אויהעלפאר די פטירה פון ישמח משה האט ער פארבעטין ביי די ראשי הק' אז זיי זאלען אויפנעמין אלס רב זיין זוהן ר' אלעזר ניסן ט"ב [דאן רב אין דרוהביטש], נאך זיין מאה ועשרים.
למעשה נאכן פטירה פינעם ישמח משה כ"ח תמוז תר"א לפ"ק, האט ר' אלעזר ניסן אפגעזאגט פון אננעמין דאס רבנות אין אויהעל, אנשטאט האט ער פארגעשלאגען זיין זוהן די ייט"ב, און אזוי ארום האבען זיי אויפגענומען די ייט"ב אלס רב.
אזוי ווערט ערווענט אינעם "כתב הרבנות" וואס די קהילה האט מגיש גיווען פארן ייט"ב:
הן צדיק כתמר יפרח נשא פרי בן נתן לנו כמוהו, תהי המשרה הזאת על שכמו, בהתאסף ראשי עדתנו, יחד יושבי עירנו, ותהי נחרצת מאתנו, לתת מקל רועה ב[י]די הרב הגאון המה"ג כקש"מ מ' אלעזר ניסן נ"י והוא ימלא תחת אביו הקדוש זצוק"ל, עקבותיהו בל תמחנה יהי הוא דורך מדריך רגליו, אכן נכזבה תוחלתנו, לא אוכל מלאות משאלותיכם המשרה היקרה עלי, אם יש את נפשכם הנדיבה יקרא שם בני עליהם, הנהו, והשיבהו לכסא הוראה, אות ניחומים ומופת ישע היו לנו דבריו הנעימים, חיש מהר כולנו פה אחד הסכמנו, כי כפלים לתושיה תאות לבו, זה כמה בחיים חיתו הודיענו רבנו הקדוש זצוק"ל (אלעזר בני יכהן תחתי) [די איינגערינגעלטע צום סוף איז פון ארגינעלע כתב].
אנדערש שרייבט ר' מענדיל פאנעט מדעעש [תלמיד הישמח משה, וואס ער איז דאן גיווען סמוך על שולחן חותנו אין אויהעל ר' ליבוש קרויס], אין א מכתב צו זיין ברודער, ווי ער שילדערט וואס איז פארגעקומען באחרית ימיו פון ישמח משה, בין הדברים שרייבט ער אז טרם הפט' האט דער ישמח משה פארבעטין אז מזאל אויפנעמין סטראפקובער רב דהיינו נכדו די ייט"ב, און טייל האבין נישט מסכים גיווען, וויטער שרייבט ער אז ביום הפטירה האבין טייל אירע אויפגענומען ר' אלעזר ניסן אלס רב שלא במוסכם אלע אנשי העיר.
הערשט נאך תשעה באב בשנת "בשר שלום על י"ד יקותיא"ל יהוד"ה" [תר"א] איז דער ייט"ב אנגעקומען קיין אויהעל מקבל זיין די רבנות בהסכמת כל בני העיר, און האט גע'דרש'נט די אנצוגס דרשה יענעם שבת נחמו.
ומעשה אבות סימן לבנים, אינטערסאנט איז אז ווען זיין זיידע דער ישמח משה איז אנגעקומען קיין אויהעל בשנת תקס"ח, האט ער אויך געדרשנט צום ערשטען מאהל בשבת נחמו.
קטעים ממכבת ר' מענדיל הנוגע לעניננו:
אז [=פאר די פט' פון יש"מ] קרא לבני קהלתו לקבל עליהם את נכדו הרב מסטראפקאף ולא היה במוסכם כולם
ובאותו היום [=ביים פט' פון יש"מ] נתקבל הרב דק' דראביטש, אבל לא היה במוסכם רק בהכרח, ואחר תשעה באב נתקבל במוסכם כולם להרב אבד"ק, הרב מסטראפקאף, אמנם יען וזה ל"ג שנים בשבת נחמו דרש רבינו הק' זצוק"ל הדרשה ראשונה פ"ק, וזה נכדו גם נתקבל בזמן הזה ודרש בחריפות ומגידות.
