א שבת אין סאטמאר!!

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

א שבת אין סאטמאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די פארגאנגענע וואך, האבעך מיך געפינען אין "לי עוו פאוטאו" (נישט קיין משל) און כ'האב באטראכט וויזוי די סטאר איז געווען פארפלייצט מיט נייע סי די'ס, יעדע 10 מינוט קומט אן נאך א נייע סי די! (נאר א משל)

איינע פון די נייע טעיפס הייסט "א שבת אין סאטמאר", ארויסגעגעבן דערעך, אדער בעסער געזאגט (געשריבן), פרעזענטירט דערעך, "חיים בלומענפעלד" דער אנפירער פון חברת המשוררים.

כ'האבעס נאכנישט געהערט, אבער אויפן דעקל שטייט דארט אז ס'ווערט געזינגען די אלע באקאנטע סאטמערע ניגונים ווי די סאטמערע "שלום עליכם", "אשת חיל", און נאך סאטמערע ניגונים.

ס'איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט, ווייל אין די לעצטע פאר יאר, זענען ארויסגעקומען א שיינע פאר שבת טעיפס, וואס האבן געהאט די סאטמערע שלום עליכם אויף זיך, אבער כ'וועל נישט קריטיקירן, קאמפלעמענטירן א טעיפ פאר כ'הערעס.

די טעיפ ווערט דיסטריביוטעד דערעך MRM מוזיק.

א לענגערע באריכט פון צייטליך וועט(?) נאכפאלגן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ער האט דארט א ניגון
ניגון עתיק סאטמאר,
דער ניגון ווערט געזינגען איבעראל ס'איז מיר א חידוש אז ער רופט דאס א סאטמארע ניגון, אויב איינער ווייסט דער מקור צו יענץ איז א סאטמארע ניגון, ביטע קאמאנטירן...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
בסייעתא דשמיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסייעתא דשמיא »

גראדע זיך איך שוין לאנג א טעיפ וואס זינגט די סאטמארער רבון כל העולמים. איך קען די ניגון, אבער איך קען עס נישט געהעריג זעצן אויף די ווערטער. האט עס יענע טעיפ? אדער אן אנדערער טעיפ?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ווי ווייט איך ווייס האט סאטמאר נישט קיין עקסטערע ניגון אויף רבון כל העולמים. מ'זינגט ווייטער די שלום עליכם ניגון אויף רבון כל העולמים.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אויף דעם טעיפ איז נאר דא דעם שלום עליכם ניגון
אין סאטמאר האט מען געזינגען דעם שלו עליכם ניגון אויף רבון עולמים
צו זעצן די ווערטער איז דא א טעיפ ביי קרן שמואל ישעי'
ווי עמרם אקער זינגט דעם שלו עליכם מיטן רבון עולמים געזעצט די ווערטער
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

ווי קעו איך זען די דעקעל פון די סי די??
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

? i wanna download the cover of that cd where can i get it
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שאץ מאץ האט געשריבן:אויף דעם טעיפ איז נאר דא דעם שלום עליכם ניגון
אין סאטמאר האט מען געזינגען דעם שלו עליכם ניגון אויף רבון עולמים
צו זעצן די ווערטער איז דא א טעיפ ביי קרן שמואל ישעי'
ווי עמרם אקער זינגט דעם שלו עליכם מיטן רבון עולמים געזעצט די ווערטער


נאטינג פערסענאל אגענסט אקער, אבער ווער האטעם געזאגט וויזוי צו זעצן די ווערטער? כ'מיין אז יעדער זעצט די ווערטער לויט וויזוי ער האלט אז ס'קומט!

אפילו אויף שלום עליכם זעצט יעדער וויזוי ער וויל! כאטשיק ס'איז כמעט נישט דא ווי צו פארדרייען.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

לויט ווי אקער האט געזאגט אין אן אינטערוויו צו די פרעסע, צווינגט ער קיינעם נישט צו זעצן אדער שטויסן די ווערטער לויט ווי ער האט דאס געזעצט. ער האט דאס נאר געטון גרינגער צו מאכן פאר ווער ס'דארף עס.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בסייעתא דשמיא האט געשריבן:גראדע זיך איך שוין לאנג א טעיפ וואס זינגט די סאטמארער רבון כל העולמים. איך קען די ניגון, אבער איך קען עס נישט געהעריג זעצן אויף די ווערטער. האט עס יענע טעיפ? אדער אן אנדערער טעיפ?


ר' שמעי', ביי די פארשלאפען'ס אין שטוב זינגט מען דעם ניגון אויף שלום עליכם און רבון העולמים, אבער מיר צוזעצן נישט די ווערטער ווי דעם דערמאנטן אקער.

