די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

מעלות האט יעצט אן גראם-ארטיקל געבויעט אויף א תורה פון רבי מאיר שפירא, געשריבן דורך ב. טויבער (אפשר הרה"ג ר' בערל? מסתמא נישט)

איך גלייב אז א סאטמארער וואס ליינט דאס וועט אים זיין בלוט ארויפקומען אין קאפ... דער וואס האט דאס געשריבן ווייסט נישט אז סאטמאר רב האט געזאגט פילע מאל אז יעדע סארט בנין פון די כפירה הציונית גייט ווערן בטל ומבוטל אש ופארעך פאר משיח וועט קומען, דער שרייבער פון די ארטיקל ווייסט זעהט אויס נישט דערפון...

איך גלייב אז נעקסטע חודש גייט קומען אן אנטשולדיגונג
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

סידיראם האט געשריבן:מעלות האט יעצט אן גראם-ארטיקל געבויעט אויף א תורה פון רבי מאיר שפירא, געשריבן דורך ב. טויבער (אפשר הרה"ג ר' בערל? מסתמא נישט)

איך גלייב אז א סאטמארער וואס ליינט דאס וועט אים זיין בלוט ארויפקומען אין קאפ... דער וואס האט דאס געשריבן ווייסט נישט אז סאטמאר רב האט געזאגט פילע מאל אז יעדע סארט בנין פון די כפירה הציונית גייט ווערן בטל ומבוטל אש ופארעך פאר משיח וועט קומען, דער שרייבער פון די ארטיקל ווייסט זעהט אויס נישט דערפון...

איך גלייב אז נעקסטע חודש גייט קומען אן אנטשולדיגונג

איך ווייס נישט צו רבי בערל האט דאס געשריבן, אבער איז דאך ידוע אלס א שטיקל גראמער.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ב. טויבער קוקט אויס צו זיין א פרוי.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

סידיראם האט געשריבן:מעלות האט יעצט אן גראם-ארטיקל געבויעט אויף א תורה פון רבי מאיר שפירא, געשריבן דורך ב. טויבער (אפשר הרה"ג ר' בערל? מסתמא נישט)

איך גלייב אז א סאטמארער וואס ליינט דאס וועט אים זיין בלוט ארויפקומען אין קאפ... דער וואס האט דאס געשריבן ווייסט נישט אז סאטמאר רב האט געזאגט פילע מאל אז יעדע סארט בנין פון די כפירה הציונית גייט ווערן בטל ומבוטל אש ופארעך פאר משיח וועט קומען, דער שרייבער פון די ארטיקל ווייסט זעהט אויס נישט דערפון...

איך גלייב אז נעקסטע חודש גייט קומען אן אנטשולדיגונג



דערווייל נישט אן אנטשולדיגונג אבער עטליכע באמערקונגען פון ליינער.. ווי ערווארטעט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אבער פיר בריוו פון זעלבן סארט קריטיק אן קיין פארענטפערונג, איז זייער שיין פון זיי.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אבער פיר בריוו פון זעלבן סארט קריטיק אן קיין פארענטפערונג, איז זייער שיין פון זיי.


אפיציעל ווען די מעלות ברענגט בריוון וואס קריטיקירט זיי און זיי לייגן גארנישט צו נאכן בריוו מיינט דאס א שתיקה כהודאה. אזוי געדענק איך פון א מעלות פון עטליכע יאר צוריק..
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די מעלות האט געשריבן "יעדערער" וואס איז די ...ער' "יעדערער" יא? ס'קומט אזוי? די רבי ז"ל דאכט זיך פלעגט זאגן יעדערער. אדער איז עס, אז איך האב עס נאר יעצט באמערקט. די לשון פון רבין זצ"ל (ס"ג משפטים שקלים שנת התשי"ד לפ"ג) און דער אמת, א יוד וואס ער שפירט אין די קדושה, וואס ער האט א געפיל אין א מצוה, וואס איז דבוק אין א מצוה, שפירט ער א גרויס התפעלות בנפש, זעהט ער דאס איז נישט קיין קלייניגקייט, יעדע מצוה ברענגט קדושה וטהרה און אמת'דיגע התפעלות בנפש, דאס שפירט יעדערער.
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

