רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא-ת"א ה' טבת תשכ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא-ת"א ה' טבת תשכ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ה' טבת געפאלט דער יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם יעקב מסאדיגורא, וועלכע האט בחצי ימיו האחרונים געוואוינט אין תל אביב, און פון זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן דער ספר 'אביר יעקב'.

ר' אברהם יעקב איז געבוירן ח' לחודש מנחם אב שנת תרמ"ד צו זיין פאטער ר' ישראל בעל אור ישראל מסאדיגורא (בנו השני ומ"מ פון אדמוה"ז מסאדיגורא, ולאמו מרת בת שבע בת ר' שלום יוסף בנו בכורו פון רוזשינער זי"ע),

בעז"ה במשך השבוע וועל איך מוסיף זיין הארות לפי ערך ומסת הפנאי זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א היסטארישע ווידיא קליפ ווי דער מלך ישראל בעל כנסת מרדכי הרה"ק ר' מרדכי שלום יוסף מסאדיגורא-פשעמישל קומט אהן קיין ארץ ישראל און חסידים ווארטן איהם אפ ביים בארטן צווישן זיי זיין פעטער דער בעל אביר יעקב וועלכע נעמט איהם אויף.
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=83
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיין בילד פונעם אביר יעקב (לינקס מיט די ווייסע בארד) גייענדיג צו א חופה אינאיינעם מיט האדמו"ר הכנסת מרדכי מסדיגורא (רעכטס).
אטעטשמענטס
Sadigire1.jpg
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ירדו גשמים, משלו משל, למה הדבר דומה, לעבד שבא למזוג כוס לרבו ושפך לו קיתון על פניו (סוכה פ"ב מ"ט).

אמר הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זיע"א שאם ירדו גשמים בלילה הראשונה אין זה סימן רע ח"ו, דדווקא כשהגשמים הם סיבה לפטור אותו מלישב בסוכה, אז אמרו שמי שמתעקש ואינו רוצה לצאת נקרא הדיוט, דאז זה דומה למה שמשלו משל לעבד שבא למזוג כוס לרבו ואדונו מראה לו שלא איכפת לו בעבודתו ואינו רוצה בשימושו, ושופך לו על פניו. וכמו-כן הכא דווקא בשעה שהגשם מראה שכביכול אינו איכפת לו ואינו מרוצה מאופן עשיית המצוה הרי זה סימן קללה. וזהו דווקא בשאר ימי החג, אבל בלילה הראשונה שאין ירידת הגשמים סיבה לפטור אותנו מלישב בסוכה, ואדרבה הרי הוא חייב לישב בה אפי' כשהגשמים יורדים (כמבואר בסי' תרל"ט, ה) אין זה סימן רע כלל.

גם אמר שאפילו בשאר ימי החג, גשמים 'מועטים' גם בסוכות הם סימן טוב, ורק על הרבה גשמים נאמר שאינו סימן טוב. ודייק לשון המשנה שם שאמרו "לעבד שבא למזוג כוס לרבו ושפך לו 'קיתון' על פניו" ולמה לא אמר סתם "ושפך לו על פניו", אלא משמע שדווקא הרבה אבל מעט היא באמת סימן טוב.

נר ישראל
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:א שיין בילד פונעם אביר יעקב (לינקס מיט די ווייסע בארד) גייענדיג צו א חופה אינאיינעם מיט האדמו"ר הכנסת מרדכי מסדיגורא (רעכטס).

דער חתן איז ר' נתן אייכנשטיין מ'זידיטשויב, זיין שווער גור-אריה, ער האט איבער געלאזט צוויי טעכטער [אפשר מער] אשת ר' - - - שניאורסוהן מ'טשעבין, והרבנית כהיום מ'סאטמאר-ב"פ.
ועמך כולם צדיקים
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

זיידעניו: דער ווארט איז פון זיין זיידע אדמוה"ז פון סאדיגורא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שמואל'יקל; יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

היינט איז די יאהרצייט, זי"ע ועכי"א
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

נאך אן איידעם פון הרב נתן אייכנשטין איז רב אברהם יעקב הלוי שטוהל-הורוויץ-טווערסקי

