וויאזוי זאגט מען "אפילו" אויף אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

וויאזוי זאגט מען "אפילו" אויף אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אפילו דער מנהל האט געזאגט אז מ'מעג...

אפילו א גוי פירט זיך נישט אזוי אויף...

*

אפילו דו ווילסט, קענסטו עס נישט האבן... (דאס איז שוין אן אנדערע סארט אפילו, וואס טייטשט זיך "טראץ דעם וואס")
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

און אין לשה"ק וויאזוי זאגט מען עס?...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

די ווארט אויף אידיש איז "זאגאר"!

קרעדיט: וויזע, מעסטערקארד און אמעריקען עקספרעס...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אז מען רעדט שוין ווילט זיך פרעגן מענין לענין באותו ענין.
וואס איז די אידישע איבערטייטש פון:
despite
although
though
even
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

טראץ דעם וואס
כאטשיג
כאטש
אפילו/זאגאר

סתם געשאסן.
An article a day keeps the babies away
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

מאשקע האט געשריבן:אפילו דער מנהל האט געזאגט אז מ'מעג...

אפילו א גוי פירט זיך נישט אזוי אויף...

*

אפילו דו ווילסט, קענסטו עס נישט האבן... (דאס איז שוין אן אנדערע סארט אפילו, וואס טייטשט זיך "טראץ דעם וואס")

לכוארה יעדע מאל איז עס תלוי לפי הענין, אמאל איז בלויז 'אויך' אמאל 'אויך אז' אדער 'אויך ווען' וכדומה.
'אויך' א גוי פירט זיך נישט אזוי אויף...
'אויך אז' דו ווילסט קענסטו עס נישט האבן...
איך קען עס טון 'אויך ווען' ס'קומט אן שווער...
*
צומאל קען מען אויך נוצן די ווארט "כאטש"
לדוגמא: איך קען עס טון 'כאטש' וואס ס'קומט אן שווער
*
אין לשה"ק:
קען מען אויך נוצן צומאל די ווארט 'אמנם' במקום 'אפילו'
*
אין ענגליש:
אויב נוצט מען די ווארט Even קומט עס צוזאמען מיט נאך א ווארט "Even Though"
אבער די אמת'ע וועג עס צו זאגן אין ענגליש איז:
Albeit אדער Although
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

"אפילו" איז אן אייגנגארטיגע ווארט וואס האט נישט קיין ווארט ב'ווארט אידיש טייטש, וועגן דעם נוצט מען עס אין אידיש פונקט ווי לשה"ק, עס איז שוין היינט געהעריג א "אידישע" ווארט.

פונקט ווי "נחת" "קוועל" "פארגין" זענען אייגנארטיג. ס'זענען דא אסאך אזעלכע ווערטער אין לשה"ק, אידיש, ענגליש.

"אויך" איז א שוואכע ערזאץ, "כאטש" אויך, און "אמנם" אויך - אנשטאט "כאטש" נוצט מען "טראץ."

EVEN אין ענגליש קען אמאל קומען מיט THOUGH, און אמאל נישט . ווען מ'וויל זאגן למשל, אז אפילו אלס קינד האט ער שוין גע'שמ'ט אלס מתמיד, זאגט מען Even as a child... דעמאלט קומט נישט though.

ALTHOUGH און ALBEIT זענען גוט ווי "כאטש" און "טראץ," כאטש נישט אלץ די זעלבע ממש.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

עס איז פארהאן א ריין אידיש ווארט "אויבצוואר", וואס איז דער אפטייטש פון "הגם". [נישט פון אפילו]
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

שוועמל האט געשריבן:אז מען רעדט שוין ווילט זיך פרעגן מענין לענין באותו ענין.
וואס איז די אידישע איבערטייטש פון:
despite
although
though
even

טראץ
הגם [זעה פריערדיגע תגובה]
...
אפילו
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

איינפאכער איד האט געשריבן:עס איז פארהאן א ריין אידיש ווארט "אויבצוואר", וואס איז דער אפטייטש פון "הגם". [נישט פון אפילו]

