לאמיר זיך צוגרייטן!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

לאמיר זיך צוגרייטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווי א שוועמל נאך א שמערי בע.... כ'מיין רעגן, וואקסן ארויס כסדר פיהל מיט קינדער טעיפס, אזוי איינס נאך ס'אנדערע.

כ'בין געווען היינט אין לי עוו. פאוטו, (טאקע ווען צייטליך האט אריינגעקאלט) זעהעך דארט די טעיפ "לאמיר זיך צוגרייטן" ארויסגעגעבן דורך הוצאות שבת אחים.

ווען כ'האב באטראכט די דעקל, האבעכמעך דערמאנט פון די אלטע טעיפ זייערע וואס זיי האבן ארויסגעגעבן ווען איך בין געווען א יונגל, ווי לאמיר פארן, ס'האט מיך דערמאנט די זיסע וויזוי הייסטער דארט? נו?.... אה! "מיטער בעלאן, כ'זיג א טאן"....... אוי אי דאס גוט געווען! די פזמון פון די טעיפ (איי אלטע זכרונות) "קומט ארויפ אויפן באס און (אלע אויף איין מאל) לאמיר פארעעעעעעעעעעעעעען", און ווי קען מען פארגעסן די ווארימע ניגון, "איך בין דער עלעפאנט", חחח...... וואט עי ניגון?! יאפ! גוטע צייטן געווען!

עניוועי, די טעיפ איז א טעיפ אויף די ל"ט מלאכות, ס'שטייט אויפן דעקל אז די טעיפ רעדט פון די ערשטע דריי מלאכות.

ס'ווערט דיסטריביוטעד דורך "לחיים דיסטריביוטערס" ווער סהאט מער פרטים, זאל ביטע שערן מיטן עולם............
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

איך האב עס געקויפט פשוט ווייל איך האב מיך געמאכט א חשבון "לאמיר" קוקן אויף די לאמיר היסטאריע!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איר זענט אזוי גערעכט.. די אלטע טעיפס ליגן אין די ביינער.

ענינא דיומא: מיסטער לאטקעלע איז דא, ווער וויל א פיינע פאנקע?
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

יא יא קרעמער, היי יאר האמיר געקויפט די מיסטער לאטקעלע טעיפ, די קינדער זענען מיר געווארן גאנצע מבינים אויף לאטקעס.
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

די טעיפ איז טאקע שיין, איך האב עס געקויפט, אבער איך וויל פשוט פארשטיין פארוואס ווען מ'גיט שוין יא ארויס א טעיפ אויף ל"ט מלאכות, גיט מען ארויס א טעיפ "נאר" אויף 3 מלאכות?? און אויב שוין יא דריי איז עס זורע און קוצר?? פארוואס זאל מען נישט צונעמען 3 מלאכות וואס די קינדער ווייסן וואס דאס איז, ווי למשל אופה וכד',

איך וויל נישט אוועקמאכן דעים טעיפ, עס איז זייער שיין און באלערנד, אבער דאס קוטשעט מיר.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דעם טעיפ "לאמיר פארן" געדענק איך נאר פון אלס בחור ווען מיינע קליינע געשוויסטער האבן עס געהערט, און פון נאכ'ן חתונה ווען די אייגענע קינדערלעך האבן עס געהערט.

(יעצט גיי רעכן אויס ווי אלט איך בין...)
An article a day keeps the babies away
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

מאכער
איך שעהר נאר פאר געלט... אדרבה, אויב האסטו א אמזיסטע שעהרער, זיי טאקע מודיע, ווייל די ביז איצטיגע זענען ארויף מיט די פרייז.

קראמער
אין די ביינער?! מיינע אלטע טעיפ'ס ליגן אין שאפע...

שראליק'ל
דאס איז דאס גאנצע וואס ס'דערקוטשעט דיר?! וואס וועט זיין מיטן דור?! ווען העסטאך נעמען דערקוטשענען דעם דור?!

מאשקע
(דו הייסט גיין רעכענען?! איך רעכן נישט, אויף קיין אפוינטמענט'ס)
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

אזוי נארמאל, די פארשטייסט וואס די פרעגסט? וואס פרעגסטו???
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”