'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

@מחשב, די שאלה איז נאר וואס שטערט דיר אזוי שטארק אז יענער גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין?
לשון הוא קולמוס הלב..
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

איך למשל, אויב איך טרעף מיך אין אזא מצב, האלט איך אז דער וואס טענה׳ט זיך מיט מיר און האלט אנדערש פון מיר, איז א פאלנער שוטה! ער הייבט נישט אן צו וויסן בחייכון וביומייכון. (אקעי.. פיין איך העל ארבעטן אויף עס, מיין גאוה... דעיס זאגסטו?) ביי מיר קומט דאס פון מיין פיניווער זייט. איך וועל אויך טענה׳ן אויף קעסל און כלים, נאר ווייל איך פארנעם נישט קיין שוטים, און אויך ווייל איך האב ליב די היציגע אטמעספערע. וואף... ס׳איז א מצב נורא ואיום. די טענער זענען הויעך. איי לאוו איט.
לשון הוא קולמוס הלב..
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

לב אחד האט געשריבן:@מחשב, די שאלה איז נאר וואס שטערט דיר אזוי שטארק אז יענער גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין?


אה.. כ'האב שוין אסאך דעבאטירט איבער דעם, דער אמת איז אז איך אליין ווייס נישט, פארוואס שטערט מיר ווען איך זעה איינעם טוען א אומרעכט?! און א אומרעכט מיין איך א זאך וואס איך האלט אז מ'דארף אנדערש טוען, ס'איז דא מענטשן וואס עס גייט זיי נישט אן וואס א צווייטער טוט, מיך יא, נישט אז עס שטערט מיר פערזענליך, אבער איך באקום א שטארקע 'ווידערווילן' צו דעם מענטש/סיסטעם און צו זיינע פעולות, און עס שטערט מיר טאקע אביסל, איך פרעג זיך אליין "פארוואס שטערט עס דיר", אדרבה 'לב' זיי מיר מסביר.

מענטשן זאגן מיר אז עס איז אזא אומגעזונטע נאטור, קען זיין, איך ווייס נישט פארוואס עס זאל זיין געזונט אדער נישט, איך וואונדער מיר אליין דערויף. איך וויל און שטרעב אז יושר און גערעכטיגקייט זאל דאמינירין און פירן דער וועלט, (איז דאס א נטיעה פון 'איינס'?), אבער דער הונטערליגענדע סיבה דערצו איז כעת פאר מיר א מיסטעריע.
לעצט פארראכטן דורך מחשב אום זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

לב אחד האט געשריבן:איך למשל, אויב איך טרעף מיך אין אזא מצב, האלט איך אז דער וואס טענה׳ט זיך מיט מיר און האלט אנדערש פון מיר, איז א פאלנער שוטה! ער הייבט נישט אן צו וויסן בחייכון וביומייכון. (אקעי.. פיין איך העל ארבעטן אויף עס, מיין גאוה... דעיס זאגסטו?) ביי מיר קומט דאס פון מיין פיניווער זייט. איך וועל אויך טענה׳ן אויף קעסל און כלים, נאר ווייל איך פארנעם נישט קיין שוטים, און אויך ווייל איך האב ליב די היציגע אטמעספערע. וואף... ס׳איז א מצב נורא ואיום. די טענער זענען הויעך. איי לאוו איט.



יא יא, שטומט מיט מיר פונקט אזוי, נישט ממש 'שוטה', מער 'אומוויסנד' 'קינדיש' וכו'.

ס'איז דא אסאך מאל וואס איך זעה קלאר ווי עס ליגט דא עפעס א ווייטאג אדער עפעס א 'דינייעל' וואס איז מדברת מתוך גרונו, דעמאלטס וועל איך זיך אונטערשמייכלן און אים לאזן גיין זיין וועג. און פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס ווען ער רעדט טאקע נישט צו די זאך, איך פארנעם איינער וואס האט מיינונגס פארשידנהייטן פון מיר, ווי לאנג עס גייט אריין בכלל דעת, און יענער פרובירט צו רעדן לויט זיין 'פארשטאנד', איך האלט אים נישט פאר קיין שוטה, כאטש איך וועל זיך שטארק דינגען מיט אים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מחשב איז ווארשיינליך אינעם פינעפער געגענט, איי פינעפערס טוען נאר ארויסגעבן א אפשיי צום נער אנטשטאט זיך טענה'ן נאכאמאל מיטן זעלבן נער?

