בראשית ברא האט געשריבן:ס'איז קאמיש ווי היינטיגע בעסערע פרובירן איינטיילן פאר חסיד'ישע אידן וויאזוי צו גיין אין מקוה, וועם ס'געפעלט נישט די התנהגות פון חסיד'ישע אידן האט אלע ברירות צו גיין וואו ער וויל, קיינער צווינגט אים נישט צו נעמען א שויער דוקא במקום המחובר למקוה. א מקוה איז געמאכט פאר חסיד'ישע אידן וואס ווילן זיך טובל'ן לשם טהרה, קיינער איז נישט מחויב צו גיין, ווער ס'האט נקיות אישוס וכו' ס'שטערט אים זיין ווייקעריי די האלבע שעה אין וואסער, האט דאך אלע רעכטן פריי צו מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס האבן געגרינדעט די מקואות כדי זיי זאלן קענען כאפן די פאר טבילות, מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי..
אזוי ווי איעדע זאך, דארף מען זיך פירען ווי דער הייליגער רמב"ם האט געשריבן, אז מען זאל גיין אין די מיטעל וועג. נישט צו עקסרעים אהער אדער אהין.
איך גיי נישט אין שויער נאכן מקווה. אפילו אסאך מאל ווען איך וויל יא, ווייל איך בין אביסל אן איסטניס אויף די זאכן.
איך מיין אז מען קען נישט מחייב זיין מענטשען צו גיין אין שויער פארן מקווה, ספעציעל אין די גרויסע חסידישע קהילות. הגם, גאר אסאך קלענער בתי מדרשים האבן סיינס וואס פארלאנגן אז מען מיז גיין אין שויער פארן מקווה.
איך מיין אבער אויך (נאכאמאהל, ווי איך האב ליעב צו אהנמערקן, דעת בעת הבית, איך האב נישט קיין דעת תורה, און אויב וואס איך שרייב איז אנטקעגן דעת תורה, דאן האב איך גלייך חרטה), אז מענטשען וואס פירן זיך נישט אויף מענטשליך, טארן נישט גיין אין מקווה. בלאזן די נאס אין האנטוכער, שפייען אויף דער ערד, פיצן די נאז אין בור, קראצן די פיס אין בור, דאס טאר מען נישט טוהן! דאס האט נישט מיט קיין חסידות בכלל! נקיות מביא לידי... נישט פארקערט. דאס הייסט אז מיך גייט נישט אהן אז יענער וועט זיך עקלען. און ווער עס פארלאנגט פארקערט, איז בכלל נישט אין די דרגא פון מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי..!
איך בין כמה וכמה פעמים געוועהן אין מקווה צוזאמען מיט קאשוי רב(י) זצ"ל. דאס איז געוועהן נאך פאר ער האט געהאט זיין פרייוואט מקווה'לע. די איידעלקייט, צניעות, פרישות, קען מען נישט באשרייבן. דאס מיינט וויאזוי אן ערליכע, הייליגע, חסידישע פארפרומטער איד גייט אין מקווה! ער האט געמאכט פלאץ פאר נאך א איד. נישט געשטיפט יענעמס בגדים. ער האט זיך אויפגעפיהר מענטשליך. דאס מיינט עכטע חסידות!
ווער רעדט פון טון מיאוסע זאכן בעיני בני אדם, חלילה ס'איז אסור מדינא
פארן קאווע קען איך זיך בכלל נישט צוזאמנעמן מיינע מחשבות, איך האב נישט קיין אנונג וואס איך טו יעדן טאג אין מקוה! געווענליך זע איך נאכן קאווע ווי מיין פיאות איז נאס דעריבער נעם איך אן אז איך טובל זיך אינעם מקוה, אדער האב איך געהאט בלויז א שפיכת ט' קבין?
טשאלענט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט בעטן פון די טויזענטער אידן וואס נעמען א שויער נאך די מקוה, אז זיי זאלן מוחל זיין אויך נעמען א שויער פאר די מקוה!
איך בין נישט מחיוב צו ליידן פון א שמוציגע מקוה ווייל זיי זענען באקוועמע אידן און זיי רעכענען זיך נישט מיט א צווייטן, און שרייען נאך אז די מקוה איז שמוציג!
די אידן וואס גייען בכלל נישט אין שויער, נישט אז איך האלט ווי זיי, אבער איך פארשטיי אז זיי האבן א שיטה, אבער אז דו גייסט סייווי אין שויער, דאן פארוואס שמוציג מאכן די מקוה?
