בשעה שיש האט געשריבן:די אינגראם איז אלס גוטס ווען די קענסט שוין די מענטש קענסטו פראבירן צוציפאסן א נומער
אבער ווען די ווילסט קענען (ליין באקענען)א נייע פערסאנעליטי און די פרעגסט אים זיין חודש וועסטו גלייך וויסן ווי אזוי צו האנדלן מיט אים
און צו וועמען איך האב שוין גערעד איבער דעם וואס קען עס אביסל טאנהעט אז דאס זייער אקוראט און פינקטליך
אוודאי איז דא אז א מענטש ארבעט זיך אויס זיין טבע אבער זיין תכונת הנפש בלייבט געווענטליך
סא איינער וואס קען זיך אביסל אויס און דעם איז העפליך געלאדנט מיט צוטיילן מיטן עולם זיינע קענטינסן
די פאקט אז די מענטשליכע תכונות הנפש זענען צעטיילט אין 9 קאטעגאריע'ס ברענגט אטוימאטיש אז ווען דו קוקסט אהן א מענטש קענסטו אים פיל גרינגער ארויסהאבן, וויבאלד עס איז דא 9 יסודות, קען מען זייער שנעל זעהן אין וועלכע יסוד ער שטימט אריין. מען קוקט אויף דעם מענטש און מען קוקט אויף די 9 טייפ'ס און מען פיגערט אויס אין וועלכע טייפ די תכונה פיט אריין. און דאס איז די 'מעלה' פון אניגראם, אז דו מוזסט קענען כאטש עטוואס אפלערנען א מענטש בעפאר דו מאכסט אפ וואס זיין נומער איז, דאס איז נישט קיין חסרון, דאס איז א מעלה.
משא"כ ביי חדשים האסטו נישט קיין רשות צו טראכטן, עס איז שוין א געווארענע פאקט נאך בעפאר דו האסט בכלל געוואוסט פון דעם מענטש'ס עקזיסטענץ. ממילא איז וויאזוי קענסטו פראוון אז דו טרעפסט ריכטיג צו? דו קענסט נישט טראכטן אינדיפענדענט און ברייט און זעהן א אפענע בילד, מיט פארשידענע מהלכים וויאזוי אפצוטייטשן דעם מענטש, דו ביזסט גלייך אין א באקס.
ווען איך רעד פון ארויסהאבן א מענטש, רעד איך פון "ארויסהאבן", נישט סתם זיך "באקענען" און דו ווילסט וויסן 'בערך' וואס ער איז.
וועסט אלעמאל זעהן ביי די אלע מהלכים וואס זענען שוין פון פאראויס באשטימט - איך קען נישט די חדשים מהלך - אבער לאמיר עס נעמען פאר א דוגמא.
א מענטש וויל ארויסהאבן זיין אייגענע תכונת הנפש, קוקט ער: וועלכע חודש בין איך געבוירן? אה חשון! אקעי, וואס איז חשון? דאס מיט דאס, אה! טאקע טאקע..., ממש דאס בין איך.... פאר א רגע פליט אים דורך אין קאפ: סיון קוקט אפשר אויס מער ענליך צו מיין נאטור, אבער ניין! חשון איז די זאך!
פארוואס איז עס אזוי? ס'איז פשוט, ווייל יעדער מענשט האט באמת שטריכן פון אלע נאטורן, ממילא וויבאלד ער איז חשון, טרעפט ער די חשון'ער שטריכן וואס געפינט זיך אין אים, ווייל ער מוז עניוועי אזוי טראכטן, ווייל דאס איז דאך זיין חודש, ממילא קען זיין אז באמת פאפט ער זיך מיט זיינע געפילן און ער פארזעהט זיין "נקודה" וואס דרייווט אים, ווייל ער איז 'סטאק' מיט זיין חודש, סאו אוודאי איז עס קארעקט, ווייל פארוואס נישט? די שאלה איז נאר צו מען קען ארבעטן דערמיט, און אפי' אויב יא, ווער ווייסט צו ער פארט ריכטיג, און אז ער פאפט זיך נישט?
משא"כ אניגראם איז "אפן", דו דארפסט "נוצן דיין מח" עס אליין אפצושאצן, יעצט, אויב פארשטייסטו וויאזוי מען שאצט אפ א מענטש'ס תכונת הנפש דאן שאצסטו גוט און אז נישט דאן שאצסטו נישט גוט, אבער דו קענסט אליין נוצן דיין קאפ.
ממילא וועגן דעם טראכט איך אז מיט אניגראם קען מען אנקומען פיל טיפער און ברייטער, מיט פיל ווייניגער צמצומים.
איך מיין אז איך האב שוין ארויסגעברענגט מיין פוינט דאס מערסטע קלאר וואס איך קען, סאו ווער עס דיסעגריט מיט מיר - כל הכבוד, און ווער עס האט א הסבר אויף פאזיטיוו אדער נעגעטיוו, וויל איך הערן.