איז פון די אייגענשאפטן פון מיזעלס, אבער דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט, אין אן אינטערוויו טוט די דאקטאר ערקלערן אז די פראצעדור איז גארנישט אזוי פשוט, די מיזעלס מוז זיין אזא סטרענד וואס טוט אינפעקטירן יענע מעשה, נישט מוכרח אז אן אנדערע סטרענד פון די מחלה וועט קענען אינפעקטירן די יעניגי מעשה, אויך איז דא פראבלעם אויב חלילה די מחלה זאל זיך צוזאמשטעלן מיט די אימיון סיסטעם צו פייטן מיזעלס, דעמאלט קען זיין א גרויסע סכנה ווייל די מחלה קען זיך גאר שטארקן.

למעשה ארבעט מען אויף די פראנט פון ערפונדן א וויירוס צו באקעמפען יענע מחלה, יעצט איז געווען אין די נייעס איבער פארשריט אין די זעלבע נושא, אבער מען ניצט סמאל-פאקס מחלה צו די זעלבע פעולה.

https://www.mayoclinic.org/diseases-con ... d-20097437

http://www.startribune.com/mayo-clinic- ... 485087011/

https://www.myelomacrowd.org/full-vanrh ... l-measles/

https://www.icr.ac.uk/news-archive/canc ... eat-cancer
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לישועה »

דממה דקה האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:וואס מיינט אז די 'אויסברוך' זאל זיך צוען ביז אקטאבער? וויפיל קעיסעס דארף צוקומען א חודש/וואך אז ס'מיינט אז די אויסברוך גייט נאך ווייטער אן?
(מער ווייניגער די אלע וואס וואקסינירן נישט האבן שוין אפגעמיזעלט זייערע קינדער..)

מען רעדט דא פון גאנץ אמעריקא, נישט נאר וויליאמסבורג און מאנסי, עס איז דא קעיסעס אין וואשינגטאן סטעיט, קאליפארניע, פענסליוועניע וכ', די Incubation period דהיינו די צייט ווילאנג די מחלה האדעוועט איז צווישן 7 און 21 טעג, כל זמן עס איז דא קעיסעס אין די צייט, אפי' איינצעלע קעיסעס, טוט עס ווייטער ציען די אויסברוך.

איך פארשטיי נישט וויאזוי איז פון וויליאמסבורג אנגעקומען ביז אלע עקן אמעריקע?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

עס איז דא אויסברוכן וואס קומען פון אונז, ווי מישיגען, אבער וואשינגטאן סטעיט קומט גראדע דיירעקט פון אוקריינא, און קאליפארניע איז לכאורה געקומען פון די פיליפינען. הגם גענוג און נאך אידן פארן צו די סטעיטס פאר ביזנעס און פאר פלעזשור.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אין קאליפארניע האט מען פארגעשלאגן א ביל צו צוימען אויך די מעדיקעל עקזעמפשאן, אז יעדער וואס האט א מעדיקעל עקזעמפשאן פון א דאקטאר וועט אויך מוזן באקומען די באשטעטיגונג פון די סטעיט.

די קאליפארניע סענאט האט באשטעטיגט דאס געזעץ, יעצט גייט עס צו די אסעמבלי.

דער קאליפארניער גאווערנאר דריקט אויס אומצופרידנהייט מיט די געדאנק אז א ביוראקראט זאל קענען איינטיילן ווי צו האנדלען די אייגענע קינדער.

https://www.nbclosangeles.com/news/loca ... 16871.html


האט מען עמענדעד די ביל צו צופרידענשטעלן דעם גארווערנאר, אנשטאט די ביז יעצטיגע פלאן צו פארלאנגען אז יעדע עקזעמפשאן זאל מוזן באשטעטיגט ווערן ביי די סטעיט, וועט עס זיין נאר אויב די סקול האט ווייניגער פון 95% וואקסינאציע ראטע, אדער אויב דער דאקטאר האט געגעבן מער פון 5 עקזעמפשאן'ס דאס יאר, און די דאקטאר טאר נישט נעמען געלט צו שרייבן אזא עקזעמפשאן, און דער דאקטאר מוז באשטעטיגן בשבועה אדער כעין שבועה אז אלעס וואס ער האט געשריבן איז וואר און ריכטיג.

https://www.latimes.com/politics/la-pol ... story.html
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לישועה »

דממה דקה האט געשריבן:עס איז דא אויסברוכן וואס קומען פון אונז, ווי מישיגען, אבער וואשינגטאן סטעיט קומט גראדע דיירעקט פון אוקריינא, און קאליפארניע איז לכאורה געקומען פון די פיליפינען. הגם גענוג און נאך אידן פארן צו די סטעיטס פאר ביזנעס און פאר פלעזשור.

בקיצור דע אמתע שורש איז פון יוראפ.

איז דא טאקע טאקע ווייניגער וועקסינעיטעט אין די לעצטע פאר יאר ווי פארדעם אין יורופ?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

א נייע גלאבאלע שטודיע פון גאללאפ צייגט אז די רייכערע מדינות האבן ווייניגער טראסט אין וואקסינען.

