סעיוון אלטע געלטער

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

סעיוון אלטע געלטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

אזווי ווי יעדעס יאר בין איך מכובד געווארן פסח'דיג צו מאכן מיין שאפע. יעדעס יאר פאק איך אויס און איך לייג אלעס צוריק אז ס'זאל זיין שיין מסודר פאר נעקסטעס יאר ווען איך וועל עס נאכאמאל פסח'דיג... יעדעס מאל קוק איך און באטראכט אלעס און איך געזעגן זיך דערפון פאר א שנה שלימה. א שטייגער ווי די חתן זייגער....

איינע פון די זאכן וואס איך טרעף מיר אן מימים ימימה איז די אלטע געלטער וואס איך פלעג סעיוון נאך אין די ימי הבחרית און עד היום האב איך נאכנישט קיין האלטער דערפאר. כ'האב שוין געטרייט צו זיכן אבער נישט געטראפן.

וואס איך זיך איז הארטע פלעסטיק האלטערס פאר קעש וואס יעדע באנקנאט זאל זיין אין א עקסטערע האלטער. און ווי אויך דארף איך גיטע האלטערס פאר אלע מינע קוינטס. פעניס, ניקעלס, דיימס, קוואדערס, האלבע דאלערס, גאלדענע און זילבערנע דאלערס און American eagals. ס'איז דא אזאנע האלטערס וואס ס'איז פאפן-דעקל ארום און ארום און נאר אויבן און אינטן איז עס פלעסטיק. איך זיך וואס ס'איז נאר פלעסטיק.

אויב איינער ווייסט פון א גיטע פלאץ ווי מ'קען באקומען דיזע סחורה אדער אויב איינער האט גיטע עקספיריענס וויזוי עס צו סעיוון איז מכובד בכבוד גדול אנצוצייכענען ווי און ווי אזוי.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אויפן מינוט קומט מיר דאס ארויף, איך פלעג ארדערן פרי קעטעלאגס פון זיי

littleton coin company

אמעזאן דארף לכאורה אויך זיין גוט
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

די ביליגסטע וואלט לכאורה געווען איבעי פאר די זאכן
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

ר' ענעמי, מסתמא מיינסטו פאר די מטבעות די סארט האלטערס.
אבער דאס ארבעט אויך גאנץ פיין און איז סאך ביליגער.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דעס למשל ארבעט אז איך קען דא לייגן וועליכע מטבע איך וויל און איך פאנטש עס אויס?
https://www.ebay.com/itm/25-Guardhouse- ... 0935.m2460
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

nmi האט געשריבן:דעס למשל ארבעט אז איך קען דא לייגן וועליכע מטבע איך וויל און איך פאנטש עס אויס?
https://www.ebay.com/itm/25-Guardhouse- ... 0935.m2460

ניין. ס'איז נאר פאר פענניס, ווי זיי שרייבן: Coin Holders for Penny / Cents.
ס'איז דא באזונדער צו קויפן פאר אנדערע סארט מטבעות, ניקלעך דיימס קוואדערס וכו'.
כ'בין נישט זיכער וועגן די גאר אלטע odd סייז מטבעות, ווי למשל 2 סענט מטבעות וכדו'.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

סורטש אויף איבעי פאר
Coin Snaplock 2x2 Clear Plastic Holders
ס'דא פאר אלע סייז מטבעות און איז נאר הארטע פלעסטיק.
קוק דא:
https://www.ebay.com/sch/i.html?_from=R ... +&_sacat=0

אויב זוכסטע א גרעסערע אויסוואל, קוק דא:
https://www.ebay.com/sch/i.html?_from=R ... s&_sacat=0
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

א גרויסן דאנק. וועליך עס אויסטשעקן ווען כ'וועל האבן א געלעגנהייט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיי פלעשור, זענען זיי געבענטשע געלט אדער סתם אלטע געלט?

פאר געבענטשטע געלט לוינט זיך צו ספענדען פאר א טייערע האלטער למען יעמדו ימים רבים און אויסזעהן מכובד'דיג; אבער פאר סתם אלטע געלט, קען זיין עס איז נישט ווערט דער אינוועסטמענט און פאפענדעקל האלטערס איז איבער גענוג, אדער "וויטמען" ביכער זיי שיין אריין צו לייגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

SPUSMN האט געשריבן:מיי פלעשור, זענען זיי געבענטשע געלט אדער סתם אלטע געלט?

פאר געבענטשטע געלט לוינט זיך צו ספענדען פאר א טייערע האלטער למען יעמדו ימים רבים און אויסזעהן מכובד'דיג; אבער פאר סתם אלטע געלט, קען זיין עס איז נישט ווערט דער אינוועסטמענט און פאפענדעקל האלטערס איז איבער גענוג, אדער "וויטמען" ביכער זיי שיין אריין צו לייגען.

סתם אלטע געלטער. די קעש האב איך פון די פופציגער יארן און ווייטער אויכעט די סינגעלס מיט די סטארס. קוינטס האב איך פון די 1800ער יארן ביז די פופציגער יארן בערך. און אויך עפעס קוואדערס דייםס וואס איז ריין זילבער.

קוינטס פון די 1800ער זענען ווערד עפעס מער?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יעדער מטבע האט זיך זיין ווערט, עס האט נישט אזוי פיל מיט די עלטער נאר מיט וויפיל ס'געבליבען אין דער קאנדישאן (און פארשטייט זיך וואס עלטער אלץ ווייניגער איז געבליבען). ס'דא וואס מען קויפט במנין ואס יעדער שטיק האט א באזונדערע ווערט, און ס'דא וואס מען קויפט במשקל ממש אויף די וואג אין זעק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

nmi האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:מיי פלעשור, זענען זיי געבענטשע געלט אדער סתם אלטע געלט?

