יענע וואך איז ערשינען אין די טעק באריכטן איבער א גאר גאר פארגעשריטענעם וויירוס וואס אינפעקטירט אממערסטענס 'קארפארעיט נעטווארקס' וואס ראנען אויף ווינדאוס XP אדער ווינדאוס סערווער מאשינען.
די וויירוס באקאנט מיט איר נאמען Downadup virus וואס כאפט זיך אריין גאר שטיל און שיקט אינפארמאציע איבער פעסווארדס, קרעדיט קארדס, און אנדערע סענסיטיווע אינפא. ביי פרייטאג האבן זאך קענען געמאלדן אז ארום 8 מיליאן קאמפיוטערס זענען שוין אינפעסטעד.
וויבאלד איין קאמפיוטער אינעם נעטווארק האט עס, גייט עס גלייך אריבער צו אלע אנדערע קאמפיוטערס, מעג זיין אין די טויזענטער. ווי אויך קען עס איבערגיין דורך יו עס בי מאשינדלעך וכדומה.
אנטי וויירוס פירמעס ארבעטן אומערמידלעך ראנד-דע-קלאק צו באווייזן סוקסעספול צו אידענטיפיצירן דעם וויירוס און ארויסשליידערן און אים אפהאלטן פון אריינדרינגען און ריינע קאמפיוטערס.
מייקראסאפט האט רעליעסט אן עמערזשענסי פעטש דערפאר, עס איז אינקלודעט אינעם ווינדאוס אפדעיט פון היינט און ווייטער, אדער גייט דא און נעמט עס אראפ מעניועללי, געוואנדען אינעם אפערעיטינג סיסטעם קענט איר עס דא אויסקלויבן.
http://www.microsoft.com/technet/securi ... 8-067.mspx
נייער וויירוס גנב'ט אינפארמאציע
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
נייער וויירוס גנב'ט אינפארמאציע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)