ר' יו"ט עהרליך: אידיש נחת #19 -יציאת מצרים חלק א'-

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

ר' יו"ט עהרליך: אידיש נחת #19 -יציאת מצרים חלק א'-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך האב שוין געוואלט באמת אינמיטן די וואך ארויפלייגן די טעיפ פון יציאת מצרים וואס שמועסט אויס די יעצטיגע סדרות פון גלות ויציאת מצרים און די עשר מכות, וואס איז היבש אינטערעסאנט און באלערנד, און אראפגעלייגט מיט זאפט און הומאר, נאר די צייט האט מיר נישט ערלויבט, אבער איך האב אפגעמאכט אז איך מוז נאך ארויפלייגן כאטש חלק א' נאך פאר שבת,

איך וויל נאר בעטן קיינער זאל נישט אריינהאקן ביז נאך וואס איך ענדיג ארויפלייגן די גאנצע ערשטע חלק, (די צווייטע חלק האף איף בל"נ ארויפצולייגן קומענדיגע וואך אי"ה אין א באזונדערע אשכול).

---

טעיפ
יציאת מצרים
חלק א'


אין דעם טעיפ שמועסט ר' יום טוב ז"ל ארום פון די ניסים פון מצרים פון די עשר מכות (אויף דעם ערשטן חלק איז די ערשטע זעקס מכות ביז נאך די מכה פון שחין), און די אמונה וואס וואס אידען האבן דוכדעם באקומען, אויך לייגט ער אראפ וויאזוי די חרטומי מצרים האבן אוועקגעמאכט יעדע מכה אז עס קומט פון נאטור כדי פרעה זאל נישט ארויסלאזן די אידן, ביז ווילאנג ער באקומט נישט אלע צעהן מכות

ביי די העתקות איז דא א פארקערטע כלל אז אינו דומה ראיה לשמיעה, דהיינו ווען מען הערט עס אויפן טעיפ איז עס אסאך געשאמקער ווי ווען מען ליינט עס סתם די טעקסט, אבער מען קען הנאה האבן אזוי אויך.

נ.ב. אזוי ווי ביי יעדע מכה איז דא עטליכע פארגראפן וואס ער זינגט מיט א ניגון ממילא אלעס וואס איז מיט א ניגון וועל איך מאכן באלד
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות

גוט יום טוב! גוט יום טוב! גוט יום טוב!
ווי שיין און געשמאק זענען די ימים טובים ביי אידן, ווי גליקליך מען איז און צופרידן
בפרט דער יום טוב פסח וואס דערמאנט אונז אין דעם
אז אידן זענען אויסגעלייזט געווארן פון מצרי'שן קלעם
און אין דעם טאג וועלן אידן אויך אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות אם ירצה השם
ותתן לנו מועדים לשמחה חגים וזמנים לששון את יום חג המצות הזה זמן חירותינו מקרא קודש זכר ליציאת מצרים
און ניט נאר פסח נאר אויך יעדן יום טוב שבת און אינדערוואכען
אין דאווענען, אין קריאת שמע ליינען, תפילין לייגען, ביי ציצית און מזוזות ביי יעדע מצוה פיהל מאהל א טאג ווערט דערמאנט דער ענין פון יציאת מצרים
פופציג מאהל ווערט עס דערמאנט אין דער הייליגער תורה
און עס האט אונז אנגעזאגט דער הייליגער בורא
און האט אונז א חיוב געגעבן
מיר זאלן געדענקן און דערמאנען יציאת מצרים און אלע טעג אין ערד פון אונזער לעבן
און ניט נאר גרויסע דארפן עס האלטן שטענדיג אין זכרון, נאר אפילו קינדער פון גאר אינגע יארן
דארפן פרעגן וועגן דעם און אן ענטפער הערן, און שטענדיג עס געדענקן און פון דעם קלערן

טאטע לעבן איך וויל דיך פיר קשיות פרעגן
מה נשתנה, פארוואס איז פארענדערט
הלילה הזה, די נאכט פון פסח
מכל הלילות, פון אלע נעכט פון א גאנץ יאהר
די ערשטע קשיא איז
שבכל הלילות, אלע נעכט פון אגאנץ יאהר
אנו אוכלין חמץ ומצה, אז מיר ווילן עסן מיר חמץ און אז מיר ווילן עסן מיר מצה
הלילה הזה, די נאכט פון פסח, כולו מצה, עסן מיר נאר מצה
דער תירוץ איז קנעכט זענען מיר געווען ביי פרעה'ן אין מצרים
און דער באשעפער האט אונז אויסגעלייזט פון דארט
מיט א שטארקע האנט און גרויסע וואונדער
וועלן מיר אויך פרעגן א קשיא אצינדער, ווי די קליינע קינדער
וואספארא גרויסע זאכן זיינען געשעהן ביים ארויסגיין פון מצרים וואס מיר דארפן עס שטענדיג געדענקן און ריידן וועגן דעם
אזוי ווי מיר דארפן געדענקן שטענדיג פון מציאת השם
אונזער רעקארד וואס מיר הערן אצינד וועט אונז געבן אן ענטפער אויף דעם

---


ניגון א'
ביין סנה


אין לאנד דארט פון די פעראמידען
מיט טויזנטער יארן צוריק
געוואוינט האט דער פאלק פון די אידן
אין שלום, אין נחת, און גליק

פון הייליגע ליכטיגע שטאמען
נאך יעקב אבינו געזעהן
מיט איהם נאך געקומען צוזאמען
ווען יוסף איז קעניג געווען

די צייט איז אוועק, און ביטערע טעג
עס זיינען געקומען מיט שרעק
מען האט זיי פארקנעכט, באהאנדלט זיי שלעכט
געמאטערט זיי טעג ווי די נעכט

דער לעבן איז געוועזן זייער ביטער
די ארבייט אויפן פעלד געווען איז שווער
פרעה האט באפוילען זיינע היטער
די אידן זאלן ארבייטן וואס מער

די אידן האבן נישט געהאט קיין גלויבן
קיינער האט זיי ניט דערציילט דעם סוד
אז ס'איז דא א גרויסער ג-ט פון אויבן
און ער האט ליב דעם איד און איז זיין ג-ט

כהנים, און לויים, מיט די זקנים
זיי אליין געוואוסט האבן פון דעם
זיי פלעגן זיך צונויף קלויבן אינאיינעם
און רעדן פון די גרויסקייט פון השם

מליאנען אידן געווען זענען געפאנגען
געגלויבט נאר אין דער מצרי'שער קולטור
אין נילוס, און אין שעפסן, און אין שלאנגען
און אין אלע כוחות פון נאטור

מען האט זיי ניט געלאזט צוזאמענקומען
און הערן פון די זקנים עפעס וואס
און פרעה'ן האבן אלע אנגענומען
אז ער איז פון אלץ דער בעל הבית

און ווייט איבער וועגן מיט שלאנגען
מדבריות גאר אן א סוף
איז משה רבינו געגאנגען
צו ברענגען אהיים זיינע שאף

און איינמאל ביי איהם האט געטראפן
א שעפס איז אין מדבר אוועק
איז משה רבינו געלאפן
צוריק ברענגען איהר אויפן וועג

ער זעהט פלוצלינג איין, א ליכטיגער שיין
א דארן עס שטייט און עס ברענט
ער גייט צו צי זעהן, וואס איז געשעהן
ער ברענט און ער ווערט נישט פארברענט

פלוצלינג, הערט ער איין עס רעדט דער דארן
משה, משה, הערט ער מיטאמאל
משה איז דערשראקן גלייך געווארן
ער הערט אז פון דעם דארן רעדט דער קול

טוה אויס די שיך מען גייט דיר זאגן סודות
ווייל הייליג איז דער ארט דא וואו דו שטייסט
דאס רעדט דער ג-ט פון דיינע גרויסע זיידעס
אברהם יצחק יעקב ווי דו ווייסט

גיי צום קעניג פרעה אין מצרים
און זאג איהם אלעס דאס וואס איך זאג דיר
אלע אידן זאל ער באלד באפרייען
זיי דארפן גיין אין מדבר דינען מיר

און פרעה וועט זיך כעס'ן און זיך בלאזן
גרויסע וואונדער וועלן דאן געשעהן
און ער וועט דעם איד ניט ארויסלאזן
ביז ער וועט דאך קריגן מכות צעהן

