ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

הכל הבל האט געשריבן:עלען דערשאוויץ: מולער זאל צו ערשט איבערגעבן זיינע געפינסן פאר די טראמפ טיעם וועלכע זאל באקומען אביסל צייט צו שרייבן א קאנטער באריכט און דאן זאלן ביידע ווערט פארעפנטליכט צו די זעלבע צייט וירא הקהל וישפוט

מאכט נישט קיין סענס

אויב איז עס א קרימינאלע אינוועסטיגעישן, זייט ווען גיבט מען א געלעגנהייט פארן דיפענדענט צו זאגן זיין זייט?

אפשר וויל ער פשוט אז דער עולם זאל רעדן דערפון
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויב גייט ער אנקלאגן מענטשן וועט טראמפ באריכט נישט שטערן די לעגאלע פראצעדור

אויב קוקסטו אויף די רעקאמענדאציע צו קאנגרעס אויב יא אדער נישט צו אימפיטשן טראמפ דאן וועלן די ערוועלטע רעפרעזענטאטן פונעכם פאלק דארפן באשליסן אויב צו אננעמען זיינע באריכטן געזעצליך מוז ער נישט פאלגן די דערשאוויץ פארשלאג אבער געזעצליך מוטז די אטוירני דזשענעראל בכלל פארעפנטליכן זיין באריכט
די פוינט איז אז די פאלק וויל זעהן די באריכט און האלב פונעם לאנד וועט ברויזן אויב מען פארעפנטליכט נישט די מולער באריכט
דערשאוויץ זאגט פשוט אז עס וואלט געווען יושר'דיג פון זיין פערספעקטיוו (ווען ער נעמט אלץ די זייט פונעם באשולדיגטן) צו מאכן זייער קעיס און נישט לאזן די אפעקט פון די מולער באריכט קודם צו באאיינפלוסן נאר ליבערשט זאל דאס פאלק זעהן ביידע זייטן צוגלייך און מוטיגן זייערע קאנגרעסלייט ווי אזוי צו שטימען דערויף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א סעלפאן פארבינדן צו מייקל קאהען האט לויט באריכטן שפורן פון קורצע פארבינדונג קיין פראג

אויך האט האבן מזרח אייראפעישע שפיאנאזש אגענטורן אויפגעכאפט געשפרעכן צווישן רוסן אין וועלכע איינע פון זיי דערמאנט אז קאהען האט באזוכט אין פראג
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7668
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן:א סעלפאן פארבינדן צו מייקל קאהען האט לויט באריכטן שפורן פון קורצע פארבינדונג קיין פראג

אויך האט האבן מזרח אייראפעישע שפיאנאזש אגענטורן אויפגעכאפט געשפרעכן צווישן רוסן אין וועלכע איינע פון זיי דערמאנט אז קאהען האט באזוכט אין פראג

לײן די Headline פון די ארטיקל ש׳סטײט אז די סעלפאן סיגנאלן לײגט קאהן אנדרױסען פון פראג וכו׳
Cell signal puts Cohen outside Prague around time of purported Russian meeting
https://www.mcclatchydc.com/news/invest ... 16820.html
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

הכל הבל האט געשריבן:א סעלפאן פארבינדן צו מייקל קאהען האט לויט באריכטן שפורן פון קורצע פארבינדונג קיין פראג

אויך האט האבן מזרח אייראפעישע שפיאנאזש אגענטורן אויפגעכאפט געשפרעכן צווישן רוסן אין וועלכע איינע פון זיי דערמאנט אז קאהען האט באזוכט אין פראג

דער דזשורנאליסט וועלכע האט באריכטעט די באריכט האט מודה געווען אז נישט נאר האט ער נישט געזען די 'שפיאנאזש באריכטן', נאר אפי' זיינע סארסעס האבן עס נישט געזען.

ער זאגט אז ער האט געווארט א שטיק צייט פרובירנדיג צו וועריפייען וואס די סארסעס זאגן, נאר ער האט באקומען א חשד אז אנדערע נייעס קוועלער האבן באקומען די אינפא האט ער עס דעריבער שנעל ארויסגעלייגט.

(די אומקראנטע מקור איז ווארשיינליך די סיבה פארוואס קיין שום אנדערע נייעס קוואל האט נישט נאכגעברענגט די פאליטיקא באריכט.)
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רוסישע אדוואקאט וועלכע האט אנטיילגענומען ביי די טראמפ טאוער מיטינג אנגעקלאגט דורך די סאודערן דיסטריקט אין ניו יארק אפיס איבער אבסטראקשען אף דזשאסטיס אין פארבינדונג צו א געלט וואשעריי קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט ווארפט אפ פארלאנג פון אויסלענדישע קארפארעישאן נישט צו דארפן צושטעלן אינפארמאציע פאר א מולער גרענד דזשורי
אוועטאר
cookies
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cookies »

almost there?!!!!