קען זיין אז מחשב שפירט אז יענער איז יא א בר דעת, און ער איז נייגעריג צו כאפן יענמס מיינונג
ויותר מסתבר אז ער וויל די וועלט זאל זיין גוט און אויסגעהאלטן מחמת זיין פירער פליגל וואס האט ליב שיינקייט און סדר, און ווערט צו קאכט פון אומאויסגעהאלטענקייט
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

בדרך כלל שטים איך גראדע מיט די ערשטע אפציע דיינער איבער'ן פינעווער, נאר צומאל אז איך מוז זיך געפונען אין דער אינגערמאנ'ס סביבה, איך קען נישט אוועקוואקן, דאן געשעהט וואס עס געשעהט... אפילו דאן פרובירט מען מצמצם צו זיין. (עס איז אויך געקומען מיט די יארן, אמאל וואלט איך דאס נישט געקענט פארטראגן)

איך האב הנאה פון דאס וואס דו זאגסט וועגן דעם פירער'ס סדר, כ'האב עס נישט געכאפט ביז איצט, אינטערעסאנט און ריכטיג, עס פארענטפערט אסאך, איצט אז איך טראכט אריין.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

באקומען אין אימעיל היינט.

אראפגענומען ע"פ בקשת המו"ל.
לעצט פארראכטן דורך מתבונן אום דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 9:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מתבונן האט געשריבן:באקומען אין אימעיל היינט.

תשע מדות באדם.pdf

Wow.
ביים דרייער וואלט איך אויך צוגעלייגט 'אוהב ימים לֵירָאוֹת טוב'.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

Wow!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מתבונן האט געשריבן:באקומען אין אימעיל היינט.

תשע מדות באדם.pdf

;l;p-
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נייס

נשמה ;l;p- דעיס איז פאר דיין ל‏‎יראות.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

זאכן וואס איך האב געשריבן דא, ווען איך דערמאן מיך דערפון, בין איך נישט מסכים צו אלעם וואס איך האב געשריבן דא. איך שפיר אז ס'דא זאכן וואס איך האב געדארפט שרייבן מיט מער סענסעטיווקייט, מער 'שכל', מער אזוי ווי ס'איז עכט. נאר אלעמאל קען מען דאך זאגן אז באמת איז עס נאך טיפער... באמת איז עס נישט אזוי...

די Basic Fear איז די זאך וואס טרייבט אן אלעס וואס דער מענטש טוט.

לאמיר נעמען א פירער. אויף עפעס אן אופן געשעט אז ער הייבט אן מורא האבן אז ער גייט נישט קענען טרעפן זיין אינדיווידועל'קייט פון די וועלט ארום. א פירער איז נישט פשט אז ער איז געפיליש. א צווייער איז אויך געפיליש, א ניינער קען זיין געפיליש, א אכטער קען זיין געפיליש, נישט ווייל דער מענטש איז א געפילישער מענטש, דערפאר מוז זיין אז ער איז א 'פירער'.

די אניאגראם ווערט נישט צעטיילט לויט וואס דו זעהסט אז מענטשן טוען. א געבויטער מענטש מיט שיינע פיאות איז וועגן דעם נאכנישט קיין דרייער. זייער מעגליך אז ער איז א דרייער, יא, אמת. אבער נישט דאס מיינט א דרייער. ער קען זיין א 'ניינער', ער קען זיין א 'אכטער', ער קען זיין א 'זעקסער', א 'איינזער', ס'מיינט נישט אז ער איז א 'דרייער'.