איך האב געמיינט אז די ווארט "אויבצוואר" איז עפעס א לשון פון 'זיכערקייט'
אין google translate טייטשט ער עס certainly וואס דאס מיינט 'זיכער', 'אוודאי', אדער 'בלי שום ספק'
ס'מוז אבער נישט זיין אז זיי זענען גערעכט, היבשע מאל וואס זיי טרעפן נישט צו ריכטיג.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

אגב, דאס ווארט "כאטשיג" באשטייט נישט, עס איז בלויז "כאטש".
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

אילו זכינו האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:עס איז פארהאן א ריין אידיש ווארט "אויבצוואר", וואס איז דער אפטייטש פון "הגם". [נישט פון אפילו]

איך האב געמיינט אז די ווארט "אויבצוואר" איז עפעס א לשון פון 'זיכערקייט'
אין google translate טייטשט ער עס certainly וואס דאס מיינט 'זיכער', 'אוודאי', אדער 'בלי שום ספק'
ס'מוז אבער נישט זיין אז זיי זענען גערעכט, היבשע מאל וואס זיי טרעפן נישט צו ריכטיג.

certainly מיינט "געוויס" וואס אויף לשה"ק הייסט דאס "מסתמא" [certain מיינט "געוויסע"]
די ענגלישע ווארט probably באדייט אויף אידיש "ווי עס שיינט" און אויף לשה"ק "לכאורה"

"לכאורה" איז דאס דער באדייט, "מסתמא" יא...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איז נישט ''זאגאר'' דער פשוט'ער טיישט פון אפילו?

צומאל קען מען נוצן 'טראץ', ווענד זיך ווי דער אפילו שטייט איין.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

מחשב האט געשריבן:איז נישט ''זאגאר'' דער פשוט'ער טיישט פון אפילו?

צומאל קען מען נוצן 'טראץ', ווענד זיך ווי דער אפילו שטייט איין.

פון ווי אייגענטליך נעמט זיך די ווארט "זאגאר" - וואס ווערט שוין כמעט היינט נישט גענוצט - אויב איינער קען אנווייזן א מקור דערויף.
און/אדער געבן עטליכע גאנגבארע גוטע משלים ווי ס'קומט גוט אריין, און ווי ס'קען/ס'דארף גענוצט ווערן.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יעדער איינער האט זיך געמוטשעט מיט די קושיא, זאגאר 'אילו זכינו' וועלכער איז א גרויסע מבין אויף שפראך...
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

מחשב האט געשריבן:יעדער איינער האט זיך געמוטשעט מיט די קושיא, זאגאר 'אילו זכינו' וועלכער איז א גרויסע מבין אויף שפראך...

'זאגאר' איך האב נישט געקלערט אז איינער וועט פארענטפערן ביידע מיינע שאלות בחדא מחתא, האט 'מחשב' ב'רוב ח'כמתו ש'יין מ'תרץ געווען און אונז אלע איבעראשט.
אין איין וועג'ס מיר שוין אויך קאמפלימענטירט, פון וואס איך האב מיר גראדע געשפירט גוט פאר א מינוט. עס איז ב'אמת ח'שוב ש'יין מ'צדך צו מאכן שפירן גוט א צווייטן איד, 'ואילו זכינו' וואלטן זיך אסאך אנדערע אפגעלערענט פון דיר טייערע 'מחשב'!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אבער איך מוז דיך פאררעכטן, אז דא וואלט זיך גראדע געפאסט 'כאטש', נישט זאגאר. כ'האף דו כאפסט דער חילוק, זאגאר איז ווען דו ביסט "מוסיף" עפעס, "נישט נאר דאס נאר זאגאר דאס..." דא האסטו נישט מוסיף געווען נאר בלויז ארויסגעוויזן דיין פליאה.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

פארשטאנען.
ייש"כ פארן אויסקלארן
דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת הקהל »

מחשב האט געשריבן:אבער איך מוז דיך פאררעכטן, אז דא וואלט זיך גראדע געפאסט 'כאטש', נישט זאגאר. כ'האף דו כאפסט דער חילוק, זאגאר איז ווען דו ביסט "מוסיף" עפעס, "נישט נאר דאס נאר זאגאר דאס..." דא האסטו נישט מוסיף געווען נאר בלויז ארויסגעוויזן דיין פליאה.