עס איז געווען אן ארטיקל אין די מעלות מיט חדשים אדער אפילו יאר(ן) צירוק מיט א מיידל וואס האט געליטן אויף קרוינס און זי איז געהאלפן געווארן אדער רעדעצירט היפש אירע שמערצען מיט עפעס א מהלך פון געבן פאר אנדערע, עס איז געווען א באלערנדע ארטיקל וואס איך זיך עס יעצט אין מיינע אלטע מעלות שאפע און דערווייל אן ערפאלג, ווייסט איינער וועליכע מעלות דאס איז געווען.
עס איז מיר שטארק נוגע, ביטע ווער עס קען העלפן.
אגב איך האב נישט געטראפן קיין נמ. אין די מעלות ווי מען קען פרעגן אזא שאלה, אויב איינער ווייסט א נמ. ביטע לאזן וויסן.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אין די אדר מעלות שרייבן זיי אז אדר ב׳ וועט ארויסקומען ״א ספעציעלער פורים נומער מיט די בעסטע פורים ארטיקלען פון די ערשטע יארן פון מעלות (תשנ״ז-תשס״ו) ווי אויך נייע הוספות״.
כנראה וועט נישט ארויסקומען די חזק אויסגאבע וואס זיי פלעגן ארויסגעבען אין א עיבור יאר.
אגב, איז דא א אינטערסאנטער בריוו ווי דער ליינער איז ביי דער מיינונג אז רעדן און שרייבן (ווי דער ״שלאף מיין קינד״ ליד פון ר׳ יו״ט ערליך ז״ל) פון די פיין אין ליידן פון די קריג יארן האט נישט קיין תועלת, פארקערט עס ברענגט נאר א פחד אין די יונגע הערצער און צומאל אויך ביי די עלטערע, ער דערמאנט די פאקט אז רביה״ק מסאטמאר זי״ע פלעגט ביי די סעודת הודאה קיינמאל נישט פארציילן די מעשה בפרטיות.
אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Horizontal »

פארווערטס שרייבט וועגן מעלות

דער ערשטער זשורנאַל װאָס פּרוּװט סטאַנדאַרדיזירן חסידיש ייִדיש
By יהושע כּהנא


„מעלות‟ קלײַבט אויס די בעסטע ייִדישע װערטער װאָס מע הערט אין מאה־שערים און אַנדערע חסידישע געגנטן. אויפֿן בילד: אַ משפּחה אין מאה־שערים ערבֿ־יום־כּיפּור, 2018.

חסידיש אידיש האט נישט קיין גוטן נאמען ביי ליטעראריסטן װײַל חסידיש-אידיש פאלגט נישט נאך די ארדענונג פון ייווא יידיש. חסידיש אידיש קוקט אויס ווי הפקר וועלט. א מישמאש פון איבער די מאס ענגלישע, מאָדערן העברעישע ווערטער און קלאנגען און סינטעטישע איבערטייטשונגען, וואס קלעפּט נישט אין אידיש אריין, אז עס פארגייט דער טעם.

אט גיט א קוק אויף די גערעדטע שפראך. א מאה שערים’דיגער װעט אפֿשר זאָגן: „עס איז נישט משנה, נעם פון די מכולת א שקית מיט תפוזים” (מאכט נישט אויס, קויף ביים קלייט א זאק פאמעראנצן). אדער אין וויליאמסבורג: “אקיי קינדער, איך בין פראוד מיט ענק, זענטץ עטץ רעדי פאר די קווייער? מען גייט ריהערסען אין סטודיאו, יעדער זאל פליז זינגען אויף די פיטש. ” (פיין קינדער, איך בין שטאלץ מיט אייך, זענט עטץ גרייט צום כאר, יעדער זאל אזוי גוט זיין און זינגען אויפן טאן).