און ג-ט האט איהם באוויזן אלע וועגן
ווי צו ווייזן וואונדער דורכאנאנד
ווי אזוי א שלאנג, ווערט פון א שטעקן
און ווי פלוצלינג קרעציג ווערט די האנט

און משה אין מצרים איז געקומען
צו די זקנים איז ער גלייך אוועק
און אלע וואונדער ווייזן זיי גענומען
געזאגט אז צו דעם גלות איז א עק
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

א גרויסער יום טוב איז געווען יענעם טאג אין מצרים
מען האט געקרוינט א קעניג א פרעה'ן א נייעם
פון אלע לענדער זענען די קעניגען געקומען און מתנות געבראכט
אין אלע גאסן האבן די מצרים פארבראכט
געטאנצן געשפילט און סעודות געמאכט, און די אידן וועלכע זענען געווען פארשמאכט
און געארבעט טאג און נאכט, האבן זיך אויך געמוזט פרייען מיט די נייע מאכט
און דער נייער פרעה האט געבראכט פאר זיין פאלק א נייע תורה א נייע קולטור
אז אלץ אויף דער וועלט קומט פון דער נאטור
עס איז נישטא קיין שום אנדער קראפט
נאר כוחי ועוצם ידי דער מענטש אליין זיינע הענט מיט זיין וויסנשאפט
און ער פרעה איז דער גרעסטער כח פון נאטור דער גרעסטער העלד
איז ער ממילא דער הערשער פון דער וועלט
און דער טייך נילוס וועלכער שפייזט גאנץ מצרים איז צוליב דעם
דער צווייטער הערשער נאך איהם
און אט אט די קולטור האט אריינגעפירט שפאן נאך שפאן
אין פופציג'סטן טויער פון טומאה רחמנא ליצלן
וואס דארט ווערט קיין שום אנדער כח נישט דערקענט, נאר דער כח פון די אייגענע הענט
און די אידן וועלכע זענען געווען אזוי געפייניגט און געפלאגט
האבן קיין שום אייגענעם שכל נישט פארמאגט
נאר וואס דער מצרי'שער אויפזעהער האט זיי געזאגט
זיי האבן אויך גענומען גיין אויפן שרעקליכן ארט
און מען האט בעדארפט זיי וואס שנעלער באפרייען פון דארט
מען האט געדארפט זייער קאפ צוטרייסלען לעבעדיג מאכן זייער פארשטאנד
זיי זאלן זעהן אז די גאנצע וועלט ווערט געפירט פון איין האנט
און דערפאר האט מען זיי געדארפט ווייזן וואונדער דורכאנאנד
זיי זאלן זעהן אז איין פירער איז דא וואס פירט און היט
און די מצרים וועט ער שלאגן און די אידן ניט
ווייל אידן זענען זיינע קינדער און זיינע געטרייע קנעכט
און די מצרים האבן די זעלבע ווערט, ווי די אייזלען מיט פערד
און די אידן זאלן אויך דערהערן און דערזעהן, און דאס האבן אויפגעטוהן די מכות די צעהן
און משה מיט אהרן זענען פאר פרעה געקומען, און גלייך צו דער ארבעט זיך גענומען

---

ניגון ב'
משה קומט צו פרעה


זיצט דער נייער קעניג פרעה אויף זיין הויכן טראן
און ארום איהם די חכמים זיצן אויבן אן
די קעניגען פון אלע לענדער זיצען ביי דער זייט
און די דיימאנדס פון די קרוינען לויכטן זייער ווייט

זיין פאלאץ האט פיהר הונדערט טיהרען, ביי יעדן טיר עס שטייט
אלע מינים חיות ***, געבונדען אויף א קייט
ביים ערשטן טיר צוויי גרויסע לייבן, ציינער ווי א זעג
ווער עס קומט אן אן ערלויבן, חלש'ט גלייך אוועק

ווען משה מיט אהרן זיי זענען אריינגעקומען
האבן זיך די לייבן אויף זיי אנקוקן גענומען
און די קייטן צוריסן, די שלעסער געביסן
דיי אייזנס צובויגן, און פאר משה מיט אהרן'ן זיך אויסגעצויגן
געקניהט פאר זיי מיט ליבליכע אויגן
און ווען אלע חיות פון אלע טירען האבן דערהערט זייער געשריי, האבן זיי אויך געטוהן אזוי
זיך אפגעריסן פון טירען, און געקומען משה מיט אהרן'ן צום קעניג פירען

א טומל איז געווארן אין דעם פאלאץ א געשריי
מען זעהט עס קומען אן צוויי זקנים מיט אזא ארמיי
די קעניגען כאפן די קרוינען טוען אויס פון קאפ
און זיי קניען ביז דער ערד אראפ


----------


און פרעה מיט אלע מלכים זיצן דערשראקן עס קלאפן די ציינער ביי יעדן
און משה מיט אהרן'ן פאנגען אן רעדן
דער גאט פון די אידן האט געהייסן גלייך, ארויסלאזן אלע אידן פון דיין קעניגרייך
זיי דארפן גיין קרבנות ברענגען דא ניט ווייט
זיי וועלן דארט לאנג נישט פארברענגען און קומען פונקט אין צייט
איך ווייס נישט פון קיין אידישן גאט זאגט פרעה איך האב נישט פון איהם קיין פארטרעטער
אפשר האט איר פון איהם א לעטטער, ער הייסט ברענגען דעם בוך פון די געטטער
דארט שטייט גענוי און קלאר, יעדער גאט און זיין אדרעסס די הויז און די פלאר
פון אנדערע גיט מען אפילו אן, דעם נאמבער טעלעפאן
אלץ קען מען זעהן דערינען, דעם אידישן גאט קען מען נישט געפינען
זאגט משה צו פרעה'ן דו זוכסט אין רוסלאנד זוכסט אין פוילן, זוכסט נישט אין די ריכטיגע טיילן
איך וועל דיר א משל פון מדרש דערציילן
געווען אמאל א איד א כהן איז ער איינמאל עפעס קויפן ארויס, געלאזט א קליין קינד אין הויז
דאס קינד זעהט זיין טאטע איז נישט געקומען, איז ער ארויס פון הויז און איהם זוכען גענומען
אנטקעגן איז פונקט א בית הקברות געווען, איז ער אריין אויך דארטן זעהן
גייט א באקאנטער אדורך און זעהט דאס קינד זוכט פרעגט ער איהם וואס זוכסטו דערינען
ענטפערט דאס קינד איך וויל דא מיין טאטען געפינען
זאגט דער מענטש האסט א נארישן שכל מיט קרומע השערות
דיין טאטע איז דאך א כהן און ווי קומט א כהן אויפן בית הקברות
היינט פרעג איך דיך פעטער, ווי קומט אונזער לעבעדיגער גאט צווישן אייערע טויטע געטטער
רעב פרעה, איר האט נישט די ריכטיגע ווארע, אייעם סאררע
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון ג'
דער שטעקן


נעמט פרעה זיך צו כעס'ן, און ער ווארפט די קאפ
משה און אהרן מאכן שפאסן, לאכן פון מיר אפ
ווייזט מיר עפעס וואס א וואונדער, א מופת צי א אות
אלע זאלן זעהן אצינדער, אז אייער גאט איז גרויס

ווי אהרן האט עס דערהערט, האט ער געווארפן זיין שטעקן אויף דער ערד
און עס איז געווארן פון איהם א שלאנג, ברייט און לאנג

פרעה האט דערזעהן דעם וואונדער, און ער לאכט זיך אויס
אזעלכע זאכן קענען מאכן אלע קליין און גרויס
ער הייסט גלייך ברענגען קליינע קינדער, פינף און זעקס יאהר
יעדער ווייזט דעם וואונדער, אלע זעהען קלאר


