סעיווינגס אקאונט.

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אין דירעקטע רעזולטאט פון די לעצטיגע פראצענט ראטע העכערונג דורך די פעדעראלע רעזערוו, איז פאראן א שטיקל שפע פון אינטרעסט אויף סעווינגס אקאונטס ביי מערערע בענק, דעריבער האבן מיר געעפנט די דעזיגנירטע אשכול ווי מען וועט ארומרעדן איבער סעיווינגס אקאונטס והמסתעף.

מיט צענדליגע יארן צוריק, ווען א הארטע דאללער האט נאך פארמאגט עטוואס ארגיאנעלע שוויות, פלעגט די סעיווינגס אינטרעסט האלטן ביי אזוי הויעך ווי צוועלעף פראצענט! דאס איז אבער געווארן א פארגאנגענהייט מיט די אויפקום פון די מאדערנע מארגעדזש-מארדשין אינפלאציע-דעפיציט ווירטואלע עפאכע, ביי וועלכן די דאללער איז סינטעטיש מאדיפיצירט געווארן אלס עובר לסוחר אפילו ביי די וועלכע עס האבן דאס נאטורליך נישט פארדינט. דערמיט האבן די ראטעס געטראסקעט אין די קלינטאן בוש אבאמא יארן, טיילמאל אזוי נידריגע ווי 0.0025 פראצענט.....

אבער יעצט מיטן פראטאקאל-שטרענגן בודזשעט-קאנסערוואטיוון פעדעראל רעזערוו פינאנץ שעף מיסטער פאועל וועלכער הייבט נאכאנאנד די צינזן - אומווילנדיג אנצולערנען טראמפ און זיינע פריינט אויפן סטאק-מארקעט - שטייגן אין רעזולטאט די ראטעס, און לויט ווי אנאליסטן זאגן פאר וועט דאס ווייטער שטייגן אין די קומענדיגע תקופה.

דאס ברענגט אונז צו פארשידענע באקאנטע בענק וועלכע גיבן שוין אריבער 3 פראצענט פונקטן אויף CD סעווינגס. וואס דאס איז גאראנטירט דורך די FDIC גענוי ווי א געהעריגע דיפאזיט אקאונט. דאס איז שוין כמעט אזויפיל ווי די בערך 4 פראצענט וואס מען פארדינט פון זויגערופענע גאראנטירטע מארגעדזש באונדס פון די סעקאנדערי מארקעט. (זאלן די סטאק ידענים טאקע אריינקומען אויב ס'האלט שוין מער)

פארשטייט זיך אז די ראטעס ווערן איבערגערעכנט חודש'ליך, ד.מ. אז צוקונפטיגע אינטרעסט וועט אויך גערעכנט ווערן אויף די שוין פארדינטע אינטרעסט.

אין אנדערע ווערטער, ווען עמיצער זאל למשל אוועקלייגן פאר זיין 7 יעריג טאכטער 22 טויזנט דאללער אויף חתונה צו מאכן, דאן נעמט מען ארויס א נישקשה'דיגע 32 אלפים מיט צוועלעף יאר שפעטער. און דאס איז אן נעמען סיי וועלכע ריזיקאלישע אינוועסטמענטס.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

טשעיס באנק האט עס?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
זאגסט גוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 04, 2018 5:22 pm

CD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגסט גוט »

5 יאר 3.5
אטעטשמענטס
CD.PNG
CD.PNG (20.43 KiB) געזען 2639 מאל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

וועלכע באנק איז גוט פאר סעיווינגס?

די בעסטע איז אויסצוקלויבן א נאציאנאלע באנק. פילע פון די קליינע בענק אדער קרעדיט יוניאנס זענען נישט געהעריג עטאבלירט מיט זייערע סערוויסעס, און עס איז נישט באוואוסט זייער פינאנציעלע סטאטוס. און טראץ וואס די דיפאזיט איז אינשורד ביי די FDIC איז נישט קיין באטעמ'טע עסק אנצוקומען דערצו.

