בדחנות - שמחת חתן וכלה

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אהבה רבה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 10:53 am

בדחנות - שמחת חתן וכלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבה רבה »

מיין פאטער מאכט חתונה אין דריי וואכן ארום, איך וויל צוגרייטן עפעס גראמען משמח צו זיין חתן וכלה, איך קען ב"ה מאכן שיינע גראמען אבער איך זוך עפעס א נושא איבער וועלכע איך קען ארבעטן. ווי פארשטענדליך מוז די נושא זיין אביסל לאכעדיג און אביסל שמייכלדיג און עס מעג אויך פארמאגן עפעס ערנסטקייט. קען מיר איינער העלפן מיט א נושא?
לדוגמא, וויאזוי חתן וכלה פרייען זיך צו די פאסט ביז די ערשטע ביל קומט...
דער פרישער יונגערמאן טראגט ארויס די גארבידזש פרייליכערהייט ביז ער באקומט די ערשטע פסק ווען ער פארגעסט איינמאל...
וכדומה.
אויב באקום איך דא א גוטן געדאנק, וועל איך בלי נדר מיטטיילן מיינע גראמען נאך די שבע ברכות כדי אנדערע זאלן זיך קענען דערמיט באנוצן.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מ'קען סתם אזוי צולייגן א שנה ראשונה יונגערמאן,

מ'קען צולייגן די דיפרענס פון די ערשטע וואך ביז די צווייטע חודש,
די ערשטע וואך ס'ווייב שמייכלט, גרויסע פרישטאג'ס, וכו',
די צווייטע חודש ווייב בלאזט, הארטע טאסט, וכו' וכו',
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

העי, בלאזט מיט טאסט, גראמען נאר אויפן שריפט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נו? כ'האב געשריבן, נישט געגראמט,

ביי די וועי, קענסטו צולייגן וו עפעס א עלטער פעטער זיכט כבוד אויף א שמחה, און ער באקומט נישט גארנישט, יעדער מינוט מיינט ער אז ער גייט שוין באקומען א כיבוד און ביז דערווייל לאזט זיך אלעס אלעס א בוידעם,
ענדליך בבי ברכה אחריתא האט זיך דער מחותן דערבארעמט אויף אים, ער נעמט זיך זינגען אשר ברא...

איך האב אמאל באקומען אזא מעשה אויפן גראם, שיק מיר דיין אי מעיל איך וועל עס דיר שיקן,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

שאץ מאץ האט געשריבן: שיק מיר דיין אי מעיל איך וועל עס דיר שיקן,


קענסט מיר עס אויך שיקן?
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אהבה רבה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבה רבה »

שאץ מאץ האט געשריבן:מ'קען סתם אזוי צולייגן א שנה ראשונה יונגערמאן,

מ'קען צולייגן די דיפרענס פון די ערשטע וואך ביז די צווייטע חודש,
די ערשטע וואך ס'ווייב שמייכלט, גרויסע פרישטאג'ס, וכו',
די צווייטע חודש ווייב בלאזט, הארטע טאסט, וכו' וכו',


זייער פיין, אזא געדאנק שמעקט גאנץ גוט, אבער איך דארף א ליסטע פון די אלע ענינים. העלף מיר ארויס מיט נאך פראבלעמען וועלכע קומען אונטער ווי צב"ש מען פרייט זיך צו די פאסט ביז די ערשטע ביל קומט וכדומה.
ווער עס האט נאך אינפארמאציע ביטע צולייגן.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ס'הייבצעך אן מיטן טשעקן יעדע דריי מינוט די פאסט, און גארנישט טרעפן, ענדליך קומט אן עפעס א קרעדיט קארד אפעער און מ'רעגצעך פארוואס יענער שיקט מיר אומגעבעטענע זאכן, און מ'קאלט שנעל בעטן אז זיי זאלן אויפהערן שיקן, האלט מען זיך ביזי א גאנצן נאכמיטאג.

מ'שיקט ארויס טעינק יו קארדס, מ'גייט אראפ צום פרינטער און נאך צוויי שעה איז מען מחליט וועלכע דיזיין צו שיקן.

נאכדעם הייבצעך אן א קאשע, מ'דארף שיקן פאר טאנטע דוואשע, און ח"ו נישט פארגעסן פון מומע שאשע,
אבער בשום אופן נישט שיקן פארן פעטער בערל, שכל האט ער דאך ווי א קערל, זיין "פלעינע אכצן דאלערדיגע טשעק (זוי ווייניג)" איז נישט ווערד מער ווי צו שניידן מיט א שערל

און מ'גייט עסן סאפערס ביי די עלטערן דארף די גאנצע גאס מיטהאלטן אלע זייערע שמועסן.