צו באשרייבן דעם אביר יעקב פון סאדיגורא, איז באמת א היסטארישער קאפיטל אין'ם לעבנס ביאגראפיע פון א ריזשענער רבי, אציל המדות פיל מיט קדושה, און א ברייטע קוק אויף'ן עתיד פון'ם יהדות. א בליק פון א מנהיג ישראל כאטש דאס אייגענע מנין איז באשטאנען בדרך כלל פון בלויז א מספר מענטשן.
איך לאז איבער פאר די חשוב'ע "געהענגיל" שרייבער אראפ-צו-ברענגען די ריזשענער רבי'ס שלאחר די צווייטע וועלט מלחמה, סיי דא אין אמעריקע, סיי אין ארץ ישראל, מיט נאך אסאך פעולות לטובת אחינו בני ישראל "ב"ארבע כנפות כל הארץ.
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א גוט ווארט האט געשריבן:צו באשרייבן דעם אביר יעקב פון סאדיגורא, איז באמת א היסטארישער קאפיטל אין'ם לעבנס ביאגראפיע פון א ריזשענער רבי, אציל המדות פיל מיט קדושה, און א ברייטע קוק אויף'ן עתיד פון'ם יהדות. א בליק פון א מנהיג ישראל כאטש דאס אייגענע מנין איז באשטאנען בדרך כלל פון בלויז א מספר מענטשן.

באמת ווען איך האב געוואלט שרייבן וועגן דעם אביר המלכות בעל אביר יעקב מסאדיגורא האב איך נישט געוואוסט ווי אנצופאנגען אבער דער הרב איש טוב מבשר טוב האט אראפ געלייגט אין אפאר ווערטער א מורא'דיגע כללות'דיגע הגדרה אויף דעם ריכטיגער רוזשינער רבי וועלכע האט אויסגעדרוט פון זיך רוזשין, אציל המדות, קדושה, אהבה ויראה, א טיפע בליק אינעם עם ישראל וכו', יישר כח
זאגט א גוט ווארט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אזוי ווי כ'בין א היבשער עם הארץ אין די שפעטערדיגע דורות פון די רוזשינער רביס,
איז אויב קען איינער אזוי גיט זיין אין אראפשרייבן די יחוס פון דעם דערמאנטען ר' אברהם יעקב ווי אזוי ער ציעט זיין יחוס צום הייליגען ריזשינער???
אין נאך אז זאך איז ער אפשר דער פאטער פונעם יעצטיגען סאדיגערער רבי??
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ר' אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא ב"ר אברהם יעקב אדמה"ז מסאדיגורא בהרה"ק ר' ישראל מרוזין
ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק מאיר מקאפיטשניץ חתן ר' מרדכי פייוויש מהוסיאטין בהרה"ק ר' ישראל מרוזין
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן:ר' אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא ב"ר אברהם יעקב אדמה"ז מסאדיגורא בהרה"ק ר' ישראל מרוזין
ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק מאיר מקאפיטשניץ חתן ר' מרדכי פייוויש מהוסיאטין בהרה"ק ר' ישראל מרוזין

זיין פאטער ר' ישראל איז געווען דער וואס האט געירש'נט דאס הויף אין סאדגורא?
אין אויב די קענסט וויאזוי איז דער יחוס פונעם היינטיגען סאדגורער רבי?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער הייניגער ר' יאסל;
ר' אברהם יעקב ב"ר מרדכי שלום יוסף מסדיגורא-פשמישל ב"ר אהרן מסדיגורא בנו בכורו של ר' אברהם יעקב הראשון מסדיגורא בן הרה"ק מריזין זצ"ל.

עי' כאן
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:דער הייניגער ר' יאסל;
ר' אברהם יעקב ב"ר מרדכי שלום יוסף מסדיגורא-פשמישל ב"ר אהרן מסדיגורא בנו בכורו של ר' אברהם יעקב הראשון מסדיגורא בן הרה"ק מריזין זצ"ל.