אין פראנקרייך 33% פראצענט גלייבען נישט אז וואקסינען זענען סעיף.

אין אמעריקע האבן 72% פראצענט טראסט אז וואקסינען זענען סעיף. (ארץ ישראל איז ביי די זעלבע נאמבער 72%)

https://wellcome.ac.uk/reports/wellcome ... nitor/2018

די אמעריקאנער מידיע שלאפט נאך די יוראפעיאישע האבן שוין אלע עס באריכטעט.
https://uk.news.yahoo.com/france-lowest ... 49355.html

https://www.telegraph.co.uk/news/2019/0 ... c-capital/

https://www.sciencemag.org/news/2019/06 ... rvey-finds

https://www.bbc.com/news/health-48512923

https://www.politico.eu/article/europe-vaccine-skeptic/
לעצט פארראכטן דורך דממה דקה אום מיטוואך יוני 19, 2019 8:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

דממה דקה האט געשריבן:א נייע גלאבאלע שטודיע פון גאללאפ צייגט אז די רייכערע מדינות האבן ווייניגער טראסט אין וואקסינען.

אין פראנקרייך 33% פראצענט גלייבען נישט אז וואקסינען זענען סעיף.

אין אמעריקע האבן 72% פראצענט טראסט אז וואקסינען זענען סעיף. (ארץ ישראל איז ביי די זעלבע נאמבער 72%)

https://wellcome.ac.uk/reports/wellcome ... nitor/2018

די אמעריקאנער מידיע שלאפט נאך די יוראפעיאישע האבן שוין אלע עס באריכטעט.

איך מיין איהר זאלט אייך האלטן צו בלויז "נייעס" און נישט דעבאטעס.
אויפן בילד פון אייער לינק זעהט מען אז אוקעריינא האט די ווייניגסטע טראסט אין וואקסינס. און טאקע דערפאר קומען די לעצטע מיזעלס אוברוך פון דארט!

די אמעריקאנער מידיע שלאפט נישט. עס איז גאר שטארק באשריבן אין דעבאטירט טאג און נאכט אין אלע גרויסע צייטונגען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די שטודיע איז היינט ארויסגעקומען, June 19, היינט.
נאך נישט געווען קיין צייט פאר די אמעריקאנער מידיע עס צו באריכטן, נאר די יוראפעישע

פליז...

ביי די וועי, די ביסט וועלקאם צו באריכטן נייעס, די אשכול איז נישט מיינס.
לעיני כל הקהל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיני כל הקהל »

יישר כח 'דממה' פארן ברענגן די אלע נייעס.

האסט אפשר אינפארמאציע ווען די NYS אנולירונג פון די Religious Exemption גייט אריין אין קראפט? לויט ווי כ'הער האבן געוויסע מוסדות באקומען בריוו אז אויף קומענדיגע וואך דארפן אלע קינדער זיין וואקסינירט, איז דאס ריכטיג?
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

לעיני כל הקהל האט געשריבן:יישר כח 'דממה' פארן ברענגן די אלע נייעס.

האסט אפשר אינפארמאציע ווען די NYS אנולירונג פון די Religious Exemption גייט אריין אין קראפט? לויט ווי כ'הער האבן געוויסע מוסדות באקומען בריוו אז אויף קומענדיגע וואך דארפן אלע קינדער זיין וואקסינירט, איז דאס ריכטיג?
מ'גייט נישט גיין אין קארט קעגן דעם?
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

דער געזעץ איז שוין אין קראפט.

זעט אין דעם סטעיטמענט די דעדליינס ווען אלע קינדער דארפן נעמען די שאטס

https://www.health.ny.gov/publications/ ... tement.pdf
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דאס איז די טעקסט פון די געזעץ.

https://assembly.state.ny.us/leg/?defau ... s=Y#S02994

זעהט אויס די 30 טעג איז נאר פאר קינדער וואס קומען פון די פרעמד, די טעות קומט לכאורה פון די גרינע צוגעלייגטע סעקשאן וואס האט לכאורה באלאנגט אויבן ביי די 14 טעג נישט ביי די 30 טעג.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (50.68 KiB) געזען 3006 מאל
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

דממה דקה האט געשריבן:דאס איז אביסל א זייטיגע נושא וואס קען האבן אן עפעקט אויף די ממר וואקסינען.

אין די קריסטליכע וועלט איז אן עובר פאררעכנט ווי א לעבעדיגע מענטש, עד כדי כך אז די גאר שמייליגע האלטן אז אויב די מאמע איז אין א סכנה מוז זי שטארבן און נישט מפיל זיין דעם עובר, (טייל אונזערע דא וואס זאגן איבער וועגן ליבעראלע חוקי רציחה כאפן נישט אז די פארקערטע איז חוקי רציחה, באט דאס איז נאך א זייטיגע נושא)

און צוליב דעם טוט זיך א שטורעם ארום מעדיצינישע פארשונגען וואס באנוצן זיך מיט עוברים fetal tissue פאר זייערע פארשונגען, פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א פארארדענונג אפצושטעלן אלע רעגירונג געלט פון פארשונגען וואס באניצען זיך דערמיט, קענסלענדיג א 2 מיליאן דאלאר קאנטראקט וואס די רעגירונג האט מיט יוניווערסיטי אוו קאליפארניע אויפצוארבעטן פון דעם רפואות פאר HIV, אנשטאט זאגען זיי וועט די רעגירונג פאנדען אלטערנעטיוו מיטלן צו די רפואות.