די ערשטע טאג שלאגן זיי זיך נאך ווער עס זאל ארויס טראגן די גארבידש, יעדער וויל האבן דעם כבוד, אבער נאך צוויי וואכן הייבצעך אן די קריגעריי אויף פארקערט... יעדער זאגט נעם דו דעם כיבוד, כאנישט קיין נערווען דערצו...
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

אהבה רבה! בוזט נישט אפשר א שנה ראשונה יונגערמאן?

אויב יא קענסטו אויסגראמען ווי מען גייט אויף אידישע וועלט זוכן גראמען פאר די שבע ברכות פון די יונגערע ברודער/שוועסטער/שוואגער/שוועגערין!
תכלית הידוע שלא נדע
אהבה רבה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבה רבה »

ניין, איך בין נישט קיין שנה ראשונה יונגערמאן מער ב"ה, איך האב אבער הנאה אז איך קען נאך מאכן דעם איינדרוק פון א שנה ראשונה יונגערמאן כאטש וואס די שוועסטער מיינע איז נישט קיין סאך עלטער ווי מיין טאכטער תחי'.
צוריק צום ענין, איך דארף נישט קיין רעדי גראמען פאר וועלכע איך וויל נוצן מיין אייגענע טעיסט, און ווי פארשטענדליך דארף מען וויסן וועלכע ניגון און וועלכע פזמון מען גייט נוצן.
סך הכל וואס איך דארף איז א ליסטע פון זאכן וועלכע מען קען נוצן ארויסצוברענגען א שמייכל פונעם חתן, אנציען דעם חתן אויף דעם ביטערן לעבן וועלכע גייט קומען און דאן בארואיגן אז עס איז נישט אזוי געפערליך.
ווער קען העלפן ביטע?
אהבה רבה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבה רבה »

שאץ מאץ האט געשריבן:נו? כ'האב געשריבן, נישט געגראמט,

ביי די וועי, קענסטו צולייגן וו עפעס א עלטער פעטער זיכט כבוד אויף א שמחה, און ער באקומט נישט גארנישט, יעדער מינוט מיינט ער אז ער גייט שוין באקומען א כיבוד און ביז דערווייל לאזט זיך אלעס אלעס א בוידעם,
ענדליך בבי ברכה אחריתא האט זיך דער מחותן דערבארעמט אויף אים, ער נעמט זיך זינגען אשר ברא...

איך האב אמאל באקומען אזא מעשה אויפן גראם, שיק מיר דיין אי מעיל איך וועל עס דיר שיקן,

איך האב דיר געשיקט מיין אי-מעיל אדרעס, ביטע שיק מיר דעם גראם וואס די באסט, א דאנק.
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

דא איז דא א גוט שטיקל סי קען דיר צוניץ קומען
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
barilan
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 15, 2009 9:20 am

גראמען....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך barilan »

איך זיך א נדבן א גראמער זאל מיר אובשרייבען א שטיקל גראאם צו בזינגען מיין חושובע ויייב צו דער חתונה פון זון נישט דארך דעם בדחן נאר איך אליין. זאל זיין אויסגערעכעט די מעשים טובים און די אופענע טיר פאר יעדן אורח און איבער געגבנהייט צו איר מאן, און זון חינוך און נאך זאכן וואס איך וועל זאגן.. א חסד פליס..
please email to [email protected]
thank you
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

