נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די IRS איז אויך צוגעמאכט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

יישר כח דערבארעמדיגער פאר דיין גאר קלארער באריכט!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זע איך אז נאסא פראפאגאנדע גייט אן כאילו דער שאטדאון איז שוין שאטדאון.

--- ---
עס גייט מיר נישט אן קיין כי הוא זה די גאנצע שאטדאון, נישט חילוק צו עס רעדט זיך פון נאסא אדער עס רעדט זיך פון IRS.

אויב עפעס גייט מיר יא אן איבער די אמעריקאנער רעגירונג איז עס די פאקט אז די רעגירונג מיט אלע פאליטישאנס כאפן נישט אז טשיינע גייט פאראויס מיט סייענטיפישע פארשריט בעת אמעריקע איז כמעט נישט אין סייענס. (חוץ פרייוואטע קאמפאניס וועלכע געבן טאקע אויס ריזיגע געלטער אויף סייענס)

טשיינע האט -צווישן פילע אנדערע דערגרייכונגען- ארויסגעשאסן און 18' למס' מער ראקעטס ווי אמעריקע.

#סייענס איז אין טשיינע
#ביג פראבלעם
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א הערצליכן דאנק רב דערבארעמדיגער פאר דיינע כסדר׳דיגע אפדעיטס.
אויב די מיסיעס זענען פשוט צו שטילן די נייגער אן קיין ערענסטע בענעפיטן פאר אונז מענטשעלעך, שטערט מיך נישט אז די רעגירונג ספענד נישט מייןנטעקס געלט אויף דעם.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דערבארומדיג׳ער, שיסן ראקעטס איז נישט קיין סייענס.

ביסט גערעכט אז אין אמעריקא ווערן די סייענטיפישע ווערק געטאן דורך פריוואטע פירמעס און נישט דורך די פעדעראלע גאווערמענט. דאס איז אייגענטליך א מעלה. :wink:

למען האמת אבער. קען זיך טשיינע טאקע פארמעסטן מיט נאסא׳ס פארשריט?
רשעות קאלטע סעלצער
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אויב עפעס גייט מיר יא אן איבער די אמעריקאנער רעגירונג איז עס די פאקט אז די רעגירונג מיט אלע פאליטישאנס כאפן נישט אז טשיינע גייט פאראויס מיט סייענטיפישע פארשריט בעת אמעריקע איז כמעט נישט אין סייענס. (חוץ פרייוואטע קאמפאניס וועלכע געבן טאקע אויס ריזיגע געלטער אויף סייענס)

טשיינע האט -צווישן פילע אנדערע דערגרייכונגען- ארויסגעשאסן און 18' למס' מער ראקעטס ווי אמעריקע.

#סייענס איז אין טשיינע
#ביג פראבלעם



זיכער אזוי, ווייל אויב קען מען האבן אלע דיטעילס דורוך ביזנעס שפיאנאזש אן דארפן אינוועסטירען צייט געלט און ארבעט קראפט דאן אויטעמאטיש האלט מען ווייטער ווי יעדעם איינעם.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זע איך אז נאסא פראפאגאנדע גייט אן כאילו דער שאטדאון איז שוין שאטדאון.

--- ---
עס גייט מיר נישט אן קיין כי הוא זה די גאנצע שאטדאון, נישט חילוק צו עס רעדט זיך פון נאסא אדער עס רעדט זיך פון IRS.

אויב עפעס גייט מיר יא אן איבער די אמעריקאנער רעגירונג איז עס די פאקט אז די רעגירונג מיט אלע פאליטישאנס כאפן נישט אז טשיינע גייט פאראויס מיט סייענטיפישע פארשריט בעת אמעריקע איז כמעט נישט אין סייענס. (חוץ פרייוואטע קאמפאניס וועלכע געבן טאקע אויס ריזיגע געלטער אויף סייענס)

טשיינע האט -צווישן פילע אנדערע דערגרייכונגען- ארויסגעשאסן און 18' למס' מער ראקעטס ווי אמעריקע.

