הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נארגוטס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארגוטס »

נארגוטס האט געשריבן:איין זאך וואס מען דארף שטארק ארויסברענגן,הכרת הטוב פאר די געטרייע גבאים וואס האבן אייביג געטון די בעסטע מען זאל קענען צוקומען צום רעבן
כמעט יעדע נאכט ממש ביז לעצטנס מיט די שוואכע כוחות האט מען אן קיין פראטעקציע געקענט אייביג אריינגיין זיך קוויטלען און נעמען ברכות און אייביג צוגעהאלפן ארויסצובאקומען א גוטע ברכה אזוי אויך מוצ"ש נאך הבדלה און ווען נישט, און קיינמאל אים נישט איינגעשפארט. דאס אלעס נעמט זיך ווייל די רבי ז"ל איז דאס געווען, ליב געהאט יעדע איד אהבת נפש קיינמאל נישט מדחה געווען קיינעם דאס איז געווען זיין חיות
איך רעדט שוין נישט און די אלטע צייטן וואס אפילו אינמיטן טיש האט מען געקענט צוגיין נעמען א ברכה
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

קרייסלער האט געשריבן: מיט להבל״ח ראב״ד סטמר שליט״א (דאכט זיך מיר זיי זענען די זעלבע יאר גאנג לאיט״א)



??
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

פארפלאמטער האט געשריבן:
נארגוטס האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:שווער צו גלייבען אז די אנדערע ברודער זאלן אנהויבן פירן טיש יעדע וואך און זיי זאלן האבן מענטשן, אפשר יא אבער איך גלייב נישט

עס קומט מיר צו שמייכלען (אויב מען מעג אזוי זאגן) ווען כ'דערמאן זיך דעם פרייטאג צונאכטס טיש פון רבי'ן זצוק"ל מיט עטליכע און צוואנציג יאר צוריק, עס זענען דארט געווען ווייניגער מענטשן ווי איטליכער פון די בנים הגאוה"צ שליט"א האבן ביי זייער באטע יעדן פרייטאג צונאכטס...

ביי רבי'ס איז דאס פירן טיש נישט געווען אן ענין פון וויפיל פערזאן גייען זיך דארט באטייליגן, עס איז נישט מעלה און מוריד, עס איז געווען אן ענין פון זה השלחן אשר לפני ה'. דאס יא, ביים בענטשן האט מען זיך משתדל געווען עס זאל זיין מנין.

די דארפסט נישט צוריק גיין 20 יאר
וויאזוי האט אויסגעזען א פריייטיג צונאכטס אדער א שלוש סעודות פאר 5 יאר צוריק און בארא פארק? טאקע מער ווי 20 יאר צוריק,אבער נישט וואס עס וואלט זיך געפאסט פאר אזא גרויסע מענטש
אגב די אלטע קליינע ביהמ"ד און וויליאמסבורג ווער עס געדענקט איז נאך געווען ווייניגער ווי 20 יאר צוריק,אוי ווי באטעמט דאס איז געווען


כדי מלמד זכות צו זיין אויפן עולם ברויך מען ארויסברענגען אז דאס וואס ער האט געהאט קליינע טישן איז בכלל נישט געווען צוליב דעם וואס דער עולם האט דאס נישט מחשיב געווען ח"ו, נאר פשוט ווייל אין סקולען איז קיינמאל נישט געווען קיין זייגער אויף גארנישט, ממילא איז זייער שווער געווען פארן עולם זיך משתתף צו זיין ביי די טישן ווען מען האט געקענט ווארטן א שעה צו מער אז די טיש זאל זיך אנפאנגען, והא ראי' די ימים טובים (בעיקר אין וומסב"ג, אבער אין די שפעטערע יארן אויך אין ב"פ) איז געווען א עולם פון הונדערטער הונדערטער אידן, ובפרט חנוכה ביים לעכט צינדן.
אגב, איך דערמאן מיר אן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט אין וומסב"ג שמיני עצרת נאכמיטאג, איך בין געווען ביים געזעגענען פון די סוכה, ווען מען האט געענדיגט טאנצן איז שוין געווען בערך 15-20 מינוט נאכן זמן ר"ת שמח"ת ביינאכט, אפאר מינוט שפעטער בין איך אריין אין ביהמ"ד און צו מיין גרויס שטוינונג זעה איך ווי מען גייט הגבה אויפן ס"ת (שמ"ע איז אויסגעפאלן שב"ק).....

