נייעס און קרישקעלעך פון וויליאמסבורג און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

Think and Thank האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עכט נישט וואס דו ווילסט. מען רייסט אוועק גאנצע בלאקס פארקינג צוליב די מא סטערישע באסעס כדי זיי זאלן אפשטעלן דעם פארקער? וואס האט דאס מיט וואוינען אין די סיטי?

(איך וואוין אין די סיטי זינט מיין געבורט [מיט'ן אויסנאם פון ניינצן זומערס + ווען איך האב געלערנט אין א''י], איר זענט כנראה נישט אויפגעוואקסן דאהי.)

די זאגסט דאך זייער גוט,האסט דאך די תירוץ אין דיין קשיא

איז וויליאמסבורג די זעלבע וויליאמסבורג ווי 19 יאר צוריק ? אדער יעצט איז עס איינע פון די טייערסטע געגענטער פון די וועלט ווי מען רעכענט זיך נישט מיט דיר נאר צופרידענצושטעלן די גוים אין טוריסטען

און די גוים האבן ליב צו זיצן אין טרעפיק? זיי האבו אויך ליב צו דארפן.אראפגיין פונ'ם סיידוואלק א שיינע פאר פיס צו גיין צום באס?

מאנהעטען איז פיל ארגער ,די גוים זענען גליקלעך אז זיי וואינען אין ניו יארק סיטי אין היפסטער וויליאמסבורג געגענט,זיי קומען דא מרצונו הטוב זיי האבן עס אויסגעוועלט צו וואינען אין די טייערע געגענט, און על פי רוב דרייווען זיי נישט,אזוי ווי אין מאנהעטען האבן רוב גוים נישט קיין קארס ווען עס איז שנעלער צו ניצן די טרעינס ,באסעס ,טעקסיס, נישדא ווי צו פארקען עניוועי , א גוי ערווארט נישט אין די סאמע פאפלערסטע ביזי סיטי אין די וועלט אז עס זאל זיין ווי אין סובארב שטילע געגענטער אן טרעפיק און מיט גענוג פארקינג , ער ווייסט אז דאס איז עס אין דאס איז סיטי לייף , 19 יאר צוריק איז וויליאמסבורג נישט געווען פאפיאלער בכלל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

תגובה דורך הענדימען »

טענו בחיטין והודו לזכר קדשו

ווי קומט איינס צום צווייטן און וויאזוי ווערט מיט די סטעיטמענט "סיטי לייף" פארענטפערט די רשעות פון נישט אריינגיין אינעם דעזיגנירטן באס סטאפ?

פארוואס זענען די באס סטאפס געמאכט געווארן? פארוואס טאר מען נישט פארקן דארט? אז די באסעס זאלן האבן וואו "נישט" ארייצופארן? (ווי דעם איד וואס מ'האט געטראפן אויף אן אינזל אליינס מיט 2 שוהלן)
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

הענדימען האט געשריבן:טענו בחיטין והודו לזכר קדשו

ווי קומט איינס צום צווייטן און וויאזוי ווערט מיט די סטעיטמענט "סיטי לייף" פארענטפערט די רשעות פון נישט אריינגיין אינעם דעזיגנירטן באס סטאפ?

פארוואס זענען די באס סטאפס געמאכט געווארן? פארוואס טאר מען נישט פארקן דארט? אז די באסעס זאלן האבן וואו "נישט" ארייצופארן? (ווי דעם איד וואס מ'האט געטראפן אויף אן אינזל אליינס מיט 2 שוהלן)

די ענטפער איז דאס איז סיטי,און טאמער ווילסטו נישט נעמען דעם ענטפער ,דאן נעם נישט די ענטפער, איז דאס איז די מציאות אן קיין תירוץ , אלעס איז ארויס פון די גבולים, באס לעינס,בייק לעין ,טורנינג לעינס,סיטי בייק נעמען אויף גאסן ,פארקינג טיקעטס געפערליך, דאס די באסעס פארן נישט אריין איז פשוט וועגן רובא דרובא שטייט דארט אדער געפארקט א מיני ווען ,עכ"פ ביי לי פלאשינג איז אייביג געפארקט קארס, און די טרעפיק איז אזוי געפערליך אז טאמער פרובירן זיי זיך אריין אין ארויסקוועטשען פונעם באס סטאפ ווערט א כאדאראם וועגן קיינער וויל זיי נישט אריינלאזן,אשאד די הסבירים , עס איז סיטי, אין מאנהעטען האסטו די קשיות? מען קען נישט פארקען אין נישט פארן, וויליאמסבורג איז כמעט די זעלבע לעצטענס מער און מער וועגן סאיז א ביזי מקום ,עניוועי ווער עס וויל זיך פאפן ,גא עהעיד,וועגן די וויליאמסבורג עסקנים וועלן עניוועי גארנישט טין,אין בארא פארק איז דא איינמאל א וואך אלטערנעיד סייד שוין יארן לאנג וועגן אז א פאליטישאן וויל געווינען די וואוטס דארף ער דעליווערן, און אין וויליאמסבורג קערט נישט קיינער עס צו ערלעדיגן אין די זעלבע זאך פון דאבעל פארקען בשעת מען קלינט כהיינו וכהיינו מען קען רעדן א גאנצע נאכט
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