#סייענס איז אין טשיינע
#ביג פראבלעם

די גאנצע אסטראנאמיע ביזנעס איז אין די ערד. ווער ברויך האבען די אלע ראקעטען און פלאנעטן. מגעט אויס ביליאנער דאלארן צו קענען לאנדען א מאשינדעל אויף מאדים. מורא'דיג. וואס האט די מענטשהייט דערפון? זילטש
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך האב נישט קיין געדולד מאריך צו זיין, אבער לענד''ת איז די אימפאקט פון "טעקס קאטס" מיט "אימיגרעישאן רעפארם" מיט "וועלפעיר פראגראמען" אלע אינאיינעם קלענער ווי די אימפאקט וואס סייענס האט אויף די עקענאמיע און געזונטהייט פון א לאנד.

איין משל איז קאמפיוטער טשיפס. א קאמפיוטער מח איז א צוזאמשטעל פון עטליכע סייענטיפישע אויסטרעפונגען וואס האט טאטאל געטוישט די וועלטס אויסזען, וויערלעס אינטערנעט איז א צווייטע דוגמא, אנטיביאטיק, לעיזער, קעמערע, וכן כולהו, דאס איז אלעס צושטאנד געקומען א דאנק סייענטיפישע אויסטרעפן.

טשיינע גנב'עט אינגרויסן, אבער זיי זענען גאר שטארק מחשיב סייענס און עדיוקעישאן, און זיי שטייען היינט גאר שטארק אליינס און סייענטיפישע פארשונגען.
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

גולם פון פראג האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זע איך אז נאסא פראפאגאנדע גייט אן כאילו דער שאטדאון איז שוין שאטדאון.

--- ---
עס גייט מיר נישט אן קיין כי הוא זה די גאנצע שאטדאון, נישט חילוק צו עס רעדט זיך פון נאסא אדער עס רעדט זיך פון IRS.

אויב עפעס גייט מיר יא אן איבער די אמעריקאנער רעגירונג איז עס די פאקט אז די רעגירונג מיט אלע פאליטישאנס כאפן נישט אז טשיינע גייט פאראויס מיט סייענטיפישע פארשריט בעת אמעריקע איז כמעט נישט אין סייענס. (חוץ פרייוואטע קאמפאניס וועלכע געבן טאקע אויס ריזיגע געלטער אויף סייענס)

טשיינע האט -צווישן פילע אנדערע דערגרייכונגען- ארויסגעשאסן און 18' למס' מער ראקעטס ווי אמעריקע.

#סייענס איז אין טשיינע
#ביג פראבלעם

די גאנצע אסטראנאמיע ביזנעס איז אין די ערד. ווער ברויך האבען די אלע ראקעטען און פלאנעטן. מגעט אויס ביליאנער דאלארן צו קענען לאנדען א מאשינדעל אויף מאדים. מורא'דיג. וואס האט די מענטשהייט דערפון? זילטש


כן דברי @גולם מפראג, וואס זיינע ידיעות קומען מער-ווינציגער פון די לאולעך מקוה...

איך זאג אז צו וויסן איבער די נערישע עסטרויד 4 ביליאן מייל אוועק, האט א א נוצליכן צוועק פאר די מענטשהייט. ניין.

אבער גאר אסאך מעדיצינישע פארשונגען, לעפראסקאפישע אפעראציעס, זענען צום פארדאנקען פארשונגען אין געוויכטלאזע ספעיס.

ודי בזה.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

שקר וכזב
גולם פון פראג שטעלט נישט קיין דריסת הרגל אין די לוילעך מקוה.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דערבארומדיג׳ער, שיסן ראקעטס איז נישט קיין סייענס.


אוודאי איז עס.