אז דו זעהסט א מענטש גריסן מיט פריינטליכקייט יעדעם וואס קומט אין זיין נאנט, און ווייזט פאר יעדעם ווי שטארק ער פילט ליבשאפט צו יענעם, דאס זאגט נאכנישט אז דער מענטש איז א 'צווייער'. יא, אמת, ס'קען זיין אז ער איז א צווייער, אבער דאס זאגט עס נאכנישט.

די Basic Fear זאגט וואס דער מענטש איז ! אז דו קענסט אויף עפעס א וועג געוואויר ווערן זיין Basic Fear ווייסטו יענעמ'ס טייפ. און מיין עקספיריענס ביז אהער בייגט מיר ענדערש צו זאגן אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי צוויי Basic Fears. ס'איז נישטא אזא זאך ווי א צווייער/זעקסער צאמשטעל, א פירער/זעקסער צאמשטעל, א אכטער/דרייער צאמשטעל, א איינזער/זעקסער צאמשטעל.

אויב האט דער מענטש די Basic fear פון צוויי, וואס דאס איז: א שפיר, felt sense, פון "איך האב מורא צו אריינפאלן אין א מצב וואס איך [גיי וויסן אז איך] בין אומבאליבט..." נישט עפעס אנדערש. איז דאס אזא שטארקע זאך, אז וויפיל זעקסערישע, איינזערישע, אכטערישע, דרייערישע, פירערישע, זיבענערישע, ניינערישע, שטריכן דו וועסט נאר זעהן אויף דעם מענטש, ווערט דאס בטל ווען עס קומט צום Basic Fear וואס דער מענטש האט טיף, און עס ליגט אין די יסוד זיינעם.

די Basic Fear פון א זעקסער איז: א שפיר, א Felt Sense, וואס דער מענטש האט נאך געשפירט ווען ער איז געווען גאנץ קליין, האט ער שוין געשפירט דעם פחד, די פחד איז: "איך האב מורא איך גיי בלייבן אומאונטערגעשטיצט..." ס'איז כמעט נישט מעגליך אז א זעקסער זאל בלייבן מיט אט דעם Basic Fear זיינעם, און זיך נישט ראטעווען דערפון מיט די Basic Desire זיינעם. דהיינו, אז ער זאל 'גארנישט' טון עפעס וואס זאל אים פארהיטן פון דעם פחד. וואס דאס איז: א אינערליכער שטופ צו טון תנועות אים צו ברענגן שטיצע. אים צו מאכן שפירן אונטערגעשטיצט. און פארזיכערט.

א זעקסער וועט שפירן דעם פחד, און אויספירן די פעולות זיך צו ראטעווען פון דעם פחד, פון גאר יונג. און שטעל דיך יעצט נישט פאר א יונגעלע וואס זיינע אויגן לויפן הין און צוריק מיט אנגסט, און ער פרובירט זיכער צו מאכן מיט דורכדרינגליכע בליקן אז זיין טאטע מאמע גייען אים נישט פלוצלינג לאזן אויפן וואסער... נישט דאס זאלסטו דיך פארשטעלן... נאר שטעל דיך פאר א צופרידן פרייליכער רואיגער שמייכלדיגער זארגלאזער יונגעלע, וואס טיף טיף אין אים איז דא א Basic Fear פון "איך האב מורא צו בלייבן אן שטיצע..." און קוים מערקבארע תנועות וואס ער האלט אז ס'ראטעוועט אים פון אט דעם פחד. תנועות וואס ער האלט אז דאס שטעלט אים Safe. דאס דארף נישט זיין אזוי באמערקבאר. ס'קען זיין אויף גאר אן איידעלער שטילער פארנעם. ס'מוז נישט זיין אז ס'איז גורם אפילו די קלענסטע טראבל. אזוי ווי דאס פארדייאונג פון די עסן הערט זיך נישט, און זעהט זיך נישט אן פון אינדרויסן. אזוי ווי די ארבעט פון די לעבער הערט זיך נישט און זעהט זיך נישט, וכו', אזוי אויך: סיי די Basic Fear און סיי די Basic Desire זעהט זיך כמעט נישט אן. אבער ס'איז דא.