עי' כאן

דער וויקי לינק ארבעט נישט כווייס נישט פארוואס
איך האב שוין אויך לעצטענס געטרייט צי לייגען א לינק אין סאיז געווען די זעלבע רעזולטאטען ווי יעצט :x :x :x
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דאס בליק וואס דער אביר יעקב האט געהאט אויף דער וועלט איז ממש דאס וואס ס'שטייט אין ספרים הק' ספרי החסידות אין תולדות און אין ספרי המגיד, דער ענין פון דאס אז די חיות פון די אברים און די גידים האבן א דירעקטע שייכות מיט די פעולות און עשיית פון דער מענטש, השגחה פרטית און זעהן דער אלקות אין יעדע זאך, מ'קען פארציילן סיפורים אהן א שיעור איבער די ענינים, דער קאפיטשניצער רבי שליט"א פארציילט אז ער איז אמאל געגאנגען מיטן פעטער דער אביר יעקב אין גאס און אזוי גייענדיג האט ער אראפ געריסן א בלעטל פון בוים, האט איהם דער פעטער פארגעהאלטן דערויף וויאזוי ער האט געקענט טוהן אזא זאך ער האקט דאך אפ דאס חיות פון דעם בלעטל, אזוי טיף איז געווען זיין בליק אויף יעדער זאך.
בענין ארץ ישראל האט ער געזעהן דערין א העכערע תועלת ווי ס'שטעלט זיך ארויס פון זיינע תורות וואס ער האט געזאגט, האט ער געהאלטן אז די שלימות'דיגער יחוד פון קוב"ה אורייתא וישראל, דאס איז נאר שייך אין ארץ ישראל, אין פרשת שלח רעדט ער זיך שטארק אפ אז די לאנד וועלכע דער אייבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם אבינו האט מען נאך געדארפט שיקן מרגלים, זאגט ער אז ליידער איז דער חטא המרגלים נאך דא עד היום הזה וואס אויף דעם איז דא די שטערקסטע חילוקי דיעות, און ער זאגט דארט אז מ'דארף גיין קיין ארץ ישראל מיט דער זעלבער דחילו ורחימו ווי מ'טוט אלע אנדערע מצוות ווארום דאס איז אויך א מצוות ה',
אמאל האט זיך פאר איהם אויס גערעדט אן אדם גדול אז ער פילט שוין נישט דער זעלבער הרגשה ווי ער האט געפילט דאס ערשטע מאל וואס ער איז געווען אין ארץ ישראל האט זיך דער אביר יעקב אנגערופן ברוך ה' אז איך פיל א יעדן טאג דער זעלבער התרגשות וואס איך האב געפילט דאס ערשטע מאל וואס איך בין געקומען,
לעומת זה האט איהם שטארק געבאדערט פארוואס ס'קומען נישט ארויף אלע ערליכע אידן אזוי ארום וועלן די ערליכע יודן זיין א רוב און דאס וועט גורם זיין אז ס'זאל זיין א רוח פון תשובה אין ארץ ישראל, ביי די פערטער כנסי' גדולה שנת תשי"ד אין ארץ ישראל האט ער דעמאלט געזאגט אז יעצט איז אנדערש ווי די פריערדיגע כנסיות ווארום דעמאלט איז גענוג געווען אויפצוטוהן מיט רעדן אבער יעצט מוז מען טוהן למעשה און מען מוז קומען וואוינען קיין ארץ ישראל.
זיין השתוקקות צו פארן קיין ארץ ישראל האט זיך אנגעפאנגען ווען מען איז אנטלאפן קיין וויען ביים ערשטן קריג, נאכן קריג האט ער נישט געוואלט צוריק גיין קיין סאדיגורא און ער האט געזאגט אז מיר האבן בקבלה אז וויען איז א שער קיין ארץ ישראל.
ער האט שטארק מעודד געווען די פרומע אידן אויף צו בויען די ערד פון ארץ ישראל, אמאל איז ביי איהם געווען א ערליכע איד פון די מושבים וועלכע האט זיך באשעפטיגט אין פעלד ארבעט האט ער איהם געזאגט אז ער איז איהם מקנא ווייל ער קען נאר לערנען סדר זרעים אבער דער איד קען עס מקיים זיין. (כידוע שרייבט דער חתם סופר אז טוהן פעלד ארבעט אין ארץ ישראל איז מער חשוב ווי דער עבודת כהן גדול בקדשי קדשים לפני ולפנים, כאטש מיר פארשטייען דאס נישט, אבער כידוע איז דער בעל אביר יעקב געווען א שטארקער בקי אין ספרי החתם סופר).
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן: ער האט שטארק מעודד געווען די פרומע אידן אויף צו בויען די ערד פון ארץ ישראל, אמאל איז ביי איהם געווען א ערליכע איד פון די מושבים וועלכע האט זיך באשעפטיגט אין פעלד ארבעט האט ער איהם געזאגט אז ער איז איהם מקנא ווייל ער קען נאר לערנען סדר זרעים אבער דער איד קען עס מקיים זיין. (כידוע שרייבט דער חתם סופר אז טוהן פעלד ארבעט אין ארץ ישראל איז מער חשוב ווי דער עבודת כהן גדול בקדשי קדשים לפני ולפנים, כאטש מיר פארשטייען דאס נישט, אבער כידוע איז דער בעל אביר יעקב געווען א שטארקער בקי אין ספרי החתם סופר).