Former Trump campaign chairman Paul Manafort shared polling data during the 2016 presidential campaign with a business associate accused of having ties to Russian intelligence, and prosecutors say he lied to them about it, according to a court filing Tuesday.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

cookies האט געשריבן:almost there?!!!!

אויסצוג פון א היינטיגע באריכט אויף אייוועלט:

אדוואקאטן פון פאול מענעפארט האבן געברויכט אריינגעבן זייער רעאקציע אין געריכט צו מולער באשולדיגונג אז ער האט ליגן געזאגט דורכאויס זיין קאאפעראציע פעריאד
באאבאכטער זענען געווארן ערשטוינט ווען נעכטן מיטל נאכט איז נאכנישט געווארן אריינגעשיקט קיין שום רעאקציע טראץ וואס עס איז געוווען די אפיציעלע דעדליין מטעם די געריכט
ויהי ממחרת הערט מען איצט אז די אפדעיט פון די אדווואקאטן איז שוין געווארן אריינגעגעבן נעכטן נאר עס איז געווען פארזיגלט פונעם פובליק
די ווארטזאגער גיבט נישט אן וואס עס איז די אורזאך דערצו און אויך נישט די גענויע צייט ווען עס איז געווארן געפיילט און אויך נישט אויב עס איז געווארן איבערגעגעבן פערזענליך אדער געשיקט עלעקטעראניש
צוליב די אומפראפעסיאנעאלע צענזור פון די אדוואקאטן זענען היבשע טיילן געווארן אויפגעדעקט און צווישן אנדערן זעהט מען אז מענעפארט זאגט אז ער האט פרובירט צו זיין אויפריכטיג איז זאגן די ווארהייט פאר מולער און אים אפילו צוגעשטעלט זיינע קאמפיוטערס אימעיל אקונטס און פעסווארדס
די וויכטיגסטע טייל אבער איז ווי מענעפארט שרייבט אז טראץ וואס ער איז אומאיינשטימיג מיט מולערס באשולדיגונג אז ער האט ליגן געזאגט וועט ער נישט זוכן צו זיך פארמעסטן אויף דעם פונקט אין געריכט
אין אן אנדערן אויפדעקונג זעהט מען אז מענעפראט האט געהאט א מיטינג דורכאויס די 2016 למספרם קאמפיין מיט קאנסטענטין קילימניק, א מאן וועם מולער באצייכנט צו זיין אן אגענט פון די רוסישע שפיאנאזש
מען האט שוין געוואוסט איבער אזא מיטינג אין די פאראייניגטע שטאטן אבער די היינטיגע אויפדעקונג איז איבער א פרישע מיטינג וועלכע איז פארגעקומען אין מאדריד שפאניע
לויט ווי מולער גלויבט האט מענעפארט מיטגעטיילט פאולינג דאטא פונעם קאמפיין מיטן רוס און דיסקוסירט מיט יענעם א פרידן פאקט צווישן מאסקווע און קיעוו און לויט ווי מען פארשטייט האט מענעפארט ארגינעל געלייקנט די גאנצע זאך ווען מולער האט אים אויסגעפרעגט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סענעטארן לינדזי גרעהעם (R) סאוט קארעליינע, קריס קונס (D) דעלעווער, טאם טיליס (R) נארט קארעליינע, און קארי בוקער (D) ניו דזשערסי, וועלן די וואך ווידער אריינגעבן די אזוי גערופענע פראטעקט מולער עקט.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7668
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן:
cookies האט געשריבן:almost there?!!!!

Former Trump campaign chairman Paul Manafort shared polling data during the 2016 presidential campaign with a business associate accused of having ties to Russian intelligence, and prosecutors say he lied to them about it, according to a court filing Tuesday.

