והסירותי מחלה מקרביך.
די גמרא זאגט אין מס' שבת אמר רב יהודה אמר רב כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא ברא דבר אחד לבטלה ברא שבלול לכתית ברא זבוב לצירעה יתוש לנחש ונחש לחפפית וסממית לעקרב, יעדע בריאה האט ניצן, און ווירוסעס איז אויך א בריאה וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, מיינט נישט אז מען מוז זיך אנשטעקן דערמיט, באט עס איז נישט לבטלה
ריסערטשערס ארבעטן שוין יארן אויף וואס ווערט גערופן וויירא-טעראפי, אדער אימיונאו-טעראפי, קעגן יענע מעשה ה"י, די עיקר פראבלעם צו באקעמפען יענע מעשה איז אז די אימיון סיסטעם אנערקענט עס נישט אלץ פראבלעם, און ממילא לאזט עס די מחלה זיך פארשפרייטן, די אויפטוה פון וויירא-טעראפי איז צו ערמעגליכן די אימיון סיסטעם יא צו אידענטיפיצירן די אנגעשטעקטע צעלן, זיך שלאגן מיט זיי.
די דארכברוך אין נושא איז געווען מיט 5 יאר צוריק אין יאר '14 למספרם, ווען א געוויסער דאקטאר אין מעיא קליניק האט באוויזן צו גענצליך היילן א פאציענט פון יענע מעשה ה"י וואס האט שוין בעצם געהאלטן נאך ייאוש ווען אנדערע מעדיצין האט שוין נישט גיהאלפן, דורך אנשטעקן די פאציענט מיט א ריזיגע דאזע פון מיזעלס וואקסין, א דאזע געניג גרויס צו אימיוניזירן 100 מיליאן מענטשן, ווען די מיזעלס האט אינפעקטירט און צומזיקט די שלעכטע צעלן, דערנאך האט די אימיון סיסטעם איבערגענומען די ארבעט און אויס גערייניגט די גוף פון אלע צעלן פון יענע מחלה ה"י, און יענע פאציענט איז יעצט 5 יאר שפעטער נאך אלץ ריין פון די מחלה.
די סיבה מען האט געניצט מיזעלס איז ווייל מען האט געמוזט נוצן א מחלה וואס טוט אינפעקטן tissue און דאס איז פון די אייגענשאפטן פון מיזעלס, אבער דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט, אין אן אינטערוויו טוט די דאקטאר ערקלערן אז די פראצעדור איז גארנישט אזוי פשוט, די מיזעלס מוז זיין אזא סטרענד וואס טוט אינפעקטירן יענע מעשה, נישט מוכרח אז אן אנדערע סטרענד פון די מחלה וועט קענען אינפעקטירן די יעניגי מעשה, אויך איז דא פראבלעם אויב חלילה די מחלה זאל זיך צוזאמשטעלן מיט די אימיון סיסטעם צו פייטן מיזעלס, דעמאלט קען זיין א גרויסע סכנה ווייל די מחלה קען זיך גאר שטארקן.
למעשה ארבעט מען אויף די פראנט פון ערפונדן א וויירוס צו באקעמפען יענע מחלה, יעצט איז געווען אין די נייעס איבער פארשריט אין די זעלבע נושא, אבער מען ניצט סמאל-פאקס מחלה צו די זעלבע פעולה.
https://www.mayoclinic.org/diseases-con ... d-20097437http://www.startribune.com/mayo-clinic- ... 485087011/https://www.myelomacrowd.org/full-vanrh ... l-measles/https://www.icr.ac.uk/news-archive/canc ... eat-cancer