ווי איך טוה דא קוקן
און מיינע אויגן רוקן
און שנעלערהייט שיקן
איבער די טישן פול מיט ביינער פון טשיקן
קיינע הרע אזויפיהל צו פארציקן
ממש ווי א מאנטיג'דיגער תיקון
בין איך געקומען צו א מסקנא טריקן
אז דאס אפצוריקן
און אפצופליקן
חס ושלום זיך אזוי אויסצודריקן
נאר פשוט באמת געמיינט די נשמות זאלן האבן א תיקון
מוז זיין אז דא איז געווען א ציבור
וואס זענען געזעסן איבער
ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין ווי פריער מדובר
צום טעלער מחובר
און זיי האבן מסדר געווען דעם קרבן ציבור
נא ווי לאנג דאס איז
א סעודת מצווה געוויס
איז זיכער אז מען מוז
עסן ביז
מען שפירט אז מ'איז גראב מבית אל עד לוז
און דאס איז א זכות
יא פונקט ווי א סעודת ברית
ואין שמחה אלא בבשר ויין
און אז מען טוט זיך דערפרייען
קען מען דערנאך אויך טריייען
אז דער חתן זאל פון שמחה זיך דרייען
איינגעבויגן אין צווייען
ווייל וואו קען אן עצבן
מאכן א צווייטן טאנצן
און לאמיר טאקע נישט פארקריכן
איך האב נישט געברויכט לאנג זוכן
נאר גלייך געזעהן די פולע פאר שיכן
און נישט בלויז שיכן נאר אויך גאנצע גופים
וואס זענען געזעצן ארום טיש עקופים
בקומות זקופים
און בגילופין
טוט מען פרייליך מאכן דעם חתן ברצופים

נא! האב איך נישט געטראכט קיין סאך
נאר גלייך
זיך גענומען צו די זאך
און פרובירט ארויס צוברענגען מיין פאך
מ'דארף די מחשבות אביסל אויסגראדן
נישט צו זיין ווי דער בהמה אין אין צדין
נישט צו גיין אין נעץ בלינדערהייט
נישט זיין ווי א טשיקן וואס אין באקס ער שרייט
אדער ווי דער אינגל מיטן פלאמעדיגן באק
נאכן כאפן פון מלמד א קנאק
און פון מנהל א פראק
פון טאטן א האק
און פון מאמען א שאק
נישט ווי דער בחור מיטן פארבלאשטן נאז
אנגעזעצט אין באבלאזט
נאכדעם וואס זיין משגיח האט דעם טומפער געלאָסט
און אים אריינגעפסוק'ט פיהל מיט דזשאוס
איך וויל דא אזאנס פארמיידן
כדי די זאלסט נישט נאכדעם דארפן ליידן
ס'איז א שאד אז א חתן פון זיידן
זאל אים חלילה עפעס שאדן

חתן איידער איך פאנג אן מיינע דיבורים
וויל איך אויסגלייכן דיינע הורהורים
די זאלסט נישט מיינען חלילה
אז איין ווארט גרעניצט זיך מיט אמת אפילו
חתן דו זאלסט נישט מיט א רוגז בלייבן
כ'מיין נאר אריינצופארן אין דיין באבנס באבן
אויב אבער חלילה איינער שפירט מיט א שטארקע ממשות
אז ס'טוט אים וויי ער האלט ביי חלשות
צוליב וואס אים ס'טוט שטעכן ביז וויינען
להוי ידיעה, אים טוה איך טאקע מיינען
פאקט איין, און ווישט אייך די נאז
איך וועל נישט טאלערירן קיין איין בלאז

חתן די פאנגסט אצינד אהן א נייע לעבן
דארף מען דיך אביסל אנווייזונגען געבן
כ'האב אמאהל געהערט א ווארט פון איינעם דערמאנען
אויף פרשת יתרו. א גוטס. ס'טוט שיינען
לויט די דבר אחר אין רש"י
האט ער דערויף א באמבאסטישע קשיא
אויב ויחד יתרו טוט מיינען אז ס'האט אים געשטאכן
און ער איז אויף די שמועות טובות געווען צובראכן
דאן פ"וו איז יתרו העפי וואו אין א יו"ט אינדערוואכן
ציוואס באמבלט יתרו ברוך השם.
מיט א שמחה עצומה כאילו ס'איז גארנישט געווען
אויב האט יתרו באמת געטוהן האבן שמערצן
וואלט ער דאך געדארפט דערויף קרעכצן
נאר פשט איז האמנתי כי אדבר
אזויפיל מאל מ'זאגט א זאך כדי את האוזן לשבר
ביז מען טוהט עס שוין אויף אן אמת גלייבן
אזש מען טוט זיך דערנאך פון שמחה הייבן
אמאל איז דא זאכן וואס טוען שטעכן
אבער מ'זאגט ב"ה. טוט מען עס ברעכן
אמאל איז דא א זאך וואס געט א מערדערישע ציפ
אז ס'שטעכט אריין ביז'ן זיבעטן ריפ
די עצה איז אבער צו זאגן ברוך השם
געלויבט איז דער באשעפער פאר דעם
ביז מען טוט עס אזויפיל מאל רעפיטן
און אלעס וועט נשתנה צום גוטן
חתן ס'וועט זיכער זיין זאכן וואס שטעכן און קניפן
באט יו מעיק שאר צו בלייבן מיט אויסגעשפרייטע ליפן
מיט א שמייכל וועסטו אלעס איבערהיפן
וועט דאן פון דיר געשמאקייט טריפן
זאג אז ס'איז. וואט דא איי קעיר?
וועט זי זאגן יא סא פעיר.