----------


און עס איז געווארן א פוהלע פאלאץ מיט שלאנגען
איז אהרן געגאנגען
אנגעכאפט דעם שלאנג פארן עק אן
עס איז געווארן צוריק א שטעקן
און דער שטעקן האט זיך מיטאמאל אויסגעריסן פון אהרן'ס האנט
און איבערן פאלאץ אוועקגעשפאנט
שטייענדיג אויף איין עק, איז ער אוועק
אזוי ווי א מענטש הויך און שלאנק
און איז אינמיטן גאנג צוגעגאנגען צו יעדן שלאנג
זיך איינגעבויגן גיך
און איינגעשלינגען דעם שלאנג אין זיך
און צו א צוויטן שלאנג צוגעגאנגען
איינגעשלינגען און ווייטער געגאנגען
און אזוי האט ער איינגעשלינגען אלע שלאנגען
און רוהיג צוריק אוועק געשפאנט
און אריין צו אהרן'ן אין האנט
ווי גארנישט געשעהן
דער זעלבער דארער שטעקן וואס איז געווען
אלע וועלכע האבן עס געזעהן
זענען געזעצן מיט אפענע אויגן מיט אן אפענע מויל
פרעה אליין איז געזעצן שווארץ ווי קויל
ער האט זיך שטארק געשראקן אז דער משונה'דיגער לאנגער הער
זאל ניט צוקומען צו איהם און איינשלינגען איהם מיט זיין בכבוד'יגן קעניגליכן טשעיר
אבער ווי דער שטעקן איז אריין צו אהרן'ן אין האנט
האט משה מיט אהרן רוהיג פון פאלאץ ארויס געשפאנט
און פרעה האט גענומען שרייען, מיר נארט מען נישט אפ
זיי מייט זייער גאט דעם נייעם ווילן מיר פארדרייען א קאפ
צו מיר קומען פארטרעטער
פון אלע לענדער פון אלע געטטער
איינער רעדט שענער און בעסער פון צווייטן
און דער משה קען דאך אפילו גוט ניט ריידן
אויב זיין גאט איז טאקע אזוי שטארק און גרויס
פארוואס היילט ער איהם נישט אויס
און פרעה האט נישט געוואוסט, דער נאר
אז דער באשעפער האט געמאכט משה פאר א כבד פה טאקע דערפאר
פרעה זאל טאקע די פראגע פרעגן
און זיך פאר משה ניט שרעקן
און זיך כעס'ן און זיך בלאזן
און די אידן נישט וועלן ארויסלאזן
מען זאל איהם קענען טאקע
מכבד זיין מיט דער ערשטע מכה

-----


יעמוד! יעמוד! העלאו!
א באריכט איז דא, פון די לעצטע שעה
שרייט דער ספיקער איבער אלע גאסן, צו אלע מאסן
אין נאמען פון דער מצרי'שער ציוויליזעישאן, און די יונייטעד נעישאן
פון יעדער ארגאניזעישאן, און קארפארעישאן
פון יעדע פעדערעישאן, קאנגרעגעישאן
מען זאל ניט האבן קיין אגרעוועישאן, פון די צוויי אידן אהרן און משה'ן
די פירע פון גושן, וואס ווילן מאכן א אידן אימיגרעישאן
מצרים שטייט אויף א פעסטן פאנדעישאן
מיט אונזער מאדערנער ציוויליזעישאן, און קולטור
וואס לערנט אונז אז אלעס איז פון דער נאטור
זיי האבן אפשר א מאכט אויף די שלאנגען אויף כישוף מיט נישט גוטע
אבער אנטקעגן אונזער גאט פון טייך נילוס זענען זיי נישט ווערט קיין פרוטה
מארגן דארף מען אלע אידן צו דער ארבעט טרייבן
און די שטרוי דארפן זיי אלין צונויף קלייבן
און נעכטיגן אויפן פעלד
אין נאמען פון פרעה דער פירער פון דער וועלט
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון ד'
דם


שטייען אידן ביי דער ארבעט און מען ארבעט שווער
און די מצרים מיט די שטעקנס קלאפן הין און הער
און די היץ איז שרעקליך ביטער קיינער האלט נישט אויס
און זיי לויפן צו דעם וואסער אלע קליין און גרויס

די וואסער איז אינגאנצן רויט מען ווייסט נישט וואס מען טוט
מען נעמט עס צו דעם מויל צו טרינקען זעהט מען עס איז בלוט
מענטשן פאלען אין חלשות קינדער וויינען הויך
פלוצלינג זעהט מען ווי די אידן קומען טרינקען אויך

הא! וואס איז געשעהן, אלע טוען זעהן
דער איד טרינקט די וואסער ווי גארנישט געשעהן
ביים אידן אין האנט איז עס וואסער פריש און גוט
ווען דער מצרי נעמט עס אין האנט ווערט פון דעם בלוט


ביז מען האט פארשטאנען, אז איין עצה איז פארהאנען
די מצרים קענען טרינקען וואסער נאר מיט איין אופן
אז זיי זאלן די וואסער ביי די אידן קויפן
און באצאלען

שנעלער שנעלער גיכער גיכער אידן קומט אהער
איר וועט מער נישט ארבעטן ניטא קיין ארבעט מער
פון היינט אן וועט איר דארפן שעפן וואסער פון דעם טייך
מיר וועלן קויפן און באצאלען גלייך


----------


אידן האבן געכאפט א שאס א טרייסל א שאק, עפעס האט אין מח געגעבן א קנאק
אין איין מינוט, זאל ווערן אזוי גוט
יעדער שטייט און טראכט, ווער האט עס אזא נס געמאכט
אבער מען קען נישט טראכטן דער מצרי ווארט
און אידן האבן זיך גלייך גענומען צו דער מלאכה
אוועקגעשטעלט גרויסע פעסער אנגעפילט מיט וואסער כהלכה
דער איד האט די וואסער געטיילט
די קינדער האבן גענומען די געלט, און די אידן האבן געציילט
און וואסער איז געווארן טייער, עס ברענט ווי א פייער
די סטאקס האבן זיך געהויבן, נישט צום גלויבן
אלע קויפן, און די בראקערס שטייען און ??? די הויפן
פרעה אליין איז אויך צום טייך צוגעקומען, געקויפט ביי א אידן וואסער און באצאלט אין מזומן
ער האט זיך אבער שטארק געבלאזן, ווייל מען האט זיך איהם אפילו דינגען ניט געלאזן
ער האט שוין געוואלט די אידן גלייך פון מצרים ארויסלאזן
אבער עס איז אנגעקומען א ידיעה די מינוט
אז זיינע חכמים האבן געקריגן וואסער און אויך געמאכט פאר בלוט
און פרעה האט גלייך באשלאסן, די אידן נישט ארויסלאזן

און דאס איז געמאכט געווארן טאקע
מען זאל איהם קענען מכבד זיין מיט דער צווייטע מכה

--------


יעמוד! א ריזיגער פויק מיט א ריזיגען ספיקער עס גייט איבער מצרים
גיט איבער דעם *** באריכט דעם נייעם
אין נאמען פון דער מצרי'שער קולטור, וואס לערנט אז אלץ קומט פון דער נאטור
אפילו די כישוף וואס מצרים קאנען פון דעם אסאך
איז אויך אויגן פארבלענדעניש א נאטורליכע זאך
און אט די נאטור פארשער ווייסן שוין גוט, די סיבה וואס די וואסער איז געווארן בלוט
דאס איז די לעצטע נייעס, אין די וואסערן איז א גויסע צווישן די פיש מיט די חיות
עפעס האט דעם קראקאדיל פארדראסן, אויפן לויתן, האט מען איינער דעם צווייטן געשאסן
און אזויפיהל בלוט פארגאסן, אז עס האט דעם גאנצן טייך פארפלאסן
דאס קען פאסירן, פרעה וועט מארגן פרובירן, אינטערווענירן
ער וועט אריין אין טייך, און מאכן שלום גלייך
נישטא קיין זארגן, אלע אידן גייען צו דער ארבעט מארגן

אבער צווישן זיך האבן זיך די מצרי'שע חכמים גע'סוד'סט שטיל
זעהט אויס אז משה'ס גאט קען טאן מיטן טייך וואס ער וויל
יע אויפן טייך האט ער טאקע א דיעה
אבער נישט אויף די באשעפענישן פון טייך נישט אויפן קראקאדיל און אויפן צפרדע
אבער דעם סוד האבן שוין געוואוסט די גאנצע שטאט
אז דער מצרי'שער טייך נילוס איז שוואכער פון דעם אידישן גאט
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון ה'
צפרדע