אויסצוג פון א היינטיגע באריכט אויף אייוועלט:

אדוואקאטן פון פאול מענעפארט האבן געברויכט אריינגעבן זייער רעאקציע אין געריכט צו מולער באשולדיגונג אז ער האט ליגן געזאגט דורכאויס זיין קאאפעראציע פעריאד
באאבאכטער זענען געווארן ערשטוינט ווען נעכטן מיטל נאכט איז נאכנישט געווארן אריינגעשיקט קיין שום רעאקציע טראץ וואס עס איז געוווען די אפיציעלע דעדליין מטעם די געריכט
ויהי ממחרת הערט מען איצט אז די אפדעיט פון די אדווואקאטן איז שוין געווארן אריינגעגעבן נעכטן נאר עס איז געווען פארזיגלט פונעם פובליק
די ווארטזאגער גיבט נישט אן וואס עס איז די אורזאך דערצו און אויך נישט די גענויע צייט ווען עס איז געווארן געפיילט און אויך נישט אויב עס איז געווארן איבערגעגעבן פערזענליך אדער געשיקט עלעקטעראניש
צוליב די אומפראפעסיאנעאלע צענזור פון די אדוואקאטן זענען היבשע טיילן געווארן אויפגעדעקט און צווישן אנדערן זעהט מען אז מענעפארט זאגט אז ער האט פרובירט צו זיין אויפריכטיג איז זאגן די ווארהייט פאר מולער און אים אפילו צוגעשטעלט זיינע קאמפיוטערס אימעיל אקונטס און פעסווארדס
די וויכטיגסטע טייל אבער איז ווי מענעפארט שרייבט אז טראץ וואס ער איז אומאיינשטימיג מיט מולערס באשולדיגונג אז ער האט ליגן געזאגט וועט ער נישט זוכן צו זיך פארמעסטן אויף דעם פונקט אין געריכט
אין אן אנדערן אויפדעקונג זעהט מען אז מענעפראט האט געהאט א מיטינג דורכאויס די 2016 למספרם קאמפיין מיט קאנסטענטין קילימניק, א מאן וועם מולער באצייכנט צו זיין אן אגענט פון די רוסישע שפיאנאזש
מען האט שוין געוואוסט איבער אזא מיטינג אין די פאראייניגטע שטאטן אבער די היינטיגע אויפדעקונג איז איבער א פרישע מיטינג וועלכע איז פארגעקומען אין מאדריד שפאניע
לויט ווי מולער גלויבט האט מענעפארט מיטגעטיילט פאולינג דאטא פונעם קאמפיין מיטן רוס און דיסקוסירט מיט יענעם א פרידן פאקט צווישן מאסקווע און קיעוו און לויט ווי מען פארשטייט האט מענעפארט ארגינעל געלייקנט די גאנצע זאך ווען מולער האט אים אויסגעפרעגט

He's not a Russian hes a Ukrainian also he worked for years for manafort & the funniest part is that he discussed polls and the pools Said that Hillary is guna win
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אינטערנעל אנקעטעס, מעגליך אויסצושמועסן סטראטעגיע.

עניוועי, עס איז די ערשטע מאל דאכציך וואס איך האב א ערנסטע חשש אז מולער וועט געהעריג ארויסקומען אז עס איז געווען קאלוזשען.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג יאנואר 08, 2019 6:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צל עובר האט געשריבן:אינטערנעל אנקעטעס, מעגליך אויסצושמועסן סטראטעגיע.

עניוועי, עס איז די ערשטע מאל דאכציך וואס איך האב א ערנסטע חשש אז מולער וועט געהעריג אכרויסקומען אז עס איז געווען קאלוזשען.

יאפ, ס'הייבט אן ווערן ערענסט.

נאך מער, אויב דאס איז ארויסגעקומען דןרך א מיסטעיק פון מענעפאורטס טיעם און מוללער ליעקט גארנישט קענסטו זיכער זיין ס'נאך דא א ים מיט סחורה וואס דער האט אין סטארידזש..

אין אנדערע נייעס זאגט א זשוליאני סאורס אז ער גרייט זיך אויף א "שרעקליכע" (horrific) מוללער רעפארט.
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

צוויי חברים וואס טוען אין פאליטיק האבן זיך געטראפן און גערעדט טעגליכע נייעס וואס איז דאן געווען פאולס איבער אמעריקאנע עלעקשאנס (כ'מיין ס'פונקט געווען א וואל יאר)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

"דער טראמפ קאמפיין מענדזשער אליינס" "אין שפאניע" "אינטערנעל אנקטעס" "מיט א רוסישען אפערטיוו".

די שאלה איז יעצט שוין בעיקר אויב טראמפ האט געוואוסט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

מענעפארט האט געהאט ביזנעס אין רוסלאנד. און אפילו נישט, א גרויסע מאכער איז ער געווען [שוין לאנג פארדעם אויך]. יעדעס מאל וואס ער רעדט מיט איינעם גייט דאס מיינען קאלאזשען?.. אה, ער רעדט פון ״אינטערנעל פאולס״!. פון וועם מאכסטו חוזק דא?