חתן גענוג מיט די דברי כבושין והתערורות
מ'עט נאך זאגן באלד, אז איך ברענג אריין דא א מוררת
דער בדחן זאגט ווערטער שטרענג, און הארטע
ס'פעלט אים גראבע שרויפן תרתי
מ'וועט מיך נאך באלד אנכאפן
און מיינע ביינער גוט באקלאפן
פון פענסטער מיך ארויסשיבן
אריינבויקענען אין מיך אפאר גריבן


חתן, אצינדער אביסל הדרכה
וויאזוי זיך מסדר צו זיין מיט דיין משפחה
כ'ווייס אז מ'האט דיר געטוהן גיט איינבאקן
אז די פרויען קענען גוט קאכן. אזוי אז ס'טוט קנאקן
מאנכע טענע'ן אז זיי זענען אזוי געבוירן
איך זאג אבער אז דאס איז פון טייג ארויס געיואוירן
זיי לערנען זיך אויף אונזערע ביינער
די ערשטע יארן וועסטו עסן פארברענטע שטיינער
שווארץ ווי קויל, הארטע שטיקער
אנשטאט זאלץ, אויל, און בעקינג סאדע שטאט'ס ציקער
און נאך א יאהר איז שוין נישט אקטועל במילא
ווייל דער חוש הטעם מ'פארלירט אהן קיין שאלה
דו דארפסט דיך אבער נישט נעמען צום הארצן
איך האב אן עצה אז די וועסט אויגן שטארצן
ס'איז ב"ה דא גענוג רעסטאראנטן
און די קענסט אפי' אריין גיין צו א באקאנטן
אבער זעה אז די ביל פון די פיצא זאל נישט יערן
און גרעסער פון דיין עלעקטעריסעטי ווערן
ווייל אויב עס וועט זיך צו אזא מצב דערשנעלקען
זאלסטו זיך צום רעסטעראנט אריבערציען און פעקלען

אבער חלילה אינדערהיים די זאלסט אפי' מאכן א מינע
ווייל דעמאלטס וועסטו מיט דער מאפ וואשן די גרינע
וועסט דאן קענען בלוט שפייען
אבער די דזשארע פון די פאדלאגע, וועסטו קייען
די זאלסט חס ושלום אויך נישט אויפעסן אלעס
ווייל דאן וועט זי נאך א טעלער דיך געבן אהן קיין שאלות
טאמער אבער וועט זי דיין מיינונג אויפן עסן פרעגן אויפן ארט
זאלסטו זאגן פאר איר . אוי "גוט" איז "נישט" דאס ווארט

דערנאך קומט דער ענין פון דרך ארץ
וויאזוי צו באהאנדלען די ווייב בכבוד ובמרץ
די זאלסט די געשיר גוט אויסוואשן
ווייל אויב נישט וועסטו טרעפן צעטלעך אין דיינע טאשן
דו זאלסט גוט איינקריצן אין דיין זיכרון
וויאזוי א אייער שפייז האט אויסגעקוקט אין די גוטע יארן
ווייל איך ווייס נישט ווען ס'וועט קומען אן עת
דו זאלסט זיך נאכאמאל באגעגענען מיט אן אייער שפייז
און אויב יא, וועסטו מסתמא אים נישט דערקענען
וויבאלד ער וועט זיך שטארק צוברענען

די זאלסט חלילה א סעלפאון נישט טראגן
ווייל ס'וועט נישט סטאפן רינגען פון ווען ס'טוט טאגן
כאב מיך דערמאנט פון נאך איין אייטעם וואס פעלט
כ'קען מיך נישט רירן אנדעם כ'ווער פארגעלט
די קענסט פליז אויפפיקן אפאר רענצליך
און ארויסטראגן די גארביטש גענצליך