ביסט גערעכט אז אין אמעריקא ווערן די סייענטיפישע ווערק געטאן דורך פריוואטע פירמעס און נישט דורך די פעדעראלע גאווערמענט. דאס איז אייגענטליך א מעלה. :wink:

אמת, אבער עס איז דא ערשטע שטאפלען ביי פארשונגען ווי פרייוואטע קאמפאניס ווילן נישט אינוועסטירן, ווי לאנג מען ווייסט נאך נישט וויאזוי מען קען עס איינקעשן וועט מען נישט אינוועסטן. ולענד''ת איז דאס איינע די סאמע ראלע וואס א רעגירונג דארף שפילן, נעמליך צו ספענדן געלט אויף וויכטיגע פלעצער וואס פרייוואטע קאמפאניס זענען נישט וויליג צו ספענדן.

צ.ב.ש. עס איז דא א ערענסטע פארמעסט צווישן טשיינע און אמעריקע איבער 5G אינטערנעט, עס גייט בקרוב ממש זיין 5G פאונס, די אמעריקאנער קאמפאניס אינוועסטען דערין ווייל זיי זעען א אפורטוניטי צו מאכן געלט, די טשייניזער גאווערמענט אינטער די שלייער פון וואוועי סמארטפאון פראדוצירער ארבעטן אויך העפטיג אז זיי זאלן האבן די מאנאפאלי אויף 5G. אויב וועט זיי עס געלנגען איז טייטש אז די וועלט'ס אינטענעט סיסטעם וועט זיין קאנטראלירט דורך טשיינע!

מען קען דא אפשר זאגן אז מען זאל לאזן QUALCOMM און INTEL אינוועסטירן, זיי טוען עס במילא, און זיי האבן דאך א אינטערעסע דערין וועט מען זיך פארלאזן אז זיי וועלן מאכן א גוטע זשאב, אפשר איז עס א מהלך אז די קאמפאניס וועלן טון אלעס אבי זיי זאלן מאכן געלט (ובתנאי אז טשיינע איז נישט גרייט צו דערלייגן אבי זיי זאלן האבן די מאנאפאלי)

ואגב, וואוועי איז די גרעסטע סמארטפאון פרדוצירער אויף די וועלט, און זייערע טייערע סמארטפאונס האבן פילע געלונגענע פיטשערס וואס עפעל האט נישט, מען האט פארבאטן וואוועי פאונס אין אמעריקע און די אמעריקאנער שפיאנאזש פארארבעט איצט מעשים אז רעגירונגען איבער די גאנצע וועלט זאלן פארבאטן וואוועי פאונס, ווייסט פארוואס? ווייל זיי האבן מורא אז איין טאג גייט וואוועי אויסקוקן אזוי ווי מייקראסאפט, ד.מ. זיי וועלן זיין א קאמפאני וואס מען קען נישט לעבן אן דעם. און אויב דאס פאסירט איז טייטש אז די טשיינע גאווערנמענט האט צוטריט צו די וועלטס דאטא! (רוסלאנד האט שוין אומסוקסעספול פראבירט צו מאכן זייערע רעגירונג אפיסעס "ווינדאוס ריין" אבער מען קען נישט היינט איינפירן אז אפיסעס זאלן אנגיין אן ווינדאוס. טשיינע האט פארלאנגט פון מייקראסאפט גאר אסאך דאטא איבער ווינדאוס 10 בעפאר זיי האבן מסכים געווען עס צו ניצן, און זיי האבן נאך צוגעלייגט עקסטערע סעקיוריטי סיסטעמס)

נאך א דוגמא איז AI, ( "ארטיפישעל אינטעליזשענס" איז קאמפיוטער סייענס, עס איז טאקע נישט פיזיקס אבער רופט זיך סייענס) AI גייט לענד''ת טוישן די וועלט אויף די זעלבע פארנעם וואס אינטערנעט האט געטוישט די וועלט ביז היינט, די טויש וואס AI וועט ברענגן צו די וועלט איז מן הסתם גרעסער ווי די טויש וואס דער באן מיטן טעלעגראם (נע, נישט די עפפ) מיט כ'ווייס נישט וואס נאך האבן געטון צו די וועלט.