דעמאקראטן אין קאנגרעס פראבירן צו שטערן דעם פרעזידענט'ס פאראדענונג מיטן צוטשעפען א געזעצליכע עמענדמענט צו די ספענדינג ביל אפצוהאלטן די פרעזידענט פון קענען איינטיילן ווי דאס געלט גייט.

די קריסטליכע שמייליגע זענען נישט צופרידן פון די MMR וואקסין צוליב עס איז ארגינעל אויך געמאכט געווארן פון fetal tissue, הגם דאס וואס אונז האבן היינט איז שוין בטל באלף, ווייל דאס האט מען פראדוצירט פון אזעלכע וואס מען האט פראדוצירט צוריק צענדלגער מאל פון יענע ארגינעלע ממר, (אפשר הייסט עס א דבר המעמיד מען דארף רעדן צו די פוסקים...), עכ"פ האפן זיין אז מיט די נייע פארארדענונג אז מען זאל שאפן אלטערנעטיוו צו די fetal tissue האפן זיי אז מען וועט מאכן א נייע MMR וואס קומט נישט פון יענע ארגינעלע MMR

להערה בעלמא, די דינים פון מעמד העובר בהלכה איז אנדרעש ביי א בן נח ווי פאר א בן ישראל, א בן נח איז מוזהר אויף רציחה אויך פאר אן עובר, ס'קען נאך אלטס זיין אז דער עובר האט א דין פון א רודף .אבער אנדרעש ווי א בן ישראל איז הפלה פארעכענט ווי רציחה ממש משא"כ ביי א בן ישראל וואס איז דא כמה וכמה דרגות
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לישועה »

שםטוב האט געשריבן:
לעיני כל הקהל האט געשריבן:יישר כח 'דממה' פארן ברענגן די אלע נייעס.

האסט אפשר אינפארמאציע ווען די NYS אנולירונג פון די Religious Exemption גייט אריין אין קראפט? לויט ווי כ'הער האבן געוויסע מוסדות באקומען בריוו אז אויף קומענדיגע וואך דארפן אלע קינדער זיין וואקסינירט, איז דאס ריכטיג?
מ'גייט נישט גיין אין קארט קעגן דעם?

מגייט אין גרויסען, מען דארף נאר אסאך רחמים צו געווינען
אוועטאר
covfefe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך covfefe »

מיזעלס.jpg
מיזעלס.jpg (216.1 KiB) געזען 2803 מאל
מיזעלס 1.jpg
מיזעלס 1.jpg (460.38 KiB) געזען 2803 מאל
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל »

די צווייטע צעטל איז פון וויליאמסבורג?
אין די צווייטע שטייט "לכה"פ 1 איינשפריץ" איך פארשטיי אז עס דארף זיין 1 פון יעדע פון די פארלאנגטע אזוי ווי עס שטייט אין די ערשטע פון קר"י.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

איינס פון יעדע פארלאנגטע.
Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

מען קען הערן די גאנצע עסעבלי סעשאן פאר וואקסינעשן ריליטשעס עקסעמט. אויף 845-360-8023-3-2-546
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

מיזעלס אין אמעריקא פארן יאר האלט ביי 1077

ארויף מיט 33 פון פאריגע וואך

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

דממה דקה האט געשריבן:מיזעלס אין אמעריקא פארן יאר האלט ביי 1077

ארויף מיט 33 פון פאריגע וואך

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

...Interesting in full month of June there is only 9 new cases in NYC , guess after the removal of RE agenda has been done they don't need more cases


Month New Cases
June 2019 9
May 2019 87
April 2019 178
March 2019 162
February 2019 69
January 2019 34
December 2018 14
November 2018 28
October 2018 14
September 2018 1
Total 596
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דממה דקה האט געשריבן:ראקלענד קאונטי האט צום דריטן מאל באנייט די סטעיט אוו עמערדשענסי, נאך וואס די פריערדיגע איז אפגעלאפן מאי 25, די נייע דעקלעראציע איז גילטיג ביז יוני 24.

די עמערדשענסי דעקלעראציע דארט איז באמת מער סימבאליש ווי בפועל א סטעיט אוו עמערדשענסי, וויבאלד די קארט און אפעלאט קארט האבן אראפגענומען רוב באגרעניצונגן פון די סטעיט אוו עמערדשענסי.

https://pix11.com/2019/05/28/rockland-c ... sis-grows/


און צו פערטן מאל האט ראקלענד קאונטי באנייט די סטעיט אוו עמערדשענסי, פאר נאך 30 טעג, ביז JULY 24.

https://newyork.cbslocal.com/2019/06/24 ... y-measles/
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”