שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

פויגל מילך האט געשריבן:פרייטיג צונאכט סוף קידוש איז דער בעכער ארויסגעפאלן פון די האנט (ס'איז דא וועם צו בלעימען) און ס'איז נישט געבליבן אינם כוס קיין איין טראפ, האב איך זיך אויסגעלייגט בפישוט און געזיפט פון די פלאר כדי נישט צו דארפן איבערמאכן קידוש.

עס געטוהן אן א הפסק, איז דא א בעסערע מהלך?

שוין נישט גוט געטוהן, קודם כל אז עס איז דא וועם צי בלעימען דארף מען קודם ווערן אויפגעקאכט פאר כעס אין אריינגעבן א פסוק פארן שולדיגער, נאכדעם ציגיין צום שאנק און ארויסנעמען א אוצר הלכות אין נאכקיקן, און ערשט נאכדעם זיך אויסלייגן בפישוט ידים ורגלים אויפ'ן באדאלאג אין זיפן פונעם שטויביגן גרעיפ דשוס תוך כדי דיבור פונעם ברכה.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

shimon7323 האט געשריבן:ניצן פונעם פלעשל וואס ליגט אויפן טיש מיינעך.

לגבי די הגפן ביסטו גערעכט, לגבי קידוש ווייס איך נישט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מ'דארף נישט איבערמאכן קידוש ביי נשפך, מ'דארף נעמען א צווייטע כוס און טרינקען כשיעור, הגפן וואלסטו נישט געדארפט מאכן, ווייל ווער האט דען היינט נאר איין כוס פאר קידוש און האט נישט אינזין צו פטר'ן די איבעריגע וויין און גרעיפ דזשוס וואס מ'טרינקט נאכדעם.
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
פויגל מילך האט געשריבן:פרייטיג צונאכט סוף קידוש איז דער בעכער ארויסגעפאלן פון די האנט (ס'איז דא וועם צו בלעימען) און ס'איז נישט געבליבן אינם כוס קיין איין טראפ, האב איך זיך אויסגעלייגט בפישוט און געזיפט פון די פלאר כדי נישט צו דארפן איבערמאכן קידוש.

עס געטוהן אן א הפסק, איז דא א בעסערע מהלך?

שוין נישט גוט געטוהן, קודם כל אז עס איז דא וועם צי בלעימען דארף מען קודם ווערן אויפגעקאכט פאר כעס אין אריינגעבן א פסוק פארן שולדיגער, נאכדעם ציגיין צום שאנק און ארויסנעמען א אוצר הלכות אין נאכקיקן, און ערשט נאכדעם זיך אויסלייגן בפישוט ידים ורגלים אויפ'ן באדאלאג אין זיפן פונעם שטויביגן גרעיפ דשוס תוך כדי דיבור פונעם ברכה.


ביי קידוש בין איך מקפיד סזאל נישט זיין מבושל
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

גלאזער האט געשריבן:מ'דארף נישט איבערמאכן קידוש ביי נשפך, מ'דארף נעמען א צווייטע כוס און טרינקען כשיעור, הגפן וואלסטו נישט געדארפט מאכן, ווייל ווער האט דען היינט נאר איין כוס פאר קידוש און האט נישט אינזין צו פטר'ן די איבעריגע וויין און גרעיפ דזשוס וואס מ'טרינקט נאכדעם.



נאכגעטשעקט אין שלחן ערוך און הרב גלאזער איז גערעכט.

וויל נאר וויסן צו הלכות כוסות האט א דירעקטע קאנעקשען מיט גלאזע"ר?
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווליר »

פויגל מילך האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:מ'דארף נישט איבערמאכן קידוש ביי נשפך, מ'דארף נעמען א צווייטע כוס און טרינקען כשיעור, הגפן וואלסטו נישט געדארפט מאכן, ווייל ווער האט דען היינט נאר איין כוס פאר קידוש און האט נישט אינזין צו פטר'ן די איבעריגע וויין און גרעיפ דזשוס וואס מ'טרינקט נאכדעם.



נאכגעטשעקט אין שלחן ערוך און הרב גלאזער איז גערעכט.

וויל נאר וויסן צו הלכות כוסות האט א דירעקטע קאנעקשען מיט גלאזע"ר?