כ'וויל נאר פרעגן פון ווי נעמט איר אייערע כללים? אויף וואס איז דאס געבויעט, ווי אויך קען מען טרעפן חילוקי דעות צוווישן גרויסע שרייבערס און פארשידענע ווערטער, אויסלייג, וכדו' און פיהל נאך. איז דא א מהלך אדער ביכל וואס אלע גייען נאך אדער יעדער טוט וואס ער פיהלט באקוועם.
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

לויט ווי איך ווייס איז די אידישע אפטייטש פון 'אפילו' "אבוואהל".

מ'קען אויך טשעקן אין ענגליש-גערמאניע טרענסלעיטער.
על מי מנוחות ינהלנו
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

מזל מידיע האט געשריבן:"אויך" איז א שוואכע ערזאץ, "כאטש" אויך, און "אמנם" אויך - אנשטאט "כאטש" נוצט מען "טראץ."

איך האב מיר נעכטן באגעגענט (אין חק) מיט א רש"י אין משלי יד כ' עה"פ 'גם לרעהו ישנא' רש"י שרייבט דארט 'גם - לשון אפילו'
אויב מיר וועלן גיין מיט די כלל ביי אידיש אויך וועט לכאורה 'אויך' יא זיין גאנץ א גוטער ערזאץ פאר 'אפילו'
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

לכאורה נישט, נאר דא איז אן אויסנאם: רש"י: "גם לרעהו ישנא רש" - אפילו לשושביניו ואוהביו גם לשון אפילו, "ישנא רש" - עם הארץ שאינו יודע לנהוג כשורה.

דער פסוק האט גענוצט די ווארט "גם" אלס לשון "אפילו," אבער נישט אלץ וועט שוין "גם" מיינען "אפילו."

אנדערע משל, "כי" משמש בד' לשונות, טאמער, ווען, אז, ווייל. דאס מיינט נישט אז איינס איז שוין א סובסיטוט פאר די אנדערע.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

וואסערפאל האט געשריבן:לויט ווי איך ווייס איז די אידישע אפטייטש פון 'אפילו' "אבוואהל".

דאס איז אן אלטער אידישע טייטש אויף תנ"ך וואס טייטשט טאקע 'אבוואהל' אלס א טייטש אויף 'אפילו' (הגם)
אטעטשמענטס
אבוואהל.png
אבוואהל.png (256.29 KiB) געזען 6628 מאל
ווייסעכנישט גארנישט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעכנישט גארנישט »

ארגינעל איז די ווארט אפילו א צוזאמשטעל פון "אף אילו", "אף אילו היה כן...."

אבער צוביסלעך האט עס שוין אנגעהויבן צו ווערן באנוצט אויך אויף פלעצער וואו ס'קומט נאר אריין די ווארט "אף" און נישט "אילו", (למשל די אויבנדערמאנטע רש"י "אפילו לשושביניו"), און איך מיין אז וואו מ'נוצט "אפילו" קען מען אויך נוצן "אף".

ממילא די אידישע ערזאץ איז לכאורה "אויך", די טייטש פון "אף".
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

איינפאכער איד האט געשריבן:certainly מיינט "געוויס" וואס אויף לשה"ק הייסט דאס "מסתמא" [certain מיינט "געוויסע"]
די ענגלישע ווארט probably באדייט אויף אידיש "ווי עס שיינט" און אויף לשה"ק "לכאורה"

"לכאורה" איז דאס דער באדייט, "מסתמא" יא...

certainly אין אידיש איז באשטימט. דער באדייט פון ביידע -certainly און געוויס- איז 'זיכער' און נישט דער 'מסתמא' פון לשה"ק (ארמית).

'מסתמא' איז קרוב צו 'לכאורה' און אין אידיש פילייכט 'פארלייפיג'

אבער דאס האט נישט צו דער אשכול.

אגב, מסתמא איז א ווארט בכלל?

דער צושטעל פון געוויס-געוויסע און certain-certainly איז א שיינער חידוש, אייגנס?
וואס האט עס אבער אין שורש א שייכות?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”