איך וויל אז מיין קינד זאל אויפוואקסן צו זיין א...?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווען מיין קינד גייט אויפוואקסן וויל איך אז ער זאל זיין א...

רב רבי
11
6%
כלי קודש, ראש ישיבה, דיין, מגיד שיעור, מלמד
43
23%
כולל יינגערמאן, תורתו אומנתו
30
16%
לערנען א האלבן טאג און ארבעטן א האלבן טאג
44
23%
ביזנעסמאן, אפיס ארבייט, אינוועסטאר.
52
28%
בעל מלאכה, עלעקערישן, געשעפטס-מאן
9
5%
 
סך הכל שטימען: 189

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

איך וויל אז מיין קינד זאל אויפוואקסן צו זיין א...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

די שאלה איז נישט געוואנדן צו רבי'שע קינדער אדער אנדערע וועלכע "קענען" נישט גיין ארבעטן. איך פרעג נאר פון אזוינע וואס האבן יא א ברירה. וואס וואלט איר געוואלט אז אייער קינד זאל אויסוואקסן?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

נישט דא קיין אפציע פאר א ערליכע בעה'' ב מיט א שיעור קביעת עיתים לתורה
איך גלייב אסאך מענטשן וועלן וועלן. לייג עס צי
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בבל האט געשריבן:נישט דא קיין אפציע פאר א ערליכע בעה'' ב מיט א שיעור קביעת עיתים לתורה
איך גלייב אסאך מענטשן וועלן וועלן. לייג עס צי

פארשטייט זיך אז די אלע אפציעס קומען מיט א קביעת עתים לתורה. פונקט אזוי ווי איך שרייב נישט "לייגן תפילין יעדן טאג".
אויב מיינסטו צו זאגן לערנען מער ווי א געווענטליכע קביעת עתים לתורה, דאס גייט אריין אין א האלבן טאג לערנען א האלבן טאג ארבעטן.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

יידישע קהילות האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:נישט דא קיין אפציע פאר א ערליכע בעה'' ב מיט א שיעור קביעת עיתים לתורה
איך גלייב אסאך מענטשן וועלן וועלן. לייג עס צי

פארשטייט זיך אז די אלע אפציעס קומען מיט א קביעת עתים לתורה. פונקט אזוי ווי איך שרייב נישט "לייגן תפילין יעדן טאג".
אויב מיינסטו צו זאגן לערנען מער ווי א געווענטליכע קביעת עתים לתורה, דאס גייט אריין אין א האלבן טאג לערנען א האלבן טאג ארבעטן.

איך מיין זאלסט צי שרייבן ביי די לעצטע 2, עפעס מען זאל אזוי פארשטיין,
אפשר. ביזנעסמאן, אפיס ארבייט, אינוועסטאר.( פארשטייט זיך מיט א שיעור קבוע בתורה)
מיך האט אויסגעקיקט די לעצטע 2 היפש פראסט

אגב א געהערט אמאל פין איינעם וואס האט געזאגט אויף לערנען א האלבע און ארבעטן א האלבע טאג. אז אהאלבע טאג לערנט מען נישט און א האלבע טאג ארבעט מען נישט טאג
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אוודאי זענען אלע אפציעס מיט קביעת עיתים און זיין ערליך וכו' וכו'

דערווייל זענען מיר די איינציגע שטימע אויף: בעל מלאכה, עלעקערישן, געשעפטס-מאן.
דאס איז בדרך כלל, למעשה איז דאס נישט קיין כזה ראי וקידש. עס ווענד זיך אין אסאך זאכן. עס פאדערט א לענגערע אנאליז, אבער עס איז נישט יעצט די צייט. ועוד חזון.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איך פארשטיי נישט די שאלה.

עס ווענט זיך ווען און עס ווענט זיך ווער.

ביים געבורט (און נאך פון פריער) דארף אוודאי זיין די רצון, שאיפה און תפילות אז דא זאל וואקסן א ר' עקיבא איגר און א חפץ חיים.

שפעטער אין לעבן דארף מען שוין אפשאצן די כשרונות, שאיפות, ערענסקייט, און פעהיגקייטן פון דעם קינד, ולא הרי זה כהרי זה.

דער וואס לכתחילה שטעלט ער נישט צו די מעגילכקייט אז ביים עם אינדערהיים זאל קענען וואקסן א גדול בישראל בתורה וביראה, איז צריך בדיקה אחריו.

