קאר אינסטראקשענ'ס

טעכנישע הילף פארן קאר אייגנטומער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

קאר אינסטראקשענ'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

איך וויל דא עפענען א פלאץ ווי יעדער איינער זאל קענען ארויס העלפען איינעם דעם אנדערען ווי אזוי צו האלטן א קאר און גוטע קאנדישן

וואו למשל :

(1) ווען איז די צייט צו מאכן אן אויל טשענדזש...

(2) ווען דארף מען טשענדזשען די ברעקס...

(3) ווען דארף מען מאכן א טארן אפ...

(4)וכדו' וכדו' וכדו' וכדו' וכדו'

(5) ואחרון אחרון חביב ווען דארף מען מאכן א קאר וואש !!

ווער עס ווייסט וואס ווען און וואו זאל זוך ווארעם אן רופן

אויכעט ווער עס ווייסט פון אנדערע זאכן וואס מען דארף מאכן פאר א קאר יעדע שטיק צייט זאל עס דא ארויף לייגען
.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

join us האט געשריבן:ל :(1) ווען איז די צייט צו מאכן אן אויל טשענדזש...

(2) ווען דארף מען טשענדזשען די ברעקס...

(3) ווען דארף מען מאכן א טארן אפ...

(4)וכדו' וכדו' וכדו' וכדו' וכדו'

(5) ואחרון אחרון חביב ווען דארף מען מאכן א קאר וואש !!

ווער עס ווייסט וואס ווען און וואו זאל זוך ווארעם אן רופן

אויכעט ווער עס ווייסט פון אנדערע זאכן וואס מען דארף מאכן פאר א קאר יעדע שטיק צייט זאל עס דא ארויף לייגען
.


איך בין א גרויסער מן הארץ אין די זאכן, shock: אבער במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש, און אז כ'וועל ארויפברענגן דעם אשכול, וועלן שוין אפירקומען די עקספערטן און מיך אפפרעגן, און גיבן די ריכטיגע אדווייס :? :

אויל טשענדזש
1) ווענדט זיך צו אלטע קארס אדער נייע, אמאל איז געווען די רעקאמאנדאציע 3000 מייל, היינט זאגן זיי שוין 5000
די יודעי דבר זאגן אז מען האט אמאל ביי די עלטערע קארס אויך געקענט ווארטן אויף 5000, און היינט קען מען ווארטן אויף 7000 נאר די גאראדזשעס קענען באשטיין מען זאל מאכן אפטער.
אנדערע דרייווערס זאגן, אז ס'לויט יא צו טוישן אפטער, יא לויט ווי ס'איז רעקאמאנדירט, זיי טענה'ן אז עס דערקענט זיך א חילוק, און ס'האלט בעסער די קאר.

ברעקס
2) ווען ס'הייבט אן קוויטשן, אדער באמערקסט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, גיי אריין טשעקן, אמאל איז עס נאר די פעדס, געווענליך באמערקט מען אויב עפעס הייבט אן גיין ראנג ח"ו, דעמאלטס ווארט נישט לענגער, נאר גיי אריין צו א גאראדזש וואס דו טראסט אז ער וועט דיר נישט אפרייסן, און לאז ער דיר זאגן צו ס'צייט צו טוישן.

א טאן אפ..
3) רוב מעכאניקערס רעקאמאנדירן דאס נאך 60,000 מייל

ליין דא אן ארטיקל וועגן טונאפס

וכדו' וכדו'
4) וגו' וגו' וגו' וויאזוי זיך צו פארהיטן פון מעכאניקער ריפאפס
פארהיט אייך פון מאכאניקערס אפרייסן

קאר וואש
5) ווען מען דארף מאכן א קאר וואש? קיינמאל נישט!!
ווען דו ווילסט דיין קאר זאל אויסזעהן פריש און שיין, קענסטו געזונטערהייט גיין מאכן א קאר וואש, אדער לכבוד פסח!
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

יישר כח !!!

חייקל זכות זאל ביישטיין
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך האב אמאל געהערט אז די שמיץ וואס די שניי און די זאלץ לאזט איבער אויף די קארר איז נישט אזוי גוט פאר די פעינט פון די קאר. סאו אויב פלאנסטו צו בלייבן פאר א לאנגע צייט מיט די קאר, איז אפשר יא אביסל וויכטיג צו מאכן א קאר וואש.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פון דא
nmi האט געשריבן:טרענסמישן פלועד איז יעדע 30k מייל

מהיכן דנתני?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

חייקל האט געשריבן:
join us האט געשריבן:ל :(1) ווען איז די צייט צו מאכן אן אויל טשענדזש...