יעצט מייקראסאפט/גוגל/עמעזאון ועוד זענען אין א הייסע געיעג צו האבן די אויבערהאנט אויף AI ווייל זיי האפן צו מאכן גרויס געלט דערפון. פון די אנדערע זייט שטייט טשיינע רעגירונג מיט ביליאנען דאלערן און א קלאר אויסגעארבעטער ציהל צו דאמינירן די AI פעלד ביי 2025 למספרם, משיח זאל אוודאי דא זיין פריער.

פוטין זאגט אז ווער עס וועט האבן די אויבערהאנט אינעם פעלד פון AI דער וועט רעגירן איבער די וועלט! אבער איך מיין אז ס'איז נישטא קיין איין קאנגרעסמאן/סענאטאר וואס ווייסט אפילו וואס AI מיינט, אבער נניח אז מען וועט זאגן אז די פאליטישאנס האבן דאס דורעכגעטראכט און געקומען צו די מסקנא אז מען קען זיך פארלאזן אויף מייקראסאפט/עמעזאון אז זיי וועלן טון א גוטע זשאב (גוגל האט אויפגעהערט צו פראוויידן AI סערוויסעס פאר די אמעריקאנער מיליטער) און מען וועט שטיין בעסער ווי טשיינע, אקעי, איך הער, אפשר קען מען זיך פארלאזן אויף די קאמפאניס אפילו וואס איז נוגע נאציאנאלער זיכערהייט, אפשר פיט דאס אריין אינעם קאפיטיליסטישער אידעאילאגיע.

אבער וואס איז מיט סייענטיפישע פארשונגען ווי עס איז נאכנישט דא פרייוואט קאמפאניס?
קיין איין קאמפאני וואלט נישט אריינגעלייגט א דאללער און ראקעט סייענס ווען נישט וואס זיי האבן באקומען פון נאסא אומשאצבארע אוצרות פון ראקעט סייענס ערפינדונגען/ סאפטוועיר/ידיעות וואס נאסא האט אנגעזאמעלט און געבויט במשך די יארן!

אמת אז פרייוואט קאמפאניס מאכן א בעסערע זשאב ווי די רעגירונג ווען עס קומט אויסצוגעבן געלט, אבער דאס איז נאר נאכדעם וואס עס איז דא א קאמפאני וואס איז גרייט זיך אריינצולייגן אין א פעלד.
צ.ב.ש. ספעיס עקס האט דורך פארשידענע קריעטיוו איננפעלער דראמאטיש געשניטן די קאסט פון ספעיס מיסיעס, לעצטע וואך האבן זיי ארויסגעשאסן א GPS פאר די אמעריקאנע מיליטער, א סערוויס פון וואס די גאנצע וועלט געניסט, ואגב די טשיינע מיליטער פראבירט שוין יארן צו האבן א זעלבסטשטענדיגע GPS סיסטעם אזוי ווי אמעריקע. עס שטעלט צו א אוצר פון דאטא פאר די מיליטער.

אבער מאסק וואלט קיינמאל נישט אריין אין די ראקעט ביזנעס ווען ער זאל דארפען פלאשן אזויפיל געלט אויף ערשטע שאפלען פון ריסערטש אזוי ווי נאסא האט געפלאשט אין די ערשטע 30 יאר.


למען האמת אבער. קען זיך טשיינע טאקע פארמעסטן מיט נאסא׳ס פארשריט?

