ישיבות וראשי ישיבות פאר די קריג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ישיבות וראשי ישיבות פאר די קריג
אז מיר רעדן דא איבער חסידים און חסידות פאר די קריג איז דאך נישט מער ווי רעכט צו ווידמען אן אשכול איבער ישיבות און ראשי ישיבה פאר די קריג, צו שמועסן איבער די גרינדונג פון די ישיבות בכל מקומות מושבותיהם פון אחב"י ווי אויך איבער אינדיווידיואלע פערזענליכקייטן בעולם הישיבות.
אסאך איז שוין געשריבען געווארן איבער דעם ענין, עס איז באקאנט די צוויי בענדער פון א. פוקס 'הישיבות
בהונגריה' ווי ער איז דורך אלע אונגארישע ישיבות בגדלותן ובחורבנן מיט אינפארמאציע פון די איינגעשטעלטע, מספר התלמידים אא"וו.
גאר אסאך רעקארדס איבער די ישיבות פון די צייטן פאר די קריג קומט פון די באקאנטע וואולטעטיגע
ארגענעזאציע אין אמעריקא בשם 'עזרת תורה' וואס אין איר שפיץ איז געשטאנען פאר א צייט הגאון ר' יוסף אלי' הענקין זצ"ל און אנדערע גדולים, דער ציל פונעם מוסד איז געווען ארויסצוהעלפן מיט געלט די אייראפעישע ישיבות, די ישיבות האבן געברויכט אריינשיקן א דו"ח פון די מספר התלמידים וכדו', וואס אזוי ארום איז די אינפארמאציע געבליבען פרעזערווירט לדורות עולם.
באדיבות ידידינו החשוב מרן מפארשלאפן, האט ער מיר צוגעפירט צו גאר א מערקווידיגער ירחון בשם הישיבה וועלכע איז יעצט עוועיליבל ביי היברו-בוקס.
דער ירחון איז ערשינען אין די יארען ארום תרפ"ט אין די שטאט סאטמאר, דורך די עורכים ר' משה יהודה פאללאק און ר' משה ליעבסטוק, דער ציל פונעם ירחון איז לויט ווי די מערכת שטעלט פאר אינעם ערשטן נאמבער "לגונן בעד הישיבות, ולעורר להטבת מצבם"
אינעם ירחון געפינען מיר גאר מערקווידיגע חומר איבער ישיבות און פערזענליכקייטן בימים ההם אין אייראפע, לייענט און האט הנאה.
דער שער בלאט פונעם ערשטן גליון

לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג יאנואר 27, 2009 9:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
כבוד ידידינו היקר הרב מיללער שליט"א
א געוואלדיגער אשכול אוויא די אנדער אייערע, כבר איתמחא גברי און איתמחא קמיע
אינטערעסאנט ציצילייגען איז, אז כידוע די ראשי ישיבות אינדערהיים זענען געווען זייער ציגעבינדער צי זייערע תלמידים, ווי מיר קענען נאך טרעפען תלמידים וואס זייער רבי איז אומגעקומען שוין באלד 70 יאר צירוק, און רעדער נאך פון זיי מיט אזא נאסטלאגיע, אז ס'קיקט אויס ווי ער האט אים נעכטן געזעהן
למשל, מיר האבען זיך לעצטענס געטראפען מיט א מאקאווא תלמיד (לכאורה ר' משה ממאקאווא זצ"ל) און גערעד פון זיין רבי די ראש ישיבה מיט אזא פרישקייט,
נ. ב. אויף די ירחון וואס די ברענגס, איז ער מעתיק דארט א בריוו פונעם חפץ חיים (שליט"א) זצ"ל, זייער אינטערעסאנט