די געשריבענע שפראך װי מע זעט למשל אין דער ירושלים’דיגער וואכנשריפט „דאס אידישע ליכט‟ איז אויך קענטליך שטארק באאיינפלוסט פון עברית און די נאוועלעס דורך מנחם מענדל האָבן צופיל לאנגע דייטשישע ווערטער. די „וויליאמסבורגער בלעטער‟ ווידער פארמאגן אדער אן ארימער שפראך, אדער זענען זיי באלאטעוועט מיט ענגלישע ווערטער אינאיינעם מיט באארבעטע פארטייטשונגען אדער לאנגע אומגעלומפערטע זאצן. „ער האט אים געפרעגט וואס ער האלט אויף אים, ער גלייכט אים זייער, ער האט א דירעקציע‟ (ער האט אנגעפרעגט זיין מיינונג איבער אים, יענער געפעלט אים שטארק, ער האט א ריכטונג). ווייניג זענען די וואס האבן באוויזן צו שרייבן ארטיקלען אין כלערליי אספעקטן, וואו די שפראך איז רייך מיט ווערטער און אויסדרוקן; נישט געבארגטע מיט א פרעמד פנים, נאר פונעם אייגענעם אוצר. אז מען נעמט שוין יא אמאל א פרעמדליך ווארט זאל עס זיין אידישליך אריינגעפאסט צו האלטן דאס וואס מאכט אונזער שפראך „מאמע לשון‟.

די אנטווערפענער אידיש, אמווייניגסטנס ביי די מענער שיל, האלט זיך אמבעסטן צום טעם פונעם אמאליגן אידיש, דארטן איז א רעספעקטפולער חסידיש אידיש א לעבעדיגע שפראך. דאס איז אבער ליידער בלויז א גערעדטע שפראך.

איין אויסגאבע האט באוויזן צו ברענגען ארדענונג אינעם געשריבענעם אידיש: דער חודשלעכער זשורנאַל „מעלות‟, אנגעפירט דורך מרת שרה יונגרייז. זי האט געוויזן א שטארקער אינטערעס צו א גראמאטיש אויסגעהאלטענעם חסידיש אידיש. מיט א געזונטער גלייכגעוויכט איז זי געווען דער וואס האט ענדליך באוויזן צו בארייכערן אונזער געשריבענע שפראך מיט ווערטער פונעם אייגענעם שמאלצטאפ, און געגעבן דאס לשון א גראמאטיש פנים.

מרת יונגרייז האט צוזאמענגעפלאכטן די דריי הויפט מינים חסידיש-אידיש פון היינט: דער מאה שערים’דיגער, דער וויליאמסבורגער און דער אנטווערפענער: זייענדיג א מאה שערים מיידל וואס וואוינט היינט אין מאנסי, און האָט אויך באקאנטע אין אנטווערפען, האט זי נאטירליך א שטארקע באקאנטשאפט מיט די אלע דריי מינים אידיש. די בעסטע ווערטער פון אלע דריי מינים ייִדיש נעמט זי אַרײַן אין „מעלות‟ ווי א מיטל צו סטאנדארדיזירן חסידיש אידיש.

היינטצייטיגע ווערטער וועלעכע זענען נויטיג צום אויסדרוק אדער שיינקייט ווערן נישט שטענדיג אויסגעמיטן אין „מעלות‟. מיט א גוטן פארשטאנד ווייסט מרת יונגרייז וויאזוי אריינצופאסן די היינטצייטיגע אדער אפילו פרעמדע ווערטער אינעם אידיש אז זיי זאלן נישט אויסזען ווי א יוון אין סוכה, ווי א פרעמדעד געוויקס.

דאס איז שטארק קענטיג ווען מע לייענט די ארטיקלען אין „מעלות‟, ספעציעל טאמער איז עס געשריבן דורך איינע פון דער יונגרייז משפחה. דער שפראך איז א פליסיגער, קורץ און לויטער, א געזונטער גראמאטיק פון א ריינעם אידיש, די ווערטער און זאצן זענען געמאסטן און פראפעסיאנאל.