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אין די נייע שול גייט זיין 2 הייסע בורות איינץ בלויז פאר אידן וואס גייען פארדעם אין שויער. אין די 2 וועט זיין פאר די אידן וואס גייען נישט אין שויער מיום כיפרום זה עד ערב יום כיפור העל'ט
ווייסט איינער וואס איז די פשט פון ארויסנעמען די שטאפער פון די מי גשמים בור פאר א האלבע שעה ווי לאנג יענער טובלט זיך אין שמיצוג מאכן די זובערע מקוה עני מקור? עס קרענקט מיר יעדע מאל עקסטער אסאך מאל גיי איך אין איך שטאפ עס צירוק צו האבן די חברה עס אנגעהויבן צו לייגן אין פראנט פון זיך ביים טובלן איך זאל מיך נישט דערוואגן עס צירוק צו לייגן קען איינער מסביר זיין וואס דעס מיינט אין צו עס האט א מקור? ביטע ברענגען ווייל איך האלט עס נישט אויס יעדע צופרי ווען איך טרעף די שטאפער אויף א אנדערע פלאץ אין די וואסער באקומט א גראך פון די מי גשמים וואס איך מיין אז קיין מענטש וואלט זיך נישט געטובלט אין די מי גשמים וואס ווי נאר איינער הייבט אויף די דעקעל צו טובלן א כלי הייבט אן די גאנצע מקוה צו שמעקן. אין אדרבה אויב האט עס א מקור וועל איך מיך אינטערווארפן אינטער גארנישט טיען מער. אין אויב האט עס נישט קיין מקור אין עס איז סתם שיגעון וועל איך טרייען צו ארויסהעלפן די יודן פון זייערע משגעתן בלי תשלום חינם אין כסף!
דניאל אויערבאך האט געשריבן:לכאו' איז די פראבלעם צוליב די י"ח דבר וואס חז"ל האבען גוזר געווען אז אויב מען שויערט זיך נאכען מקוה וועט בטל די טהרה, כך שמעתי?
זה היה רק לגבי תרומה ולא לגבי חולין.
די גזירה איז אויך געווען אויף אונזערע מקוואות וועלכע באשטייען בעיקר פון מים שאובים, כמבואר במסכת מכות דף ד. וברש"י ד"ה לא עלתה לו טבילה.
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
בראשית ברא האט געשריבן:ס'איז קאמיש ווי היינטיגע בעסערע פרובירן איינטיילן פאר חסיד'ישע אידן וויאזוי צו גיין אין מקוה, וועם ס'געפעלט נישט די התנהגות פון חסיד'ישע אידן האט אלע ברירות צו גיין וואו ער וויל, קיינער צווינגט אים נישט צו נעמען א שויער דוקא במקום המחובר למקוה. א מקוה איז געמאכט פאר חסיד'ישע אידן וואס ווילן זיך טובל'ן לשם טהרה, קיינער איז נישט מחויב צו גיין, ווער ס'האט נקיות אישוס וכו' ס'שטערט אים זיין ווייקעריי די האלבע שעה אין וואסער, האט דאך אלע רעכטן פריי צו מאכן דאס פלאץ פאר אידן וואס האבן געגרינדעט די מקואות כדי זיי זאלן קענען כאפן די פאר טבילות, מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי..
אזוי ווי איעדע זאך, דארף מען זיך פירען ווי דער הייליגער רמב"ם האט געשריבן, אז מען זאל גיין אין די מיטעל וועג. נישט צו עקסרעים אהער אדער אהין.
איך גיי נישט אין שויער נאכן מקווה. אפילו אסאך מאל ווען איך וויל יא, ווייל איך בין אביסל אן איסטניס אויף די זאכן.
איך מיין אז מען קען נישט מחייב זיין מענטשען צו גיין אין שויער פארן מקווה, ספעציעל אין די גרויסע חסידישע קהילות. הגם, גאר אסאך קלענער בתי מדרשים האבן סיינס וואס פארלאנגן אז מען מיז גיין אין שויער פארן מקווה.
איך מיין אבער אויך (נאכאמאהל, ווי איך האב ליעב צו אהנמערקן, דעת בעת הבית, איך האב נישט קיין דעת תורה, און אויב וואס איך שרייב איז אנטקעגן דעת תורה, דאן האב איך גלייך חרטה), אז מענטשען וואס פירן זיך נישט אויף מענטשליך, טארן נישט גיין אין מקווה. בלאזן די נאס אין האנטוכער, שפייען אויף דער ערד, פיצן די נאז אין בור, קראצן די פיס אין בור, דאס טאר מען נישט טוהן! דאס האט נישט מיט קיין חסידות בכלל! נקיות מביא לידי... נישט פארקערט. דאס הייסט אז מיך גייט נישט אהן אז יענער וועט זיך עקלען. און ווער עס פארלאנגט פארקערט, איז בכלל נישט אין די דרגא פון מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי..!
איך בין כמה וכמה פעמים געוועהן אין מקווה צוזאמען מיט קאשוי רב(י) זצ"ל. דאס איז געוועהן נאך פאר ער האט געהאט זיין פרייוואט מקווה'לע. די איידעלקייט, צניעות, פרישות, קען מען נישט באשרייבן. דאס מיינט וויאזוי אן ערליכע, הייליגע, חסידישע פארפרומטער איד גייט אין מקווה! ער האט געמאכט פלאץ פאר נאך א איד. נישט געשטיפט יענעמס בגדים. ער האט זיך אויפגעפיהר מענטשליך. דאס מיינט עכטע חסידות!