דער ספיקער האט געוואלט נאך עפעס זאגן זייער וואויל
נאר עפעס האט א קאלטע זאך אריין צו איהם אין מויל
און האט זיך גענומען גליטשן און אריין אין בויך
און פון דארטן אנגעפאנגען עפעס זינגען הויך

ער קוקט דערשראקן און אנטקעגן זעהט ער איינס דארט אויך
ווי א קרעפל טשוקט א קעפל מיט א ווייסן בויך
און ארום פון אלע זייטען זייער פיהל ביז גאר
און זיי שפרינגען און זיי זינגען אלע אין א כאר

ער גיט א קראץ די פיאה, לויט זיין דיעה
זעהט עס אויס ווי א פראש א צפרדע


--------


ער טאנצט ארויס אינדערויסן, אונטערן קאפ זעהט ער אן עק פון א קראקאדיל א גרויסן
און מענטשן טוען זיך שטויסן, מען וויל אנטלויפן פון דעם *** גרויסן
און ארום איהם צפרדעים מיליאנען, קריכן וואו זיי קאנען
פייערלעשער פאליציי, זיי קענען גארנישט טוהן צו אזא ארמיי
אלע האבן געזעהן, אז מען גיט א קלאפ איינע ווערט פון דעם צען
און אלע זעהען עס אויך גרויס און קליין, אז ווי א איד קומט צו גיין
אנטלויפן די צפרדעים מיט שרעק, אזויווי די קארס ווען די פייערלעשער קומען אויפן וועג

ווידער האבן אידן געקריגן א טרייסל א שאק, עס איז שרעקליך אבער ס'איז געשמאק
ווי די צפרדעים האבן באפאלען די מצרי'שע פאליציי, וואס האבן אזוי וויי געטוהן די אידן זיי
און אידן האבן נישט געוואוסט פון וואנען איז עס געקומען,
ווער האט עס פאר די אידן נקמה גענומען
נאר פלוצלינג איז עפעס געשעהן, און דער איד האט עפעס דערזעהן
די צפרדעים זענען געקראכן אומעטום און אויך אין אויוון אריין
ווען דער פייער האט דארט געברענט, זיי האבן געפילט אז עס ברענט, און אנטלויפן געקענט
אבער זיי זענען געבליבן אין פייער ביז זיי זענען געווארן פארברענט
און די זעלבע צפרדעים וואס האבן פארן פייער נישט געהאט קיין שרעק
זענען דאך אנטלאפן מיט פחד ווייט אוועק
ווען א איד איז געקומען זיי אין וועג
איז עס א נאטורליכע דערהער? א באשעפעניש א שוואכע זאל זיך שרעקן מער
פאר א אידן מיט פוסטע הענט, ווי פאר פייער וואס פארברענט
און ווער האט עס געגעבן דער צפרדע שכל אז זי האט דערקענט
ווער עס איז א איד, און ווער ניט
און דערפאר הייסט זי צפרדע, ווייל דער פשט פון דעם איז פון מארגן (צפר) דֵיעה
ווייל זי האט געגעבן די ערשטע דעם אידן די ערשטע דיעה און פארשטאנד
אז עס איז דא א איין כח איין האנט, וואס פירט אן מיט אלעס ביינאנד
און ווער האט עס געגעבן דעם וואסער די פארשטאנד
ער זאל ווערן בלוט ביי דעם מצרי אין האנט
און ווען ער האט באצאלט גוט, איז עס געווארן צוריק וואסער פון בלוט

און די אידן האבן מער נישט גערוהט
זיי זענען געלאפן צו די זקנים פון דור, און דארט איז זיי געווארן קלאר
אז עס איז דא א גלויבן אז עס איז דא א גרויסער גאט
וואס די גאנצע וועלט מיט אלע ברואים באשאפן האט
און ער האט עס געהייסן דער צפרדע טוהן אלץ וואס זי טוט
און ער האט עס געהייסן דעם וואסער זי זאל ווערן פאר די מצריים בלוט
און מיט די אידען טוט ער נאר וואס עס איז גוט
ווייל די אידן זענען זיין פאלק און ער איז זייער האר
און טויזנטער אידן האבן אנגעפאנגען גלויבן, און עס אזוי ליב געטוהן און געטוהן לויבן
אז טאג און נאכט, האט מען פון דעם געטראכט
און גערעדט און געלערנט און לידער פון דעם געמאכט
און די לידער פון גלויבן זענען שטענדיג ריכטיג און גוט, אפילו היינט אפילו די מינוט
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון ו'
מיין גלויבן



מיין טייערער גלויבן, איך האב געהערט פון דיר
אז פון אויבן, איז פארהאן א טיר
ניט פאר יעדן איז זי אפן
נאר פאר די וואס טוען האפן

און די טיר פון גלויבן זי מאכט זיך נישט אויף
נאר ווען מיין תפילה גייט צו איהר ארויף
מאכט זיך אויף פאר איהר די טיר פון גלויבן
און עס קומען צופליהען גלייך פון אויבן
ווייסע פליגלען שיינע טויבן
און זיי ברענגען מיר אראפ פון אויבן
פוהלע קוישן מיט גלויבן, פוהל מיט פרייד און גליק

דאס ברענגט ברכה, מיט הצלחה
דאס ברענגט אלעס וואס מען וויל
דאס טוט געבן, לאנגען לעבן
און פארווירקליכט יעדן ציל
דאס ברענגט שלום, ווי א חלום
ווערט דער לעבן גליקליך פיהל

ווייל נאר רוהיג קאן מען לעבן
ווען דו ווייסט נאר פון דעם סוד
אז אויף דיר טוט אכטונג געבן
ער אליין דער גרויסער גאט
וואס ביי איהם ליגט יעדנס לעבן
און אויף אלעס מאכט ער האט

2

מיין טייערער גלויבן, איך האב געהערט פון דיר
אז פון אויבן, קוקט דארט ווער אויף מיר
און ער גייט מיט מיר צוזאמען
איבער אלע בערג און ים'ען

און ער היט מיר אפ פון צרות און פון שרעק
און די שונאים טרייבט פון מיר אוועק
ווי א קינד געהיט ווערט פון זיין מאמען

און ווען איך שטיי פארבלאנזשעט אויף די וועגן
און די הארץ זי טוט זיך שרעקן
זעה איך פלוצלינג ווי ער שטייט אנטקעגן
און זיינע אויגן לאזט ער נישט אראפ פון מיר

און ווען עס טרעפט זיך אין דעם לעבן
חס ושלום צער און קלעם
קיין עצה קען מען זיך נישט געבן
אנטלויפן קען מען נישט פון דעם
אפילו שווער א קרעכץ צו געבן
און צו בעטן ביי השם

דארפסט ניט רעדן דארפסט ניט בעטן
ווייל מיט גלויבן נאר אליין
וועט ער פון דיר ניט אפטרעטן
און מיט דיר צוזאמען גיין
און פון אלע צרות רעטן
דער באשעפער ער אליין
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