אויסער דעם האט „מעלות‟ א רובריק (קאָלום) פון שאלות איבער „הלכות אידיש‟. עס איז קענטיג אז די קאלום שרייבערין האָט א ברייטע קענטעניש סיי פון פארשידענע אלטע גערעדטע װערטער סיי פון ייווא אידיש, סײ פֿון היינטיגן חסידיש אידיש. מע שרײַבט איר בריוו פרעגנדיק וועלכע ווערטער זענען כשר אין א געזונטן חסידישן אידיש אדער נישט; ווען לשון הקודש אדער ענגלישע ווערטער קענען זיך אריינפאסן אינעם אידיש און ווען – נישט. די שרייבערין באניצט זיך מיט ווערטערביכער פון אלט אידיש און דייטש. עס ווערן דארטן באשאפן נייע ווערטער לטובת חסידיש אידיש, אנדערע ווערן מגייר (פארוואנדלט) מיט א כשרן גיירות פאר א אידיש קלינגענדיקער שפראך. מרת יונגרייז האט א טאלאנט אריינצוברענגען א שטאלץ און א פנים צו די ווערטער און אויסדרוקן פון אונזערע זיידעס און באבעס. זי אנטוויקלט זיי, באוואסערט זיי, דערפרישט זיי, און צייגט אז אן אויסגעהאלטענע מאמע לשון איז די שפראך פונעם היינט און פונעם צוקונפט.

צו פארדאנקען איז אבער אויך אירע לײענער, די גאר פרומע קרייזן וועלעכע פארהייליגן און אטעמען אידיש און וועלן בשום אופן נישט לייענען זשורנאלן (אפילו ערליכע) אין ענגליש אדער עברית.

און דאס איז טאקע די איראניע. א חסידישער אידיש וואלט דאך געפאסט צו בלייבן מיטן א היימישע צעווארפעניש. א געמאסטענער אידיש פאסט גיכער פאר געבילדעטע משכילים וועלעכע ווילן זיך „אהערשטעלן‟. איז אבער געשען אז די חסידים ברענגען צום ארדענונג די שפראך פון דער באבען און זיידן. קיין ברירה איז נישטא, אנדערש וועלן ענגליש און העברעאיש אלעס פארניכטן. א סטאנדיזירטער אידיש פונעם צוקונפט ליגט דווקא אין די הענט פון די גאר פרומע קרייזן, די קרייזן פונעם שפיצל און דעם אומגעשטרייפטן רעקל, וואו ס’רוב פון זיי זענען קנאי’ש אנטי ציוניש און אנטי אגודיסטיש. דווקא פון זיי איז ארויסגעקומען א ווערטער אוצר פאר א סטאנדיזירטער אידיש.
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

מי הוא זה?
ווער איז דער שרייבער, יהושע כהנא, אינעם ״פארווארטס״?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איין זאך איז זיכער, דער שרייבער קאן קיין אידיש נישט, ניטאמאל די יידישיסטישע.
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

שמואל בארג האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, דער שרייבער קאן קיין אידיש נישט, ניטאמאל די יידישיסטישע.

זייער פיין געשריבן פערצופאל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

פיין געשריבן, אבער נישט 'ריין' אידיש/יודיש/יידיש ווי די אמאליגע פארווערטס שרייבער האבן פרובירט.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

שיין ארטיקל דעם חודש (חשון) איבער די חכמה פון אלכעמיע.
זיך אלעמאל געוואונדערט לערנענדיג חובת הלבבות וואס דאס מיינט.

