דרייוון אין א שניי

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

דרייוון אין א שניי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

דרייוון אין א שניי בעיקר פאר נייע דרייווערס( די זאכן זענען מעגליך פשוט פאר לאנגיעריגע דרייווער)
אלץ א לאנגיעריגע דרייווער פיל איך פאר זייער וויכטיג צי איבערגעגעבן מיין עקספיריענס

רעדל דארף זיצן אויפן ראוד
עס איז זייער וויכטיג צי פארשטיין אז א קאר ווען די ראוד איז שנייאיג אין מען מאכט א שארט סטאפ נעמט זיך די קאר ווי שווימען. אין נאכדעם קען מען נישט קיין סאך טיען צוריקציקימען אין קאנטראל ווייל דיין קאר  ווערט ווי א שיף אין וואסער. די זעלבע זאך ווען ווילסט אנהייבן פארן אין וועסט געבן א ווילדע גיב געז ווען שנייאיג וועסטי אליין זען אז די קאר גלידשט משא"כ ווען די וועסט גיבן שטייטליך געז וועט עס בדרך־כלל נישט גליטשן.
איינמאל מען פארשטייט שוין די איידיע די קאר דארף זיצן אויפן ראוד קימט צי א חלק פון האבן שניי רעדער אין די ווינטער חדשים פון חנוכה ביז פורים עס מאכט אויס א געוואלדיגע חילוק צי זיצן אויפן ראוד
פארן ווען עס שנייט איז ווייט פין א קינדער שפיל חוץ וואס עס איז נישט געזינט פאר די קאר די גליטשן. זאלץ און ווער רעדט פין מאכן א עקסדענט איז דא א מעגלעכקייט אז די קאר וועט בלייבן פארווארפן ערגעץ ווי ווייט פון אייער הויז
ביי א שארפע דריי
ווען עס שנייאיג גליטשיג די ראוד אין מען האלט פאר א דריי זאל מען אראפסלויען פאר די דריי צי כמעט זירא אז נישט קען די קאר ח'' ו זיך ווייטער דרייען ווי א קינדער בייק
ביי א בארג אראפ
ווען מען פארט בארג אראפ דארף מען פארן גאר שטייט איבערהויפט פאר די סטאפ סיין כדי מען זאל נישט דארפן מאכן א שארט סטאפ וואס דערנאך שווימט די קאר אין עס איז שווער נאכדעם צוריק צי קימען אין קאנטראל
בכלל זאל מען שטייטציך פארן א גאנצן צייט שטייט כדי מען זאל נישט דארפן מאכן קיין שארט סטאפ
אויפן הייוועי וועסטי זען אז יעדער פארט שטייט זיי נישט קיין אבער חכם און פאר נישט שנעל ווייל אויב די וועסט דארף מאכן אפילו א טיילווייזע שארט סטאפ איז צרות ווי אויך ווען מען פארט ארויס פינעם עקזיט איז מעגליך אז די ראוד איז לאקאל מער גליטש סא סלאוי אראפ פאר די פארסט ארויס פון עקזיט
בארג ארויף
פארן פארן בארג ארויף הייב אן צי ספידן מיט אחריות אויב מעגליך זיך נישט אפשטעלן אינמיטן ווייל אויב יא איז בדרך כלל פערטיג מיטן פארן ווייטער

אויב ביזט סטאק פארביר צי פארן שטייטעלעך נישט מאכן די רעדל זאל גליטשן אויב קען נישט פארן מער ווי עטליכע פיס סטאפ אין בעק סטאפ נאכן בעקן מאקסימום סטאפ אין פאר בעק אין פארסט
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יישר כח פאר די נוצליכע -כאטש פארשטענדליכע - ידיעות.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מחשב האט געשריבן:יישר כח פאר די נוצליכע -כאטש פארשטענדליכע - ידיעות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מיר האט מען געלערענט איין גרויסע כלל אין שניי דרייווען
"נישט נוצען דער סטירינג ווהיל ווען דו דרוקסט סיי וועלכע ברעיק"
דוק וטישטאך
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

איך בין א נייע דרייווער, מיין נשמה איז כמעט ארויסגעפלויגן לעצטנס ביים סטאפן ביי א סטאפ סיין, און דער קאר האט נישט געהאלטן דערביי... שמעתי אז מען זאל געבן אפאר שטייטע קוועטשעס אופ'ן ברעיק, גענוג פרי, ווי איידער געבן איין געזונטע סטאאאאאפ.
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:מיר האט מען געלערענט איין גרויסע כלל אין שניי דרייווען
"נישט נוצען דער סטירינג ווהיל ווען דו דרוקסט סיי וועלכע ברעיק"
דוק וטישטאך

;l;p- און מיר האט מען אויסגעלערנט אז ווען מ'איז בארג אראפ און מ'פאנגט אן צו גליטשן גיט מען שטייטלעך געז. אויב נישט ביסטו פערטיג.

