איך טאנץ אביסעלע ארום, עס איז נישט אזוי מסודר ווי איך האב געהאפט עס וועט זיין, אבער טא בעד...
המשך
א מענטש וואס ליידט אויף א נפשיותדיגע מחלה ווי OCD אדער פאניק אטאקע וכו', פארגעסט די נערמאלע וועג פון טראכטען כלפי זיינע געפילען בשייכות מיט די מחלה, און איעדעס מאל מען רעדט צו אים אדער ער פראבירט צו אריינטראכטען וואס עס גייט פאר מיט אים קען ער נישט און ער טוט דאס אויף אן אימגעזינטע וועג, און די סיבה דערצו איז ווייל די זאך וואס זיין געפילען זאגען אים אז ער מיז ער דעגרייכען און שפירען, און די זאך וואס זיין גאנצע געפיל און הארץ שפירט דעספערט איז זיך צו פארזיכערן מיט די מחלה! נישט זיך אויסציהיילען פון די מחלה, במילא איעדע שכלדיגע זאך וועט ער נאר קענען רילעטן קראנקערהייט צו זיך.
איז במילא די צייט איז נישט יעצט צו פראבירען צו רעדען מיט שכל, ווייל די מענטש איז נישט ביכולות צופארנעמן שכל בנוגע די מחלה, וואס מען דארף יא טון איז נישט צו פיטערן די מחלה! און דאס פראביר איך דערוויל אויסצישמיסען און דעגרייכען (וואס די אמת איז אז דאס פיטערן די מחלה איז 99% פונעם פראבלעם.)
די יסוד איז אז די מענטש דארף אנטפאנגען פארנעמן די פאקט אז ער שפירט זיך דעשראקען / צובראכען וכו', און ער זאל נישט נעמען עקשאן! ווען די געפילען שפילען און טרייבען, און שרייען אז דאס און דאס איז געפערליך, און זאגט פאר די מענטש אז מען מיז שוין נעמען עקשאן, למשל ווען די מענטש דמיונ'ט אז ער גייט שטארבען, דאן וואס די מענטש דארף טון איז ער לאז דיך ווייטער מורא האבען, נעם נישט קעיר יעצט פון די פחד פראביר דיך נישט ארויס צו זען דערפון טראכט נישט און פראביר דאס נישט צו פראענטפערן און אויסהיילען, לאז דיך שפירען דעשראקען, פארנעם די פאקט אז די ביסט דעשראקען, און זאג דיר אליינס די וועסט עס מסדר זיין שפעטער, די וועסט קעיר נעמען פון די פחד אן אנדערס מאל, אזויווי אינז האבען מיר שוין געהאט גערעדט אז די פראבלעם און די מחלה וואס די מענטש האט איז נישט די פחד וואס ער האט, עס איז דאס וואס וואס די מענטש פראבירט זיך צו פראזיכערען פון די פחד, און די ארגינעלע גורם צום פחד וואס דאס זאל נאר זיין אומריכטיגע מעסעדזשעס אדער אומריכטיגע צוגאנג צו א זאך, איז זיך מלבש און די פחד וואס ער שפירט. איז במילא די ערשטע זאך וואס די מענטש דארף טון, איז אז ער דארף אויפהערן צו פיטערן די מחלה מיט מחשבות לאז די פחד שפילען שלאג דיך נישט דערמיט. וואס וועט פאסירען עווענטואל איז אז די פחד וועט ווערן מער און מער נאטירלעך און נענטער צו ריאליטעט און ציביסלעך אז די וועסט נישט לאזען דמיונות און פאלטשע תירצום און לעזינגען און שלעגערייען שפילען א ערעענסטע ראלע און דיין קאפ, און די וועסט לאזען די געפיל לויפן און שפילען, וועט די געפיל צוביסלעך אויסוועפן און ווערן שוואכער נאטירלעך, וועסטו מיט די צייט אנטפאננגען צו זיין ביכולות צו טראכטען מיט א קלארע קאפ און זיך באקענען שטייטלעך מיט די פחד און מיט דיינע געפילען בכלל און אנטפאנגען צו כאפען און פארשטיין די אמתע גורם. די וועסט דיך אנטפאנגען צו באקענען מיט דיר אליינס און צוביסלעך וועסטו אנקומען צח די אמתדיגע גורמים צו דיין צובראכענקייט און שלעכטע געפיל, איך וועל דאס נאך אויסשמיסען ברייטער אי"ה.
באמת איז דאס שייך און גאר וויכטיג אפילו ביי גרינגערע מצבים ווי למשל א קאמפלעקס אדער ענדליכס. בשעת די ביסט און די מצב פון די קאמפלעקס אדער סיי וואספארא פראבלעם, טאר מען נישט אריינטראכטען דערין, פראביר עס נישט צו העלפען לאז דיך רויט ווערען... ערלויב דיך צו שפירען שלעכט און פארשעמט ווער נישט דעשראקען אדער צובראכען דערפון, לאז די מחשבות און געפילען לויפען שלאג דיך נישט דערמיט, וועסט עס מסדר זיין א צווייטע מאל, די צייט דאס אויסצוהיילען איז נישט בשעת די געפילען און דיין נפשיותדיגע אומגעזינטקייט צושפילט זיך מיט אלע פארבן! בשעת דיין געפילן שפילען דארפסטו האבען סבלנות און הכנעה צו אננעמען די שווערע געפיל און זיין גרייט צו שפירען שלעכט, (און ווי נשמה זאגט איז דאס גאר א געשמאקע זאך צו טון, און ער איז שטארק גערעכט) ווען די שלאגסט דיך דערמיט, קריכסטו אריין טיפער און די לעכעל פון די קראנקע וועג פון טראכטען און די שטעלסט אוועק דיין קאפ און מהלך המחשבה טיפער לויט די מחלה. און אפילו ווען די וועסט יא טרעפן א וועג אדער א מחשבה וואס וועט דיך בארואיגען אביסעלע וועט עס אויך זיין א רפואה נאר לויט די לעכעל פון די מחלה, דאס הייסט עס וועט נישט זיין אמתדיג אויסגעהיילט, עס וועט זיין א דמיון אין איינרעדעניש, אבער צום שורש פונעם פראבלעם וועט עס נישט צורירען! בשעת די ביסט דערינען איז די שכל נישט ביכולות צו אמתדיג טרעפן די פראבלעם מיט א ניכטערע בליק, ווייל דיין טראכטען איז פיל מיט דיין קראנקע געפילען און מחשבות.