אבער א חלק פון די פאפולארע דיפאזיט בענק א שטייגער ווי טשעיס גיבן זייער קליינע אינטרעסט ראטעס. דעריבער איז די בעסטע אויסוואל א באקאנטע אנליין באנק, א שטייגער ווי אמעריקען עקספרעס, גאלדמאן סאקס באנק, קעפיטעל וואן, און נאך. איך פערזענליך נוץ אמעריקען עקספרעס מיט צופרידנהייט.

ווען מען מאכט א CD אקאונט איז ראטזאם נישט אריינצולייגן אלעס אין איין אקאונט. נאר עפענען יעצט איין אקאונט, און א האלבע יאר ארום נאך איין, און אזוי גיין ווייטער ביז עטליכע אקאונטס ביי די זעלבע באנק. די אויפטו איז, אז דו האסט פיל שנעלער געלט עוועילעבל אין פאל דו דארסט עס וויכטיג נוצן, ווייל אויב נעמסטו למשל א צוויי יאר cd, ווערט בערך יעדע האלבע יאר עוועילעבל נאך געלט צו קענען ארויסנעמען, אנשטאט 2 יאר. דאס ווערט אנגערופן בלשונם א cd ladder.

די אינטרעסט ווערט גערעכנט אלס געהעריגע פארדינסט, און מען באקומט א 1099 ענדע יאר פון די באנק מיט די סכום אינטרעסט וואס מ'האט פארדינט. דוכט זיך אז ביז 10 אלפים אינטרעסט א יאר איז טעקס פריי.

די אקאונט ווערט אויטאמאטיש באנייט ביי די ענדע דאטום לויט די דעמאלסדיגע ראטע, חוץ אויב מען טוט זיי פאראויס איינמעלדן אז מען וויל נישט.
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

אז מען רעדט שוין יא, וואס איז די חילוק צווישן א סעווינגס און א מאני מארקעט אקאונט ?
NECB געט 2.25 פאר א מאני מארקעט אקאונט.
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ר' יום טוב האט געשריבן:אין דירעקטע רעזולטאט פון די לעצטיגע פראצענט ראטע העכערונג דורך די פעדעראלע רעזערוו, איז פאראן א שטיקל שפע פון אינטרעסט אויף סעווינגס אקאונטס ביי מערערע בענק, דעריבער האבן מיר געעפנט די דעזיגנירטע אשכול ווי מען וועט ארומרעדן איבער סעיווינגס אקאונטס והמסתעף.

מיט צענדליגע יארן צוריק, ווען א הארטע דאללער האט נאך פארמאגט עטוואס ארגיאנעלע שוויות, פלעגט די סעיווינגס אינטרעסט האלטן ביי אזוי הויעך ווי צוועלעף פראצענט! דאס איז אבער געווארן א פארגאנגענהייט מיט די אויפקום פון די מאדערנע מארגעדזש-מארדשין אינפלאציע-דעפיציט ווירטואלע עפאכע, ביי וועלכן די דאללער איז סינטעטיש מאדיפיצירט געווארן אלס עובר לסוחר אפילו ביי די וועלכע עס האבן דאס נאטורליך נישט פארדינט. דערמיט האבן די ראטעס געטראסקעט אין די קלינטאן בוש אבאמא יארן, טיילמאל אזוי נידריגע ווי 0.0025 פראצענט.....

אבער יעצט מיטן פראטאקאל-שטרענגן בודזשעט-קאנסערוואטיוון פעדעראל רעזערוו פינאנץ שעף מיסטער פאועל וועלכער הייבט נאכאנאנד די צינזן - אומווילנדיג אנצולערנען טראמפ און זיינע פריינט אויפן סטאק-מארקעט - שטייגן אין רעזולטאט די ראטעס, און לויט ווי אנאליסטן זאגן פאר וועט דאס ווייטער שטייגן אין די קומענדיגע תקופה.