גלאזער איז טאקע גערעכט.. איך וויל נאר פארשטיין אויב די טאץ איז אויך מיטגעפלויגן אויב נישט וואלט מען לכוראה געקענט געבן א טרינק פונעם טאץ די איבעריגע נעמען נאך פינעם פלעשל
אבער די נחת רוח אויבן זעהן ווי א איד ליגט אויף דער ערד איז זיכער געווען
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

אין בעלזא נוצט מען נישט קיין טאץ. מאכן מציצה פונם טישטוך טאר מען דאך נישט.

ניין! איך בין נישט קיין בעלזער אין די טאץ איז נישט געפלויגן, איך האב פשוט נישט דעם בהוש'ער מנהג (טריק) אז די וויין באבעלט.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

פויגל מילך האט געשריבן:פרייטיג צונאכט סוף קידוש איז דער בעכער ארויסגעפאלן פון די האנט (ס'איז דא וועם צו בלעימען) און ס'איז נישט געבליבן אינם כוס קיין איין טראפ, האב איך זיך אויסגעלייגט בפישוט און געזיפט פון די פלאר כדי נישט צו דארפן איבערמאכן קידוש.

עס געטוהן אן א הפסק, איז דא א בעסערע מהלך?

:lol: :lol: :lol: #פויגל מילך. דו האסט security cameras אין דיין דיינינג רום? אויב יא זיי מהנה דעם ציבור... ס'איז אדר אויף דער וועלט...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דערמאנסט מיר פון א מעשה. ס'איז געקומען אמאל א יוד צו רבינו הקדוש מ'סאטמאר זי"ע (כ'מיין ער איז געקומען מעבר לים) און ביים טיש ווען די רבי האט זיך געוואשן מים אחרונים איז דער יוד אריין געקראכן אינטערן טיש און אויסגעלעקט די מים אחרונים. די רבי האט אים געזאגט ביזט א ב...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

גלאזער האט געשריבן:מ'דארף נישט איבערמאכן קידוש ביי נשפך, מ'דארף נעמען א צווייטע כוס און טרינקען כשיעור, הגפן וואלסטו נישט געדארפט מאכן, ווייל ווער האט דען היינט נאר איין כוס פאר קידוש און האט נישט אינזין צו פטר'ן די איבעריגע וויין און גרעיפ דזשוס וואס מ'טרינקט נאכדעם.

קען זיין אז דער משנה ברורה פסק'עט טאקע אזוי (כ'ווייס נישט) אבער עס איז אינטערסאנט צו וויסן אז לויט איין דעה העלפט נישט דאס אז מען האט בדעה צו טרינקן נאך (וכמדומני שכן דעת הרב חדושים ובאורים להלכה), והוא סוגיא רחבה של 'בירך ונפל מידו' סוף סימן ר"ו.
- בכל אופן, די חינוך וואס די קינדער האבן באקומען איז געוואלדיג

(הוספה: איני יכול הלכות קידוש, אבל אם ההלכה היא ששתיית מלוא לוגמיו מעכבת, יש להסתפק אם בכל זאת ישתה משהו מהרצפה כדי שלא תהיה ברכת הגפן לבטלה, כי יתכן שברכת הקידוש הוי הפסק)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אז איינער הייבט אן א שמיעס וואס איז אסור וועגען שלא יהי' דיבורך של שבת כדיבורך בחול
טאר מען אים נישט זאגען מיר וועלען רעדען דערפין נאך שבת
נור מיר וועלען רעדען נאך ש"ק
דאס רעדען דעדפין איז דאך אסור
מבית מדרשו של הרה"ג ר משה היינעמאן
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אין מיין אפיס איז דא יודן אין להבדיל גוים, איך האב געהאט פלייש פין א רעסטעראנט אין א בעג מיט איין קניפ, עס איז דא קעמרעס דארט אבער ווי פארשטענדלעך ווייסט קיינער נישט צי וועם א בעג באלאנגט
איז דאס בשר שנתעלם מן העין?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Haklal האט געשריבן:אין מיין אפיס איז דא יודן אין להבדיל גוים, איך האב געהאט פלייש פין א רעסטעראנט אין א בעג מיט איין קניפ, עס איז דא קעמרעס דארט אבער ווי פארשטענדלעך ווייסט קיינער נישט צי וועם א בעג באלאנגט
איז דאס בשר שנתעלם מן העין?