טעמו וראו כי טוב השם
ר' יעקל,
איר דערמאנט די ישיבה אין מאקאווא, ר' משה פארהאנד זצ"ל בעמח"ס אהל משה איז געווען דער רב אין מאקאווא ביז צו די קריג, ער איז נפטר געווארן דארט אין מאקאווא אין די קריגס-צייטן בשנת תש"ד הארט פאר די דעפארטאציע פון די מאקאווער אידנטום, ער ליגט אין א אהל מיט זיין רביצין, אני הקטן האב שוין זוכה געווען דארט צו זיין ולשפוך שיח על ציונו הק' זי"ע.
אלע מאקאווא תלמידים רעדן פון אים מיט א נאסטאלאגיע א שטייגער ווי די תלמידים פון סעקלעהידער רב וכדו', די צוגעבינדנקייט און פאטערליכע ליבשאפט וואס ער פלעגט ארויסצווייזן פאר די תלמידים איז אין לשער.
אין קרית יואל איז דא א איד א ת"ח ומרביץ תורה הרה"ג ר' מאיר מאשקאוויטש שליט"א, ער איז א מאקאווער תלמיד און ער האט זוכה געווען אים משמש צו זיין פערזענליך, עס איז דא א מערקווידיגע מעשה איבער די מלחמה אין מאקאווא, כידוע זענען די דארטיגע אידן נישט אנגעקומען קיין אוישוויץ נאר געגאנגען מיט'ן טראנספארט קיין עסטרייך פון ווי זיי זענען שפעטער באפרייט געווארן.

מיללער האט געשריבן:עס איז דא א מערקווידיגע מעשה איבער די מלחמה אין מאקאווא, כידוע זענען די דארטיגע אידן נישט אנגעקומען קיין אוישוויץ נאר געגאנגען מיט'ן טראנספארט קיין עסטרייך פון ווי זיי זענען שפעטער באפרייט געווארן.
די מעשה גייט אז בעפאר ער איז נפטר געווארן האט ער געזאגט אז ער גייט ארויף מעורר רחמים זיין אויף זיין קהילה אז זיי זאלן ניצול ווערן פון דער דיישט, אין ווי די שרייבסט טאקע זענען די מאקעווער אידן נישט געפירט געווארן קיין אושוויץ.
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
מיללער האט געשריבן:ר' יעקל,
.. אני הקטן האב שוין זוכה געווען דארט צו זיין ולשפוך שיח על ציונו הק' זי"ע..
און אני הקטן האב זוכה געווען זיך צי טובל'ן אסאך לע"נ הרה"ק ר' משה בן ר' יוסף צבי זי"ע, וואס כידוע שרייבט ער אין זיין צוואה אז ווער עס וועט טוהן פאר זיין נשמה, וועט נישט שטארבען אן תשובה!!!
טעמו וראו כי טוב השם
די ערשטע ישיבה וואס ווערט דערמאנט בהירחון הנ"ל איז די ישיבה אין פרעשבורג בימי כהונת ר' עקיבא סופר ה'דעת סופר' אלס רב, עס איז אינטערעסאנט צו לייענען אז ביים פארלערנען שיעורים האט ר' עקיבא סופר אנגעטאן א 'קאלפיק' כמנהג אבותיו, עפ"י צוואת החת"ס.
די פרעשבורגער ישיבה האט זיך געציילט ביי אומגעפער 200 בחורים אין יענע צייט.
דער וואס באשרייבט די ישיבה דארט איז א בחור בשם 'עמרם ישי מיללער' (נישט פון מיין משפחה..) אויב איך האב נישט קיין טעות איז ער פון א רבנישע משפחה, נאכדעם איז דא עטליכע חד"ת פון תלמידי הישיבה.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