(2) ווען דארף מען טשענדזשען די ברעקס...

(3) ווען דארף מען מאכן א טארן אפ...

(4)וכדו' וכדו' וכדו' וכדו' וכדו'

(5) ואחרון אחרון חביב ווען דארף מען מאכן א קאר וואש !!

ווער עס ווייסט וואס ווען און וואו זאל זוך ווארעם אן רופן

אויכעט ווער עס ווייסט פון אנדערע זאכן וואס מען דארף מאכן פאר א קאר יעדע שטיק צייט זאל עס דא ארויף לייגען
.


איך בין א גרויסער מן הארץ אין די זאכן, shock: אבער במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש, און אז כ'וועל ארויפברענגן דעם אשכול, וועלן שוין אפירקומען די עקספערטן און מיך אפפרעגן, און גיבן די ריכטיגע אדווייס :? :

אויל טשענדזש
1) ווענדט זיך צו אלטע קארס אדער נייע, אמאל איז געווען די רעקאמאנדאציע 3000 מייל, היינט זאגן זיי שוין 5000
די יודעי דבר זאגן אז מען האט אמאל ביי די עלטערע קארס אויך געקענט ווארטן אויף 5000, און היינט קען מען ווארטן אויף 7000 נאר די גאראדזשעס קענען באשטיין מען זאל מאכן אפטער.
אנדערע דרייווערס זאגן, אז ס'לויט יא צו טוישן אפטער, יא לויט ווי ס'איז רעקאמאנדירט, זיי טענה'ן אז עס דערקענט זיך א חילוק, און ס'האלט בעסער די קאר.

ברעקס
2) ווען ס'הייבט אן קוויטשן, אדער באמערקסט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, גיי אריין טשעקן, אמאל איז עס נאר די פעדס, געווענליך באמערקט מען אויב עפעס הייבט אן גיין ראנג ח"ו, דעמאלטס ווארט נישט לענגער, נאר גיי אריין צו א גאראדזש וואס דו טראסט אז ער וועט דיר נישט אפרייסן, און לאז ער דיר זאגן צו ס'צייט צו טוישן.

א טאן אפ..
3) רוב מעכאניקערס רעקאמאנדירן דאס נאך 60,000 מייל

ליין דא אן ארטיקל וועגן טונאפס

וכדו' וכדו'
4) וגו' וגו' וגו' וויאזוי זיך צו פארהיטן פון מעכאניקער ריפאפס
פארהיט אייך פון מאכאניקערס אפרייסן

קאר וואש
5) ווען מען דארף מאכן א קאר וואש? קיינמאל נישט!!
ווען דו ווילסט דיין קאר זאל אויסזעהן פריש און שיין, קענסטו געזונטערהייט גיין מאכן א קאר וואש, אדער לכבוד פסח!

דעיס אז ווען די ברעגס קוויטשעט ברויך מען עס שוין טוישן ליהוי ידוע אז ווען ס'קוויטשעט איז שוין טו לעיט... ס'מיינט אז דיין ראוטער מיט די גאנץ געשעפט איז קאפויע אדער קען עס מיינען אז ס'איז אריין א שמיץ צווישן די ברעיקס. ווען דען ברויך מען עס טוישן? ווען די זעהסט אז ס'ברעגט שוין נישט אווי ס'ברויך צו זיין, ס'איז געווענטליך בערך 15-20 טויזענט מייל, ווענדט זיך אינעם דרייווער ווי אזוי ער ברעכט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

nmi האט געשריבן:דעיס אז ווען די ברעגס קוויטשעט ברויך מען עס שוין טוישן ליהוי ידוע אז ווען ס'קוויטשעט איז שוין טו לעיט... ס'מיינט אז דיין ראוטער מיט די גאנץ געשעפט איז קאפויע אדער קען עס מיינען אז ס'איז אריין א שמיץ צווישן די ברעיקס. ווען דען ברויך מען עס טוישן? ווען די זעהסט אז ס'ברעגט שוין נישט אווי ס'ברויך צו זיין, ס'איז געווענטליך בערך 15-20 טויזענט מייל, ווענדט זיך אינעם דרייווער ווי אזוי ער ברעכט

ווען ס'פאנגט אן צו קוויטשען איז נאך אקעי. די ברעיקס זענען ספעציעל אזוי געמאכט אז זיי זאלן קוויטשען ווען ס'צייט צו טוישן

איך האב אמאל געהאט אז מיינע ברעיקס האבן געקוויטשעט און נאך געהאט איבער האלב (כ'געדענק נישט די סיבה)