נו אפשר מופסטו דיר ארויס צו די נייע געגענטער?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובה דורך פליגל »

זיי ברויכן אריינפארן אין זייער דעזיגניטער באס סטאפ, אבער טאמער עס איז דא עפעס אינעם באס סטאפ וואס שטערט זיי (אסאך מאל א פוילע תירוץ) וועלן זיי נישט אריינפארן.

די עצה דערצו איז, און עס ארבייט, איז צו רופן 511 (נישט 311) און רעדן צו א רעפרעזענטעריוו אריינצוגיבן א קאמפלעינט איבער דעם ספעציפישן באס און וואס זיין חטא איז געווען.

מען ברויך זיי איבערגיבן די:
באס נומער
פלעיט נומער
רוט נומער
פלאץ
צייט.

מען ברויך נעמען אין באטראכט אלע תירוצים וואס דער דרייווער גייט קענען ענטפערן און דאס פארלויפן דורכ'ן עס אפפרעגן, אזוי ארום אז ווען דער סופערווייזאר האלט אים פאר דערוועגן און ער וועט ענטפערן דעם פוילן תירוץ זאל ער שוין וויסן בעפאר אז ס'נישט אמת.

איעדע קאמפלעין ווערט גענומען ערנסט און זיי זייען דאס נאך, איעדן טאג ווען דער באס קומט צוריק אין דיפאוט גייט דער סופערווייזער אדורך אלע מעגליכע קאמפלעינטס פון איבערן טאג. זיי קענען איבערקוקן קעמערעס און רעדן צום דרייווער דערוועגן, קיין איין דרייווער שמעקט עס נישט און וויל נישט זיין אויף די וואטש ליסט, און נאך אזא אויספרעגונג וועט ער זיך שוין ביהעיווען.

לדוגמא וועל איך ניצן איינע פון מיינע עקספיריענסעס מיט זיי. איך בין אראפגעפארן א גאס פון באס סטאפס אונטער א סיטי באס. דער באס האט זיך נישט אריינגעריקט אינעם באס סטאפ פאר א צירקע 5-6 גאסן. איך האב אנגערופן 511 און זיי איבערגעגיבן אלע אינפארמאציע און דערציילט פונקטליך אלעס, און אויך דעם זייגער צום מינוט (נישט ארום 8:15.. נאר 8:12, 8:13 וכדו'). אבער דער וואלט זיך געקענט ארויסדרייען אויך מיט א פוילן תירוץ אז קארס זענען געווען אינעם באס סטאפ.. האב איך דאס אויך געטאהן און דערציילט אז די סטאפס זענען געווען קליען, קיין איין קאר אין איין איין באס סטאפ. אזוי ארום בין איך אים פארלאפן דעם וועג מיטן אפקומען מיט א פוילן תירוץ.

די זעלבע זאך ווען זיי קריכן אריין אין אן אינטערסעקשאן און בלייבן דארט סטאק און עס ווערט א גרידלאק.. דער קען אויך ענטפערן אלע סארט אויסריידן, ברויך מען געדענקן צו פארלויפן דעם וועג דורך אראפלייגן דעם מצב פון די גאסן אז ער איז אריין אינעם אינטערסעקשאן ווען עס'ז'ם געווארן רויט און וואלט קיינמאל געקענט ענדיגן דעם באקס און האט זיך נישט גערעכנט מיט אנדערע מאטאריסטן.