המשך שמועס פון צפרדע



אבער היינט, מיינע טייערע פריינט
שפעטער מיט עטליכע טויזנט יארן, איז נעבעך די הנהגה מקויים געווארן
דאס וואס מען האט זיך אזוי געשראקען אין מצרים דאן, איז געשעהן היינט רחמנא ליצלן
מיר זענען היינט אין שער הנו"ן פון טומאה אריין, און טוען דא לעבן און טוען דא זיין
און די נו"ן שערי טומאה די ראשי תיבות דערפון, זענען שי"ן טי"ת נו"ן
בגימטריא השכל"ה דאס מיינט קולטור וויסנשאפט וואס טוט נישט גלויבן
אין קיין שום כוחות פון אויבן
נאר דער מענטש אליין ער האט די גרעסטע קראפט, ער מיט דער וויסנשאפט
און אט דער גלויבן אין כוחי ועוצם ידי אין זיך אליין רחמנא ליצלן
האט פארטריבען אלע כוחות וואס פלעגן ווייזן אמאל אז א באשעפער איז פארהאן
און דערפאר זעהט מען נישט היינט וואס מען פלעגט אמאל זעהן
אין די קליינע שטעטעלאך וואס זענען פוהל מיט אמונה געווען
די אלע רוחות און גייסטער וואס מענטשן האבן זיי ממש געזעהן און געהערט
אדער די נפטרים וועלכע פלעגן דאווענען אין די שוהלען אין די נעכט
און פלעגן *** דורכגייענדיגע אידן צו דער תורה
און אידן האבן עס געזעהן און געהערט און געקריגן מורא, פארן בורא
און עס זענען נאך היינט זקנים געבליבן
וואס האבן אליין געזעהן ווי צדיקים האבן דיבוקים ארויסגעטריבן
און געהערט זייער קול, די אלע זאכן האבן אויפגעהערט מיטאמאל
אפילו ביי די גויים האבן די גייסטליכע און נאנעס אויפגעהערט
טראגן זייערע שווארצע לאנגע קליידער ביז דער ערד
נאר א שווארצע שטיקל סחורה אויפן האלז אדער אויפן קאפ פון אויבן
דערמאנט אז אמאל איז געווען א גלויבן
ווייל מען איז היינט אין שער הנו"ן פון טומאה
עס קענען נישט זיין קיין גלויביגע עס קענען נישט זיין קיין פרומע
די אלע כוחות וואס קענען ווייזען אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט
זענען אנטלאפן האבן זיך פארשטעלט
און אנשטאט זיי זענען ארויס די רוחות פון אן אנדער מין גלויבן
א גלויבן אז די וועלט האט נישט קיין חס ושלום באלעבאס פון אויבן
ווער עס קאן קען טוהן וואס ער וויל, נישטא קיין הארץ נישטא קיין געפיהל
מען מעג גנב'ענען רויבן מארדן אפן, נישטא ווער עס זאל מאנען נישטא ווער עס זאל שטראפן
די פאליתיי קען זיך קיין עצה ניט געבן, הפקר איז די וועלט הפקר איז דער לעבן
און דערפאר האט עס די וועלט געקענט רוהיג זעהן
דאס וואס עס איז מיט די זעקס מיליאן אידן געשעהן
אט אזוי איז הפקר די וועלט און פינסטער ווי דער נאכט
ווען דער טיר פון גלויבן איז חלילה פארמאכט

און ווי אזוי אונזערע ערליכע אידן זעהען היינט אויס קיין עין הרע אזוי שיין
אזעלכע שיינע אידישע קהילות פוהל מיט חן
ישיבות כוללות מיידל שוהלעס פוהל מיט גייסט און גליק
שוהלען פוהל מיט מתפללים זקנים אינגעלייט בחורים קינדער פון וויג
דאס האט דער אור החיים הקדוש פארענטפערט מיט יארן צוריק
ער האט געזאגט, אז איידער משיח וועט קומען צו גיין
וועט די וועלט מוזען אין שער הנו"ן פון טומאה אריין גיין
אבער אידן וועלן דארט אריין אן מורא, ווייל זיי וועלן מיט זיך מיטברענגען די הייליגע תורה
און זי וועט זיי דערשיצען קיין שום שלעכטע געדאנקען, זאל זיך צו זיי נישט דערלאנגען

אבער אין מצרים איז נאך קיין תורה נישט געווען, האט עס נישט געטארט געשעהן
זיי זאלן אריינגיין אין אזא ארט, און מען האט זיי געדארפט וואס שנעלער ארויסנעמען פון דארט
און די אידן האבן זיך געדארפט לערנען אמונה און דיעה, ביי דער צפרדע
זיי האבן דורך די צפרדע דעם באשעפער דערקענט
און זיך געלערנט גיין צוליב איהם אפילו אין פייער און ווערן פארברענט

אבער פרעה דער שוטה דער פערד
האט געזעהן די צפרדעים ווערן פארברענט האט ער עפעס אנדערש דערהערט
אז די צפרדע איז פשווט א באשעפעניש זייער א נאר, קריכט זי אין פייער דערפאר
און אויף די מענטשן קריכט זי אויך סתם, אן טעם
נאר פלוצלינג האט ער דערהערט עפעס אין זיין בויך, האט גענומען זינגען הויך
עפעס משונה'דיג זייער, אזוי ווי פון א צובראכענעם רעקארד פלעיער
און עפעס א מחנה צפרדעים האט גענומען דארטן טאנצן
איז ער געווארן צוטומעלט אינגאנצן

שנעלער שנעלער שנעלער שנעלער משה'ן ברענגט אהער
גיכער גיכער גיכער גיכער אהרן וואו איז ער
קען נישט הערן, קען נישט קלערן, קיינער האלט נישט אויס
נעם די אידן גיי מיט זיי ארויס


זאגט משה אזוי טאקע, דאס איז דאך אבער הערשט די צווייטע מכה
און עס דארף זיין צעהן, וועט דער באשעפער שוין זעהן
דיר אונטעררוקן עפעס א דערהער, אז די מכות זענען נאטורליכע זאכן נישט מער
כדי דו זאלסט דיך כעס'ן און בלאזן, און די אידן נישט וועלן ארויסלאזן
און גלייך האט איהם איינער א ידיעה געבראכט
אז פרעה'ס חרטומים האבן אויך צפרדעים געמאכט
פרעה האט זיך פון שמחה אזש צולאכט
אויב אזוי איז אלץ פאלשע שטיק, עפעס א טריק
משה מיט אהרן איר האט פארשפילט די קריג, אידן ווען גיין מארגן צו דער ארבעט צוריק

און דאס איז געמאכט געווארן טאקע
מען זאל איהם קענען מכבד זיין מיט דער דריטע מכה

יעמוד! א באריכט איז דא, פון דער לעצטע שעה
די לעצטע אינפארמעישאן, אין נאמען פון דער מצרי'שער ציוויליזעישאן
דאס וואס די צפרדעים האבן געמאכט אן אקופעישאן
דאס איז צוליב דעם וואס מיר האבן געהערט אויפן ראדיא סטעישאן
אז אין וואסער איז פארגעקומען א מלחמה צווישן די נעישאנס
און די צפרדעים ארגאניזעישאן, האט געוואלט מאכן א סעפערעישאן
האט מען זיי אנגעמאכט אזויפיהל אגריוועישאן, אז זיי האבן געמוזט מאכן אוועקאָעישאן
און א מאסן אימיגרעישאן, צו די אידן קיין גושן
נאר אז זיי האבן דערזעהן אהרן'ן מיט משה'ן
האבן זיי אין מצרים געמאכט זייער דעמאנסטרעישאן
פרעה דאנקט יעדן מצרי פון יעדן ארגאניזעישאן
וואס האבן ריין געמאכט מצרים פון דעם קאמפליקעישאן
די נאטור פארשער גיבן איבער, אז יעדע געפאר איז אריבער
צוויי ווענט מיט א קיילעכדיגן דאך, מאכט מען איבערן טייך
וועלכע צפרדע עס וועט וועלן ארויס פון טייך, וועט צוריק אריינפאלן גלייך
אין נאמען פון אונזער קולטור וואס איז קלוג און רייך

אבער צווישן זיך האבן די חכמים גערעדט אז מען זעהט אז משה'ס גאט האט א דיעה
אפילו אויף די ברואים וואס אויפן וואסער אויפן קראקאדיל און אויף דער צפרדע
אבער אויף דער ערד, האט ער נישט קיין שום ווערט
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון ז'
כינים


שטייט זיך דער געזונטס מיניסטער, פון פרעה'ס קאבינעט
אויפן באלקאן וואס אויפן פאלאץ, און צום פאלק ער רעדט
און ארום איהם מיליאנען מצרים, אידן אויך אסאך
נאר פלוצלינג פאנגט ער אן צו רעדן, גארנישט צו דער זאך

עפעס האט גענומען קריכן, אונטער זיין ווייסער העמד
ער האט געמוזט זיך נייטיג קראצן, האט ער זיך געשעמט
ביז ער האט גענומען שפרינגען, שווייגען נישט געקענט
און אריינגעשפארט אין העמדל, זיינע ביידע הענט

ארויסגענומען פון דארטן, אלע סארטן
קריכערס מיט כינים'ס ווי פון א גארטן


און אלע מצרים האבן זיך צו דער מלאכה גענומען, ארויסגענומען כינים זענען פרישע געקומען
עס האט אזוי געביסן, אז די מצרים האבן זיך די קליידער צוריסן
אלע קוקן אויף די חכמים זיי זענען אלע ווייס ווי די וואנט
אדוני המלך זאגן זיי מיר קאנען עס נישט מאכן דאס איז א געטליכע האנט