איך האב געזעהן א מייז אפאר שעה צוריק
כ'שטיי אויפן געז רענטש אינטער גרויס דריק
די מייז האט זיכער אונזער הויז אינוואדירט
איך וויל מיך שוין מופן, אויב נישט ווער איך גערירט
כ'האב געזעהן א חיה אויף 22 פיס
קריכן אויפ'ן וואנט רוף שוין די פאליס
ער האט מיך געוואלט בייסן געוויס
יעדע בעיבי ווייסט אז א ספיידער ס'איז

ס'איז דא א ריזיגע סעיל האט א שכן געזאגט
ביי די קליידער סטאר,די פרייזן זענען ממש צוקאקט
נעם ארויס א מארגידזש, איך דארף אסאך איינקויפן
ס'איז אזוי ביליג, ס'איז א נבירה נישט צו קויפן

מ'וועט דיך ארויסשאקלען פון בעט צופרי
גלייך ווי נאר דער האן זאגט קוקוריקי
נאר דער האן איז א צווייטע וואס ביזט געווען געוואוינט
ס'קען אזוי הויעך שרייע אז פאפן וועט זיך דיר נישט האבן געלוינט
און דאס איז נישט סתם א קוקורי
נאר א ריזיגע זייגער מיט א D בעטערי
שפעטער ווערט דער מצב אסאך מער אנגעצויגן
מ'עט דיך ארויסשלעפן פון בעט מיט פארקלעבטע אויגן
זעה חלילה נישט צו פארלירן דעם טעמפער
מ'דארף פשוט דעם קליינעם איינטוישן א פעמפער

אין ישיבה האסטו געקענט כראפענען ממצרים ועד הנה
אינדערהיים איז דאס אבער פון די פראבלעמען די קליינע

אין ישיבה האסטו געקענט איבעררעדן יעדן
אינדערהיים קענסטו אבער דיינע ווערטער סעבן
די קענסט פארגעסן פון קרעכצען און בלאזן
זיי קענען אסאך בעסער די מיטלען יוזן
און די וועסט זיך טרעפן אין הקדש, בחיפזון
זיך ווישן מיט צייטונגס פאפיר, און זיך שפייזן פון גראזן

יעצט אז דו האסט שוין אביסל הדרכה
קענסטו אנפאנגען דיין לעבן מיט ברכה
חתן זאלסט אבער קלאר וויסן
און יעדער זאל הערן וואס ליגט אויף מיין געוויסן
אלעס וואס איך האב דיר געטוהן דא אויפליינען
האב איך פארשטייט זיך דאס פארקערטע געטוהן מיינען
זארג נישט כ'האב מיט מיינע עס געטוהן דורך שמועסן
כדי אז ס'זאל איר חלילה נישט פארדריסן.

דאס זעלבע אינדערהיים, ווען דו ווילסט עפעס שיסן
טוה איר עס קודם רוהיגערהייט לאזן וויסן
און בעסער אויך נאך א פעטן ביסן
אזוי וועסטו פון ישוב הדעת געניסן
און נישט פון נערוועזקייט זיין צוריסן
וואס דאן וואלסטו דיין ווייב צוריסן
נאר הכול על מי מנוחות זיך גיסן
און ערוואקסענערהייט מיט איר עס דורכשמועסן
קענענדיג אזוי ריכטיג אזאך באשליסן
און פארגעס נישט אז בצלותהון ובעותהון
קען מען אלע טויערן דורכשיסן
און א גוטע לעבן שליסן

ווייל נאר בזכותה איז מען זוכה צו תורה
ווי ס'שטייט שרוי בלא אשה, שרוי בלא תורה
ווי מען זעהט טאקע ביי יתרו אין די זעבע פרשה
שטעלט זיך מיר דארט א שטיקל קשיא
יתרו קומט אין מדבר נאכן הערן גוטע שמועות
און עצה'ט משה'ן מיט אזא בקיאות
דו דארפסט זיין בקוו הבריאות
נבל תבול, ס'ניצט אויס דיין חיות.
שטעל שרי מאות, צוליב דיר טוה עס
די שווערע ענינים, פסק'ן דו, מיהת
וכל הדבר הקטן ישפטו הם אהן קיין מניעות

יתרו פרייד זיך על כל הטובה אשר עשה ד', אהן א צאל
און איז אפי' מגייר בתוך עם ישראל.
און דא מיט אמאהל
מ'האלט שוין ביי גאל ישראל
ס'קומט שוין צו קבלת הת' אט אט.
יתרו פוצט אפ אהן זאגן א ווארט?
נאר פשט איז אז דער עיקר פארוואס יתרו איז געקומען
איז אפש' ווייל ער האט ציפורה, מיט גענימען
ווייל בזכות די צדיקת ציפורה
האט משה זוכה געווען צו די תורה