מיט יארן צוריק ווען מען האט געדאווענט כמעט יעדן שב"ק מנחה ממש ביים זמן מוצאי שב"ק, האב איך איינמאל געזאגט פאר'ן רבינ'ס קינדער אז ווען עס וועט ארויסקומען א סידור "נוסח סקולען" וועט שטיין ביי קריאת התורה אזוי: סדר קריאת התורה לשני וחמישי ומוצאי שב"ק... און זיי האבן גראדע נהנה געווען דערפון...
אגב, ווען עס האבן זיך געמאכט געסט אין ביהמ"ד וועלכע זענען נישט געווען צוגעוואוינט צו די למעלה מן הזמן ווירטשאפט, און זייענדיג אנגעצויגן פלעגן זיי פרעגן "נו, ווען איז דער זמן מוצאי שב"ק?" פלעג איך זיי דאן בארואיגן און ענטפערן "דער זמן מוצאי שב"ק וועט אי"ה זיין אין ווייניגער ווי א וואך ארום"... :lol:
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

לעיקוואד האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן: מיט להבל״ח ראב״ד סטמר שליט״א (דאכט זיך מיר זיי זענען די זעלבע יאר גאנג לאיט״א)



??


בערך די זעלבע, בעסער נישט צו רעדן נאר מתפלל זיין פאר מרן ישראל חיים מנשה בן ביילא לרפואה שלימה בתושח"י
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איינפאכער איד האט געשריבן:
פארפלאמטער האט געשריבן:
נארגוטס האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:שווער צו גלייבען אז די אנדערע ברודער זאלן אנהויבן פירן טיש יעדע וואך און זיי זאלן האבן מענטשן, אפשר יא אבער איך גלייב נישט

עס קומט מיר צו שמייכלען (אויב מען מעג אזוי זאגן) ווען כ'דערמאן זיך דעם פרייטאג צונאכטס טיש פון רבי'ן זצוק"ל מיט עטליכע און צוואנציג יאר צוריק, עס זענען דארט געווען ווייניגער מענטשן ווי איטליכער פון די בנים הגאוה"צ שליט"א האבן ביי זייער באטע יעדן פרייטאג צונאכטס...

ביי רבי'ס איז דאס פירן טיש נישט געווען אן ענין פון וויפיל פערזאן גייען זיך דארט באטייליגן, עס איז נישט מעלה און מוריד, עס איז געווען אן ענין פון זה השלחן אשר לפני ה'. דאס יא, ביים בענטשן האט מען זיך משתדל געווען עס זאל זיין מנין.

די דארפסט נישט צוריק גיין 20 יאר
וויאזוי האט אויסגעזען א פריייטיג צונאכטס אדער א שלוש סעודות פאר 5 יאר צוריק און בארא פארק? טאקע מער ווי 20 יאר צוריק,אבער נישט וואס עס וואלט זיך געפאסט פאר אזא גרויסע מענטש
אגב די אלטע קליינע ביהמ"ד און וויליאמסבורג ווער עס געדענקט איז נאך געווען ווייניגער ווי 20 יאר צוריק,אוי ווי באטעמט דאס איז געווען


כדי מלמד זכות צו זיין אויפן עולם ברויך מען ארויסברענגען אז דאס וואס ער האט געהאט קליינע טישן איז בכלל נישט געווען צוליב דעם וואס דער עולם האט דאס נישט מחשיב געווען ח"ו, נאר פשוט ווייל אין סקולען איז קיינמאל נישט געווען קיין זייגער אויף גארנישט, ממילא איז זייער שווער געווען פארן עולם זיך משתתף צו זיין ביי די טישן ווען מען האט געקענט ווארטן א שעה צו מער אז די טיש זאל זיך אנפאנגען, והא ראי' די ימים טובים (בעיקר אין וומסב"ג, אבער אין די שפעטערע יארן אויך אין ב"פ) איז געווען א עולם פון הונדערטער הונדערטער אידן, ובפרט חנוכה ביים לעכט צינדן.
אגב, איך דערמאן מיר אן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט אין וומסב"ג שמיני עצרת נאכמיטאג, איך בין געווען ביים געזעגענען פון די סוכה, ווען מען האט געענדיגט טאנצן איז שוין געווען בערך 15-20 מינוט נאכן זמן ר"ת שמח"ת ביינאכט, אפאר מינוט שפעטער בין איך אריין אין ביהמ"ד און צו מיין גרויס שטוינונג זעה איך ווי מען גייט הגבה אויפן ס"ת (שמ"ע איז אויסגעפאלן שב"ק).....