דא אין די סיטי איז זייער גרינג עכ"פ פאר מיר צו דרייוון אין א שניי. אבער אין אפסטעט?... ה"י
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אהרן הלוי האט געשריבן:איך בין א נייע דרייווער, מיין נשמה איז כמעט ארויסגעפלויגן לעצטנס ביים סטאפן ביי א סטאפ סיין, און דער קאר האט נישט געהאלטן דערביי... שמעתי אז מען זאל געבן אפאר שטייטע קוועטשעס אופ'ן ברעיק, גענוג פרי, ווי איידער געבן איין געזונטע סטאאאאאפ.

דאס איז געווען אמת אמאל אבער היינטיגע צייטן פארמאגען אלע נייערע קארס אזא טעכניק פון אנטי לאק ברעיקס און אויך טרעקשען קאנטראל (און סטעביליטי קאנטראל) וואס טוט דאס מדעת עצמו
די וויכטיגסטע איז האבן גוטע רעדער, גארנישט איז בעסער ווי דעם!!! אפילו אויב קען מען נישט לייגן שניי רעדער, כאטשיק זאל די אלל סיזען רעדער זיין כמעט ניי מיט טיפע שניטן,
אסאך קארס האבן א שניי MODE וואס איז כדי צו נוצען לעת הצורך,
אויך איז אלל וויל דרייוו א גוטע אפשען פאר בעסערע טרעקשאן אין שניי (ווייל אנשטאט נאר צוויי רעדער האבן אלע פיר טרעקשאן) אבער רוב קארס האבן דאס נישט נאר בעיקר די SUV סארט,
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:

אז מ'רעדט שוין יא. וואס איז די חילוק פון AWD און 4WD?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

AWD גייט מיט א קאמפיטער וואס שפירט וועלכע ראד ברויך די טרעקשאן און יענע רעדל הייבט זיך אן דרייען, בעת 4WD דרייען זיך אלע פיר ביינאזאם
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

צו געזונט האט געשריבן:AWD גייט מיט א קאמפיטער וואס שפירט וועלכע ראד ברויך די טרעקשאן און יענע רעדל הייבט זיך אן דרייען, בעת 4WD דרייען זיך אלע פיר ביינאזאם

4WD ארבעטן אלע 4 אייביג אדער נאר ווען ס'איז אין א גליטש?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

nmi האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:AWD גייט מיט א קאמפיטער וואס שפירט וועלכע ראד ברויך די טרעקשאן און יענע רעדל הייבט זיך אן דרייען, בעת 4WD דרייען זיך אלע פיר ביינאזאם

4WD ארבעטן אלע 4 אייביג אדער נאר ווען ס'איז אין א גליטש?

געווענליך איז דא א סעטינג אדער א באטאן צו אנשטעלן אויב די טרעקשן זאל זיין אויף אלע פיר רעדלעך, אדער נאר אויף צוויי.
---
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

נאך א וויכטיגע זאך, ווען מען פארט ארויס פון א פארקינג ספאט און מען גליטשט זאל מען ווי וויניגער דרייען די רעדל, זיך האלטן גלייך און פארן אהין און צוריק.

אז די זעהסט א מענטש בעט עהם צו דיר געבן א שטיפ, אפי' איין מענטש קען עס באווייזן.

און אז די זעהסט איינער זיך מיטשענען ארויס צו פארן, לייג צו א האנט, יענער קען זיצען אפאר שעה אבער מיט איין שטיפ קען ער זיין אינדרויסן ביז געציילטע מינוטן, די מצוה איז גאר גרויס.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

און שיפט צו א לאו גיער (low gear)
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

צו געזונט האט געשריבן:AWD גייט מיט א קאמפיטער וואס שפירט וועלכע ראד ברויך די טרעקשאן און יענע רעדל הייבט זיך אן דרייען, בעת 4WD דרייען זיך אלע פיר ביינאזאם