דאס ברענגט אונז צו פארשידענע באקאנטע בענק וועלכע גיבן שוין אריבער 3 פראצענט פונקטן אויף CD סעווינגס. וואס דאס איז גאראנטירט דורך די FDIC גענוי ווי א געהעריגע דיפאזיט אקאונט. דאס איז שוין כמעט אזויפיל ווי די בערך 4 פראצענט וואס מען פארדינט פון זויגערופענע גאראנטירטע מארגעדזש באונדס פון די סעקאנדערי מארקעט. (זאלן די סטאק ידענים טאקע אריינקומען אויב ס'האלט שוין מער)

פארשטייט זיך אז די ראטעס ווערן איבערגערעכנט חודש'ליך, ד.מ. אז צוקונפטיגע אינטרעסט וועט אויך גערעכנט ווערן אויף די שוין פארדינטע אינטרעסט.

אין אנדערע ווערטער, ווען עמיצער זאל למשל אוועקלייגן פאר זיין 7 יעריג טאכטער 22 טויזנט דאללער אויף חתונה צו מאכן, דאן נעמט מען ארויס א נישקשה'דיגע 32 אלפים מיט צוועלעף יאר שפעטער. און דאס איז אן נעמען סיי וועלכע ריזיקאלישע אינוועסטמענטס.

ר' יום טוב, אין די יעצטיגע טעג געבן אויך די בענק אזאנע פראצענט?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

לעכטל האט געשריבן:ר' יום טוב, אין די יעצטיגע טעג געבן אויך די בענק אזאנע פראצענט?!

אויב ס'איז געלאקט אין א cd. איך האב 2 אזוינע.
איינמאל ס'געענדיגט די טוירם אין א יאר צוויי, וועלמיר דארפן זען וואס מ'טוט, לעת עתה שטייט עס ביי נישט מער ווי 1%.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

איך זעה אז נארט איסט קאמיונעטי באנק האט יעצט זייער גוטע רעיטס פון 5+ %.

מ'קען איינשפארן אפילו פאר בלויז 3 חדשים פאר העכער א 5% APR.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

חידוש נפלא האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:47 am
איך זעה אז נארט איסט קאמיונעטי באנק האט יעצט זייער גוטע רעיטס פון 5+ %.

מ'קען איינשפארן אפילו פאר בלויז 3 חדשים פאר העכער א 5% APR.
robinhood has for 4.65 not locked for 5 dollars a month membership
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

I got 5 Percent from Key Bank
And i actually locked it in for the longest possible.
Who can be sure how long these rates will hold.
They might go up but it might go down.
These are historic rates.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

חידוש נפלא האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:47 am
איך זעה אז נארט איסט קאמיונעטי באנק האט יעצט זייער גוטע רעיטס פון 5+ %.

מ'קען איינשפארן אפילו פאר בלויז 3 חדשים פאר העכער א 5% APY.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-06-05 165344.png
Screenshot 2023-06-05 165344.png (387.54 KiB) געזען 692 מאל
Screenshot 2023-06-05 165332.png
Screenshot 2023-06-05 165332.png (379.32 KiB) געזען 692 מאל
אוועטאר
mendy76
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 1:12 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mendy76 »

שמואל שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:17 pm
אז מען רעדט שוין יא, וואס איז די חילוק צווישן א סעווינגס און א מאני מארקעט אקאונט ?
NECB געט 2.25 פאר א מאני מארקעט אקאונט.
fidelity investment gives 4.76
אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

עדות ביהוסף האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:32 pm
I got 5 Percent from Key Bank
And i actually locked it in for the longest possible.
Who can be sure how long these rates will hold.
They might go up but it might go down.
These are historic rates.
Historic?
Screenshot 2023-06-05 173323.png
Screenshot 2023-06-05 173323.png (74.6 KiB) געזען 634 מאל
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 5:34 pm
עדות ביהוסף האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:32 pm
I got 5 Percent from Key Bank
And i actually locked it in for the longest possible.
Who can be sure how long these rates will hold.
They might go up but it might go down.
These are historic rates.
Historic?Screenshot 2023-06-05 173323.png
Maybe not.
But 30 out of the last 40 years is in my short life a "Little" historic.
פארוואלקענט
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:10 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואלקענט »

קעפיטעל וואן סעיווינגס איז יעצט %4.0 אין עס איז פאר פרי.
Some people are like clouds
.When they dissappear it's a brighter day
אוועטאר
בחור יקר
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2023 8:23 pm
לאקאציע: בעסער אז די ווייסט נישט

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחור יקר »

בן טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:26 pm
חידוש נפלא האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:47 am
איך זעה אז נארט איסט קאמיונעטי באנק האט יעצט זייער גוטע רעיטס פון 5+ %.

מ'קען איינשפארן אפילו פאר בלויז 3 חדשים פאר העכער א 5% APR.
robinhood has for 4.65 not locked for 5 dollars a month membership
It’s not locked
ענדערש האב א כשר׳ע פאון וואס זעהט אויס טרייף, ווי איידער א טרייפענע פאון וואס זעהט אויס כשר……
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

איך זעה אז דיסקאווער סעיווינגס איז 4.15% נישט לאקט,

איך טראכט איטס טו גאאד טו בי טרא, בין איך גערעכט?
פארוואלקענט
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:10 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואלקענט »

notification האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:19 am
איך זעה אז דיסקאווער סעיווינגס איז 4.15% נישט לאקט,

איך טראכט איטס טו גאאד טו בי טרא, בין איך גערעכט?
איך האב קעפיטעל וואן סעיווינגס און סאיז יעצט %4.10
Some people are like clouds
.When they dissappear it's a brighter day
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

איך האב קעפיטאל וואן 360 סעיוועינס און עס איז נאר 0.30%
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

notification האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:19 am
איך טראכט איטס טו גאאד טו בי טרא
מ'האט שוין געברענגט מערערע מאל אז ס'דא וואס צאלן כמעט 5%.
לעצט פארראכטן דורך להודות אום דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

יעצט איז מיין שאלה אויב האב איך אלטע גרויסע חובות ביי דיסקאווער קרעדיט קארד, לוינט אהין צו טרענספערן געלט צו סעיווינגס, אדער זיי קענען עס צונעמען פאר די קק חובות?
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

notification האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:38 am
איך האב קעפיטאל וואן 360 סעיוועינס און עס איז נאר 0.30%
then you have a kids savings account, the regular savings account is %4.10
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
Whiz
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:31 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Whiz »

notification האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:46 am
יעצט איז מיין שאלה אויב האב איך אלטע גרויסע חובות ביי דיסקאווער קרעדיט קארד, לוינט אהין צו טרענספערן געלט צו סעיווינגס, אדער זיי קענען עס צונעמען פאר די קק חובות?

אויב צאלט איר עס אפ שפארט איר זיך אסאך מער ווי די פאר פראצענט וואס איר מאכט.
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: סעיווינגס אקאונט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

Whiz האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:15 pm
notification האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:46 am
יעצט איז מיין שאלה אויב האב איך אלטע גרויסע חובות ביי דיסקאווער קרעדיט קארד, לוינט אהין צו טרענספערן געלט צו סעיווינגס, אדער זיי קענען עס צונעמען פאר די קק חובות?

אויב צאלט איר עס אפ שפארט איר זיך אסאך מער ווי די פאר פראצענט וואס איר מאכט.
דו האסט נישט געענטפערט צו די זאך,

כ'האב נישט קיין געלט צו באצאלן די חובות, לאז מיר זאגן די חוב איז 30 טויזענט, וויל איך נישט מיין 10 טויזענט אריין ווארפן דארט פשוט צו לויערן די באלאנס, איך וויל מיינע 10 זאל וואקסן, אהנדעם וואס זיי זאלן עס צונעמען
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”