מיללער האט געשריבן:
גאר אסאך רעקארדס איבער די ישיבות פון די צייטן פאר די קריג קומט פון די באקאנטע וואולטעטיגע
ארגענעזאציע אין אמעריקא בשם 'עזרת תורה' וואס אין איר שפיץ איז געשטאנען פאר א צייט הגאון ר' יוסף אלי' הענקין זצ"ל און אנדערע גדולים, דער ציל פונעם מוסד איז געווען ארויסצוהעלפן מיט געלט די אייראפעישע ישיבות, די ישיבות האבן געברויכט אריינשיקן א דו"ח פון די מספר התלמידים וכדו', וואס אזוי ארום איז די אינפארמאציע געבליבען פרעזערווירט לדורות עולם.
דער ספר:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... m=1&hilite
שטייט איין ביי אונז אין אוצר, און האט אסאך אינפארמאציע בנושא זה.
מיללער, וואס איז די היסטאריע פון דעם מוסד פון ווען ביז ווען האט עס אפערירט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
מיללער האט געשריבן:..דער וואס באשרייבט די ישיבה דארט איז א בחור בשם 'עמרם ישי מיללער' (נישט פון מיין משפחה..) אויב איך האב נישט קיין טעות איז ער פון א רבנישע משפחה, ...
זאג נאר הער מילער, ביסטי נישט פון א רבישע משפחה, ביסט דאך משפחה מיט יארמער גאון ניין?
מיר האבען לעצטענס געזעהן א נאמען "יעקב דוב אביגדור מילער" האב איך געטראכט WOW דריי קיגלעך, און וועלטס בוויסטט, אין איין טאפ
קודם יעקל מילער פון יארמע, יעקב דוב מילער פון די קרעטשמע, און ר' אבידור מילער פון די שיעורים,
איז די דריי קיגלעך פון די זעלבע רעסעפי???
יעצט צום עצם נושא
מיר האבען זיך פאר צוויי יאר צירוק געטראפען און אונגארען מיט א אלטע גאלאנטער תלמיד, און אויך גערעד פון זיין רבי'ן און זיין ישיבה מיט עפעס אן אויסטערלישע בענקשאפט, איך מיין אז גאלאנטא איך אויך געווען א ישיבה א שם דבר אין דער אלטער היים
טעמו וראו כי טוב השם
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
מיר האבען געהערט פון ר' מרדכי ברעסלער ני"ו, אז די דעלאטינער רב זצ"ל (היינט נאכט די יארצייט) האט געהאט א ישיבה פאר דע קריג, לכתחילה נישט, אבער אזוי ווי עס איז געווען שווערע צייטן שוין, און מ'האט מורא געהאט צי פארען אוועק פון שטאט, ווי אויך זענען די עלטערן נישט געווען רואיג אז די בחורים זאלען אוועק פארען, ווייל ווער ווייסט מען מה יולד יום, און וויבאלד דעלאטין איז געווען א גרויסע חסידישע שטאט, איז מען זיך צאמגעקומען לערנען יעדען טאג ביים רב אין ביהמד"ר און די רב האט געדינט אלץ ר"מ און פארגעלערענט יעדען טאג, ער פארציילט אינטערעסאנטע עפיזאדן פון יענע צייט, ווי אויך זאגט ער אז זענען געווען דארט א היבשע צאל בחורים,
טעמו וראו כי טוב השם
אויף היברו-בוקס האב איך געטראפן דעם בוך מוסדות התורה באירופה בבנינם ובחורבנם וועלכע באשרייבט טייל פראמינענטע ישיבות פון פאר די קריג, לייענט און האט הנאה.
בייגעלייגט איז די רשימה פון די ישיבות וועלכע ווערן דארט באשריבען.
בייגעלייגט איז די רשימה פון די ישיבות וועלכע ווערן דארט באשריבען.
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
הרה"ג ר' משה וויינבערגער אב"ד ביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן אין ניו-יארק, האט געעפנט א ישיבה אין ניו-יארק בשם 'ישיבת אור החיים' בשנת תרנ"ה, בייגעלייגט איז א קאפי פון די ערשטע בלאט פון די שטאטוטען פון די ישיבה בשם תורה אור
לייענט דא פון הרב דר. יצחק לעווין מער איבער די היסטאריע פון די ישיבה.

די מירער ישיבה איז פאר א צייט אין די קריג געווען אין קאבא, יאפאן פארן וואנדערן קיין שאנכאי.
בייגעלייגט איז א בילד פון מירער תלמידים לערנעדיג אין קאבא, דער מיטלסטער (מיט די הוט און ברילען) איז הגאון ר' אברהם בלומענקראנץ זצ"ל וועלכער איז מיט ארען שפעטער געווען אנערקענט אלס איינע פון די שטערקסטע רבנים בתחום הכשרות.