ווענצעך וועלכע קאר. געוויסע AWD מיינט אז אלע 4 רעדער דרייען צוזאמען

מיר קוקט אויס אז AWD האסטו נישט קיין שום קאנטראל איבער וועלכע רעדער ס'דרייען און 4WD קעמען יא אנשטעלן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

הענדימען האט געשריבן:

https://www.google.com/search?q=what%27 ... e&ie=UTF-8

איך האב שוין געדרייווט א AWD וואס אלע פיר האבן זיך אנגעצינדן נאר ווען ס'האט געגליטשט און אפאר וואס אלע 4 זענען אנגעצינדן אייביג

מיין וויהקל איז awd און אויפן דעש באורד האט עס עפעס א לעמפל. ווען כ'וועל האבן נערווען וועט איך עס אויסטשעקן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

איז דא מיניווענס פון 7-8 סיעטס מיט awd or 4wd?
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

בראשית ברא האט געשריבן:איז דא מיניווענס פון 7-8 סיעטס מיט awd or 4wd?

https://www.toyota.com/sienna/
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

חברותה האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:איז דא מיניווענס פון 7-8 סיעטס מיט awd or 4wd?

https://www.toyota.com/sienna/

הו גוטע נייעס
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נישט פארגעסען עטליכע זאכען מיט די סיענע AWD

עס נוצט מער געז
די אלל וויל דרייוו האט ספעציעלע ראן פלעט רעדלעך וואס איז סיי טייער צו ערזעצען -- און סיי ממילא האט עס האט נישט קיין ספעיר טייער
עס קען מאכען מער פראבלעמען דאון דע ראוד
און בעיקר -- עס קומט נאר מיט 7 זיצן נישט 8
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:עס נוצט מער געז

ריכטיג

האט אויך ווייניגער פאוער (איך האב עס גראדע ליב אזוי)

דניאל אויערבאך האט געשריבן:די אלל וויל דרייוו האט ספעציעלע ראן פלעט רעדלעך וואס איז סיי טייער צו ערזעצען -- און סיי ממילא האט עס האט נישט קיין ספעיר טייער

נישט אזא גרויסע פראבלעם. מ'קען צוקויפן א ספעיר טייער

אגב. די ראן פלעט זענען אויך נישט אזוי באקוועם צו פארן מיט

דניאל אויערבאך האט געשריבן:עס קען מאכען מער פראבלעמען דאון דע ראוד

ריכטיג. ס'האט מער און טייערערע פארטס

אין געוויסע פעלער איז עס אסאך טייערער צו פאררעכטן ווי א געהעריגע. פאר די סיבה

דניאל אויערבאך האט געשריבן:און בעיקר -- עס קומט נאר מיט 7 זיצן נישט 8

מען קען באקומען די אכטע זיץ פאר אן אלף (בערך)
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:נישט פארגעסען עטליכע זאכען מיט די סיענע AWD

עס נוצט מער געז
די אלל וויל דרייוו האט ספעציעלע ראן פלעט רעדלעך וואס איז סיי טייער צו ערזעצען -- און סיי ממילא האט עס האט נישט קיין ספעיר טייער
עס קען מאכען מער פראבלעמען דאון דע ראוד
און בעיקר -- עס קומט נאר מיט 7 זיצן נישט 8

ביי לאו ברויך יעדע קאר האבן א ספער טייער. סאו וויזוי קען דאס זיין א קאר אן קיין ספער טייער?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מען דארף האבן ביי לאו א אויסוועג אויב דו כאפסט א פלעט.
אויב האסט ראן פלעט טייערס (טראכט די טייטש פון דעם) דאן קענסטו פארן זיכערערהייט איבער 100 מייל אפילו מיטן פלעט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הענדימען האט געשריבן:האט אויך ווייניגער פאוער (איך האב עס גראדע ליב אזוי)

וואס מיינט??? עס האט א אנדערע ענדזשין ???

הענדימען האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:די אלל וויל דרייוו האט ספעציעלע ראן פלעט רעדלעך וואס איז סיי טייער צו ערזעצען -- און סיי ממילא האט עס האט נישט קיין ספעיר טייער

נישט אזא גרויסע פראבלעם. מ'קען צוקויפן א ספעיר טייער

און ווי וועסטו עס האלטן ???

הענדימען האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:און בעיקר -- עס קומט נאר מיט 7 זיצן נישט 8

מען קען באקומען די אכטע זיץ פאר אן אלף (בערך)

נישט וואס איך ווייס- קענסט שרייבן א מקור???
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”