אויך איז דא א לאנגע ענטפער פון באלד 3 עמודים אויף טענות פון ליינער אז מען האט צו ברייט באשריבן די ברוטאלע יסורים וואס אידן זענען אדורך במשך די גלות׳ן.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יאפ, פארגאנגענע חודש איז געווען א דערמאנונג וויאזוי א מעלות פלעגט אויסקוקן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

עפעס טוט זיך אהין און צוריק איבער א ארטיקל וואס רעדט זיך פון א שווער וואס איז אריינגעפאלן מיט א איידעם.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

shalsheles האט געשריבן:עפעס טוט זיך אהין און צוריק איבער א ארטיקל וואס רעדט זיך פון א שווער וואס איז אריינגעפאלן מיט א איידעם.

און מיט אלע תירוצים און פארענטפערונגען, פון זיי און פינעם שרייבער בכבודו ובעצמו, מיט די לעבער און די ביינער, איזעס נישט שיין געווען, זייער שלעכט ארויסגעברענגט, די גאנצע מעשה
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שמואל בארג האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, דער שרייבער קאן קיין אידיש נישט, ניטאמאל די יידישיסטישע.

אפשר ביזטו מסביר פארוואס ס'איז אזוי זיכער?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:עפעס טוט זיך אהין און צוריק איבער א ארטיקל וואס רעדט זיך פון א שווער וואס איז אריינגעפאלן מיט א איידעם.

און מיט אלע תירוצים און פארענטפערונגען, פון זיי און פינעם שרייבער בכבודו ובעצמו, מיט די לעבער און די ביינער, איזעס נישט שיין געווען, זייער שלעכט ארויסגעברענגט, די גאנצע מעשה

וואס איז געווען די מעשה?
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ענדע צדיק! האט געשריבן:יאפ, פארגאנגענע חודש איז געווען א דערמאנונג וויאזוי א מעלות פלעגט אויסקוקן.


כמעט יעדע בריוו איז געווען מלא וגדוש מיט קריטיק אויף פריערדיגע ארטיקלען, און די חברה האבן אלעמען גענטפערט מיט באק ציינער, בפרט די אידענע וואס קומט אין שוהל חודש בענטשן...
בכלל איז זיך מעלות נוהג צו בלייבן אלץ מיטן לעצטן ווארט. אבער רובו ככולו איז דא פארוואס.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

גיט האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:עפעס טוט זיך אהין און צוריק איבער א ארטיקל וואס רעדט זיך פון א שווער וואס איז אריינגעפאלן מיט א איידעם.

און מיט אלע תירוצים און פארענטפערונגען, פון זיי און פינעם שרייבער בכבודו ובעצמו, מיט די לעבער און די ביינער, איזעס נישט שיין געווען, זייער שלעכט ארויסגעברענגט, די גאנצע מעשה

וואס איז געווען די מעשה?

למעשה זענען זיי גערעכט מיט דעם אז זיי האבן געשריבן א מעשה שהי' צום ליינען און ני שט אלץ אן ארטיקל השקפיות.
אחוץ פון דעם וואס מ'קען זיך לערנען וואס נישט צו טון און זיך פירן...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מ'שרייבט נישט סתם מעשיות, ס'איז דא אסאך מעשה שהיה'ס
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:מ'שרייבט נישט סתם מעשיות, ס'איז דא אסאך מעשה שהיה'ס

כ'הער דיין מיינונג
נו גוט נו שוין
די מעלות מוז נישט זיך צו שטעלן צו יעדע בריוו שרייבער
אויב פינף פון טויזענטער ליינער האבן געשריבן איזער אויף די רייט טרעקס
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

טראמבאן האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:מ'שרייבט נישט סתם מעשיות, ס'איז דא אסאך מעשה שהיה'ס

כ'הער דיין מיינונג
נו גוט נו שוין
די מעלות מוז נישט זיך צו שטעלן צו יעדע בריוו שרייבער
אויב פינף פון טויזענטער ליינער האבן געשריבן איזער אויף די רייט טרעקס

אז פינעף זענען געדריקט געווארן האבן לכאורה 50 געשריבן און הונדערטער זיך פארגרוילט בשעתן ליינען
א'מונה ב'טחון ג'עלט
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”