שנעלער שנעלער שנעלער שנעלער משה'ן ברענגט אהער
גיכער גיכער גיכער גיכער אהרן וואו איז ער
קען נישט קלערן, קען נישט הערן, קיינער האלט נישט אויס
נעם די אידן און גיי מיט זיי ארויס


משה ענטפערט איהם, בעזרת השם, איך ווייס נישט וואס מיין באשעפער וועט זאגן צו דעם
עס איז דא א פסוק תשב אנוש עד דכא, עס איז ערשט אינגאנצן די דריטע מכה
און עס דארף זיין צעהן, דארף מען זעהן
אז פרעה דער שוטה דער בור, זאל מיינען אז די מכה איז פון נאטור
וועט ער זיך קראצן און בלאזן, און די אידן נישט ארויסלאזן
קוקט דער באשעפער פון אויבן אראפ, און טוט פרעה'ן א שפיצעלע אפ
קומט צולויפן א מצרי פון גושן און דערציילט פאר יעדן הויך, אז די אידן אין גושן האבן כינים אויך

און דאס איז געווען דער פשט, אידן האבן טאקע אויך כינים געהאט
נאר ווען ביי די מצרים האט עס שטיקער פלייש ארויסגעריסען
האט עס ביי די אידן אפילו נישט געביסן
זיי פלעגן ארויפקריכן מיט שרעק, און תיכף אוועק
דער באשעפער האט עס געמאכט נאר, מען זאל מיינען אז די מכה איז פון נאטור
וועט פרעה זיך קראצן און בלאזן, און די אידן נישט ארויסלאזן
וועט מען איהם קענען טאקע
מכבד זיין מיט דער פערטע מכה

---------


יעמוד! העלאו העלאו! אן ערקלערונג איז דא, די וויסנשאפט פון דער לעצטע שעה
גיט איבער א באריכט, א נאטורליכע זאך האט פאסירט
פון די בלוט און די פרעש ספעקולעישאן, איז געווארן אין די לופט א קאמפליקעישאן
און די סיטועישאן, האט געבראכט צו כינים מאבעליזעישאן
מען מוז פאלגן די דעקלערעישאן, פון אפיס פון נאטוריליזעישאן
אויסוואשען די זאכען, איינשפריצונגען מאכן
יעדער איינער זאל איינעמען אספירין, און זיך אנשמירן מיט קנאבל און סוכארין
בעדער מיט זאלץ, קאמפרעסן מיט שמאלץ, און דאס איז אלץ
אלץ וועט זיין גוט און פיין אויפן גרעניץ שטייט א וואנט
צען פולקען סאלדאטען האנט ביי האנט
ווער עס וויל קומען פון א פרעמדע לאנד
מוז מען אפמעסטען די היץ, געבן א שפריץ, איבערקוקען די העמד
קיין איין כינה זאל זיך נישט קענען אריינכאפן זיך פון דער פרעמד

אבער צווישן זיך האבן די חכמים אנדערש גערעדט
אז מ'זעהט אז משה'ס גאט האט אויף דער ערד אויף עפעס א דיעה א מאכט
ער האט פון דער ערד כינים געמאכט
אבער אויף די באשעפענישען פון דער ערד האט ער נישט קיין שום קראפט
דאס ליגט אין דער האנט פון דער וויסנשאפט
און פרעה האט געהייסען גלייך אלע חרטומים וואס האבן געזאגט אויף די כינים אז דאס איז א געטליכע האנט
אראפווארפן פון זייערע פאסטענס און ארויסטרייבן פון פאלאץ מיט שאנד
און פרעה האט געהייסען דעם פאלק נייע חרטומים אויסקלייבען
אלע מוזן גיין וואוטען קיינער טאר אין הויז נישט בלייבען
און די מצרים האבן זייער ליב וואלען מיט וואוטען
בפרט די אידן וואס האלטן זיך מיט פרעה'ן פאר א מחותן

לויפן ארום טראקס מיט לייזיגע ספיקערס וואס האלטן אין איין זאגן
און שרייען מיט קולות און געוואלדן
מארגן דארפן אלע גיין וואוטען גיין קלייבן
קיינער טאר אין הויז נישט בלייבען
מען וועט אלעמען פון הויז ארויסטרייבן
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון ח'
ערוב


אלע מצריים פון מצרים, זענען היינט אין גאס
מען קלייבט א קאבינעט א נייעם, איז עס נישט קיין שפאס
מיט די וועגלאך מיט די קינדער, לויפט מען צו דעם ארט
יעדער איינער וויל געשווינדער, קומען גוט אן דארט

שטייען אידן פון די חופשים, אויפן עק פון גאס
און פון משה'ן מיט די מופתים, מאכן זיי א שפאס
ער וויל איבערקלוגען פרעה'ן, מיט זיין גרויסן קראפט
ער האט א העזה זיך צו שפארען, מיט דער וויסנשאפט

אלע מצרים טוען הערן, דעם וויסנשאפט נאטיץ
אלע אויסגעבאדען ווערן, און מען מאכט א שפריץ
און אויך די מאדערנע אידן, טוען אלעס נאך
און זיי זענען שטארק צופרידן, אונטער פרעה'ס יאך

אויפן גרעניץ היטערס שטייען, פלוצלינג מיטאמאל
זעהען זיי פון ווייטן גייען, טוריסטן אן א צאל
טוריסטן אבער נייע סארטן, קיינמאל נישט געזעהן
זיי האבן וויזעס אן פאספארטן, באלד וואס איז געשעהן

טיגערס מיט לייבן, אדלערס פון אויבן
קראקאדילען מיט שלאנגען, ציינער ווי צוואנגען
אן א צאל אן א קצבה, זענען געקומען אויף דער סעודת מצוה

שנעלער שנעלער שנעלער שנעלער משה וואו איז ער
גיכער גיכער גיכער גיכער אהרן ברענגט אהער
מען קען נישט קלערן, מען קען נישט הערן, קיינער האלט נישט אויס
נעמטס די אידן און גיי מיט זיי ארויס



זאגט משה צו איהם טאקע, דאס איז דאך אבער ערשט די פערטע מכה
און עס דארף זיין צעהן, דארף מען זעהן
אז פרעה דער שוטה דער בור, זאל מיינען אז די מכה איז פון נאטור
און ער וועט זיך איינשפארען דורכאויס, און די אידן וועלן נישט ארויס
קוקט דער באשעפער פון אויבן אראפ, און טוט פרעה'ן א שפיצעלע אפ
ער טוט אריין משה'ן אין מויל אזא ווארט, אז פרעה האט חרטה אויפן ארט
פרעה רופט זיך אן צו משה'ן קיין עצה איז נישטא, מאך דיין יום טוב דעם גרויסן אין מצרים דא
זאגט משה צו פרעה'ן טראכט אריין דארפסט נישט פארגעסן
מיר וועלן דארפן מקריב זיין שאף און רינדער און זיי עסן
און דאס זענען דאך מצרי'שע געטטער, וועט מען זעהן אז מיר זענען פאררעטער
וועט מען אונז שוויגן טוסטו מיינען, מען וועט דאך אונז פארשטיינען
אהא! פארשטיינען פרעה כאפט זיך אן אין דער סחורה
איז דאך א סימן אז משה האט פאר די מצרים מורא, און וואו איז זיין שטארקער בורא
נו פרעג איך אייך איז דא צו טראכטן אסאך, זעהט מען ניט אז דאס איז א נאטורליכע זאך
און פרעה זאגט ניין, די אידן וועלן פון מצרים נישט ארויסגיין

און דאס איז אלץ געמאכט געווארן טאקע
מען זאל איהם קענען מכבד זיין מיט דער פינפטע מכה