(היילגיע באשעפער, איך האב נישט באשטעלט אזא צדיק'ל, מ'קען עס עקסטשעדנשין פאר א מער פשוטע אבער א טיכטיגע...)
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

באמת וויל איך און איך בעט דעם אייבישטער אז ער זאל נישט האבן קיין תאווה פון אפ לאזן די גמרא. אבער אזוי ווי איך ווייס אז בדרך הטבע גייט דאס נישט פאסירן לויט וויזוי דער בורא האט אויסגעשטעלט די וועלט אין תשע"ט וויל איך אז ער זאל נישט זיין קיין בעה"ב נאר ער זאל ארבעטן פון צופרי ביז נאכמיטאג מיט בלויע העמד און הויזן און ביינאכט און פארטאגס זאל ער הארעוון אויף תורה. לקיים מה שנאמר יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ שיגיעת שנים משכחת עון. דעסוועגן דאך בין איך נאך אלץ מתפלל אז ער זאל זוכה זיין צו לערנען כל ימיו מתוך שמחה והרחוות הדעת אומגעשטערט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נישטא קיין אפציע איך וויל נישט, וואס ער וועט אויסוואקסן דאס איז פאר איהם. ער זאל נאר זיין ערליך.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה.

עס ווענט זיך ווען און עס ווענט זיך ווער.

ביים געבורט (און נאך פון פריער) דארף אוודאי זיין די רצון, שאיפה און תפילות אז דא זאל וואקסן א ר' עקיבא איגר און א חפץ חיים.

שפעטער אין לעבן דארף מען שוין אפשאצן די כשרונות, שאיפות, ערענסקייט, און פעהיגקייטן פון דעם קינד, ולא הרי זה כהרי זה.

דער וואס לכתחילה שטעלט ער נישט צו די מעגילכקייט אז ביים עם אינדערהיים זאל קענען וואקסן א גדול בישראל בתורה וביראה, איז צריך בדיקה אחריו.

(היילגיע באשעפער, איך האב נישט באשטעלט אזא צדיק'ל, מ'קען עס עקסטשעדנשין פאר א מער פשוטע אבער א טיכטיגע...)

נאך דא קלוגע אידן צווישן אונז
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

יידישע קהילות האט געשריבן:די שאלה איז נישט געוואנדן צו רבי'שע קינדער אדער אנדערע וועלכע "קענען" נישט גיין ארבעטן. איך פרעג נאר פון אזוינע וואס האבן יא א ברירה. וואס וואלט איר געוואלט אז אייער קינד זאל אויסוואקסן?

לאמיר אביסל פארשטיין, פארוואס איז די שאלה נישט געוואנדן צום רבי'ש קינד וכד'?
די תירוץ איז גאנץ פשוט, ווייל ער איז געבינדן צו א זאך, ער "מוז ווילן" אז זיין זוהן זאל זיין וכו'.

אבער איך מיין אז דאס איז שייך אויך ביי אנדערע בעלי בתים, לאו דוקא ביי די רבי'שע משפחות.

למשל, די "עליטע" בעלי בתים, וואס שארן שיין געלט פון זייער אופן פון ביזנעס, וועט נישט אויסהאלטן אויב זיין זוהן וועט זיין א עלעקטערישן אדער באס דרייווער, כאטש וואס "באמת" איז דאס גארנישט שלעכט, אבער עס איז נישט די "אפיס בענקל" ארבעט, ודי.

בקיצור, פונקט ווי דער רבי'ש קינד איז געצווינגען צו וועלן אויף א געוויסע זאך, די זעלבע איז מיט א ריזיגע פראצענט פונעם ציבור, יעדער אויף זיין אופן.
חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2019 6:31 pm

א מין גערעדעכץ "איך" וויל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חינוך הטהור בארהב »

וואס איז דאס וועלן?
האסט שוין אמאל געוואלט אז דיין קאזינס נעפיו זאל אויסוואקסן אזוי אדער אזוי ?
א איד דארף האלטן זיינע פקדונות וואס די באשעפער באשערט אים אויף די ריכטיגער וועג און זעהן אז יעדער קינד זאל זיך פירן און טון כרצונו יתברך שמו וזהו
אין קריאת שמע שטייט פונקטליך וואס מיר האבן צו טון פאר אינזערע קינדער, עס שטייט נישט דארט איבער רצונות וואס מיר דארפן האבן וויאזוי אינזערע קינדער זאלן ווערן אויסגעשטעלט אין לעבן.
דאס מין זיכן א געוויסע שעיפ און פארום פאר א קינד נעמט אוועק די ריכטיגע פאקוס וואס מיר דארפן האבן
מען האט פאר זיך עפעס א פיקטשער וויאזוי מען גליסט זיך די קינד זאל זיין און דאס דרייווט די פעטש/ליבשאפט [דהיינו ווען די קינד טוט א פעולה וואס שטימט מיטן פיקטשער האט מען א ליבשאפט דערצו, און אז עס שטימט נישט מיטן פיקטשער קומט אים ס'ערגסטע]
ס'נישט אויסגעהאלטן.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:וואס איז דאס וועלן?