אגב, ווען עס האבן זיך געמאכט געסט אין ביהמ"ד וועלכע זענען נישט געווען צוגעוואוינט צו די למעלה מן הזמן ווירטשאפט, און זייענדיג אנגעצויגן פלעגן זיי פרעגן "נו, ווען איז דער זמן מוצאי שב"ק?" פלעג איך זיי דאן בארואיגן און ענטפערן "דער זמן מוצאי שב"ק וועט אי"ה זיין אין ווייניגער ווי א וואך ארום"... :lol:


:lol: :lol: :lol:
דאס איז א ריכטיגע סקולענער ווארט...
עס דערמאנט מיר ווען איך האב געהאט די זכי' צו זיין די לעצטע מאל אויף שב"ק ביים סקולענער רבי'ן זצ"ל דעם ווינטער האב איך געפרעגט איינעם ביי של"ס (שוין נאכן זמן מוצ"ש, איידער דער רבי איז אריינגעקומען) ווילאנג עס געדויערט היינט צוטאגס די של"ס, זאגט ער מיר, עס געדויערט בערך א שעה, די שאלה איז נאר ווען די שעה פאנגט זיך אן...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

די רבי פלעגט אריינקומען פארן זמן.
איך געדענק ווי די רבי פלעגט שטיין ביים סינק נאנט צום זמן סוף מנחה גרייט זיך צו וואשן.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

לעיקוואד האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן: מיט להבל״ח ראב״ד סטמר שליט״א (דאכט זיך מיר זיי זענען די זעלבע יאר גאנג לאיט״א)



??


מן הסתם איז די כוונה להגר"י ראטה אב"ד קארלסבורג.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ליידיג גייער האט געשריבן:די רבי פלעגט אריינקומען פארן זמן.
איך געדענק ווי די רבי פלעגט שטיין ביים סינק נאנט צום זמן סוף מנחה גרייט זיך צו וואשן.


איך רעד פון דעם ווינטער, דער רבי איז נישט אריינגעקומען צו מנחה בכלל נאר צו של"ס
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איז שוין דא עפעס פרטים איבער שבת?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
מתעניין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 3:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעניין »

בוידעם האט געשריבן:דער נועם אליעזר זי"ע איז געווען דערעקט א פונקטליכער.

צריך לומר "געוואלט זיין א פונקטליכער" אבל לא עלתה בידו כרצונו, אבער נישט אזוי שפעט ווי ביים רבי'ן זצ"ל וואס איז יעצט נסתלק געווארן.
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

איז דא א חתונה בבית סקולען קומענדיגע וואך?
איינער מיט מער פרטים
ווער?
מתעניין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 3:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעניין »

קדוש ונורא האט געשריבן:איז דא א חתונה בבית סקולען קומענדיגע וואך?
איינער מיט מער פרטים
ווער?

סעקולא חתן הרה"צ ר' בערל שטערן שליט"א מב"ב
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