די סיבה פארוואס ס'איז גיווען התנגדות צום בקשה פון יש"מ אויפצונעמין נכדו הייט"ב, איז ווייל אין די שטאט אויהעל איז גיווען א שטארקע באוועגונג אקעגין חסידות, בשעתו פון יש"מ איז דער ראב"ד פינעם שטאט אויהעל ר' דוד הכהן פריעזענהויזען [כרעד נישט פון ר' ישראל זאב הלוי איש הורוויץ, וואס אלס מעשה שהיה האט אים דער יש"מ באטיטולט אלס ראב"ד, נאר כוונתי על ר' דוד הכהן הנ"ל וואס איז עמטליך גיווען די ראב"ד פון שטאט], וואס איז אנהויב גיווען א תומך גדול פארין יש"מ, ולימים איז ער נתהפך גיווארען אלס מנגד מופלא קעגין די יש"מ, אין זיין ספר מוסדות תבל [אגב האט דער ס' באקומען הסכמת הישמח משה], שרייבט ער "פקודי המחבר לבניו אחריו", ווי דארט שרייבט ער הארבע זאכען אקעגין איינע פון די ראשי החסידים אין מזעהט קלאר אז די ווערטער זיינען כלפי דער יש"מ.
דעריבער איז נישט פשוט גיווען אז אלע זאלען תיכף מסכים זיין אויפצונעמין די ייט"ב אלס רב.
און די "כתב הרבנות" וואס די ייט"ב האט באקומען פין די קהילה וואס איז ערשט אריין אין קראפט א' ראה תר"א [צוויי וואכען נאך די די איינצוגס דרשה] זעהט מען פארשידענע תנאים וואס די אנשי העיר האבין זיך אויסגענומען מיטן ייט"ב, אויסער די זאכען וואס זיי האבין זיך אויסגענומען מיט יעדע רב [ווי דאס גיהאלט אין פארשידענע אנדערע אנגעלעגענהייטען], וואס די אלע תנאים זענין דייקא געציהלט אנצוצוימען די חסידישע הנהגות.
מתוך "כתב הרבנות" הנוגע לענין:
ו) הפקד פקודה חדש חדשות כבסדר תפלתינו, בדברים שונים או הקהל אליו את העם אך ע"פ מנהיגם יוכל
ט) כבבית רבינו כחצר בית תפלתנו, סדר בלתי אשכנז לא יתפלל
1. הרב דארף בפני העמוד קיין מוסף דאווענען 2. אונטער קיינען פארוואנד קיין קמיע צו געבען הן בחנם והן במעות 3. ניעמאנדען קיין קוויטליך אויסצופאלגען 4. בתוך הדרשה קיינען ניכט מקלל צו זיין און מבזה צו זיין הן בכלל והן בפרט 5. ניכט לענגער צו דרשנן אלס איין אונד האלב שטונד.
א. "הקהל אליו את העם" – דהיינו התקבצות חסידים ווי פירען טיש וכדומה.
ב. "סדר בלתי אשכנז לא יתפלל – דהיינו נאר דאווענין נוסח אשכנז, לאפוקי נוסח ספרד וואס די חסידים האבען איינגעפירט עפ"י אר"י.
ג. "קיין מוסף דאווענין" – נישט יורד זיין לפני התיב צו תפילות מוסף.
ד. "קיין קמיע צו געבען" – נישט פארשפרעכין קיין קמיעות [נארישע מענשין, שטעלט אייך פאר כהיום איינער וואס שרייבט קמיעות וואס פועלט, וואלט מען געקומען מד' פינות העולם].
ה. "קיין קוויטלעך אויסצופאלגין" – נישט נעמין קיין קוויטלעך.
די לעצטע צוויי תנאים נישט מקלל זיין און נישט צו האלטען דרשות לענגיר ווי א שטונדע און א האלב, הגם סהאט נישט קעגין חסידות זעלבסט, מסתמא האט זיך עס גימאכט ביים יש"מ.
