אלעס וואס איז נוגע גייסטישע הילף
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
אלעס וואס איז נוגע גייסטישע הילף
ס'וואלט געווען א גלייכע זאך ווער ס'קען ווען מיטטיילן אינפארמאציע איבער סארט גייסטישע פראבלעמען, ווי למשל - פארמאכטקייט, אנגעצויגנקייט, כעס וכו' וכו', אין וואסערע קאטעגאריע דאס גייט אריין. דאס הייסט, צו וועלכע דאקטאר מ'דארף גיין פאר יעדע פראבלעם. ס'איז דא פסעכאלאגן, פסעכיאטערס, וכו' וכו', וואס איז די באדייט/חילוק פון די דאקטורים, וואס איז זייער וועגן פון באהאנדלן דעם פראבלעם וכו'.
איך עפען דעם אשכול ווייל ס'האט זיך צו מיר אויסגערעדט א נאנטע חבר וועגן א פראבלעם ביי איהם אין שטוב, און ער האט מיר שטארק געבעטן אז כ'זאל איהם העלפן. ווער ס'האט ידיעות איבער דעם ענין זאל ביטע מיטטיילן, וזכות הרבים תלוי בו.
איך עפען דעם אשכול ווייל ס'האט זיך צו מיר אויסגערעדט א נאנטע חבר וועגן א פראבלעם ביי איהם אין שטוב, און ער האט מיר שטארק געבעטן אז כ'זאל איהם העלפן. ווער ס'האט ידיעות איבער דעם ענין זאל ביטע מיטטיילן, וזכות הרבים תלוי בו.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
א פסיכאלאג העלפט מיט דיבורים,"ער העלפט פארשטיין דעם פראבלעם,כלו' דער מקור איז די "שווערע יוגענד",א "שווערע עפיזאד" וואס איז אריבער אויפען מענטש וכו',והשתא דבאת להכא,העלפט ער טרעפן א סאלושאן.
עכ"פ אלעס איז בדרך הגיון וסברא.
אבער ווען לדאבונינו די מצב איז הארב אין הגיון מיט הבנה קענען נישט העלפן ",דארף מען א דאקטער וואס קען געיבן פילען צי "בארוהיגען" איו אזוי ווייטער,וואס אויף דעים איז א פסיכאלאג נישט מוסמך.
עכ"פ אלעס איז בדרך הגיון וסברא.
אבער ווען לדאבונינו די מצב איז הארב אין הגיון מיט הבנה קענען נישט העלפן ",דארף מען א דאקטער וואס קען געיבן פילען צי "בארוהיגען" איו אזוי ווייטער,וואס אויף דעים איז א פסיכאלאג נישט מוסמך.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7217
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
צו ווייסט איינער ווי מען קען באקומען גיטע רעפערלס אויף פסיכיאטארן צו זיי זענען גיט אדער נישט, עס איז דא אזא ארגענעזעישען וואס הייסט ריליוו http://www.reliefhelp.org/index.html אבער זיי געבן נאר א מיינונג אויף איינער וואס האט לייסענס, אבער ווי באקאנט זענען דא אסאך גיטע פסיכיאטארן היימישע וואס האבן נישט קיין לייסענס, וויל איך וויסן צו איינער ווייסט ווער עס קען זיך אויס אין דעם פעלד צו קענען זאגן ווער עס איז יא גיט און ווער נישט.
פארוואס זאלט איר וועלן גיין צו איינער וואס האט זיך נישט געלערנט פינף יאר, און האט נישט גענומען קיין שום טעסטס אויף צו ווייזן אז ער טויג טאקע, און האט נישט געארבייט אונטער אן ערפארענע פסיכילאג פאר א צוויי דריי יאר איידער ער האט אנגעהויבן צו מאכן געלט?
דרך אגב, איך בין גוט באקאנט מיט די ריליעף ארגעניזאציע און זיי זענען לענ"ד ראויים לסמוך עליהם.

ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
וויכטיגע הערה: פרויען זאלן לכתחילה גיין צי פרויען. מען זאל זיך נישט פארלאזען אז ער איז א רב רבי צדיק וכו' בעל מחבר בעל דרשן משפיע מומחה עלטערע מענטש
כי רבים חללים הפילה
סיידען דער מאן טאטע גייט מיט "יעדעס" מאל
עס איז שוין געווען קול קוראס וכו אבער לוינט נישט אליין צי פראבירען
בנוגע צי ווער סאיז גוט, איז נישט שייך צי פרעגען א ארגאנזאציע ווייל וואס איז גוט פאר איינעם איז נישט גוט פאר א צווייטען
א שטיקעל סימן איז אז יענער איז פארנומען שטארק און האט נישט אלס צייט צי רעדן און ער האט אפוינטמענס אבער דאס איז נישט א סימן מובהק
די בעסטע וועג איז צי פרעגען דעם מומחה אפען צי ער האט ערפארונג אין דעם הינזיכט און ווי לאנג עס נעמט וכו
דערנאך מאט אן עפוינמענט און זעט צי עס "קליקט" גיט עס צוויי דריי מאל (450 דאללער געווענליך) אויב עס ארבייט איז דאך גוט טאמער נישט פראבירט א צווייטען
איבריג צי זאגען אז תפלה איז די וויכטיקסטע זאך מען זאל טרעפען דעם ריכטיגען שליח
אויב יענער רעכענט 4 אדער 5 הינדערט דאללער פאר 50 מיניט שטייט ווייט כמטחוי קשת
עס מיינט נישט אז ער איז גוט ווייל ער רעכענט אזוי סאך.
ודי בזה ואין כאן מקומו להאריך
והשי"ת ישלח רפואה שלימה בתושח"י