יא, מיט גניבות פון נאסא קאמפעיוטערס (2 וואכן צירוק האט אמעריקע אנגעקלאגט עטליכע כינעזער פאר א העקעריי אין JPL דאס איז די נאסא אפטיילונג וואס געט זיך אפ מיט די מארס ספעיס שיפן און ראבאטס) און מיט א שטארקע אינטערעסע אין סייענס דורך אלע רעגירונג איינגעשטעלטע, און מיט א גאר קלוגע פאלק, איז עס דען אויסגעשלאסן?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

רוב פארשונגען אינעם ווייטען ספעיס זענען אן קיין שום נוצן! נישט די לבנה לאנדונג אין נישט האבעלל אין נישט קעפלער נישט מארס, נישט פלוטאו, וכו' ברענגען ערענסטע ניצן פאר די מענטשהייט אויסער אינספיראציע און זעטיגן די אינטיליגענטע נייגער פון פארשער.

אבער די ספעיס מיסיעס אינעם נידריגערן ספעיס לעוועל ברענגן עפ''י רוב געוואלדיגע בענעפיטן אפילו אינעם טאג טעגליכן לעבען.
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

גולם פון פראג האט געשריבן:די גאנצע אסטראנאמיע ביזנעס איז אין די ערד. ווער ברויך האבען די אלע ראקעטען און פלאנעטן. מגעט אויס ביליאנער דאלארן צו קענען לאנדען א מאשינדעל אויף מאדים. מורא'דיג. וואס האט די מענטשהייט דערפון? זילטש

אה, האסט טאקע אנגעכאפט די גוטע ווארט. אסטראנאמיע איז בלויז נייגער אן קיין ניצן פאר די וועלט די נייגער איז אלעמאל געווען ווי דערמאנט אין די גמרא ומדרשים. שפעטער געווען ביי אריסטו וכל חכמי יון, שפעטער אין די מוסעלמענער מדינות, דערנאך צירוק אין אייראפע.

ביי אינז איז דא די מצוות קידוש החודש, און מען דארף נישט וויסן גארנישט איבער די מילעך וועג גאלעקסיע בכדאי מקיים צו זיין קידוש החודש כהלכתה...
אבער עס איז דא נאך א מצוה, די מצווה פון ואהבת את ה' אלוקיך , וכתב הרמב''ם אז דער וועג צוצוקומען דערצו איז דורך התבננות בגדלות השם אזוי ווי עס שטייט שאו מרום עיניכם וראו מי ברא וגו'

די התפעלות בגדלות השם ברענגט ממש צו ביטל היש.

--- ----
ואגב געדענק איך אז מיט עטליכע יאר צירוק האב איך פארברענגט שעות על גבי שעות צו טרעפן וואס איז די צוועק פון די נאסא מיסיעס. תמצית הדברים וואס איך האב געטראפן איז א נאסא באריכט צוגעשיקט צום קאנגרעס אז די "דירעקטער" אויפטו דערפון איז: אינספיראציע!!!

איך האב מיר נישט געקענט מוחל זיין, דאס אלעס?! אם כן למה זה אנוכי? פארוואס דריי איך מיר ארום אויף די אינטערנעט צו זוכן נייעס איבער ספעיס? איך קען דאך לערנען תניא פאר די געלט?!

איינמאל האב איך אבער געזען א קליפ (דאכט זיך מיר פון NATIONAL GEOGRAPHIC) ווי זיי ווייזן אין 2 מינוט די סייז פון די וועלט לערך די יוניווערס, עס איז זייער שווער אז מען זאל זיך דאס מצייר זיין,ווי די טבע איז אז מען כאפט נישט ווי גרויס זאכן זענען אן האבן די פערספעקטיוו און די קאנטראסט, אבער יענער קליפ האט געמאכט די זשאב, עס האט געהאט א משונה'דיגער השפעה אויף מיר פאר עטליכע טעג, איך האב זיך ממש געשפירט קליין. דענסטמאל האב איך די ערשטע מאל פארשטאנען די רמב''ם, די התפעלות איז געווען אויסטערליש.
זקן מלא רחמים.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@דערבארומדיגער, זייער הערליכע תגובות, ישר כח פאר די און אלע.