-----------


יעמוד! העלאו העלאו! אן ערקלערונג איז דא, די וויסנשאפט פון דער לעצטע שעה
לעצטע נייעס, נאך די מלחמה אין וואסער צווישן די פיש מיט די חיות
זיינען די חיות אויף די יבשה ארויס, איז געווארן די באפעלקערונג צו גרויס
איז געווארן א מאנגל אין עסן, האבן די חיות פון הונגער פארגעסן, די גרעניצן אינטערעסן
זיי האבן פארלוירן די געדאנקען, און אין די שטעט אריינגעגאנגען
זיי זענען שוין אבער זאט, אויפגעגעסן אלע בהמות כמעט
די ארבעטער אין די פעלדער, גייער אין די וועלדער
און אויפגעפרעסן אין איין קעלער, צוועלעף פעטע גענערעלער
אבער מען וועט שוין זעהן, אזוינס זאל שוין מער נישט געשעהן
מען מאכט ארום'ן לאנד א הויכן פלויט, יעדע חיה וועלכע וועט קומען וועט ווערן געטויט
די בהמות מיט די ציגן, מעגן רוהיג אויפן גראז ליגן, און עסן מיט פארגעניגן
מען וועט שוין נישט צולאזן אזוינע זאכן, אינמיטן טאג אזא סעודה צו מאכן
דאס איז א פראקלאמעישאן, אין נאמען פון קולטור און ציוויליזעישאן

פרעה קוועלט אין פארגעניגן, און הייסט ווייטער די אידן צו דער ארבעט שיקן
אבער די אידן זענען אין שאק, די איבערלעבענישען זענען געווען אזוי געשמאק
צו שפאצירן צווישן די לייבן און קראקאדילן, און קיין שרעק נישט פיהלן
אידישע קינדער האבן זיך אפילו געטוהן שפילען, מיט די קראקאדילן
זיי האבן אויפגע-עפנט דעם ריזיגן מויל אויפגעהויבן צום הימל אראפגעלאזט און פארמאכט
און קינדער האבן געלאכט, און נאך מער טויזנטער אידן האבן זיך דערוואוסט ווער האט עס געמאכט

און ביינאכט ווען די מצרים זענען נישט געשלאפן פון שרעק פאר די קומענדיגע טעג
האבן אידן געטאנצט פון גליק וואס זיי האבן זייער גלויבן געפינען צוריק
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון ט'
צווישן אידן


און ביי אידן אין הויז, איז די שמחה זייער גרויס
און עס גלאנצט און עס שמעקט, און דער טיש געדעקט
און מען עסט און מען טרינקט, מען לויבט דעם בורא און מען זינגט
נישט אזוי, ווי דער גוי, צרות האט אזוי
נאר דערפאר, וואס אין צער, האט מען געפינען זייער האר
און מען האט שוין דעם סוד, ווער איז זייער גאט

זיצן זיך קינדערלאך, און דערציילען מעשה'לאך
וואס געשעהן, וואס געווען, וואס אליין געזעהן
ווי עס האט, אונזער גאט, פון דעם גוי געמאכט א שפאט
און דעם איד, האט געהיט, ווייטוהן זאל איהם ניט
מיט די פרעש מיט די בלוט, און אלעס אלעס וואס ער טוט
איז א וואונדער א נס, אלע זעהען עס

זה היום, זה היום, זה היום עשה השם
נגילה נגילה ונשמחה בו
וואויל איז דעם, וואס אין איהם, אויפגעוועקט האט זיך השם
און ער וויל, מיט געפיהל, דאנקען לויבן איהם
וואויל צו איהם, גוט צו איהם, וואס האט גלויבן אין השם
אט די וועלט, יענע וועלט, איז אנגעגרייט פאר איהם

2

און ביי די זקנים אין הויז, דער אריין און דער ארויס
דארט געלערנט מען האט, ווי מען דינט צו גאט
ווי מען טראכט ווי מען רעדט, ווי מען דאווענט ווי מען בעט
ווי מען בענטשט ווי מען עסט, קיינער ניט פארגעסט
ווי מען גלויבט ווי מען האפט, ווי מען גייט און ווי מען שלאפט
איז דער איד נאר אזוי, אנדערש ווי דער גוי

אין חדרים אסאך, לערנען שוין די קינדערלאך
יעדער איינער שוין ווייס, קען דעם אלף-בית
עס קומט באלד שוין די צייט, מען וועט גיין אין מדבר ווייט
אין א הייליגן ארט, די תורה נעמען דארט
וואס געשעהן, וואס געווען, אלע דארפן ווייטער זעהן
נעכט און טעג, ניט אוועק, פון דעם גוטן וועג

אנא השם הושיעה נא
אנא השם הצליחה נא
און מען רעדט, און מען בעט, גאט זאל הערן דעם געבעט
יעדנס ציל, יעדער וויל, א גוטער איד צו זיין
זיין א איד, זיין געהיט, און דורכפאלען קיינמאל ניט
דאס מען בעט, דאס מען רעדט, דער איינציגער געבעט
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון י'
דבר


שטייען אידן פון די חופשים, אויפן ענדע גאס
און פון משה'ן מיט די מופתים, מאכן זיי א שפאס
משה איז דער חכם טאקע, ער קען גוט די זאך
ער זאגט אז ס'איז א שטראף א מכה, יעדער נאטורליכע זאך

א גרויסער פלויט ארומגענומען, פארן גאנצן לאנד
קיינער וועט נישט קענען קומען, ווער ס'איז נישט באקאנט
פאר א שונא א פאררעטער, נישטא קיין אריינגאנג
און די בהמות די אפגעטטער, וועלן לעבן זייער לאנג

פלוצלינג הערט מען א געשריי, אוי וויי
א בהמה פאלט אוועק, אינמיטן וועג
א בהמה דא א בהמה דארט, אויף יעדן ארט
מען שפרינגט מען פאלט, מען שרייט געוואלד
די מכה פון דבר

גיכער גיכער גיכער גיכער משה'ן ברענגט אהער
זוכער זוכער זוכער זוכער אהרן וואו איז ער
קאן ניט הערן, קאן ניט קלערן, קיינער האלט נישט אויס
נעם די אידן און גיי מיט זיי ארויס


זאגט משה טאקע, ס'איז א בשורה א געשמאקע
אבער עס דאך הערשט די פינפטע מכה
און עס דארף זיין גאנצע צעהן, וועט דער באשעפער שוין זעהן
דו זאלסט טשעינדזשען דיין מיין, און זאגן ניין
און אזוי איז טאקע געשעהן, קומט א מצרי און גיט איבער א באמת'ן מאדנעם פאל
זיין בהמה איז לעבן געבליבן ווייל זי איז געווען אין שטאל
דאס מיינט אז ניט אלע בהמות זענען געפאלען, נאר די וועלכע זענען געווען אין פעלד
אבער די וועלכע זענען געווען אין שטאלען, האבן נישט געפעלט, ווייל זיי זענען געווען פארשטעלט
נו פרעג איך איך אייך דארף מען דען טראכטען אסאך, זעהט מען ניט אז דאס איז א נאטורליכע זאך
און פרעה זאגט ניין, אידן וועלן נישט ארויסגיין
און דאס האט דער באשעפער געוואלט טאקע
מען זאל איהם קענען מכבד זיין מיט דער זעקסטער מכה

-----------


יעמוד! העלאו העלאו! אן ערקלערונג איז דא
די וויסנשאפט פון דער לעצטער שעה
פון העכסטן אמט, גיט מען צו וויסן אז די לופט איז געווען פאר'סמ'ט
אין די שטאלען איז די לופט פאר'סמ'ט נישט געווען, איז גארנישט געשעהן
מיט יעדע בהמה דארף ווערן געמאכט, ווי ביי די כינים ניט היינט געדאכט
איינגעבן אספערין, איינשפריצונגען פון גליצערין, אן אנאליז פון די מארין
אויסשמירן זיך גוט מיט מארגארין, אנשמעקן זיך גוט מיט נאפטאלין
און די מענטשן דארפן אויך טוהן אזוי, נאכטוהן די בהמות גענוי, נאר נישט עסן קיין שטרוי
און אלץ וועט זיין וואויל און פיין
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון ו'
שחין


שטייען אידן פון די חופשים, אויפן ענדע גאס
און פון משה'ן מיט די מופתים, מאכן זיי א שפאס
משה מיט אהרן גרויסע לייטן, בארימטע אויף דער וועלט
ווער עס זעהט זיי איין פון ווייטן, האט זיך אויפגעשטעלט

אויך ביי פרעה'ן ווען זיי קומען, באווייזען זיך אין הויף
די חכמים די חרטומים, שטעלן זיך גלייך אויף
געטרייע אידן אויך באשמועסן, משה איז זייער קלוג
אבער אנטקעגן פרעה'ס וויסן, איז עס נישט גענוג