נישט ברעיקן ווי ס'ברויך צו זיין קען מיינען אסאך אנדערע זאכן און מ'דארף עס אויס טשעקן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

הענדימען האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:דעיס אז ווען די ברעגס קוויטשעט ברויך מען עס שוין טוישן ליהוי ידוע אז ווען ס'קוויטשעט איז שוין טו לעיט... ס'מיינט אז דיין ראוטער מיט די גאנץ געשעפט איז קאפויע אדער קען עס מיינען אז ס'איז אריין א שמיץ צווישן די ברעיקס. ווען דען ברויך מען עס טוישן? ווען די זעהסט אז ס'ברעגט שוין נישט אווי ס'ברויך צו זיין, ס'איז געווענטליך בערך 15-20 טויזענט מייל, ווענדט זיך אינעם דרייווער ווי אזוי ער ברעכט

ווען ס'פאנגט אן צו קוויטשען איז נאך אקעי. די ברעיקס זענען ספעציעל אזוי געמאכט אז זיי זאלן קוויטשען ווען ס'צייט צו טוישן

כ'מיין אז די מאכסט א שטיקל טעות. ווען די ברעקס בייסט אריין אינעם ראוטער "קען" עס קוויטשענען.

דאס וואס דו האסט געהערט גרידזשענען ווען דו האסט נאך געהאלטן ביי האלב ברעיקס איז זייער נארמאל. איך האב עס אלץ נאך א detaile car wash און צומאל ווען כ'פאר אריין אין שניי
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ווייסטע וואס. נעקסטע מאל עלעך טרייען צו געדענקען און רעפארטן דא אי"ה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

הענדימען האט געשריבן:ווייסטע וואס. נעקסטע מאל עלעך טרייען צו געדענקען און רעפארטן דא אי"ה

נעקסט טיים דו גייסט צום מעקעניק פרעג עס אים און לאז אונז וויסן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

רעדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

א רעדעל ברויך צו האבן גוטע טרעקס. אלץ טופער איז אלץ בעסער. ביי לאו דארף עס זיין אזוי טוף אז ווען מ'לייגט אריין א פעני דארף די טרעטס אנקומען עט ליעסט ביזן קאפ פונעם מענטש (כ'ווייס נישט צו ס'ברויך זיין מיטן קאפ ארויף אדער מיטן קאפ אראפ...). אויב איז עס דין קען עס זיין א סכנה ווען מ'פארט דערמוט אויף הייסע ראודס אין די זומער, אויף שניי, רעגן און ווען מ'ברעגט שטארק.

ס'איז א גוטע עצה צו ראוטעטן די טייערס איעדע האלבע יאר, אזוי בלייבט עס געלעוולט. מאנכע קויפן זיך 2 נייע טייערס א יעדע אנפאנג ווינטער און לייגען עס אין פראנט. און די אלטע פראנט טייערס לייגט מען אין די בעק. אזוי האט מען אלץ גוטע רעדער. (דאס איז נאר גוט ביי א front wheel drive שטייצעך)

זומער דארף די רעדל זיין לייטיגער און ווינטער פולער ווייל די היץ בלאזט אויף די לופט. די זעלבע זאך איז ווען מ'פארט אויף היי ספיד ווערט די רעדל הייס און ס'ווערט פולער. אויב ס'האט צו ווייניג לופט אזש די ראד זיצט אויפן פלאר ווי א מצה און מ'פארט דערמוט אויף היי ספיד דעמידזשט עס די ווייערס פונעם ראד און דאס ברענגט צו צו א בלאו אוט.

ווען מ'טוישט א ראד אויפן ראוד (סיי ווען מ'טוישט עס אליינס און סיי חבירים וכו') גיי צו א מעקעניק ער זאל דיר טייטענען די נאטס ווייל נישט אלעמאל ווערט עס אינגאנצן געטייטעט אויב די קאר איז נישט געדזשעקט אינגאנצן און דאס קען צוברענגען אז ס'זאל אראפ פליען אינמיטן פארן.
לעצט פארראכטן דורך nmi אום דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

קאר מעקעניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

געווענטליך איז א קאר מעקעניק נישט קיין שונע בצע, ברויך מען זיך האלטן די טאשן, ווי מ'פלעגט רופן אין דער אלטערהיים.