דער כלל איז, מען ברויך זיך אריינלייגן אינעם דרייווערס שיך און זוכן אלע תירוצים וואס דער גייט קענען ניצן און טרעפן א סיבה פ"וו דער אויסרייד גילט נישט, און דאס אויך זאגן, אזוי ארום וועט זיך יענער נישט קענען ארויסדרייען מיט א באבע תירוץ.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

טענקס פאר די אינפארמאציע. מ׳גיימער פראבירן צו האלטן די סופערווייזער׳ס פארנומען.

511 ווערט איצטערט אריינגעלייגט אלטס א ספיד-דייל, איינס נאך קולמעוואסער.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א טרעין האט געמאכט א יחץ אויף עימיצן, אין ריזאלטאט איז די ״L״ ליניע צווישן לארימער און בראדוועי דזשאנקשן סוספענדירט אין ביידע ריכטונגען.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

תגובה דורך Think and Thank »

א פיינעם תי' פאר קואמא צו פארמאכן די L...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

Think and Thank האט געשריבן:א פיינעם תי' פאר קואמא צו פארמאכן די L...

זיין דעקלעראציע איז נאך הינערנע פיס. די פלאן נישט צו פארשליסן דעם טונעל שטייט אויס גרויס קעגנערשאפט דורך די איירכאטעקטאר׳ס און עטליכע שטאטישע פערסענאלן. ס׳גייט קומענדע וואך פארקומען א הירינג איבער דעם.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

תגובה דורך הענדימען »

פליגל האט געשריבן:איעדע קאמפלעין ווערט גענומען ערנסט און זיי זייען דאס נאך

א ישר כח פאר די אינפארמאציע

איך האב קיינמאל נישט גערופן ווייל נאכן פרובירן איינמאל א שיינע פאר יאר צוריק און באקומען א לויף-ארום איז מיר פארגאנגען די אפעטיט צו זיצן מיט זיי אויפן טעלעפאן ווען כ'האב נישט געגלייבט אז סוועט אמאל עפעס ווערן דערפון

סיטי באס דרייווערס: ס'קומט א נייע עפאכע פאכע פאכע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

תגובה דורך נעגלוואסער »

נייע רשעות'דיגע סיין אויף טעילאר צווישן בעדפארד און לי אלע ענגעל פארקינג אוועקגענומען!!! :twisted:
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

צוליב?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פיין. מ׳האמער שוין 2 ליניע׳ס אויף טעילאר. יעצט איז צוקומען א זיבעטע ריפּ פון קארן וואס שטיפן זיך איינצידרייען צום לי עוועני פונעם דריי שפיציגן אינטערסעקשן.

#ברוך שחלק חכמתו
רשעות קאלטע סעלצער
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

תגובה דורך נעגלוואסער »

Ps 16 public school
אטעטשמענטס
aaa.png
aaa.png (193.03 KiB) געזען 1172 מאל
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

תגובה דורך נעגלוואסער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פיין. מ׳האמער שוין 2 ליניע׳ס אויף טעילאר. יעצט איז צוקומען א זיבעטע ריפּ פון קארן וואס שטיפן זיך איינצידרייען צום לי עוועני פונעם דריי שפיציגן אינטערסעקשן.

#ברוך שחלק חכמתו

No not even this
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אה. כ׳האב נישט פארשטאנען דיין ערשטע תגובה.

איז עס דאך טאקע א רשעות. בעיסיקלי טריפּלען זיי די צאל פארקינג ספאטס פאר די סקול. ביז יעצט האבן זיי געניצט בלויז 2 דריטל ווילסאן, יעצט לייגן זיי צו נאך א גאנצע גאס ״90 ענגל״.

מסתמא האבן עס די טיטשערס פארלאנגט, מ׳האט עס זיי גערן נאכגעגעבן. אויב לייגן זיך דערין אריין אפאר עסקנים קעמען עס ווארשיינדליך צוריקדרייען.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

תגובה דורך Think and Thank »

די רשעים ביי פי עס סיקסטין דארף מען שוין לאנג מסדר זיין.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובה דורך פומפדותא »

סארא מין חוצפה, פארוואס נאר סיטי ארבעטערס באקומען אומזיסט פארקינג, אפשר זאל איך אויך באקומען פארקינג פארנט פון מיין ארבעט, מילא ווען זיי שטעלן ווען צו א פארקינג לאט פאר זייערע ארבייטערס אבער צונעמען פון יענעם פאר דיינע ארבייטערס! וואס פאר א חוצפה איז דאס.

נאך מער, עס איז מער נישט קיין פובליק סקול, נאר א טשארטער סקול.

זיי האבן בכלל נישט קיין רעכט דערויף ווייל עס איז נישט פארנט פון די סקול נאר פון די פארק.