עס איז זייער שווער זיך צי צאמקלויבן, און שרייבן וועגן דעם ביטערן אבידה וואס מיר האבן פארלוירן, מיט די הסתלקות פונעם צדיק יסוד עולם, קדוש ישרא"ל ותפארתו, רבינו קודש הקדשים מ'סקולען זיעוכי"א הכ"מ, מרן הק' ישראל אברהם בן הרה"ק ר' אליעזר זוסיא זי"ע. מיר זענען פארלוירן און ערשיטערט, ווי וועט מען נאך נעמען אזוינע טישן? ווי וועט מען נאך זען אזא חנוכה ליכט צינדן? צו וועם וועלן מיר זיך ווענדן אין ליידן און פריידן, און סתם זען א צדיק וקדוש פונעם פריעדיגער דור?!
מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען מען האט אריינגעפירט דעם צדיק אין שפיטאל, און כלל ישראל האט געהערט אז זייער קרוין פון קאפ איז אין א סכנה, האט מען געקענט טאפן די אנגעצויגענקייט ביי גאנץ כלל ישראל, יעדער האט מתפלל געווען און מעורר רחמים געווען, אז מיר זאלן נאך זוכה זיין צי הבן דעם צדיק צווישן אונז, און יזכר לטוב די גבאי (אדער ווער עס איז געווען) און הרה"צ ר' שמוא' מרדכי שליט"א, וואס האבן כסדר געמאלדן איבער די מצב, ובפרט די דברי חיזוק וואס רש"מ שליט"א האט כסדר אריינגעזאגט, און אזוי אויך דא אויף אייוועלט די אלע וואס האבן אינפארמירט דעם עולם, שכרם הרבה מאד.
יעדער האט געגלייבט און געהאפט אז מיר וועלן נאך זוכה זיין צום צדיק, קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן אז עס וועט נאך זיין א דור אן דעם צדיק...
אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט... מיר האבן נישט זוכה געווען... און דער טאג וואס יעדער האט געוואלט אז ס'זאל נישט אנקומען, איז אנגעקומען... די לעצטע טעג איז פארגעקומען א מלחמה כבידה צווישן די עליונים ותחתונים, מיר האבן אלע איינגעריסן, און געשפאלטן הימלען, אז עס זאל נישט געשען, אבער ליידער בעוה"ר נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש! די קאפ פון כלל ישראל איז אראפגעפאלן!
ובכל מקום אשר דבר המלך מגיע אבל גדול ליהודים, טייכן טרערן האבן זיך געגאסן פון די אויגן, קיינער ווייסט נישט וואס גייט דא ווייטער זיין, די רבי, די צדיק יסוד עולם, דער עמוד צלותהון דישראל, איז מער נישט דא מיט אונז! ווי מען גייט און ווי מען שטייט, זעט מען אידן ווישן זיך די טרערן, מען רייבט זיך די אויגן און מען האפט אז עס איז נאר א שלעכטער חלום, אבער ניין! דער אמת קלאפט אין פנים! מיר האבן פארלוירן דעם צדיק!
צומארגנס ביים לוי', האבן זיך שווערע טויזענטער אידן צאמגענומען מכל רחבי ניו יארק והגלילות, אפצוגעבן די לעצטע כבוד, און צוזאמען באוויינען דעם שווערן פארלוסט, דער צדיק יסוד עולם. עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן און באגרייפן די צער און אבילות וואס האט זיך אנגעזען אויף יעדעם'ס פנים...
טייכן טרערן האבן זיך געגאסן ווען בנו בכורו ומ"מ כ"ק מרן הגה"צ רבי ישעי' יענקעלע שליט"א האט אנגעפאנגן מיט דברי הספד, און מעורר געווען דעם עולם לתשובה ותיקון המעשים, בכיות נוראות האבן זיך געהערט פון אלע זייטן ווען ער האט אויסגעשריגן טאטע פארגעס נישט פון אונז!
דערנאך האט חדב"ן הגה"צ דומ"ץ סקולען וומסב"ג שליט"א מספיד געווען, און אויסגעשריגן נפלה עטרת ראשינו אוי נא לנו כי חטאנו! און אויך מעורר געווען מיט תשובה ותיקון המעשים
קיין אויג איז נישט געבליבן טריקן ווען הגה"צ הדומ"ץ שליט"א האט מכתיר געווען בניו הגאוה"צ שליט"א ובראשם בנו הגדול כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק שליט"א, ווען מען האט אנגעהויבן שפירן די פני משה כפני החמה ופני יהושע כפני לבנה (הגם כולם אהובים ברורים וצדיקים מ"מ...).
איי, דאס הארץ רייסט ווען מען דערמאנט זיך די גוטע צייטן, ווען אין יעדע צייט איז מען אריין צום צדיק, און מען איז ארויסגעקומען אנגעפולט מיט ברכות וישועות, און יעצט האבן מיר דאס פארלוירן.
אלו ואלו אומרים, נפלה עטרת ראשינו אוי נא לנו כי חטאנו! אוי לה לספינה שאבדה קברניטה!
אלו ואלו שואלים, ווי וועט מען נעמען די הייליגע צורה? ווי וועט מען נאך פראווען אזוינע הייליגע טישן? ווי וועט מען נאך הערן אזוינע הייליגע ניגונים? ווי וועט מען טראגן די קינדער און וויזן "דאס איז א איד וואס האט מפקיר געווען זיין גוף און זיין נשמה פארן אויבירשטן און פאר כלל ישראל"?
אלו ואלו שואגים, הייליגער רבי! פארגעס נישט פון דיינע קינדערלעך וואס זענען געבליבן פאר'יתום'ט! רוה נישט איין דארט אויבן ביז די וועסט אונז פועל'ן די גאנצע ישועה אויף וואס די האסט אזוי געבלוטיגט! מיר בעטן דיר דאס וואס הרבנית הצ' מ'סאטמאר ע"ה האט געבעטן על מיטתו פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע: לאז דיר נישט פארפירן אזויווי דער הייליגער ישמח משה! נישט קיין כינור של דוד, און נישט קיין שיעור במתיבתא דרקיע, זאלן דיר אפהאלטן פון זיך עקשן'ען ביז די וועסט פועל'ן די ישועה שלימה בקרוב!
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
פארנימען
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנימען »

נודה לך האט געשריבן:איז שוין דא עפעס פרטים איבער שבת?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

געהערט אז דער רבי וועט אריינקומען צו כל מקדש.
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

מתעניין האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איז דא א חתונה בבית סקולען קומענדיגע וואך?
איינער מיט מער פרטים
ווער?