אינטערסאנט איז אז איין זאך האבין זיי דייקא פארגעשריבען כהנהנגת חסידים, דאס איז אז די עליה לתורה וואס גיהערט צום רב איז "שישי" [קען זיין די מנגדים האבין מסכים גיווען אזוי ארום איז זיי פארבליבען דעם "שלישי"...]
א נקודה וואס מדארף באטאנען איז, אז סרגיל בפי העולם [גם שמעתי זה מפי מהר"א] אז די אנשי העיר האבן נישט מסכים גיווען אז דער ייטב זאל אנפיהרען א ישיבה, וואס די מסורה איז בניגוד וואס עס שטייט מפורש אין די "כתב הרבנות":
א) יום יום נערי בני ישראל יבואו לשמוע תורה מפיו בלימודים
י) קיימנו עלינו לסעוד עשרה בחורי חמד (ארך) [מארץ] הגר, תורה יבקשו מפי מורנו
זונטאג נאך שבת נחמו האט זיך אנגעהויבען א געפעך, די אנשי העיר האבין געוואלט מבטל זיין די חסידישער מנין וואס דער ישמח משה האט איינגעפיהרט וואס איז גיווען קיים אין די חצר פון שוהל, דער ייט"ב האט זייער פארדראסען די ענין אין האט מחליט גיווען אפצולאזען צוליב דעם די גאנצע רבנות.
אבער די חסידים פון שטאט האבין מפציר גיווען אז אויב ער וועט פארלאזען די שטאט וועל די חסידים אונטערברעכין, אזוי אויך איז געקומען א באפעהל פון ר' הירשלי מרימנוב און פון סאנזער רב אז ער זאל נישט פארלאזען די שטאט, וכך הוה און ער איז נעתר לבקשתם און פארבליבען אין אויהעל.
והא לך מתוך מכתב ר' מענדל הנ"ל הנוגע לענין:
אמנם להיות כי רבים המתפרצים ורצו לבטל את המנין חסידים מהחצר ביהכנ"ס שלא יתפלל הרב עם החסידים רק בביהכ"נ, אז אמר הרב נ"י ביום א' שבאופן זה אינו רוצה בשום אופן להיות רב פ"ק לבטל את אשר יסד זקינו זצוק"ל, ואחרי שכל הקהילה גם החסידים הפצירו בו כי אם הוא לא יהיה רב כאן מי יבוא אחר המלך אשר צוה רבינו הק' זצוק"ל ליקח מפרי בטנו, ותהיה העיר כצאן בלי רועה וגם כתב לרימונאב [דהיינו ר' הירשלי, ווי דער ייט"ב איז גיווען רגיל דארטען], וגם הרב דסאנץ הפציר בו מטעם הנ"ל, אז קיבל עליו הרבנות, ומנין החסידים הוא בחצר השניה.
ועתה נסע הרב לביתו, והנה קול רעש מהפוחזים והמוסרים שמסרו לפני הקאמידט על ה' ועל משיחו, השי"ת יהיה בעזרינו ויתמו חטאים מן הארץ, ןכל האפיקורסים והמוסרים כרגע יאבדו, ויעשה עמנו ניסים לטובה וישלח לנו גואל צדק בב"א.
אין די כתב הרבנות ווערט אויסגענומען אז די רבנות איז אויף 6 יאהר.
למעשה איז דער ייט"ב אריבער אין די תקופה געציפטע צרות פון די מנגדים [בפרט ווייל ער האט זיך למעשה מתנהג בחסידות גיווען כאוות נפשו הטהור], און צוליב א מלשינות האט ער געמוזט פארלאזען די שטאט אויהעל [תהלה למשה], ווייל די מוסרים האבען אויסגעזאגט פאר די רעגירונג אז ער האט נישט די אונגארישער בירגערשאפט [מפי מהר"א, דער ייט"ב איז גיווען א גאליציאנער געבוירענער און האט גערעדט מיט א רי"ש] און אזוי ארום האט מען אים פארטריבען פון שטאט ערב ר"ה [דוד שן, בס' שוחרי השם בהרי הקארפטים].
וועלכער יאהר פונקט ער איז ארויס פון אויהעל איז אזוי:
בשנת תר"ה חתמ'עט זיך נאך דער ייט"ב "חופ"ק אויהעל" [תורת הקנאות מחברת שניה אין כאן מקום להאריך].