זיי נישט ברוגז, כ'האב נישט קיין אנונג וואס רעגסט זיך אזוי. יעדע יוד אמאל האט געוואלט אז זיין קינד זאל אויסוואקסן די שענסטע פון כלל ישראל און מ'האט דאס מענווערט מיט פעטש און ליבשאפט. מיטן היינטיגן מציאות איז זייער שווער צו געבן היינט פעטש פאר א קינד און כל שכן די פעטש וואס מ'פלעגט אמאל געבן און ס'האט פיין געהאלפן. היינט איז דא אנדערע מיטלען וויזוי מ'ברענגט ארויס די שמאל דוחקת און יעדע טאטע וואס האט שכל ניצט דאס און האפט אז זיין קינד זאל אויסוואקסן די בעסטע וואס איז שייך. און בד"וו קיין איין טאטע האלט נישט אז ס'קומט זיך פאר א קינד דאס ערגסטע ווען ס'איז נישט אויסגעוואקסן דאס וואס ער האט געוואלט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

יידישע קהילות האט געשריבן:די שאלה איז נישט געוואנדן צו רבי'שע קינדער אדער אנדערע וועלכע "קענען" נישט גיין ארבעטן. איך פרעג נאר פון אזוינע וואס האבן יא א ברירה. וואס וואלט איר געוואלט אז אייער קינד זאל אויסוואקסן?

כ'מיין אז זאלסט צולייגן אין דיין ערשטע תגובה אז ווער ס'האט נאכנישט קיין קינדער זאל נישט אריין קומען דא... ווייל זיי ווייסן נאכנישט וואס ס'מיינט די טייערסטע זאך אויף די וועלט און וויזוי מ'דארף דאס אויפציען.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2019 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חינוך הטהור בארהב »

nmi האט געשריבן:
חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:וואס איז דאס וועלן?
האסט שוין אמאל געוואלט אז דיין קאזינס נעפיו זאל אויסוואקסן אזוי אדער אזוי ?
א איד דארף האלטן זיינע פקדונות וואס די באשעפער באשערט אים אויף די ריכטיגער וועג און זעהן אז יעדער קינד זאל זיך פירן און טון כרצונו יתברך שמו וזהו
אין קריאת שמע שטייט פונקטליך וואס מיר האבן צו טון פאר אינזערע קינדער, עס שטייט נישט דארט איבער רצונות וואס מיר דארפן האבן וויאזוי אינזערע קינדער זאלן ווערן אויסגעשטעלט אין לעבן.
דאס מין זיכן א געוויסע שעיפ און פארום פאר א קינד נעמט אוועק די ריכטיגע פאקוס וואס מיר דארפן האבן
מען האט פאר זיך עפעס א פיקטשער וויאזוי מען גליסט זיך די קינד זאל זיין און דאס דרייווט די פעטש/ליבשאפט [דהיינו ווען די קינד טוט א פעולה וואס שטימט מיטן פיקטשער האט מען א ליבשאפט דערצו, און אז עס שטימט נישט מיטן פיקטשער קומט אים ס'ערגסטע]
ס'נישט אויסגעהאלטן.

זיי נישט ברוגז, כ'האב נישט קיין אנונג וואס רעגסט זיך אזוי. יעדע יוד אמאל האט געוואלט אז זיין קינד זאל אויסוואקסן די שענסטע פון כלל ישראל און מ'האט דאס מענווערט מיט פעטש און ליבשאפט. מיטן היינטיגן מציאות איז זייער שווער צו געבן היינט פעטש פאר א קינד און כל שכן די פעטש וואס מ'פלעגט אמאל געבן און ס'האט פיין געהאלפן. היינט איז דא אנדערע מיטלען וויזוי מ'ברענגט ארויס די שמאל דוחקת און יעדע טאטע וואס האט שכל ניצט דאס און האפט אז זיין קינד זאל אויסוואקסן די בעסטע וואס איז שייך. און בד"וו קיין איין טאטע האלט נישט אז ס'קומט זיך פאר א קינד דאס ערגסטע ווען ס'איז נישט אויסגעוואקסן דאס וואס ער האט געוואלט.

נו וודאי דארף מען ווייטער בעטן די ונהי' אנחנו וצאצינו וכו'
אבער די מין פיקטשער וואס יעדער געט זיך, צו ער זאל גיין מיט א בלויע העמד ביים ארבעט, צו ער זאל גיין אין ריעל עסטעיט, צו ער זאל האלבוועגס זיין א כלי קודש צו אינגאנצען
דאס איז בערך ווי די זאלסטיר אויסשטעלן א בילד וויפיל פונט און ווי הויעך די ווילסט ער זאל וואקסן, ס'האט נישט קיין זין.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:

גערעכט, אבער מען הערט פונקט אזוי מענטשן זאגן איך וויל אז מיין קינד זאל זיין ב'חנ'ט, זאל זיין טויגליך.... עפעס געשעט ווייל דו ווילסט?.. ניין, און קיינער טראכט נישט אז יא!
די זעלבע זאך דא, איך "וויל". אבער... איך ווייס זייער גוט אז ס'ווענדט זיך נישט אין וואס "איך" וויל, דער באשעפער וועט אים באשערן וואס ס'איז אים גוט, אין פארטיג.