סעקולא חתן הרה"צ ר' בערל שטערן שליט"א מב"ב


די חתונה איז און ניו יארק?
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

קדוש ונורא האט געשריבן:
מתעניין האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איז דא א חתונה בבית סקולען קומענדיגע וואך?
איינער מיט מער פרטים
ווער?

סעקולא חתן הרה"צ ר' בערל שטערן שליט"א מב"ב


די חתונה איז און ניו יארק?

החתן בן הרב אלקנה זאבערמאן שליט"א, בן הגה"צ ר' משה צבי שליט"א לרפו"ש במהרה וחתן הגה"צ דומ"ץ טאהש ב"פ שליט"א
עב"ג הכלה בת הרב מאיר דוד סעקולא שליט"א אב"ד כליל תפארת סקולען, בן הגה"צ אבד"ק סאדאוונא שליט"א וחתן הגה"צ ר' בערל שטערן שליט"א אבד"ק סקולען בני ברק, חדב"ן רבינו הק' זצוק"ל הכ"מ
די חתונה וועט פארקומען אין זאל פון עטרת חי' די קומענדיגע וואך מאנטאג אי"ה , די אויפרוף וועט אי"ה זיין דעם שב"ק אין ביהמ"ד טאהש אין בארא פארק
לעצט פארראכטן דורך איינפאכער איד אום זונטאג אפריל 07, 2019 1:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

יעצט געהערט א באריכט בשם הויז-בחור, אז לויט יעצטיגע פלאן
וועט כ''ק מרן אדמו''ר מסקולען שליט''א פראווענען דעם שב''ק
און זאל פון 'עטרת חי'' און בארא פארק
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

נאכנישט געהערט דערפון
לעצט פארראכטן דורך איינפאכער איד אום דאנערשטאג אפריל 04, 2019 9:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

ביטע נישט בויען גארנישט אויף קיין שפעקולאציעס.
מיר זענען יעצט אויף א זיצונג פון די הנהלת הקהלה מיט הגה"צ אבד"ק סקולען-ב.פ. שליט"א צו דורכגיין אלע פרטים פונעם שב"ק החודש ר"ח ניסן הבעל"ט, ווי נאר עס וועלן ארויסקומען די החלטות וועלן מיר אלעס אי"ה דא מודיע זיין.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

איינפאכער איד האט געשריבן:ביטע נישט בויען גארנישט אויף קיין שפעקולאציעס.
מיר זענען יעצט אויף א זיצונג פון די הנהלת הקהלה מיט הגה"צ אבד"ק סקולען-ב.פ. שליט"א צו דורכגיין אלע פרטים פונעם שב"ק החודש ר"ח ניסן הבעל"ט, ווי נאר עס וועלן ארויסקומען די החלטות וועלן מיר אלעס אי"ה דא מודיע זיין.

מארגן נאכט וועט זיין א טיש? און ווי?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

אקעי, נארוואס באשטימט:
די תפלות שב"ק וועלן אי"ה פארקומען בבית המדרש סקולען אויף די 54 סט.
ליל שב"ק וועט מען אי"ה זיך צוזאמקומען אויף שירות ותשבחות אין א גרויסן שאטער פארנט פון ביהמ"ד [עס וועט "גארנישט" פארקומען אין עטרת חי'].
מער פרטים וועלן אי"ה נאכקומען גאנץ שנעל
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

איינפאכער איד האט געשריבן:אקעי, נארוואס באשטימט:
די תפלות שב"ק וועלן אי"ה פארקומען בבית המדרש סקולען אויף די 54 סט.
ליל שב"ק וועט מען אי"ה זיך צוזאמקומען אויף שירות ותשבחות אין א גרויסן שאטער פארנט פון ביהמ"ד [עס וועט "גארנישט" פארקומען אין עטרת חי'].
מער פרטים וועלן אי"ה נאכקומען גאנץ שנעל

יישר כח פארן אפדעיטן!!! און אונז אינזין האבן.


דער רבי איז שוין נישט דא, עס לאזט זיך נישט גלייבן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבי איינפאכער דער אברכים בימ״ד שליסט די טירן אדער בלייבט אפן?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

חמרא טבא האט געשריבן:רבי איינפאכער דער אברכים בימ״ד שליסט די טירן אדער בלייבט אפן?

דאס דארפט איר פרעגן די הנהלה פון ביהמ"ד אברכים.
לעצט פארראכטן דורך איינפאכער איד אום דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”