דורשי רשימות ווייסען אנצודייטען אויף ערב ר"ה תר"ז.
אויף דעם דאטום איז דא שטארקע סמוכין ווייל ווי געשריבען אויבען איז די גאינצע רבנות גיווען אויף ביז זעקס יאהר איז דעריבער האבען די מוסרים זיך ערלויבט און געטראפען די געלעגענהייט "מיט רעכט" אים צופארטרייבען, אבער למעשה ווען ממאכט די חשבון איז פון סוף שנת תר"א ביז ערב ר"ה תר"ז איז דא בס"ה פינעף יאהר, אפשר קען זיין די כוונה, אז ערב ר"ה איז נאך גיווען פון שנת תר"ז, און ר"ה איז דער נייער יאהר פון תר"ח [אבער דאס איז שוין א פשעטיל אין די כוונה פינעם חוקר והרוצה לחלוק על איך נישט זיין ברוגז, ווייל איך בין אויך נישט אזוי העפי מיט דעם].
אזויפיהל איז זיכער אז כ"ט סיון תר"ז איז דער ייט"ב נאך גיווען אין אויהעל, ווי עס ווערט אראפגעברענגט פינעם פנקס הקהילה אין אויהעל אז june 13 1847 האט דער ייט"ב געשריבען א מכתב פאר די קהילה [היות די מכתב איז אין אונגאריש שרייב איך לויט ווי א אונגערישער האט מיך מפענח גיווען] אין די תוכן הדברים איז אז ער שרייבט פאר די קהילהאז ער האט באקומען פון קופת הקהל וואס עס קומט אים, ומהיום והלאה האט ער נישט קיין טענות ומענות.
כהעל מעתיק זיין די מכתב כמות שהוא אויף אונגאריש אולי וועט איינער קענין מפענח זיין כראוי אזוי ארום וועט אפשר נתחדש ווערין עפעס:
Alabb irt ezennel bizonyitom, hogy mai alolirtt napon a hellybeli Eloljarosag a nekem illeto hetekenti fizetesement rabinusi szerzodesem meg szunesig ugy szinte a Jegyzo Konyv 501 ik szam alatti az egesz kozongsegtol risolvaltatott 500 pengo ftot keszpenzben lefizetven, ennek kovetkezteben matol fogva a kozonseg ellen semmi fele kigondolhato praetensiot nem formalhatok, Kolt S. a. Ujhely Junius 13-an 1847 Teitelbaum Salamon
ווען דער ייט"ב איז פארטריבען גיווארען פון אויהעל איז ער אריבער צו זיין פעטער דער ארי' דבי עילאי קיין בריגעל, וואס האט דארט געוויילט צוליב רדיפות אין זיין רבנות שטאט ווישניצא, ווען דער ייט"ב איז אהינגעקומען האט ער זיך אויסגירעדט זיין הארץ אויף אלעס וואס ער איז אריבער, ווען ער ענדיגט שילדערין זיין געשיכטע זעהט ער ווי זיין פעטיר גאר שמייכעלט, אויפען וואונדער פון ייטב לב האט אים זיין פעטער ערקלערט "ווען פרייט זיך איינער וואס איז בצער, ווען ער געפונט אן אח לצרה".
[אזוי ווערט געבריינגט אין "מפיהם ומפי כתבם" מערכת יש"מ אות מ"ד, בשם ר' שמואל אבערלענדיר ששמעו מפי הרב מסאטמיר, ווען דער סאטמיר רב האט פארענדיגט דעם סיפור האט ער געזאגט אז תמיד פלעגט די ייט"ב זיך בענקען נאך אויהעל, ווי ער האט גיהאלטין אז דאס אוועקגיין פון דארט האט געשטערט פון זיינע מדריגות, בפשטות צוליב וואס זיין זיידע האט דארט געוואונט ווי מגעפונט ביי אנדערע צדיקים די ענין, די יש"מ צום ר"ר שמעלקי אין שינאווא, סאנזער רב אין קאלוב ועוד הרבה]