פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:ראספשע האט געשריבן:צווייטנס פארוואס אז פאר דיר פארגינסטו א פיפציגער פאר א העמד, מוז דיין שכן גיין א סעקאנד הענד צוויי דאלערדיגע שמאטע? בלויז ווייל דער רבוש"ע האט עם נישט געגעבן עושר וכבוד ווי פאר דיר, מיינט נאך נישט יעצט אז ער מוז זיך אנטוהן אז מען זאל קענען טייטלען אויף עם פון דערווייטנס, אה!! יענער נעבעעעעעך שנארער קבצן......
אז דו האסט ב"ה עושר ונכסים, לאז יענעם אויך עפעס הנאה האבן פון זיין וועלט, וואס ביזטו אזא צר עין??
קאמאניזם בתפארתו!
און פון דעים רעדט מען דאך דא
יא, אז דער רבוש״ע האט מיר געגעבן עושר וכבוד (הלוואי) מעג איך קויפן א 50 דאלערדיגע העמד, און אז דער רבוש״ע האט פאר מיין שכן געגעבן נאר האלב מעג ער קויפן פאר 25, און אויב דער רבוש״ע האט אים געגעבן ׳גארנישט׳ , און ער קען קויפן א העמד פאר 2 דאלער דארף ער ׳דאס׳ טוהן.
דעיס איז מיין דעת בעה״ב
און אזוי איז געווען ביי אידן אין אלע דורות
מצות צדקה איז פאר אן עני אויף צום לעבן לויט ׳זיין׳ סטענדערט (אויסער ביי א יורד)
אויסצוגראדן סטענדערטס איז ריין קאמיניזם וואס איז היפך אידישקייט.
(און אז דו פרעגסט נאך די קשיא מיט אזויפיל קוועסשן מארקס, דאס איז נאך די גרעסטע ראי׳ ווי געשלאגן אונז זעמיר ליידער)
שקר וכזב!!
מצות צדקה איז צו געבן פארן עני לויטן סטענדערד, און נישט אים מבייש צו זיין ער זאל גיין אנגעטוהן מיט שמאטעס, און דער עושר פריץ זאל גיין גאלדענע קנעפ,
אזוי ווי דו פארשטייסט 'קאמעניזם בתפארתו' איז דא דאס פארקערטע 'קאפיטעליזם בתפארתו'
די דרך התורה, איז דער דרך הזהב, דער דרך האמצעי
וכבר אמרו חז"ל בפרקי אבות, לא יתן ולא יתנו אחרים, עינו צרה בשל אחרים
כ'בין זיכער הונדערט פראצענט, אז דו אלע וועלכע פארפירן דא מיט אזא ווילדע עקסטרעמיזם, האבן זיך קיינמאל נישט צופיל אנגעשטרענגט ארויס ציהעלפן א צווייטן יוד....
דיי וועלכע ווילן כלומר'שט 'העלפן דעם ציבור' מיט עצה'נען אז 'נאר' דער ארימאן זאל זיך אראפלאזן ביז טיעף אין דער ערד, נאך טיפער פון יעדען, נאר פארן חטא ווייל ער האט נישט, בעת דער עושר זאל זיך מעגן אויפרייסן מיט משוגע'נע איבערגעטריבענע לוקסוס'ער להראות העמים והשרים את רוב עושרו וגודל תפארתו, בלויז ווייל ער ווייסט שוין נעבעך נישט וואס צו טוהן מיט זיין געלט...., דער זאל מיר מוחל זיין, ס'יז א שאד די שפייעכץ, ס'גייט קיינמאל נישט זיין און ס'גייט קיינמאל נישט געשעהן, אין די גמרא טרעפט מען אזא בחינה ווי 'שלא לבייש את מי שאין לו', ואס די גמרא זאגט אז מען האט איינגעפירט א סטענדערט 'ביי עשירים' נישט ביי ארימעלייט
אויב וויל מען איינפירן לויערן דעם סטענדערט, דאן אי 'אדער יעדער, אדער קיינער'!