צווייטענס, מענעפארט איז שוין פאראורטיילט געווארן, מ׳האט אים אנגעקלאגט מיט ״אלעס״ חוץ מיט עפעס וואס איז געווען רילעידעט צו וואס מ׳האט אים אויסגעפארשט. קעיס קלאוזד.

דריטענס, מוללער זיכט צו זאגן אז ס׳איז געווען קאלאזשען. רייט? אויב האט מענעפארט געבעטן א רוסיש געבוירענע מאן ער זאל אים געבן א רעסעפי וויזוי צו מאכן טונא סאלאט הייסט עס ״קאלאזשען״. ס׳גייט אבער אזוי מין אויפרעגן די טראמפ׳סטערס אז ס׳לאטצעך נישט זאגן.
רשעות קאלטע סעלצער
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

צל עובר האט געשריבן:"דער טראמפ קאמפיין מענדזשער אליינס" "אין שפאניע" "אינטערנעל אנקטעס" "מיט א רוסישען אפערטיוו".

די שאלה איז יעצט שוין בעיקר אויב טראמפ האט געוואוסט.

ווען איך טרעף זיך מיט מיין חבר רעד איך איבער מיין ביזנעס און ער האט גערעדט איבער זיין ביזנעס כ'מיין ס'איז פשוט וואס איז נישט צום גלייבן איז ווי די מידיע קען איבערדרייען אויף אזעלעכע שטותים
ס'איז קלאר אז דאס איז א אהערגעשטעלטע talking point פון די מוללער טיעם נאכן צוויי יאר האבן 0
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האף נישט צו גיין אין צירקלען, וויל איך שרייבן נאך אפאר פוינטס וואס איך מיין איך האב נאכנישט געשריבן.

אינטערנעלס זענען מילעטערישע סודות וואס מען זאגט בלויז פאר טאפ מיטארבעטער.

עס האט נישט געליעקט פון מולער.

----------------

פאסט נישט פאר אייך, אודאי רעדט מען מיליטערישע סודות פון די קאמפיין, וואס לעגאל מעג מען עס מפרסם זיין.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג יאנואר 08, 2019 7:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל עובר האט געשריבן:איך האף נישט צו גיין אין צירקלען, וויל איך שרייבן נאך אפאר פוינטס וואס איך מיין איך האב נאכנישט געשריבן.

אינטערנעלס זענען מילעטערישע סודות וואס מען זאגט בלויז פאר טאפ מיטארבעטער.

עס האט נישט געליעקט פון מולער.

און מוללער איז נישט בייגעפאלן צו קלאגן מענעפארט צוליב די שרעקליכע מיליטערישע סודות, ער האט אים בלויז געקלאגט אויף ליגנט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וואס איז די קריים?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אינטערנעל אנקעטעס, מעגליך אויסצושמועסן סטראטעגיע.

עניוועי, עס איז די ערשטע מאל דאכציך וואס איך האב א ערנסטע חשש אז מולער וועט געהעריג אכרויסקומען אז עס איז געווען קאלוזשען.

יאפ, ס'הייבט אן ווערן ערענסט.

ערשט יעצט הייבט עס אן ווערן ערענסט? הייסט ביז יעצט איז עס געווען נישט ערענסט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לינדזי גרעהעם: אטוירני דזשענעראל נאמיני וויליאם באר האט מיר געזאגט אז ער גייט נישט אינטערווענירן אין די מולער אויספארשונג און ער וועט גיין אין איינקלאנג מיט די רוטינע פראצעדורען און שטיין אויף די זייט פון אפנקייט אין באצוג פון מיטטיילן די באריכט מיטן קאנגרעס און מיטן פאלק
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

הכל הבל האט געשריבן:לינדזי גרעהעם: אטוירני דזשענעראל נאמיני וויליאם באר האט מיר געזאגט אז ער גייט נישט אינטערווענירן אין די מולער אויספארשונג און ער וועט גיין אין איינקלאנג מיט די רוטינע פראצעדורען און שטיין אויף די זייט פון אפנקייט אין באצוג פון מיטטיילן די באריכט מיטן קאנגרעס און מיטן פאלק

ווערטער וואס דזשעף סעשאנס האט פארפאסט צו זאגן.
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לינדזי איז א שטיצער פון די מולער פראוב, און עס איז געמאכט צו בארואיגן דאס וואס באר האט געשריבן היפש נעגאטיוו אויף מולער.

לינדזי זאגט אויך אז באר זאגט אים אז ער רעספעקטירט מולער און האלט נישט אז ער פירט א וויטש האנט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40473
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גרעהעם וועט אויפברענגן א ביל אין די יורידישע קאמיטע צו באשוצן מולער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”