ווי ס'שטייט אז א דאנק די הילף אירע
איז מען זוכה אז תורה, רוהט אין די דירה
דו גייסט דאך יעצט בויען א הויז, פאר די שכינה לשוכן
ועשו לי צקדש ושכנתי בתוכם
די שטוב פון א איד איז צו דער משכן געגליכן
אז השם זאל רועהן דארט דארף ער זיין מוכן
מ'זעהט אין פ' פקודי טוט שטיין
אין פ' כ"ב וואו מען האט די נדבות געטוהן מנדב זיין
ויבאו האנשים על הנשים, כול נדיב לב.
מ'האט געברענגט די צורינגען פאר די מעשה חושב
זאגט רש"י, וסמוכין עליהם, די נשים האבן געמוטיגט די מענער
צו ברענגען די תכשיטים, וואס מער און וואס שענער.
מכח זייער ליבשאפט לאין קצבה
וואס די פרויען האבן געהאט צו די גרויסע מצווה
זענען זיי אליין צו משה'ן געקומען
און די מענער אויך מיטגענימען

זאל דער אויבשטער העלפן, אז די זאלסט אויפבויען
א בית נאמן בישראל
און זיך טאקע בייגן אלעמאל
ווייל דורכ'ן איר אויסהערן
וועסטו "בעזרה" קענען א ת"ח ווערן.
לעצט פארראכטן דורך פעדער אום דאנערשטאג יולי 28, 2011 4:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אויש...
נא פעדער'ל, האטצעך געלוינט צו שרייבן די גראמען אנשטאט די נארישע דיסקוסיע וואס מ'האמער פריער געהאט אין חדר מיוחד?...
עניוועי לאכתי ולאכתי ולאכתי ולאכתי....
געשטימט פאר ראשעק הול
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

unbelievable
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

עס איז מודה יעדער
אז דער קרעטשמע פארט אויף רעדער
פון אונזער חשוב'ן ניק פעדער
וועלכער איז ארויס פון יעדן גדר
און זיך פארגענומען בלי נדר
אונז מהנה זיין כסדר
סיי זומער אונטער די ביימער פון צעדער
סיי ווינטער אין די ווארימע בעדער
---
זע זיך נישט איינצושפארן אין א חדר
און איבערלאזן אן א פאסטוך דעם עדר
גארטל דיך אן מיט א גארטל פון לעדער
האלט ווייטער אן דעם שיינעם סדר
לאז רינען די טינט פון דיין פעדער
און דערקוויק אונז ווייטער מ'בעט דיר
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אגאנצע וואך איז אויפן ווייב קענטיק,
אז זי קוקט ארויס אויף דעם זונטיג,
זונטאג דער מאן האט נישט יעצט זיין דשאב,
איז ער משובעד צום ווייב,
דו דרייוו מיר נאר אהין מיט דיין קאר,
און ווארט אינדרויסן פון סטאר ווי א נער,
איך גיי שפאניג מיט מיין פרענד,
אזא סעיל איך האב קוים געספענד,
געב אהער דעם טשעק וואס דו האסט באקומען פרייטאג,
איך וועל עס מסדר זיין אזוי זייטיג,
קום נאר אריין אין סטאר פאר מבינות,
וואס זאגסטו צו דעם קלייד? ס'פירט דאך ארויף אויף די שינעס,
דער מאן ווייסט נישט קיין חילוק פון די געלע ביז די גרינע,
אויף דעם חטא אליין ווייזט שוין די פרוי א ברוגז'דיגע מינע,
דו זעהסט נישט אז די געלע איז יאנטשי,
דאס האט דאך געטראגן די אלטע מומע קריינטשי,
אקעי ווייסטו וואס זאגט דער מאן,
נעם דעמאטץ די גרינע פאק עס איין,
אוי די חכם זאגט זי, די גרינע איז דאך אבער טייער,
דא ווערט שוין דער מאן צומישט זייער,
די געלע יאנטשי די גרינע קאסט געלט,
נו! נעם דיר די גרינע וואס דו האסט אויסגעוועלט,
איך וועל שוין נעקסטע וואך ארבעטן אווער טיים,
אבער איך בעט דיך קום שוין אהיים,
דער מאן קומט אן זונטאג צו מנחה מעריב,
קוים וואס מ'קען אים זיין מצרף,
וואס איז? זאגט ער מיר, מיין קאפ שיסט,
איך ווייס נישט פארוואס ס'איז ממש אומזיסט,
זאג איך אים לאמיר דיר נאר איין זאך פרעגן,
ביסטו אפשר געגאנגען שאפינג היינט מיט דיין ווייב אויף אירע וועגן?
יא זאגט ער מיר, איך בין געגאנגען,
נו אוודאי האסט קאפ ווי וואס טוסטו דען פארלאנגען,
די ספיקות יא קויפן נישט קויפן מ'קען נישט באשליסן,
דאס אליין קען מאכן דעם קאפ שיסן,