פאר געבענטשטע געלט לוינט זיך צו ספענדען פאר א טייערע האלטער למען יעמדו ימים רבים און אויסזעהן מכובד'דיג; אבער פאר סתם אלטע געלט, קען זיין עס איז נישט ווערט דער אינוועסטמענט און פאפענדעקל האלטערס איז איבער גענוג, אדער "וויטמען" ביכער זיי שיין אריין צו לייגען.

סתם אלטע געלטער. די קעש האב איך פון די פופציגער יארן און ווייטער אויכעט די סינגעלס מיט די סטארס. קוינטס האב איך פון די 1800ער יארן ביז די פופציגער יארן בערך. און אויך עפעס קוואדערס דייםס וואס איז ריין זילבער.

קוינטס פון די 1800ער זענען ווערד עפעס מער?


דיימס און קוואדערס, און אזוי אויך זילבערנע האלבע און גאנצע דאללערס אין circulation זענען קיינמאל נישט געווען 'ריין' זילבער, זיי זענען 90% זילבער, עטוואס ווייניגער ווי רוב זילבערווארג וועלכע זענען סטערלינג סילווער, 92.5% זילבער.

coins פון די 1800s ווענדט זיך ווי א מטבע, פארהאן וועלכע זענען ווערד נישט מער ווי 2-3 דאלער, און אזעלכע וועלכע זענען ווערד צענליגער טויזענטער... אבער דאס מוז נישט זיין דייקא פון די 1800s, עס זענען דא מטבעות און פאפירענע געלט וועלכע זענען בכלל נישט אזוי אלט אבער זענען ווערד טויזענטערס, עס ווענדט זיך בעיקר ווי זעלטן, און זייער אסאך מאכט אויס אין וועלכער צושטאנד דער מטבע איז.
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

אלטע געלטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

נישט געטראפן קיין בעסערן אשכול אויפן מינוט, וועל איך אהערשטעלן מיינע פראגעס, און ס'איז צום האפן אז די ענטפערס וועלן אפירקומען.

איך האב באקומען טשעינדזש פון א געשעפט פינעף און זיבעציג צענט, אריינגעלייגט אין קעשענע און ארויסשפאצירט.
שפאצירנדיג אזוי הער איך פון קעשענע מאדנע קלינגערייען אנדערש וואו די געווענליכע קוואדער'דיגע געזאנג.
מ'נעמט אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומען, והנה, איינער פון צווישן די דריי בחורים איז שוין א בא בימים ער איז שוין באשאפן געווארן אין יאר 1964 ווארשיינליך איז ער זילבערנעם שטיקל.

שאלה א' וויפיל איז ער ווערט? (געזוכט אליין אביסל אבער נישט געכאפט דעם פארטל, עס קען זיין ערגעץ צווישן $3.50 און $42)

שאלה ב' אזוי ווי איך האב נישט דעם געפיהל צו אלטע געלטער, בינעך נישט אינטערסירט דאס אוועקצולייגן, איז וואו טרעף איך דעם מענטש וואס וועט מיר וועלן געבן די פאר דאלער און אויסלייזן דעם אומשולדיגן קוואדער'ל?

שאלה ג' האב איך עפעס אן התחייבות צום געשעפט וואס האט מיר געשאנקען דעם קוואדער'ל?

יישר כחכם פאר אלע ארויסהעלפערס!
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

Re: אלטע געלטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

פלאטשיגער האט געשריבן:נישט געטראפן קיין בעסערן אשכול אויפן מינוט, וועל איך אהערשטעלן מיינע פראגעס, און ס'איז צום האפן אז די ענטפערס וועלן אפירקומען.

איך האב באקומען טשעינדזש פון א געשעפט פינעף און זיבעציג צענט, אריינגעלייגט אין קעשענע און ארויסשפאצירט.
שפאצירנדיג אזוי הער איך פון קעשענע מאדנע קלינגערייען אנדערש וואו די געווענליכע קוואדער'דיגע געזאנג.
מ'נעמט אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומען, והנה, איינער פון צווישן די דריי בחורים איז שוין א בא בימים ער איז שוין באשאפן געווארן אין יאר 1964 ווארשיינליך איז ער זילבערנעם שטיקל.

שאלה א' וויפיל איז ער ווערט? (געזוכט אליין אביסל אבער נישט געכאפט דעם פארטל, עס קען זיין ערגעץ צווישן $3.50 און $42)

שאלה ב' אזוי ווי איך האב נישט דעם געפיהל צו אלטע געלטער, בינעך נישט אינטערסירט דאס אוועקצולייגן, איז וואו טרעף איך דעם מענטש וואס וועט מיר וועלן געבן די פאר דאלער און אויסלייזן דעם אומשולדיגן קוואדער'ל?

שאלה ג' האב איך עפעס אן התחייבות צום געשעפט וואס האט מיר געשאנקען דעם קוואדער'ל?

יישר כחכם פאר אלע ארויסהעלפערס!



לויט די לעצטיגע פרייזן פון זילבער, איז אזא קוואדער ווערד ערגעץ אין די 2.50/2.75 וועליו, עס קען ארויף גיין אדער אראפ גיין מיט עטליכע צענט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17477
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: סעיוון אלטע געלטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אינטרעסאנט
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”