חוץ אויב דאס קינד ווערט שלעכט באהאנדלט, דאן, יא, דאן הייבט דאס קינד אן צו פארשטערקערן די תנועות זיך צו ראטעווען פון אט דעם Basic Fear. און ער באקומט מער און מער א איגו.

איך האב נאר געוואלט זאגן אז היינט וואלט איך אסאך זאכן געשריבן אנדערש. שוין. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

@נשמה אזוי גוט! אזוי גוט! אלעס דרייעט ארום איין "כלליות'דיגע פחד" און אפי' אויב מען זעהט געוויסע אנדערע שטריכן פון אנדערע טייפ'ס, איז איינמאל דו ווייסט וואס זיין "פחד בסיסי" איז, דאן קענסטו זעהן די אלע שטריכן ציען צו דעם פחד, און נישט צו די אנדערע טייפ ווי עס קוקט אויס אויבן אויף.
הנשמה שבמוחי
איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש פשוט אני »

וועלעכע בוך איז מסביר גוט די טערמאנאלעגי פון די ניין סארטען מענטשן געשריבן אין א לייכטע ענגליש?
איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש פשוט אני »

וואס איז די יסודות'דיגע חילוק צווישען די אלע מיני אופנים ווי אזוי מען צוטיילט די מענטשהייט?
אש מים רוח עפר- די ניין טייפס- און די 16 טייפס
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

איש פשוט אני האט געשריבן:וועלעכע בוך איז מסביר גוט די טערמאנאלעגי פון די ניין סארטען מענטשן געשריבן אין א לייכטע ענגליש?


awareness פון מרים אדהאן אבער איך ווייס נישט צו סאיז ממש א לייכטע ענגליש (א שווערע זיכער נישט )
איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש פשוט אני »

אשדוד האט געשריבן:
איש פשוט אני האט געשריבן:וועלעכע בוך איז מסביר גוט די טערמאנאלעגי פון די ניין סארטען מענטשן געשריבן אין א לייכטע ענגליש?


awareness פון מרים אדהאן אבער איך ווייס נישט צו סאיז ממש א לייכטע ענגליש (א שווערע זיכער נישט )

שכח
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אשדוד האט געשריבן:
איש פשוט אני האט געשריבן:וועלעכע בוך איז מסביר גוט די טערמאנאלעגי פון די ניין סארטען מענטשן געשריבן אין א לייכטע ענגליש?


awareness פון מרים אדהאן אבער איך ווייס נישט צו סאיז ממש א לייכטע ענגליש (א שווערע זיכער נישט )


דער ביך איז סאך א לייכטערע ענגליש און מער פראקטישער. געשריבן דורך א היימישע חסידישע ווייבל אין מונסי.
https://www.amazon.com/Out-Box-Shaindy- ... 1600915884
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אבער איז נישט אזוי טיף און גרינטלעך. מער כלליות'דיג.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איש פשוט אני האט געשריבן:וואס איז די יסודות'דיגע חילוק צווישען די אלע מיני אופנים ווי אזוי מען צוטיילט די מענטשהייט?
אש מים רוח עפר- די ניין טייפס- און די 16 טייפס


גיי צוריק אפאר בלעטער וועסטו זעהן פון@נשמה, וואס ער פרובירט צו זאגן די חילוקים פון די 16 MBTI און די אניאגראם.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

מחשב האט געשריבן:
איש פשוט אני האט געשריבן:וואס איז די יסודות'דיגע חילוק צווישען די אלע מיני אופנים ווי אזוי מען צוטיילט די מענטשהייט?
אש מים רוח עפר- די ניין טייפס- און די 16 טייפס


גיי צוריק אפאר בלעטער וועסטו זעהן פון@נשמה, וואס ער פרובירט צו זאגן די חילוקים פון די 16 MBTI און די אניאגראם.

