תגובהדורך געדיך אוואש » זונטאג יולי 28, 2019 1:52 pm
מ'פארציילט נאך, אז דער רב פון שטאט אפטא אין די תר"פ יארן, איז געווען הגאון ר' חיים הערש ב"ח זצ"ל. אמאל ווען ער איז געקומען קיין בעלזא, האט אים דער בעלזער רב זי"ע דערציילט, אז ווען עס איז געקומען די צייט פאר דער אור לשמים זי"ע צו ווערן רב אין אפטא, האט דער אפטער רב זי"ע באקומען א גילוי מן השמים אז ער דארף זיך אוועקציהען פון אפטא... ר' חיים הערש האט פארשטאנען די רמז, אבער אהיימקומענדיג האט ער דאס איבערגעזאגט פאר זיין רביצין, און זי האט דאס אוועקגעמאכט. שפעטער ווען ער איז נאכאמאל געפארן קיין בעלזא האט דער רב ז"ל אים נאכאמאל דערציילט די מעשה, און חוזר חלילה, אזוי עטליכע מאל.
למעשה, איז ר' חיים הערש טאקע פרי נסתלק געווארן, און במקומו איז געווארן אויפגענומען הרה"ק ר' שלומ'קע, ברודער פונעם רב ז"ל.
אינטרעסאנט צו וויסן אויב די מימרא איבער די רבנות פונעם אור לשמים איז באקאנט פון נאך עפעס א פריערדיגער מקור?