אלע בהמות אויסגעבאדען, איינשפריצונג געמאכט
מער וועט זיי שוין גארנישט שאדן, נישטא קיין שום פארדאכט
אויך די מענטשן האבן יעדער, די מעלדונג אויסגעניצט
נאכגעמאכט די אלע בעדער, און זיך איינגעשפריצט

נאכגעגאנגען נאך די ביכער, מיט יעדן געטראנק
און מען איז אינגאנצן זיכער, קיינמאל ניט זיין קראנק

פלוצלינג עס גיט איינער א שפרונג, עס בייסט איהם די צונג
ער גיט זיך א ציה, עס בייסט איהם קניה
ער בויגט זיך אראפ, נעמט בייסן די קאפ
א בויג, דער אויג
גיך גיך, ער רייסט פון זיך
די הויז די שיך די קלייד די וועש, א קראצענעש
די מכה פון שחין

שנעלער שנעלער שנעלער שנעלער משה'ן ברענגט אהער
גיכער גיכער גיכער גיכער אהרן וואו איז ער
קאן נישט הערן, קען נישט קלערן, קייינער האלט נישט אויס
נעם די אידן און גיי מיט זיי ארויס


זאגט משה טאקע, עס איז דאך אבער ערשטע די זעקסטע מכה
עס וועט די ניט העלפען קיין תפילה זכה
עס דארף זיין צעהן, וועט מען מן הסתם עפעס זעהן
ווייל דו שוטה און בור, וועסטו מיינען אז די מכה איז פון נאטור

זאגט די תורה אז משה איז פאר פרעה'ן דעמאלס געקומען צו גיין
און קיינער פון די חכמים האט נישט געטוהן פאר איהם אויפשטיין
פרעה קוקט אראפ ארויף, קיינער פון די חכמים הייבט זיך ניט אויף
און גיט פאר משה'ן זיין כבוד נישט אפ, טראכט פרעה איך האב טאקע א קאפ
מן הסתם האבן מיינע חכמים די קלוגע געזינדל
ווידער געכאפט משה מיט אהרן'ן ביי עפעס א שווינדל
משה מיט אהרן דער געשעפט איז אויס, אידן וועלן פון מצרים נישט ארויס

פרעה דער שוטה דער בור, האט נישט געוואוסט אז זיינע חכמים די טרעגער פון קולטור
זענען געזעצן נישט מער, ווייל זיי האבן זיי באדארפט קראצן הין און אהער
זיי זענען געווען באשאטען מיט שחין פון קאפ ביז די פיס
ווען זיי שטעלן זיך אויף וואלטן זיי געוויס
זיך גענומען קראצען פאר פרעה'ן אין די אויגן
אז פייער פונקען וואלטן געפלויגן, און דאס וואלט נישט געווען טויגן
אבער פרעה דער חכם האט גלייך אנגעטאפט, אז די חכמים האבן משה'ן ביי א שווינדל געכאפט
און דאס איז געמאכט געווארן טאקע
מען זאל איהם קענען מכבד זיין מיט דער זיבעטע מכה

----------


יעמוד! יעמוד! אן ערקלערונג איז דא, פון דער וויסנשאפט פון די לעצטע שעה
אין די לעצטע געשעהענישען זענען קיין שום וואונדער ניטא
ווייל מענטשן האבן גענומען די רפואות פון די בהמות געדארפט, איז עס געווען צו שארף
האבן זיי אנגעצינדן די הויט, איז עס געווארן רויט
ווייל פון מיטלען מיט די אספירין, סאכארין, מארגארין, נאפטעלין, גליצערין
ווען מען נעמט עס ניט על פי דין, ווערט פון דעם שחין
צו דעם זענען כמעט קיין רפואות נישט פארהאן, עס איז אן אנדער מעשה, שב ואל תעשה
ניט מאכן קיין שפריץ, ניט מעסטן די היץ
עסן נאר ווייכע שפייזן, נישט קיין גלאז נישט קיין אייזן
טרינקען נאר איידעלע זאפט, נישט קיין בענזין און נישט קיין נאפט
נישט שלאפן אונטער א מאשין ווען זי פארט, און ניט באדן זיך אין א וואנע ווען די וואסער קאכט
דאס איז אלץ וואס מען דארף, דער לעצטע ענדעקונג פון דער וויסנשאפט
דאן טוט מען אייך א פארזיכערונג געבן, אז קיין שלעכטע זאך וועט ניט פאסירן אין אייער לעבן

און צווישן זיך האבן די חרטומים אנדערש גערעדט
אז מען זעהט אז משה'ס גאט, אויך אויף מענטשן כח האט
אבער די נאטור ערשיינונגען אויפן הימל, קעלט און היץ, דער בליץ
דער האגעל מיטן רעגן, טוען ביי משה'ן קיין קשיות נישט פרעגן

מיליאנען אידן זענען נאך געבליבען פארטויבט, און פרעה'ן מיט זיין וויסנשאפט געגלויבט
זיי האבן געדארפט נאך מכות פיהל, זייער קאפ זאל זיך א טרייסל טוהן און קריגן א געפיהל
און דערזעהן דעם באשעפערס קראפט, און די נארישקייט פון דער וויסנשאפט
אבער פיהל אידן האבן נאך דער ערשטער מכה דערזעהן דעם ריכטיגן וועג
און צו משה'ן מיט אהרן'ן אוועק
אנדערע אידן האבן דערזעהן, נאכדעם ווי די זעקסטע און די זיבעטע מכה איז געשעהן
און אנדערע אידן האבן געדארפט גאנצע צעהן

רבי שמשון אסטראפאלער זכר צדיק לברכה ברענגט אראפ פון אריז"ל פיהל
אז גרויסע מלאכים מיט הייליגע שמות האבן אנגעפירט מיט אט דער שפיל
צו ווייזן פאר די וועלט דעם פאקט און דעם כלל
אז דער באשעפער איז בעל הבית אויף אלע כוחות פון דער וועלט איבעראל
און אז אלע גויים האבן ווי די אייזלען די זעלבע רעכט
און אידן זענען זיינע קינדער און קנעכט
און דאס האבן אויך די הייליגע תנאים אין די הייליגע פסח נאכט, גע'חשבון'ט און געטראכט
און מיליאנען אידן זיינען געווען אבער ביי פרעה'ן געפאנגען, און געהאט זיינע געדאנקען
און די אידן וועלכע האבן שוין געפינען זייער גלויבן, און געוואוסט פון זייער גאט פון אויבן
די אידן זיי האבן שוין פארשטאנען אלע זיינע דרכים
גערעדט פון איהם טאג און נאכט און געזינגען פאר איהם שבחים
די דיעה האט שוין געפירט דעם דור, און אלע שווערע קשיות פון אמונה איז געווארן פאר זיי קלאר
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

תם ונשלם העתקת טעיפ יציאת מצרים חלק א'

א גוט שבת
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

הערליך שיין!

שכויח פידעלע..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א ישר כח, הרב בן הרחמן
די טעיפס פון יציאת מצרים זינגען שוין ביי מיר אין קאר די לעצטע שטיק צייט, זיין הומאר און ליצנותא דע"ז איז צוקער זיס און מלא מיט אמונה, א חלק פון זיינע דעמאלדסדיגע וויצן פאסן גוט ארויף אויף די היינטיגע גלאבאלע ווארעמונג משוגעים.

איך בין אייך נאך שולדיג הגהות אויפן מידות קאסעטע, איך האב נישט פארגעסן דערפון עס האלט אינדערמיט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א דאנק א שיינע בן הרחמן,
פאר דאס וואס דו האסט מיט אונז געטאן,
די לעצטע שעה איך זיץ און ליין,
קונה ידיעות פון ר' יו"ט אליין.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א ריזן יישר כח בעני פארן העתקה, מיר האבן זייער הנאה געהאט און די שטוב וועט בקרוב אויך.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

בן הרחמן א הערליך ארבייט

אויב האט איר נאך נישט געוויסט וויל איך מודיע זיין, עס איז דא צו באקומען א שיין קאלירט ביכל פאר די טעיפס פון יציאת מצרים
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”