כשישראל יוצא ונכנס אינו בשר שנתעלם מן העין. כ'שטעל זיך פאר אז אידן דרייען זיך דארט אריין און ארויס אין אפיס, ממילא איז עס מותר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נא_שכל האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:אין מיין אפיס איז דא יודן אין להבדיל גוים, איך האב געהאט פלייש פין א רעסטעראנט אין א בעג מיט איין קניפ, עס איז דא קעמרעס דארט אבער ווי פארשטענדלעך ווייסט קיינער נישט צי וועם א בעג באלאנגט
איז דאס בשר שנתעלם מן העין?

כשישראל יוצא ונכנס אינו בשר שנתעלם מן העין. כ'שטעל זיך פאר אז אידן דרייען זיך דארט אריין און ארויס אין אפיס, ממילא איז עס מותר.

יישר כח
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

נעכטען געהאט אזא שאלה: געמיינט אז עס איז נאך דא צייט צי דאווענען מנחה אין איך האב מיר געשטעלט דאווענען שמו''ע למעשה נאכן דאווענען זעה איך אז עס איז שוין געוועזן נאכן זמן. וואז דארף איך יעצט טוהן דאווענען איין שמו''ע אדער צוויי?? מנחה? מעריב? נדבה?
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איין שמו״ע מעריב
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

קדושים תהיו - מעג מען עסן ריין לשם תאוה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איז מותר צו עסן א נאש אדער א מאכל בלויז לשם הנאת הגוף?
א מענטש איז אינגאצן נישט הונגעריג. ער זעט א געשמאקע שטיקל טשאקאלאדע, מעג ער עס עסן, אדער עס איז אסור?
איך ווייס אז ממידת חסידות זאל ער נישט.
איך ווייס אויך אז עס איז נישט פון די הארבסעט עבירות אויב יא.
איך פרעג אבער צו עס איז אסור על פי דין, אדער עס איז נישט מער ווי א מידת חסידות פאר איינער וואס וויל זיך אויסארבעטן?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז פשוט קעגן א הלכה אין שו"ע אין סי' רל"א:
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

farshlufen האט געשריבן:ס'איז פשוט קעגן א הלכה אין שו"ע אין סי' רל"א:

דו זאגסט אז ווען איינער האלט נאכן עסן, און מ'ברענגט אריין אייז-קרעם - טאר ער עס נישט עסן על פי שולחן ערוך?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויב ס'בלויז אך ורק להנאת גופו? ניין.

אזוי שטייט אין שו"ע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

farshlufen האט געשריבן:אויב ס'בלויז אך ורק להנאת גופו? ניין.

אזוי שטייט אין שו"ע.

איר עסט אייז קרעם להחזיק גופך לעבודת הבורא?
איר עסט קיינמאל נישט קיין נאש וכדו'?
אגב, אין שו"ע שטייט נישט אז עס איז אסור. עס שטייט נאר אז עס איז א מעלה אויב מ'טוט עס לעבודת ה' ווייל אזוי דינט מען דעם אייבערשטן תמיד.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאס איז דער גראדער לשון המחבר:
[דער מקור איז א רבינו יונה]
אף בזה המעט לא תהא כוונתו להנאת גופו אלא להחזיק גופו לעבודת הש״י וכן בכל מה שיהנה בעוה״ז לא יכוון להנאתו אלא לעבודת הבורא יתברך כדכתיב בכל דרכיך דעהו ואמרו חכמים כל מעשיך יהיו לש״ש שאפילו דברים של רשות כגון האכילה והשתיה וההליכה והישיבה והקימה וכו' וכל צרכי גופך יהיו כולם לעבודת בוראך או לדבר הגורם עבודתו


לערנט פון אנהויב, דאס וואס דו ברענגסט "אינו משובח" שטייט אויף ווען ער האט יא א חשבון אויף גוטע זאכן צמא ורעב וכו', אבער ס'נישט "בלויז" לעבוד את בוראו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

אויב מען עסט א נאש כדי מען זאל זיין אין א בעסערע גיסטע וכדומה, איז דאס שוין נישט אינגאנצן לשם תאוה.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איז דאס על דרך מוסר אדער על דרך חיוב?
תכלית, מעג איך עסן אייז-קרעם?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:אויב מען עסט א נאש כדי מען זאל זיין אין א בעסערע גיסטע וכדומה, איז דאס שוין נישט אינגאנצן לשם תאוה.

נאש מאכט מיך נישט זיין אין בעסערע גיסטע. עס איז פשוט געשמאק און איך וויל עס און עס איז מיר שווער זיך צו שלאגן מיט מיין תאווה. מעג איך עס עסן?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”