אידישע געדאנקען האט געשריבן:נאך פונדערהיים האט געשריבן:קארטעז: קאנגרעס האט צוגעלייגט אן אמענדמענט צו די קאנסטיטושן (וועלכע באגרעניצט א פרעזידענט צו צוויי טערמינען) כדי צו פארזיכערן אז FDR (א דעמאקראטיש לעגענד) ווערט נישט ריעלעקטעד.
פאקט: רוזוועלט איז געשטארבן אין 1945 אינמיטן זיין פערטן טערמין, די 22׳סטע אמענדמענט איז געווארן צוגעלייגט אין 1947.
#עני יוניט עוועילעבל
איך זוך נישט צו פארטיידיגן יעדעס ווארט וואס פאלאטישאנ'ס זאגן, אבער צו זיין אויפריכטיג דארף מען הערן וואס זי האט געזאגט, און איך האב זיך טאקע נישט געפוילט און דאס איז עס:
ווען אונזער פארטיי איז געווען די די מערסטע קוראזשפול, די צייט פון 'די ניו דיעל' (א סעריע פון פראגראמען אין די דרייסיגער יארן אונטער פרעזידענט רוזעוועלט), 'די גרעיט סאסייעטי' (א סעריע פון פראגראמען אין די זעכציגער יארן אונטער פרעזידענט דזשאנסאן), 'די ציווילע רעכטן אקט' (1964 אונטער פרעזידענט דזשאנסאן) וכו' האבן מיר געהאט און אנגעהאלטן סופער מאיאריטעטן אינעם הויז, אין די סענאט, מיר האבן אנגעהאלטן די פרעזידענטשאפט, זיי האבן געדארפט אמענדן די קאנסיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן זיכער צו מאכן אז רוזעוועלט ווערט נישט ווידער ערוויילט."
וואס איך הער אין אירע ווערטער איז נישט אז זיי האבן געמאכט די אמענדמענט כדאי אונטערצוברענגען רוזעוועלט'ס שאנסן צו געווינען ווידער ערוויילונג, נאר אז אזא אמענדמענט וואלט געווען די איינציגסטע וועג אים אפצושטעלן דערפון, און דאס איז אמת אז ער איז געלאפן מיט סוקסעס איינמאל נאכ'ן צווייטן פאר פיר מאל ביז צו זיין טויט...
ליינטס נאכאמאל איבער וואס זי האט געזאגט : "זיי האבן
געדארפט אמענדן די קאנסיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן זיכער צו מאכן אז רוזעוועלט ווערט נישט ווידער ערוויילט" (נישט אז זיי האבן!).
א שיינע פורים תורה...!
דא איז אירע ארגינעלע דברי שטות בלע"ז.
“I think there’s a couple of lessons. One is that when we look into our history, when our party was boldest, time of the New Deal, the Great Society, the Civil Rights Act and so on. We had and carried super majorities in the House, in the Senate. We carried the presidency. They had to amend the Constitution of the United States to make sure Roosevelt did not get reelected.”
זי האט געזאגט אז זיי האבן געברויכט אמענדן די קאנסטיטוציע כדי צו מאכן זיכער אז רוזעוועלט ווערט נישט רי-עלעקטעד.
די ווארט "געברויכט" (had to) קען מען אויסטייטשן אויף צוויי אופנים.
לדוגמה, איינער וואלט נעכטן געשריבן אזוי:
א- ער האט נישט געקענט גיין צו די סקולעניע רבי זצ"ל לויה ווייל ער "האט געברויכט" גיין אין ארבעט.
ב- ער איז געגאנגען צו די לויה טראץ וואס ער "האט געברויכט" גיין אין ארבעט.
נאר וואס דען? פלעגט מיין רבי זאגן אז ס'ווענדט זיך ווי די חמר שטייט איין...
חמר קען טייטשען, חַמָר, חַמַר, חֵמָר, חָמָר, חֹמֶר, נאר ס'ווענדט זיך אין די קאנטעקסט.
זי האט נישט גערעדט פון וואס זיי האבן ווען געדארפט טוהן, זי האט גערעדט פון וואס זיי האבן געטון.
חוץ דעם וואס אויף
טוויטער האט זי זיך דיפענדעד דורכן אנווייזן אן ארטיקל פון די ניוז-וויק וואס האט איהר פארענטפערט אז זיי האט געמיינט צו זאגן אז זיי האבן אנגעהויבן די פראסעס פון אמענדן די קאנסטיטוציע אין 1944 בעפאר דער עוכר ישראל רוזעוועלט (ער האט נישט אריינגעלאזט די הונדערטער טויזנטער פליטים בשעת'ן קריג, און נישט באמבארדירט אוישוויץ) איז געשטארבן.
די פראבלעם מיט די תירוץ איז אז אפי' ווען מ'האט למעשה צוגעלייגט די אמענדמענט האט עס נישט אפעקטירט די אינקאמבענט פרעזידענט וואס איז דאן געווען דער "דעמאקראטישער" טרומאן!
(טרומאן איז טאקע אנפאנג געלאפן פאר א דריטן טערמין, נאר זיינע נאנטע האבן איהם אפגערעדט נאכן זיין זייער נישט פאפולער.)