יא אפאר בלעטער צוריק האט מען זיך היבש ארומגעטענה'ט איבער די חילוקים און וועלכע מהלך ס'איז בעסער.

דא האסטו נאך.

מח בקדקדו האט געשריבן:גענומען פון די מייערס בריגס אשכול, איבער דעם חילוק פון אניגראם ביז בריגס.

מתבונן האט געשריבן:
די חילוק אין קורצן איז אזוי. די אניאגראם רירט אן די שורש השרשים אין די מענטש - דאס וואס דער מענטש זיכט אינערליך אויף אן עקסטרעם אופן. אין א טיפן זינען איז עס וואס די נשמה זיכט אויף דער וועלט, און דער מענטש ווערד פארנארט אז ער וועט דאס טרעפן אויף דער וועלט. ווי למשל א איינזער זיכט צו זיין 'ריכטיג', די נשמה פון א מענטש לעצט צו פילן אז ער טוט וואס איז ריכטיג, אבער דער איינזער מיינט אז דאס איז דער אידיאל 'איבעראל און אלעמאל', אפילו וויאזוי זיין רעקל דארף אויסזעהן.
ווידעראום דער מייערס בריגס סיסטעם באציט זיך מער אויף די 'כלליות'דיגע' התנהגות פון די מענטש, א געוויסע טבעיות'דיגע נטייה וואס דער מענטש האט, ווי למשל זיין א מופנם אדער א מוחצן, אדער איז מער נוטה צו געפיל אדער צו שכל, 'פראקטיש' אדער אינטאועטיוו וכדו'. דאס קען פערצאפאל זיין די וועג וויאזוי געוויסע נאמבערס וועלן זיך אויפפירן, אבער די ציל פון די אניאגראם איז צו דערגיין וואס וויל דער מענטש באמת? מקען זאגען אז די מייערס בריגס זאגט וויאזוי דער מענטש פירט אויס זיינע צילן, אבער זאגט נישט צו וואס דער מענטש צילט.
דער מייערס בריגס סיסטעם איז בעיקר אראנזשירט געווארן צו העלפן מער 'שלום בית' פראבלעמען, וויאזוי צו פארשטיין יענעם אז מזאל זיך קענען אביסל פארשטיין און זיך אביסל ווייניגער קריטיקירן. דער אניאגראם טוט דאס אויך, אבער גייט סאך ווייטער, עס מאכט אויף די מענטשענס אויגען צו זעהן פאר זיך אליין וואס מוויל.
עס איז דא נאך צו שרייבן פאר דעם, אבער אויף דערווייל מייין איך אז דאס גיט א תשובה אויף דיינע פראגן.


מח בקדקדו האט געשריבן:די חילוק פון די אניגראם ביז אנדערע וועגן פון צוטיילן נאטורן פון מענטשן איז, אז די אניגראם איז געבויט אויף טיפע יסודות, און נישט אויף אוט קאמ'ס וואס זעט זיך אהן אויף מענטשן פון אידרויסן, משא"כ אנדערע די מהלכים איז געבויעט אויף אוט קאמ'ס, צום ביישפיל, ס'איז דא מענטשן וואס זיי האבן ליב צו וויסן אסאך און צו פארשטיין זאכן, אבער זיי האבן ליב מער טעקניקל זאכן, צום ביישפיל זיי ווילן ארויס האבן וויאזוי א הויז איז געבויט וויאזוי מען מאכט א בלאפרינט, וויאזוי געוויקסן וואקסן, נאטור פון חיות און אנדערע באשעפענישן,

פון די אנדערע זייט איז דא מענטשן וואס האבן מער ליב צו וויסן זאכן, ווי למשל, זיי האבן ליב מעט חשבון, זיי האבן ליב חוקר צו זיין מושגים, און טיפע געדאנקען,