חתן ווילסט הערן מיין עצה? אזכרנו וזכור,
זאג נישט אויס דיין ווייב אז דו האסט שוין געקענט דריוון אלץ בחור.....

פעדער שכוח, פאר די התחלה, אזוי בין איך געגאנען ווייטער מיט א בהלה,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שאץ מאץ האט געשריבן:ביי די וועי, קענסטו צולייגן וו עפעס א עלטער פעטער זיכט כבוד אויף א שמחה, און ער באקומט נישט גארנישט, יעדער מינוט מיינט ער אז ער גייט שוין באקומען א כיבוד און ביז דערווייל לאזט זיך אלעס אלעס א בוידעם,
ענדליך ביי ברכה אחריתא האט זיך דער מחותן דערבארעמט אויף אים, ער נעמט זיך זינגען אשר ברא...
,


אטע דא איז די מעשה מיטן גראם

(ניגון הר"ר אלימלך טאנץ)
אבער רבותי ס'איז דא א סיבה,
פארוואס איך שטעל מיר דא ארויף,
היינט נאכט ביי דעי מסיבה,
פון מיין שלאף איך וועק מיר אויף,
--יעדער וועט צו דעם צו שטומען,
לייגט'ס צו קאפ און פארשטייט'ס,
ס'איז געוועהן א פעטער ר' מרדכי שמעון,
פון וואשינגטאן הייטס,
--האט מען אים גערופן פאר א פנים חדשות,
האט ער זיך זייער דערפרייט,
און גאנצע לאנגע דרשות,
האט ער זיך צוגעגרייט,
"אבער ווען ר' מרדכי שמעון,
איז אנגעקומען,
געגעבן צועסן,
אינגאנצן פארגעסן,
אז ער איז אנגעגרייט,
מיט גאנצע פעקלעך רייד,
"ס'טוט נישט שמעקן,
אז ס'בלייבט שטעקן,
די גאנצע דרשה,
מעבודה קשה,
ער האלט דאס נישט אויס,
ער וויל לויפן ארויס,

--אינמיטן איז מען מכבד א ניגון,
איינע פון די מחותנים,
יענער זינגען מיט פארגעניגן,
בשיר ורננים,
--זיין מאגען הייבט זיך אן צו דרייען,
ער קען דאס נישט אראפ שלינגען,
אזא חוצפה ער קען נישט פארדייען,
איך קען דאך אויך זינגען,
"און יעדע מיניט,
טריט און שריט,
אנדערע זאכן,
טוט אים נערוועז מאכן,
ס'איז גארנישט קיין דרך ארץ,
פונעם מחותן ר' פרץ,
"ער רופט מיר פון דערווייטן,
אין שווערע צייטן,
איך בין מיך משעבד,
ער איז מיר גארנישט מכבד,
ער האלט דאס נישט אויס,
ער וויל לויפן ארויס,

--ענדליך מ'מאכט שטיל אלע מענטשן,
מ'גיסט אן א גלעזל וויין,
מ'גרייט זיך שוין צום בענטשן,
ער טראכט אט אט מ'גייט אים שוין מכבד זיין,
--דער מחותן הייבט שוין אויף דעם בעכער,
ער קומט שוין אן נענטער צו אים,
ער איז שוין מיטן כיבוד כמעט זעכער,
ס'וועט דאך זיין אזוי איינגענעם,
"ער קוקט ווי א פאנאטער,
ווי דער מחותן גייט ווייטער,
און שטעלט זיך אפ,
און לאזט אראפ,
דער בעכער פון די האנט,
פאר א צווייטן וואס איז אים באקאנט,
"יענער זינגט דוי הסר וגם חרון,
ער ווערט זייער צו פארן,
ס'איז נישט קיין יושר,
אזא שעת הכושר,
ער האלט דאס נישט אויס,
ער וויל לויפן ארויס,