כהער פון מקורות נאמנים אז דאקטער פרייס פון מאנסי און פאריק פון וועסטשעסטער ווי רוב היימישע גייען זענען אין פעיוואר פון נעמען די סי בי די אויל וואס איז לעצטענס אויפגעקומען מיט א הכשר אויב איינער האט מער אינפא זאל ער ביטע מעלדן יש"כ
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר: סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט! ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
געוואלטיג האט געשריבן:כהער פון מקורות נאמנים אז דאקטער פרייס פון מאנסי און פאריק פון וועסטשעסטער ווי רוב היימישע גייען זענען אין פעיוואר פון נעמען די סי בי די אויל וואס איז לעצטענס אויפגעקומען מיט א הכשר אויב איינער האט מער אינפא זאל ער ביטע מעלדן יש"כ
איך ווייס פון ערשט האנטיג אז דר סיידמאן פון מאנהעטען (וואס איז איינער פון די שטארק רעספעקטירטע דאקטורים) האט געזאגט דערויף אז ער האט פאציענטן מיט ענקזייעטי וואס האבן פראובירט די אויל אין זיי האבן געזען א פארבעסערונג, אבער ער אלץ מעדיקעל דאקטאר געבט נישט קיין נעטוראל מעדעצין. סאיז זיכער אז מענטשן האבן געזען הצלחה דערמיט עס מיינט אבער נישט אז עס איז אזוי ווינדערליך ווי מלייגט עס אראפ
אנבעליוועבל ווי קלאר דער שריידזשע קימט אריין! איך האב נארוואס אנגעטראפן דעם אשכול צום ערשטן מאל,
סאיז באקאנט אז רוב טעכלאנאגיע איז צי פארדאנקן די מלחמות ווייל וויבאלד מען איז געווען אינטער פרעשור האט מען אריינגעלייגט אסאך כוחות אהערצישטעלן טעכלאנאגיע צי זיין אהעיד פינעם שונא, דא די זעלבע זאך סאיז היבש ווייטאגליך אז אידן דארפן דורכגיין אזאנע יסורים פין מענטל העלטה אבער עס וואקסן ארויס אזעלעכע מענטשען ווי שריידזשע וואס פארמאגט די כוחות און קלארקייט צי העלפן אנדערע כה לחי!!
איינער האט מיר דאס היינט געפרעגט וועל איך אביסעלע קלאר מאכען א וויכטיגע נקודה איך האב מיטגעהאלטען ביי אפאר מענטשן אז עס קומט צו א געוויסע פונקט וואס מען האט שוין ארום געלאפן צו פארשידענע טעראפיסטן און פראבירט פארשידענע סארטן טעראפיס און מעטדען, און מען שפירט זיך נאך אלס נישט אויסגעהיילט, און מען פראבירט דאן צו טרעפן אן אנדערע טעראפיסט וואס נאך אפאר חדשים טרעפט מען זיך ווידער ביים אלטן אז מען איז נאך אלס נישט אויסגעהיילט וחוזר חלילה..
די פראבלעם איז אז עס קומט צו א מצב וואס די מענטש האט שוין באמת געהערט אלע אינפארמאציע און ער האט באקימען אלע כלים זיך אויסצוהיילען, נאר מחמת פארשידנע סיבות איז אים גרינגער זיך איינצורעדן אז ערגעץ ווי אינדרויסען אויפן גרויסער וועלט איז דא די טריק וואס גייט אים אויסהיילען פון איין מינוט צום צווייטן... וואס דאס איז פארשטייט זיך נישט אמת, ווי איך האב שוין געשריבען אז על פי רוב איז די טעראפיסט געמאכט אויף צו געבן אינפארמאציע און גרינגער מאכען די פראסעס, און ארויסצוהעלפן די מענטש אז ער זאל זיך אליינס אויסהיילען. עס קימט א צייט וואס די וויכטיגסטע זאך איז זיך אפצולאזען פון די טעראפיסט אין אנערקענען אז אין הדבר תלוי אלא בי אבער ח"ו נישט דאס טון פאר די צייט
עס איז דא א מורא'דיגע בריוו פון הגה"צ רי"מ שעכטער שליט"א (בכרך החדש סי' קצ"ה כמדומה), וואס ער ברענגט ארויס בערך די זעלבע נקודה פון שרייזשע. ער שרייבט אז די עיקר איז מ'זאל מקבל זיין די צער, און גארנישט טון וואס עס ציט צו טון כדי להסיר הצער, און דאס אליינס איז ממתיק די צער, מער און מער. און ער שרייבט "ואין עצה אחרת מזו".
אויב איינער האט די מכתב איז כדאי עס מעתיק צו זיין דאהי.