גיט האט געשריבן:ווייסט איינער וואס איז די פשט פון ארויסנעמען די שטאפער פון די מי גשמים בור פאר א האלבע שעה ווי לאנג יענער טובלט זיך אין שמיצוג מאכן די זובערע מקוה עני מקור? עס קרענקט מיר יעדע מאל עקסטער אסאך מאל גיי איך אין איך שטאפ עס צירוק צו האבן די חברה עס אנגעהויבן צו לייגן אין פראנט פון זיך ביים טובלן איך זאל מיך נישט דערוואגן עס צירוק צו לייגן קען איינער מסביר זיין וואס דעס מיינט אין צו עס האט א מקור? ביטע ברענגען ווייל איך האלט עס נישט אויס יעדע צופרי ווען איך טרעף די שטאפער אויף א אנדערע פלאץ אין די וואסער באקומט א גראך פון די מי גשמים וואס איך מיין אז קיין מענטש וואלט זיך נישט געטובלט אין די מי גשמים וואס ווי נאר איינער הייבט אויף די דעקעל צו טובלן א כלי הייבט אן די גאנצע מקוה צו שמעקן. אין אדרבה אויב האט עס א מקור וועל איך מיך אינטערווארפן אינטער גארנישט טיען מער. אין אויב האט עס נישט קיין מקור אין עס איז סתם שיגעון וועל איך טרייען צו ארויסהעלפן די יודן פון זייערע משגעתן בלי תשלום חינם אין כסף!
איינמאל נאך וואס די פילטער האט געארבייט דארף מען זיכער אויפשטאפן. וויל די פילטער מאכט א שאלה פון זוחלין, דאס איז די סבה פארוואס מאנכע האבן טאקע געלייגט טבלאות אז מען זאל וויסן צו איינער האט שוין געמאכט אן השקה.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
גיט האט געשריבן:ווייסט איינער וואס איז די פשט פון ארויסנעמען די שטאפער פון די מי גשמים בור פאר א האלבע שעה ווי לאנג יענער טובלט זיך אין שמיצוג מאכן די זובערע מקוה עני מקור? עס קרענקט מיר יעדע מאל עקסטער אסאך מאל גיי איך אין איך שטאפ עס צירוק צו האבן די חברה עס אנגעהויבן צו לייגן אין פראנט פון זיך ביים טובלן איך זאל מיך נישט דערוואגן עס צירוק צו לייגן קען איינער מסביר זיין וואס דעס מיינט אין צו עס האט א מקור? ביטע ברענגען ווייל איך האלט עס נישט אויס יעדע צופרי ווען איך טרעף די שטאפער אויף א אנדערע פלאץ אין די וואסער באקומט א גראך פון די מי גשמים וואס איך מיין אז קיין מענטש וואלט זיך נישט געטובלט אין די מי גשמים וואס ווי נאר איינער הייבט אויף די דעקעל צו טובלן א כלי הייבט אן די גאנצע מקוה צו שמעקן. אין אדרבה אויב האט עס א מקור וועל איך מיך אינטערווארפן אינטער גארנישט טיען מער. אין אויב האט עס נישט קיין מקור אין עס איז סתם שיגעון וועל איך טרייען צו ארויסהעלפן די יודן פון זייערע משגעתן בלי תשלום חינם אין כסף!
איינמאל נאך וואס די פילטער האט געארבייט דארף מען זיכער אויפשטאפן. וויל די פילטער מאכט א שאלהפראבלעם פון זוחלין, דאס איז די סבה פארוואס מאנכע האבן טאקע געלייגט טבלאות אז מען זאל וויסן צו איינער האט שוין געמאכט אן השקה.
ישוב הדעת האט געשריבן:זיכער א פראבלעם? דאכט זיך אז צעהלימער רב ז״ל האט געהאלטן אז מען קען זיך טובלען בשעת די פילטער ארבייט..
ס׳זיכער אז מווערט נישט מער טמא, די שאלה איז אויף וויפיל ס׳העלפט, איינער ווייסט וואס איז געווען די מיינונג פון צעהלימער רב בנוגע זיך צו טובל׳ן שבת אין א מקווה וואס די פילטער ארבעט?
ישוב הדעת האט געשריבן:זיכער א פראבלעם? דאכט זיך אז צעהלימער רב ז״ל האט געהאלטן אז מען קען זיך טובלען בשעת די פילטער ארבייט..
וכן דעת הרבה דיינים.
די רעדטס אפשר פון די היינטיגע פארגעשריטענע פילטערס וואס ארבעט מיט לופט, וואס די וואסער גייט נישט ארויס פונעם בור, איז אזא פאל איז בכלל נישט א שאלה, מ׳קען זיך לכתחילה טובל׳ן אן איבער אכן די השקה