די סקול האט א שטיקל שטח ביי בעדפארד קארנער טעילאר פארוואס האבן זיי נישט דארט געמאכט א פארקינג לאט?

אבער מיין עיקר קשיא ווי זענען אונזערע עסקנים??? דאס האט על פי פשטות נישט געקענט אדארך גיין, אן ווערן ארויף געברענגט אין קאמיונעטי באורד 1, פארוואס האבן זיי נישט דאס פרובירט אפצושטעלן.
בילד
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

פימפל, כ'האב הנאה אז נישט נאר פאר די מאנסי'ער באקרידווערטע נעמסטו דיר אן... אדער דארט האט איר שוין אויפגעגעבן...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובה דורך פומפדותא »

ב"ה דארט הייבט מען אן זעהן רעזולטאטן.
עס איז דא א הצד השווה פון די צוויי געגענטער.
ביטע פארדריי נישט די שמועס.
בילד
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

יוראפ האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
מיט גרויס שפאנונג האט יהדות אלט וניי וויליאמסבורג אויפגענומען מיט גרויס צופרידנהייט אז מ'האט שוין צוטרעטן צו די ארבעט, און מ'האט אנגעהויבן אויסצורייסן די וועלדער אין און ארום די חריידישע געגנטער אין גרעיטער וויליאמסבורג, כאטש איינס אדער צוויי ביימער ווערן שוין אויסגעריסן אויף א וועכנטליכן פארנעם, צוגרייטנדיג די באדן פאר די פילע צענליגער חתן כלה בעיסמענטס.

אפאר בילדער קרעדיט ...

צווייטע פאזע
אטעטשמענטס
00a.jpg
00a.jpg (363.92 KiB) געזען 2083 מאל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

ברוב שיר ושבח לאלוק... וויל איך אויסדריקן בשער בת רבים מיין לויב און דאנק פארן בוכ"ע פארן אונז צושטעלן א פיינע בריעדיגע מקוה ערב שבת נאכמיטאג ווען ס'איז 32 דעגרי. און נישט סתם א מקוה. נאר א מקוה וואס מים יש בו שער ודענדראוו אין בו.

האטס מיר א פרייליכן שבת מיט דעלישעס וויין בארכעס פיש געטינקעכצער בעבלאך זיפ פלייש קיגל פערוול קאמפאוט אייער מיט צוויבעלעך לעבער טשולענט.

לאזט מיר וויסן וויזוי ס'איז געווען...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

nmi האט געשריבן:לאזט מיר וויסן וויזוי ס'איז געווען...

המכין יכין..

;l;p-
רשעות קאלטע סעלצער
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובה דורך נודניק »

nmi האט געשריבן:ברוב שיר ושבח לאלוק... וויל איך אויסדריקן בשער בת רבים מיין לויב און דאנק פארן בוכ"ע פארן אונז צושטעלן א פיינע בריעדיגע מקוה ערב שבת נאכמיטאג ווען ס'איז 32 דעגרי. און נישט סתם א מקוה. נאר א מקוה וואס מים יש בו שער ודענדראוו אין בו.

האטס מיר א פרייליכן שבת מיט דעלישעס וויין בארכעס פיש געטינקעכצער בעבלאך זיפ פלייש קיגל פערוול קאמפאוט אייער מיט צוויבעלעך לעבער טשולענט.

לאזט מיר וויסן וויזוי ס'איז געווען...

פארוואס אין וומסב״ג נייעס?...

האטסמיר א פרייליכן שבת!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

נודניק האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:ברוב שיר ושבח לאלוק... וויל איך אויסדריקן בשער בת רבים מיין לויב און דאנק פארן בוכ"ע פארן אונז צושטעלן א פיינע בריעדיגע מקוה ערב שבת נאכמיטאג ווען ס'איז 32 דעגרי. און נישט סתם א מקוה. נאר א מקוה וואס מים יש בו שער ודענדראוו אין בו.

האטס מיר א פרייליכן שבת מיט דעלישעס וויין בארכעס פיש געטינקעכצער בעבלאך זיפ פלייש קיגל פערוול קאמפאוט אייער מיט צוויבעלעך לעבער טשולענט.

לאזט מיר וויסן וויזוי ס'איז געווען...

פארוואס אין וומסב״ג נייעס?...

האטסמיר א פרייליכן שבת!

די מקוה איז דא אין ווילי איז עס וויליאמסבורגע נייעס
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”