אז דו האסט פרייטאג צונאכטס א האלבע שעה איבעריג קענסטו עס קומען הערן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

איך האב נעכטן געעפנט א נייע אשכול איבער די נושא נישט וויסנדיג אז עס איז שוין דא א אשכול דערוועגן און עס איז פארשוואונדן ווי אין וואסער אריין אן קיין שום ווארענונג

עני וועי איך האב עס לעטנס געהערט עס איז זייער א געשמאקע טעיפ בכלל די מערסטע האב איך הנאה געהאט ווי זיי לייגן אראפ דעם שלום עליכם, איין טעות האבן זיי דארט געמאכט זיי זינגען שלום עליכם 2 מאל און בואכם לשלום 4 מאל,
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פויער האט געשריבן:איך האב נעכטן געעפנט א נייע אשכול איבער די נושא נישט וויסנדיג אז עס איז שוין דא א אשכול דערוועגן און עס איז פארשוואונדן ווי אין וואסער אריין אן קיין שום ווארענונג

עני וועי איך האב עס לעטנס געהערט עס איז זייער א געשמאקע טעיפ בכלל די מערסטע האב איך הנאה געהאט ווי זיי לייגן אראפ דעם שלום עליכם, איין טעות האבן זיי דארט געמאכט זיי זינגען שלום עליכם 2 מאל און בואכם לשלום 4 מאל,


פויער, א דאפעלטע אשכול ווערט אוטומאטיש אראפגענומען, אן קיין ווארענונגען..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

פויער האט געשריבן:איך האב נעכטן געעפנט א נייע אשכול איבער די נושא נישט וויסנדיג אז עס איז שוין דא א אשכול דערוועגן און עס איז פארשוואונדן ווי אין וואסער אריין אן קיין שום ווארענונג

עני וועי איך האב עס לעטנס געהערט עס איז זייער א געשמאקע טעיפ בכלל די מערסטע האב איך הנאה געהאט ווי זיי לייגן אראפ דעם שלום עליכם, איין טעות האבן זיי דארט געמאכט זיי זינגען שלום עליכם 2 מאל און בואכם לשלום 4 מאל,

איך האב אויך געהערט דעם פראבלעם ביים ערשיינונג פונעם טעיפ, עס האט געהייסן אז ער גייט מאכן א פרישן שיפמענט און פאררעכטן דעם פראבלעם.
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

דעם כל מקדש זינגט מען יעדע וואך ביים טיש?
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

איינער קען פליס געבן א לינק ווי מ׳קען קויפן די אלבום?
The Divided States Of America
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

געזוכט און נישט געטראפן (בין איך כאטש געוואויר געווארן ס'דא וואס זינגען דעם שלו' עליכם ניגון א האלבע שעה)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

יש בו האט געשריבן:איינער קען פליס געבן א לינק ווי מ׳קען קויפן די אלבום?

https://www.mrmmusic.net/products/a-shabbos-in-satmar
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

וואס איז טאקע דער דערהער אז אסאך סטאמארע חסידים זינגען דעם שלום עליכם. צו האבען זיי דען נישט עפעס מסורת אבות, וויאזוי די עלטערן האבען געזינגען, זיך געפירט ביים טיש?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

זייערע עלטערן האבן געזונגען וואס זיי האבן געהערט ביי זייערע רבי'ס
און אזוי האבן די קינדער אויך געטון....
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איינער קען פליס געבן א לינק ווי מ׳קען קויפן די אלבום?

https://www.mrmmusic.net/products/a-shabbos-in-satmar

א גרויסן ישר
The Divided States Of America
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

.
The Divided States Of America
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

קומט נישט אריין דא, אבער קען מיר ביטע איינער צו ווייזן ווי איך קען קויפן א סידי פון אלע סאטמאר ניגונים פון שבת טיש? זיך צו אויסלערנען. ולמצוה גדולה יחשב. ייש"כ למפרע
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
dinrap
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:זייערע עלטערן האבן געזונגען וואס זיי האבן געהערט ביי זייערע רבי'ס
און אזוי האבן די קינדער אויך געטון....

איר דארפט נעמען אין באטראכט אז ס'איז געווען א דור וואס א גרויס חלק האט נישט זוכה געווען מיטצוהאלטען א סאך שבתים מיט זייערע עלטערען.
נאך די קריג איז דער רבי ז"ל געווען דער טאטע און די מאמע פאר גאר א סאך פון יענעם דור.
ממילא האבען זיי יא געזינגען וואס די עלטערען האבען געזינגען.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איר זאגט די זעלבע נאר שטערקער.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”