ווען מ'מאכט עני ריפער א שטייגער ווי א אויל טשענדזש, טוישן ברעקס וכדומה. זענען דא אסאך מעקעניקס וואס טוען דיר א גאנצע טובה און זיי מאכן אויך א טשעק אפ אדער פיקסן זיי דיר אנדערע זאכן אויך וואס מ'האט נישט געבעטן און נאכדעם טשארדשען זיי דיר ווי ס'ברויך [נישט] צו זיין. איז א גוטע עצה אז יעדעס מאל ווען מ'גייט צו א מעקעניק זאל מען אים פרעגן וואס ער גייט טוען און וויפול ס'וועט קאסטן.

אסאך מאל זאגט א מעקעניק אז די מוזט פיקסן דאס מיט דעס, זאל מען אים פרעגן וואס ס'גייט געשען אז איך וועל עס פיקסן אין א חודש ארום, אדער אין 500 מייל שפעטער. און אזוי קען געלאנגן אז טאמער איז ער נישט אזא גרויסע מחוצף קען ער זיך ברעכן.

אלעמאל ווען א מעקעניק הייסט עפעס פיקסן וואס איז א טייערע מעשה איז גוט צו פרעגן א סעקנד עפיניען פון א צווייטע מעקעניק און אים זאגן (אויב ס'איז שייך) אז איך גיי עס נישט פיקסן ביי דיר, איך וויל פשוט וויסן אויב מ'ברויך עס טאקע פיקסן און וויפול אזא מעשה קאסט.

ס'איז זייער א גוטע זאך צו האבן א מעקעניק וואס מ'ניצט אים אלץ און מ'טראסט אים און נישט לויפן יעדעס מאל צו א צווייטן. ווייל ער קען דיר און ער קען דיין קאר זעלבס און צומאל קען ער דיר געבן א דיסקאונט אלץ א גוטע קאסטומער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Safety

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

די אלע געזעצן וואס איז דא איז מען מחיוב איינצוהאלטן על פי דינא דמלכותא דינא און אסאך איז סכנות נפשות וואס מ'איז מחיוב מן התורה אלץ ונשמרתם מאוד לנפשותיכם. אפילו ס'מאכט זיך אמאל פאר סיי וועליכע סיבה אז מ'מוז פארלעצן א געזעץ, מאך זיכער אז די טוסט נישט א זאך וואס מ'קען זיך ח"ו טרעפן אין חד גדיא. א שטייגער ווי פארן העכער 40 די ספיד לימיט, נישט קער נעמען פון טיקעטס, פארלעצן קאר סיט געזעצן א.א.וו.
(בד"וו א קינד ביז 2 יאר דארף זיין אין א רער פעסינג קאר סיט אויב נישט איז עס טשיילד עביוז... ווען א גוי וויל עביוזן זיין 1 1/2 יעריג קינד לייגט ער אים אריין אויסגעדרייט מיטן קאפ צום פראנט... גיי פארשטיי דעם גוי. ס'איז א פאני געזעץ באט אויב א פאליס מאן פאקט אן איינעם מסדר צו זיין אזוי זאל דער אייבישטער האלטן די רעכטע האנט.)

אויפן דעש באורד איז דא 3 קאלער לעמפלעך. גרין, געל און רויט. (אמת אז דו האסט עס נאך קיינמאל נישט באמערקט? פאס אויף פון היינט און ווייטער).
גרין מיינט אז די קאר ברויך ריפער באט נישט אויפן מינוט. קענסט נאך אנציען א שיינע פאר מייל.
געל מיינט אז די ברויכסט עפעס פיקסן ווי שנעלער און נעם שוין קער דערפון.
רויט מיינט שטעל דיר אפ אין די רגע און נעם שוין קער. אויב איז עס טשעק ענדזשן לייט לעש אויס דיין קאר, אחוץ אויב דו האסט עקסטערע צוויי אלפים...

בדרך צחות ועצה טובה וועל איך דערציילן א מעשה שהיה.
א יוד איז אמאל דורך געפלויגן א ספיד קעמרע און ס'האט געבליצט. הייבט ער אויף דעם טרייבל און רופט אן 311 און זאגט איך בין יעצט אדורך געפארן דעי און דעי ספיד קעמרע און ס'האט געוויזן אין גאנצן א צווייטע ספיד אויף וואס איך בין געפארן.
אפאר טעג דעראויף קומט אים אן דאס קוויטל אויף פאסט. קאלט ער אריין און ער זאגט איך ווייס נישט וואס עטץ ווילטס איך בין געפארן אויפן נארמאלן ספיד. די רעפריזענטיטיוו זאגט אים hold on lemme check it out. צוויי מינוט שפעטער קומט ער צוריק אויפן ליין און זאגט אים we got already complains about this speed camera. Your ticket is dismiss...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

זייער אינטערעסאנט. שכח
א פשוטע איד.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר הילף”