און יעך קלער אז דער טעלעגראם אדער די באן האט נאך אזויפיל געטוישט די וועלט אפילו ווי אינטערנעט, כל שכן ווי AI האט פאטענשעל.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

צל עובר האט געשריבן:@דערבארומדיגער, זייער הערליכע תגובות, ישר כח פאר די און אלע.

און יעך קלער אז דער טעלעגראם אדער די באן האט נאך אזויפיל געטוישט די וועלט אפילו ווי אינטערנעט, כל שכן ווי AI האט פאטענשעל.

אויפן פאטענשאל איז זייער שווער צו דעבאטירן אבער איך גלייב אז AI איז עפעס פון א אנדערע דרגה, ימים ידברו.

איך וואלט בשום אופן נישט צוגעגלעכן די אימפאקט פונעם טעלעגראם צום אינטערנעט, איך רעד נישט פון די חלק החידוש שבו, איך רעד פון תוצאות, עס איז דאך ווי פארגלייכן הימל מיט ערד! פאר הינדרעט יאר צירוק וואלט בייגעפאלן פאר איינעם אין בערלין אז אן די טעלעגראם וועט ער נישט קענען אנגיין? צו האט זיך איין געשעפט צוגעמאכט וועגן טעלעגראם אזוי ווי די געשעפטן מאכן זיך צו וועגן אינטערנעט? טעלעגראם איז דאך בלויז געווען א מיטל צו פארשפרייטן אינפארמאציע בעת מיטן אינטערנעט קען מען טון ממשותדיגע זאכן צ.ב.ש. הייבן פליגערס, שיקן געלט, און אנצינדן די עירקאנדישאן פון מיין באנגאלאו דאנערשטאג ווען איך בין אויפן FDR
יעדער ניצט היינט אינטערנעט יעדן טאג, אלע מיינע אינפארמאציע קום איך היינט צו דורך אינטערנעט סערוויס ביי מיר אין טאש, מעדיקעל רעקארדס/באנק אקאונט/ אפיס ארבעט/אייוועלט תגובות... בעת וואס אמאל איז דער טעלעגראם געווען בלויז פאר אפדעיטס ווען עס איז געווען וויכטיג און מען האט געדארפט זיין נאנט צו א טעלעגראם אפיס עס ארויסצושיקן/באקומען

איך זע נישט וויאזוי מען קען די 2 פארגלייכן.
זקן מלא רחמים.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווייל ווען נישט טעלעגראם און באנען וואלט די וועלט נאך געווען קאמפאזט על פי רוב פון אזאנע דערפער ווי אין די פארשטופטע פלעצער פון טשיינע און אפגאניסטאן.

די גאנצע בומינג אינדאסטריעלייזד עקאנעמי וואס האט זיך אנגעהויבן אין סוף ניינצענטע סענשורי איז א תוצאה פון דעם טעלעגראף מיטן באן, איך בין זיך נישט מחולק לגבי די פיוטשער, וואס איך האב אנעסטלי נאו איידיע וואס קען נאך געשען, נאר לגבי די עבר, די מאסיווע אפעקט פון די צוויי אויבנדערמאנטע זאכן, אפילו קעגן דעם אינטערנעט.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

צל עובר האט געשריבן:דערבארומדיגער, זייער הערליכע תגובות, ישר כח פאר די און אלע.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

וואס מיינט טאקע AL?
איך מעג וויסן?
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שואלכענין האט געשריבן:וואס מיינט טאקע AL?
איך מעג וויסן?

Artificial Intelligence
עס ברויך א אשכול פאר זיך
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שואלכענין האט געשריבן:וואס מיינט טאקע AL?
איך מעג וויסן?