זיי אזוי גיט א מראה מקום אויף די דברי חת"ס ז"ל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יאסל האט געשריבן:

איך קען דיר דאס נישט ווייזן אינעווייניג ווייל אין די היינטיגע דרוקן וואס זענען געדרוקט געווארן די לעצטע 50 יאר איז דאס געמעקט, אבער ס'האט מיר איינער געזאגט אז ער האט נאך אן עלטערע חתם סופר וואס איז נישט געמעקט און ער האט דאס נאך געזעהן, כידוע פון א מעשה שהיה האט דאס דער אביר יעקב געוויזן פאר איינעם און זינט דעמאלטס מעקט מען עס.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

די זאגס סאיז ידוע עך האב נאך נישט געהערט דערפון!
סמאכט נישט קיין סענס די מוצ"ל פון די ספרי חתם סופר זענען נישט קיינע סאטמארע חסידים
אבער כוועל זיך נאכפרעגע

אז די ביסט שוין יא פארקויפט פארן חת"ס
איז וואס זאגסטי צום טיילונג פון די תלמידי חת"ס?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך רעד יעצט פונעם אביר יעקב און פון שאר אדמורי רוזשין ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול

ואגב האבן שוין גדולים וטובים ממנו ארום גערעדט אין דער נושא און נישט געזעהן א סתירה דערין צו דער טיילונג מיט די ציונים וכאמור אין כאן המקום להאריך בזה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן:איך רעד יעצט פונעם אביר יעקב און פון שאר אדמורי רוזשין ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול

ואגב האבן שוין גדולים וטובים ממנו ארום גערעדט אין דער נושא און נישט געזעהן א סתירה דערין צו דער טיילונג מיט די ציונים וכאמור אין כאן המקום להאריך בזה.

כהאב זיך באצויגען צי א תגובה בנוגע דער חלק אלקי ממעל
וואס דער חת"ס האט זיך נישט דערשראקען דערפון
נאר געזאגט יאבדו אלף כמותם וכו'
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יאסל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:איך רעד יעצט פונעם אביר יעקב און פון שאר אדמורי רוזשין ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול

ואגב האבן שוין גדולים וטובים ממנו ארום גערעדט אין דער נושא און נישט געזעהן א סתירה דערין צו דער טיילונג מיט די ציונים וכאמור אין כאן המקום להאריך בזה.

כהאב זיך באצויגען צי א תגובה בנוגע דער חלק אלקי ממעל
וואס דער חת"ס האט זיך נישט דערשראקען דערפון
נאר געזאגט יאבדו אלף כמותם וכו'

לא הבנתי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

מיללער האט געשריבן:דער הייניגער ר' יאסל;
ר' אברהם יעקב ב"ר מרדכי שלום יוסף מסדיגורא-פשמישל ב"ר אהרן מסדיגורא בנו בכורו של ר' אברהם יעקב הראשון מסדיגורא בן הרה"ק מריזין זצ"ל.

עי' כאן

איך מיין אז הרב מילער האט אויסגעלאזט ר' ישראל מסדיגורא א זוהן פון ר' אברהם יעקב און די טאטע פון ר' אהרן
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

תמים האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער הייניגער ר' יאסל;
ר' אברהם יעקב ב"ר מרדכי שלום יוסף מסדיגורא-פשמישל ב"ר אהרן מסדיגורא בנו בכורו של ר' אברהם יעקב הראשון מסדיגורא בן הרה"ק מריזין זצ"ל.

עי' כאן

איך מיין אז הרב מילער האט אויסגעלאזט ר' ישראל מסדיגורא א זוהן פון ר' אברהם יעקב און די טאטע פון ר' אהרן

ריכטיג

האור ישראל מסא"ג נלב"ע י"ג תשרי תרס"ז, והשאיר בניו אחריו למלא מקומו, הקדושת אהרן, האביר יעקב, והחיי שלמה.
הקדושת אהרן נלב"ע בשנת תרע"ד, ואז מילא מקומו בנו הכנסת מרדכי.
האביר יעקב הי' רבי עד הסתלקותו בשנת תשכ"א.
החיי שלמה הי' רבי עד מלחמת עולם הראשונה - ודבקו בו מגדולי החסידים על אף היותו רק בן 19 שנה.
ממלחמת עולם הראשונה לא הי' רוצה עוד להיות רבי (עיין בהקדמה מבני ר' מוניא שפירא על ספרו חיי שלמה), אבל אחר הסתלקות אחיו האביר יעקב נעתר לבקשת החסידים לקבל עליו ההנהגה עד יום פטירתו בשנת תשל"ב
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

בא וועם איז די אור ישראל געווען אן איידעם?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”