א'דרבא, אן ארגעניזאציע וועט ענדערש וויסן וואס איז גוט ווי א צווייטע ווייל די ארגעניזאציע האט דאך הונדערטער אדער טויזנטער קעיסיס א יאר, און איך ווייס אז ריליעף גייט נאך עד מקום שידם מגעת אויסצוגעפונען אויב די ספעציאליסט האט אויפגעטון. ספעציעלע רעליעף וויס איך אז אסאך רבי'ס רבנים, מחנכים, און שלום בית קאנצלערס פרעגן זיי פאר ריפערלס אויף פסיכיאלאגן.
דאס וואס איר שרייבט איבער איינער וואס נעמט 4-5 הונדערט דאללער זאל מען אוועק שטיין וכו', לאו דוקא אז יענער איז נישט א גוטע פסיכיאלאג, אבער א גזונטע גזלן איז ער זיכער. די גרעסטע ספעציאליסטן וואס האבן משקיע געווען פון הונדערט ביז צוויי הונדערט טויזנט דאללער אין זיך לערנען נעמען בערך 150 דאללער א סעשאן, אפשר צוויי הונדערט פאר א שעה. אבער דאס איז ממש די טאפ טאפ חברה, איינער וואס נעמט מער פון דעם איז א גנב.
דאס וואס איר שרייבט איבער איינער וואס נעמט 4-5 הונדערט דאללער זאל מען אוועק שטיין וכו', לאו דוקא אז יענער איז נישט א גוטע פסיכיאלאג, אבער א גזונטע גזלן איז ער זיכער. די גרעסטע ספעציאליסטן וואס האבן משקיע געווען פון הונדערט ביז צוויי הונדערט טויזנט דאללער אין זיך לערנען נעמען בערך 150 דאללער א סעשאן, אפשר צוויי הונדערט פאר א שעה. אבער דאס איז ממש די טאפ טאפ חברה, איינער וואס נעמט מער פון דעם איז א גנב.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ווער וואלט געגיינגען זיך העלפען ביי א גזלן?
איז מעגליך אז דער גזלן האט אייך ליב
איז מעגליך צי מאכן א נפשיותדיגער קשר מיט א גזלן?
איך האב שוין גערעדט צי ריליעף בנוגע איינעם וואס איך קען
איז אזוי זיי קענען טאקע זאגן ווער סאיז בדרך כלל מצליח אבער נישט אויב סוועט האבן הצלחה מיט "אייך"
אזוי ווי א שידוך דער בחור קען זיין פיין אבער סדארף מעטשען דאס קען נישט ריליעף זאגען
מסכים?

tumim האט געשריבן:איך האב שוין גערעדט צי ריליעף בנוגע איינעם וואס איך קען
איז אזוי זיי קענען טאקע זאגן ווער סאיז בדרך כלל מצליח אבער נישט אויב סוועט האבן הצלחה מיט "אייך"
אזוי ווי א שידוך דער בחור קען זיין פיין אבער סדארף מעטשען דאס קען נישט ריליעף זאגען
מסכים?
גערעכט, אבער דאס איז דאך ביי יעדעם. אויב איר וועט פרעגן איינער וואס איז געגאנגן אדורך טון זיין קינד'ס פראבלעמען אין הבנת הקריאה מיט א געוויסע מומחה לעניני קריאה און יענער ענטפערט דיך אז ער האט געזעהן א שטארקע פארבעסערונג, מיינט עס נאך נישט אז יענער איז אויך גוט פאר אייער קינד. נאר וואס דען, ווען מען פרעגט א פריוואטע מענטש קען ער דיר נאר ענטפערן אויף זיין פריוואטע עקספיריענס, אבער ווען איר פרעגט אן אנגענומענע ארגעניזאציע קענען זיי דיר ענטפערן אז צווישן די צוואנציג קליענטן וואס זיי האבן געשיקט צו יענער ספעציאליסט מיט פארשידנארטיגע פראבלעמען און פארשידנארטיגע מהות'ן האבן אכצן דערפון (הייסט ניינציג פראצענט) מצליח געווען. אדער קענען זיי זאגן אז אויף מילדע פראבלעמען איז דער מער מצליח און אויף שווערערע פראבלעמען איז די צווייטע מער מצליח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7217
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
ריליף קען אבער יא זאגן אויב יענער איז בדרך כלל גיט און צו כמעט אלע זיינע קלייענטס זענען צופרידן פון אים (זיי מאכן אסאך ריסירטש)
זה הכלל: דער גרעסטער דאקטאר קען נישט העלפן קיינעם נאר אויב ער האלט זיך אליין ביים העלפן און ער איז גרייט צו ארבעטן אויף זיך, און אסאך מאל איז דער דאקטאר יא גיט אבער דער מענטש האלט נישט ביים ארבעטן, און אסאך מאל דארף טאקע דער מענטש אן אנדערע מהלך וויאזוי צו ארבעטן, אבער ריליף האט אסאך עקספעריענס אין די פעלד אז מען זאל זיך קענען פארלאזן אויף זיי ווען זיי זאגן אז א מענטש טויג.