יידישע קהילות האט געשריבן:אַבּערוואַס האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:היינטיגע צייטן ווער עס נעמט נישט א שויער נאכן מקוה איז מתחייב בנפשו.
כך אמר לי א פרומע דאקטאר, וכך אמר לי דיין אחד וואס טוט אסאך אין עניני רפואה.
דער הייליגער ריבניצער רבי זצ"ל האט אנדערש געהאלטן.
ווי באקאנט פלעגט ער נישט געבן די האנט פאר עמיצן וואס איז נישט געווען אין מקוה (וואסער) יענעם טאג, האט זיך געמאכט אמאל (מן הסתם כמו"כ מאל) אז א איד האט זיך געאייסערט אז ער איז יא געווען, פלעגט ער זאגן, אז אויב מ'איז געווען אין שויער דערנאך הייסט דאס נישט געווען אין מקוה, און ער האט נישט געגעבן די האנט ביז יענער איז נאכאמאל געגאנגען אין מקוה (אן א שויער דערנאך..).
ס'איז מיר גראדע אמאל איינגעפאלן א שטיקל ביאור דערויף, וואס האט מיר געגעבן א שטיקל ישוב הדעת איבער די נקודה, אבער מי אני וואס כ'ווייס נישט באמת בין ימיני לשמאלי איבער די טעמים פין מקוה, זיכער נישט וואס ס'שטייט אין די קליינע אותיות (וואס לכאו' דארט דארף צו זיין די שליסל צו דעם רעיון מיינער - אויב ס'האט אן אמת) אויסצופויקן מיינע בויך וויי נאך די מפורש'ע הוראה פין אזא צדיק וקדוש.
מאן יימר אז ער האט אנדערש געהאלטן?
אויב וואלט היינט געווען ח"ו עפעס א אנשטעקיגע פראבלעם מיט מקוה וואסער און מ'קען נישט גיין. וואלט מען נישט געגאנגען. העכסענס וואלט היינט דער ריבניצער רבי זי"ע נישט געגעבן זיין האנט. אבער א ייד איז מחוייב צו היטן זיין געזונט און איז נישט מחוייב צו ווערן אזוי הייליג אז א צדיק זאל דיך מסכים זיין אנצורירן.
אמת, דעת בעה"ב זאגט טאקע ווי אייך, אבער לאמיר אביסל אויסקלארן.
קודם כל, איר מיינט אז מקוואות אמאל זענען בעסער געווען? איז לאמיך אייך פאררעכטן, ס'איז סאאך ערגער געווען! און דוקא אין די סארט מקוואות זענען די גדולי עולם געגאנגען און געשיקט דעם עולם זיך טובל'ן אן קיין שויער בכלל, (כידוע די בעלזא מקוה ועוד, און ווי ס'איז מקובל פין בעש"ט הק' אויף די סכנה'דיגע מקוואות (פין קעלט וכדו') אז איין טבילה נעמט ער אויף זיך). די גאנצע גיין אין שויער פאר/נאך די מקוה איז א נייע זאך אפי' אין אמעריקא, און אפי' היינט גייען אסאך פין די מידל עידזש חסיד'ישע אידן נישט אין שויער, און אפי' אויב יא גייט מען נישט אין שויער נאכ'ן טבילה.
און דאס איז פשוט דערפאר וואס די גאנצע גיין אין מקוה יעדן טאג איז כל כולו א חסיד'ישע זאך (די נקודה, ס'איז נישט משורת הדין), לקבל תוס' טהרה (און אפי' אויף טהרה ממש איז דאך נאר ע"פ קבלה, זינט טומאה וטהרה גייט נישט אן היינטצייט), אדרבה, די מקוה גיין ביי חסידים איז דאך בעיקר תוס' טהרה, (גיין נאכאמאל ערש"ק, פאר טקי"ש וכו').
און דאס איז וואס ריבניצער רבי זצ"ל פלעגט פארלאנגען (וואס אגב, ער האט נישט געלעבט אזוי לאנג צוריק, אז איר זאלט מוזן דוחק זיין אז עפעס האט זיך געטוישט אין די מקוואות), און ווייזט פשוט אז עפעס פעלט אין די קדושה וואס דארף נמשך ווערן פין א מקוה אויפ'ן מענטש אויב שווענקט מען אראפ די מקוה וואסער, און דאס האט נישט צו טון מיט קיין הלכות טהרה דירעקט.
איז ממילא ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי איר ווילט מחלק זיין און מסביר זיין ווען מ'דארף שוין יא אדער נישט גיין בעיסד אויף א טרוקענע יעקישע דעת בעה"ב.
ועוד לפי דבריך וויאזוי קען מען שב"ק בכלל גיין אין מקוה? קודם כל איז דאך נישט שייך קיין שויער, שנית, הלכה'דיג איז דאך שווער די היתר. און האמת איך ווייס נישט ווער איר זענט, און קען זיין אז איר מיינט טאקע דאס אויך צו זאגן, אבער דאן זעמיר סתם אזוי נישט אויף איין בלאט, און דאן קען מען מצדי ענדיגן די שמועס דא.