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:

ווען א מענטש מאכט זיך א פיקטשער וואס ער וויל פארלאנגט ער צומאל געוויסע זאכן וואס ער וואלט נישט געדארפט, און ווערט צומאל בייז אויף אומזינסטיגע זאכן.
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

נשמה האט געשריבן:נישטא קיין אפציע איך וויל נישט, וואס ער וועט אויסוואקסן דאס איז פאר איהם. ער זאל נאר זיין ערליך.

געטראכט די זעלבע
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

איך וויל נישט...

איך האף און בעט אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן, מיט מיין השתדלות פרוביר איך ציציהעלפן
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

איך וויל אז מיין קינד זאל זיין א קובע עתים לתורה.
צווישן אונז אלע גערעדט איז דא אסאך כולל אינגעלייט וואס זענען עוסקים בתורה יומם ולילה און תורתם אומנתם, אבער קיין קובע עתים לתורה זענען זיי נישט אגאנצן טאג פארנומען מיט מאכן קאווע וכדו' אשר אין כאן מקום להאריך.
ווידעראום זענען דא אידן בעלי מלכה צו בעלי מסחר אדער שיינע אנגעזעהנע בעלי בתים גאר, האבן זיך זייער קביעותדיגער שיעור איין אדער צוויי מאל א טאג ממש א נחת, לעבן מיט די תורה, דאס מיינט א קובע עתים לתורה.
איך וויל אז מיין קינד זאל סיי וויאזוי זיין צווישן די וואס זענען קובע עתים לתורה, נישט קיין נפק"מ צווישן א פלאמבער אדער ראש ישיבה.
אין הימל וועט מען די ערשטע קשיא פרעגן, קבעת עתים לתורה?
נישט צו מפלעגט אגאנצן טאג לערנען.
מיין לופי'לע........
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

א ערליכע איד.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

;l;p-
צוקער וואסער האט געשריבן:א ערליכע איד.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לאמיר צולייגן די ליסט.

א רב/רבי. - איך מיין אז ס'נישט פאר מיין קינד.
כלי קודש - מגי"ש וכו' - ס'איז גאר א גוטע אפציע אויב ער איז פון די געציילטע וואס דאס איז זיין תכונת הנפש און אומנות. איינער גייט דאס אבער מוזן דעקן בדרך הטבע.
כולל אינגערמאן - נישטא קיין אפציע צו בלייבן כולל אינגערמאן און גלייכצייטיג אויפציען א שטוב מיט קינדער.
לערנען א האלב טאג ארבעטן א האלבע טאג - א שיינע זאך אויב עמיצער קען דאס באווייזן.
ביזנעסמאן / אינוועסטאר - רבוש"ע ניין, נאר נישט דאס.
בעל מלאכה, עלעקערישן, געשעפטס-מאן - דאס די שענסטע זאך בפשטות. אן איידעלער איד וואס ארבייט שווער צו ברענגען פרנסה, ער איז ב"ה סוקסעספול אין זיין פאך, און ער איז קובע עיתים לתורה ולתפילה, ער פירט אן ערליכע אפגעהיטענע שטוב, מדקדק בקלה כבחמירה, דאס איז עמיצער וועם איך שעץ, און איך גלייב אז אזוינס וואס וואלט מיר געברענגט תענוג ונחת.

דאך אנערקען איך אז ס'איז במילא נישט מיין אפציע, און איך אקצעפטיר אים וויאזוי ער איז.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:;l;p-
צוקער וואסער האט געשריבן:א ערליכע איד.

לוינצעך צו נעמען די צייט און אויסהערן דעם שיעור פון ר' יחזקא' ווייס

נישט יעדער איז אזוי שלעכט ווי די משל דארט אבער ס'איז גוט (און וויכטיג) פאר יעדן צו הערן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2019 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חינוך הטהור בארהב »

shimon7323 האט געשריבן:איך וויל נישט...

איך האף און בעט אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן, מיט מיין השתדלות פרוביר איך ציציהעלפן

איך פרוביר מיט מיין השתדלות "נישט צו קאליע מאכן"
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

ווילאנג ער איז ערליך וויל איך נישט גארנישט!
ווער בין איך צו ווילען?
איך וועל אוודאי געבן א שבח והודאה פארן אויבערשטן אויב ער וואקסט אויף א בן תורה און א תלמיד חכם, אבער וואס פאר א רעכט האב איך דאס צו ווילען??
צעקה בקול דממה דקה
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”