סא דו ביסט מודה אז דעס זענען צווי סארט קאטעגאריעס פון מענטשן,
אבער לויטן אניגראם איז עס בכלל נישט קיין סתירה, ווייל למשל סיי דער פינעווער און סיי דער זיבענער קענען וועלן פארשטיין וויאזוי עס ארבעטן פארשידענע מיני געוויקסן,
די חילוק איז נאר פארוואס מען טוט עס, דער פינעווער טוט עס ווייל זיין מח לויפט אז ער מוז האבן ווי מער אינפארמעשן אין זיין מח, ער זעט עפעס אויף דער וועלט, קען ער עס נישט דורכלאזן אנדעם וואס ער זאל האבן אין זיין מח א גאנצע פייל איבער דעם ענין, מיט אלע פרטים,
וואודעראום דער זיבענער טוט עס אינגאנצן פאר א אנדערע סיבה ער טוט עס ווייל ער אידשויעט עס, ס'איז אים אינטערסאנט, ס'איז פאן צו טון דערין, דאס מיינט אז דו ביסט אריינגעקראכן אין די עומק פון זייערע פעולות, און לויט דעם צוטיילט, און נישט לויט די חיצויניותדיגע פעולות,

ווען איך האב אנגעהויבן עוסק צו זיין אין אניגראם האט עס געמאכט אין מיר צוויי פארקערטע פעולות פון איין זייט, ביז דעמאלטס האבן מענטשן אויס געקוקט אין מיינע אויגן מער ווייניגער די זעלבע, איינער ווי דעם צווייטן,
משא"כ נאכדעם וואס איך האב אנגעהויבן זיך אריינצולייגן אין דעם, האב איך געזען אז ס'איז ווייט נישט אזוי, ווייל ווען מען קוקט אריין טיף, איז איין מענטש פונעם צווייטן כרחוק מזרח ממערב,

אבער פון די אנדערע זייט קען מען זאגן אז עס אויך געגאגען אויף די פארקערטע וועג, אז ביז דעמאלטס ווען איך האב אנגעקוקט צוויי מענטשן האב איך געזען צוויי וועלטן, וואס הייסט? זיי זענען בכלל נישט די זעלבע,
אבער ווען איך האב מיך אויס געלערנט די נומער'ס האב איך געזען אז די זעלבע צוויי זענען גאר די זעלבע נומער ווייל זייער יסוד איז די זעלבע, אפי' זיי קומען ארויס אנדערש אינדרויסן

און @לדעתי, ווען דו רעדסט וועגן פליגלען איז דיין קשיא נישט קיין קשיא, ווייל ס'איז אייביג דא די עיקר נאטור, פון ווי זיינע עצם פעולות נעמען זיך, און נאכדעם איז דא די פליגל וואס גיט אים טאל'ס אויף וועלכע אופן זיין נאטור קומט ארויס,
און אפי' אויב אסאך מאל קען ער אויך טון געוויסע זאכן לויט זיין פליגל, אבער מען קען אייביג זען וואס זיין עיקר איז, און וואס איז נאר א פליגל
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איש פשוט אני האט געשריבן:געשריבן אין א לייכטע ענגליש?

לייכטע ענגליש? די ביכל פון מרת פערל, דאכט זיך מיר עס הייסט OUT OF THE BOX צו געפונען און די ספרים געשעפטן.

AWARENESS איז נישט קיין לייכטע ענגליש.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צוריקגעלייגט מיט רשות פונעם מו"ל
אטעטשמענטס
תשע מדות באדם.pdf
(72.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 130 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

איך ווייס נישט אויב עס איז שוין דא אן אשכול פון דעם אויב יא זאל מיר ביטע איינער אנצייגן ווי עס איז
מרעד דא איבער אינעגראם,אבער עס איז דא א מהלך פון די חדשים ווייסט איינער מער פרטים פון א שכח למפרע
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

בשעה שיש האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס איז שוין דא אן אשכול פון דעם אויב יא זאל מיר ביטע איינער אנצייגן ווי עס איז
מרעד דא איבער אינעגראם,אבער עס איז דא א מהלך פון די חדשים ווייסט איינער מער פרטים פון א שכח למפרע

No there isent
לפנות בוקר
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”