--מ'נעמט דעם צווייטן כוס כהלכה,
און מ'טוט דאס ארום טראגן,
ער טראכט כאשט עפעס א ברכה,
וועל איך דאך זעכער זאגן,
--ער גרייט זיך אן זיין קול דעם שיינעם,
לעבן זיך צושארט ער די ברעקלעך,
ביז דערווייל געט דער מחותן פאר יעדן איינעם,
דער מצב איז ממש שרעקליך,
"ממש א תיובתא,
נישט די ערשטע נישט די פיפטע,
נישט די צווייטע נישט די זעקסטע,
נאר מכבד די נעקסטע,
וואס וועט זיין דער סוף,
כ'האמיר גארנישט גערישט דערויף,
"הזמן קצר,
מ'זאגט שוין אשר יצר,
כמעט נישט געבליבן,
פון ברכות זיבן,
ער האלט דאס נישט אויס,
ער וויל לויפן ארויס,

--ער ווערט שוין זייער אומעטיג,
מיאוש און ברוגז,
באשליסט אז גענוג איז גענוג,
צו קומען אויף אזא שמחה צו וואס טויג-עס,
--איך פארשטיי נישט אינגאנצן דעם מחותן'ס שיטה,
אפשר מוז איך גאר מיין כיבוד פארלאנגען,
ענדליך מ'האלט שוין ביי ברכה אחריתא,
דער מחותן הייסט אים אנפאנען,
"אהוי, ס'איז געלינגען,
ער נעמט זיך זינגען,
אשר ברא, ששון ושמחה,
אהבה ואחוה ושלום וריעות,
"א כיבוד א גוטע,
ברכה אחריתא,
ס'האט זיך געלוינט,
דאס איז דער פוינט,
א שיינעם כיבוד, לכל הדיעות,
--די זעלבע איז נוגע לענינינו,
יעדער באקומט דאך כיבודים אויסער מיר,
דעריבער נעם איך מיר א כיבוד בזמן שמחתינו,
צו זינגען בשבח ושיר,
--איך וויל נישט אויסקוקן ווי יענער פעטער,
וואס טוט נישט עפעס אנדערשט פארשטיין,
דאס איז היינט מיין היתר,
נעם איך מיר דאס כיבוד אליין,
"וואונטשט איך א ברכה, בשם המשפחה,
נחת און הצלחה, בהמשכה,
זאל באגלייטן חתן כלה,
"נחת און פרייד, אין יעדע צייט,
אלץ זיין גרייט, פולע טאשן ברייט,
וויסן נאר פון שמחה וצהלה,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

געוואלדיג געוואלדיג!!! איך טוה מיך פעסמאקעווען מיט די שיינע סחורה!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

שכח שאצי, שעהן שעהן...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

שאץ מאץ האט געשריבן:אגאנצע וואך איז אויפן ווייב קענטיק,
אז זי קוקט ארויס אויף דעם זונטיג,
זונטאג דער מאן האט נישט יעצט זיין דשאב,
איז ער משובעד צום ווייב,
דו דרייוו מיר נאר אהין מיט דיין קאר,
און ווארט אינדרויסן פון סטאר ווי א נער,


זאגט מיר א אינגערמאן יענע וואך זונטאג: 'איך פיל זיך ווי אין אוישוויץ'! פרעג איך איהם פארוואס - די היצן וואס זענען אזוי אומדערטרעגליך?
זאגט ער מיר ניין! איך גיי שאפינג מיט מיין ווייב, און זי ווייזט מיר מיט'ן פינגער, פָאר רעכטס צו דעם סטאר, יעצט לינקס צו דעם סטאר - ממש ווי די ביכער איבער דעם מייסטער מאסן מערדער דר. מ.... ימ"ש.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם »

פעדער דו דערמאנסט מיר פון יקיר ברוין (נו גילו) דו און שאץ גראמען דאך אזוי גוט! זאג נאר וויפיל נעמסטע פאר א נאכט?
בינעך א ליימענע גולם
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

צולייגער!
כ'האב עפעס צוגעלייגט....
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

גוט, אגב מען דארף קענען זיין ערנסט אויך, כאנישט געוויסט אז צו קבלת פנים גראמען טויגסטו אויכעט
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”