ס'איז נישט AL ס'איז AI
ראשי תיבות פון Artificial Intelligence
פירוש ע"ט: נאכגעמאכטע וויסנשאפט

דאס איז די טעכנעלאגיע און מאשין חכמה.
און אנדער מ'פרובירט אז די קאמפיוטעאס זאלן באקומען ווי מער דעת אז זיי זאלן קענען פונקציאנירן זעלבסשטענדיג, (און אפי' פרובירן צו נוצן דאס קעפעלע) אלעס איז נאכצומאכן אן אפס קצהו וואס דער מענטש האט אין זיין דזשעלי מוח.

-----
דערבארומדיג'ער האקט
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:וואס מיינט טאקע AL?
איך מעג וויסן?

Artificial Intelligence
עס ברויך א אשכול פאר זיך

אז שואל כענין פרעגט וועל איך מיך מיזן באדאנקן
[align=center]הק' יישר כח[/align]
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:וואס מיינט טאקע AL?
איך מעג וויסן?

Artificial Intelligence
עס ברויך א אשכול פאר זיך

נו קריינא דאיגרתא...
טוה צו די זאך ביטע, מיר זענען זיך אלע מחיה מיט אייערע תגובות!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

צל עובר האט געשריבן:ווייל ווען נישט טעלעגראם און באנען וואלט די וועלט נאך געווען קאמפאזט על פי רוב פון אזאנע דערפער ווי אין די פארשטופטע פלעצער פון טשיינע און אפגאניסטאן.

די גאנצע בומינג אינדאסטריעלייזד עקאנעמי וואס האט זיך אנגעהויבן אין סוף ניינצענטע סענשורי איז א תוצאה פון דעם טעלעגראף מיטן באן, איך בין זיך נישט מחולק לגבי די פיוטשער, וואס איך האב אנעסטלי נאו איידיע וואס קען נאך געשען, נאר לגבי די עבר, די מאסיווע אפעקט פון די צוויי אויבנדערמאנטע זאכן, אפילו קעגן דעם אינטערנעט.

אקעי די שמועס ברויך א אנדערע אשכול, אבער 2 נקודות.

1. די אינדאסטעריאליזאציע איז נישט נאר געווען באנען מיט טעלעגראף, מען רעדט פון סטים ענזשינס/ "מאנופעקטשערינג" ד.מ. פעקטאריס וואס פראדוצירן סחורה פאר די מאסן דורך מאשינען אנשטאט די האנט/ אייזן פראדוקציע/ סייענטיפישע אנטדעקונגען איבר נייע כעמיקאלן, ועוד. באנען זענען געבויט געווארן היפש שפעטער און איז שוין געבויט אן טאפ פון די סטים ענזשין און אייזן פראדוקציע פארשריט.
2. די אינטערנעט האט קוים בר מצוה געהאט, עמעזאון איז נאך נישט פינעף און צוואנציג יאר אלט, גוגל איז קוים 20 יאר אלט, עפעלס עפפ סטאר איז קוים 10 יאר אלט! די אינטערנעט האלט נאך ביי די ערשטע פאזע. איצט הייבט זיך ערשט אן די אזוי גערופענע "אינטערנעט אף טינגס" איך האב נישט געדולד מאריך צו זיין דערין.

עס איז מעגליך אז א סאך מענטשען באקומען היינט מער דיזשיטאל סחורה אויף די אינטערנעט ווי פיזיקאל סחורה וואס ווערט געליפערט אויף באנען/שיפן/טראקס. איך ווייס נישט וויאזוי מען דארף דאס קוואנטיפייען.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

די סייענס פון AI קען מען מסביר זיין אין קורצן: שרייבן אזוינע סאפטוועירס ווואס וועלן קענען דערנאך אליינס שרייבן סאפטוועיר.

געב א טראכט, אויב קענען די ביז היינטיגע פראגראמס וואס זענען געבויט דורך מענטשן טון א בעסערע זשאב ווי מענטשן (EXCEL/ QUICK-BOOKS/ SEARCH ) ווי גוט וועט שוין זיין די סאפטוועיר וואס די סאפטוועירס וועלן בויען?
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”