איך האב מיר פארפלאנטערט איך דארף א יועץ

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

קאסאבאסא
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 10:23 am

איך האב מיר פארפלאנטערט איך דארף א יועץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאסאבאסא »

טייערע חברים יקרים,
איך האב דא א אנדערע ניק אבער וויבאלד איך שעם מיר מיט מיין דורכפאל האב איך מיר געמאכט א נייעם ניק; :oops:

לאמיר מאכן א לאנגע פארווייטוגליכער פרשה גאר קורץ;
איך האב א פיינע ביזנעס וואס מאכט א שיינע אינקאם און דעריבער בין איך אריין אין א געוויסע אינוועסטמענט, איך האב מיר נישט ריכטיג אינטרעסירט איבער דעם אינוועסטמענט און דער אינוועסטמענט האט מיר אריין געשלעפט אין גרויסע חובות וואס דערשטיקט מיר אין מיין פרייוועט פינאנצישע לעבן.
איך האב א ביזנעס וואס קען מיט די צייט אפצאלן מיינע חובות אבער איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן און ווי אזוי דאס צו פירן, גוטע פריינד און משפחה זאגן מיר אז וואס עס פעלט מיר איז א גוטע "ביזנעס און פיינענץ consultant",
איך האב מיר שוין אפגעבריעט מיט א היימישער consultant וואס האט מיר אריינגעפירט אין גרוב מיט יענע אינוועסטמענט, און איך זוך יעצט א ריכטיגער professional business consultant וואס זאל מיר ארויס העלפן פון מיין שווערע מצב און מיר ווייזן די ריכטיגע וועג.
דעריבער ווער עס ווייסט פון א גוטער Professional business and finance consultant זאל מיר ביטע לאזן וויסן.

א דאנק
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אויב די מצב איז אזוי ווי די זאגסט דאן בעט הילף ביי די ריכטיגע פלאטץ, אין וומסב"ג בעט "קרן עזר" זאל דיר העלפן מיט טרעפן א פאסיגע מענטש, אין קר"י קענסטו טרעפן א גיטע מענטש דורוך בעטען עסקני "צדקת העיר" זיי זאלן דיר צוטרעפן וועם דו זיכסט. אא"וו האט יעדע פלאטץ ערפאראנע עסקנים ארויסצוהעלפן מיט די סארט מצבים.

די עסקנים שטייען גרייט דיר צו העלפן מיט א ריכטיגע מענטש פאר דיין געברויך.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

קאנסילמאן האט געשריבן:אויב די מצב איז אזוי ווי די זאגסט דאן בעט הילף ביי די ריכטיגע פלאטץ, אין וומסב"ג בעט "קרן עזר" זאל דיר העלפן מיט טרעפן א פאסיגע מענטש, אין קר"י קענסטו טרעפן א גיטע מענטש דורוך בעטען עסקני "צדקת העיר" זיי זאלן דיר צוטרעפן וועם דו זיכסט. אא"וו האט יעדע פלאטץ ערפאראנע עסקנים ארויסצוהעלפן מיט די סארט מצבים.

די עסקנים שטייען גרייט דיר צו העלפן מיט א ריכטיגע מענטש פאר דיין געברויך.

רט. די מהלך. איר דארפט יעצט לייף-סופפארט און עמיצער וואס זאל אייך העלפן אויף די סארט אופן מיט די סארט עקספיריענס און ערנסטקייט, נישט סתם א גוטע ביזנעס יועץ.

הצלחה רבה!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

עס איז דא הילף אלל אווער פאר אזעלכע פעלער, מענטשן ווילן העלפן און פרייען זיך צו העלפן, קיין בושה צו פרעגן, מאך נאר זיכער אז דו טרעפסט די פאסיגע מענטש.

בהצלחה.
קאסאבאסא
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 10:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאסאבאסא »

א שיינעם דאנק פאר אלע וואס האבן מיר גע'אישי'ט און דא אין אשכול
איך האב זיך לכאורה נישט קלאר מסביר געווען, איך בין נישט געווארן קיין נצרך ב"ה, איך דארף נישט קיין נדבות און זיכער נישט קיין הלוואות, כהאב ב"ה פרנסה
איך דארף נאר א עדווייזער וואס זאל דורכגיין מיין אינקאם און מיינע חובות און מיר גיבן עדווייז וויאזוי זיך צו ארויס זען דערפון און ווי אזוי איך קען מאכן סדר דא
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

קאסאבאסא האט געשריבן:א שיינעם דאנק פאר אלע וואס האבן מיר גע'אישי'ט און דא אין אשכול
איך האב זיך לכאורה נישט קלאר מסביר געווען, איך בין נישט געווארן קיין נצרך ב"ה, איך דארף נישט קיין נדבות און זיכער נישט קיין הלוואות, כהאב ב"ה פרנסה
איך דארף נאר א עדווייזער וואס זאל דורכגיין מיין אינקאם און מיינע חובות און מיר גיבן עדווייז וויאזוי זיך צו ארויס זען דערפון און ווי אזוי איך קען מאכן סדר דא

שכוח פאר'ן אויסקלארן. כ'גלויב אז היות קיינער דא קען אייך נישט (מיט דעם ניק) און לויט אייער אנפראגע האט איר זייער קלאר געמאכט אז איר זענט אין א מצב וואס איר "דארפט" הילף, און אויב קריגט איר עס נישט אדער איר קריגט עס נישט ריכטיג, דאן איז חלילה דא א שאנס אז ס'זאל אייך יא אריינפירן וויייטער אין באד, ווי איר קענט שוין יא ווערן א נצרך חלילה, פראבירן אידן צו אפערן איש איש כפי מהללו, 'מי כעמך ישראל'!

אויב שפורט איר אז דאס וואס מ'האט אייך אנגעוויזן צו 'עסקנים', איז א דעגרעישען, דאן נעמט ביטע אין אכט אז קיינער מאכט נישט קיין געלט אדער כבוד פין פאוסטן אויף אייוועלט, נאר דאס איז לכאו' די ריכטיגע עדווייס פאר אייך יעצט, ווייל אפי' סתם א גוטע ביזנעס יועץ אדער פיינענשעל עדווייזער קען טאקע זיין זייער גוט, קען עס אבער פונקט אזוי חלילה נישט געלונגען ווי געפלאנט, און אין אייער מצב לוינט נישט איינצושטעלן ס'זאל נישט זיין באמת די בעסטע פאר אייך. דעריבער איז וויכטיג אז איר זאלט דאס נעמען צו די סארט אידן וואס טוען גענוי דאס, ווי למשל 'קרן עזר' וכדו', זיי דיעלן מיט אזעלכע סיטואציעס יעדן טאג, זיי האבן נישט קיין ביזנעס אינטערעסן, און פארמאגן אבער אסאך עקספערטיז, און אויב נאכ'ן דורכגיין מיט אייך וועלן זיי זען אז איר דארפט פשוט א גוטן יועץ, גלייב איך זיי וועלן אייך שיקן צו עמיצן, משא"כ פארקערט, נישט.

הצלחה!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

איך קען איינער וואס האט עם געניצט, געווען זייער ציפרידן, גוטע פרייזן, און זייער העפלעך מיט א אידיש הארץ.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

https://www.mesila.org/

רעקאמענדירד ביי גרויסע עסקנים

הצלחה רבה
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

קאנסילמאן האט געשריבן:אויב די מצב איז אזוי ווי די זאגסט דאן בעט הילף ביי די ריכטיגע פלאטץ, אין וומסב"ג בעט "קרן עזר" זאל דיר העלפן מיט טרעפן א פאסיגע מענטש, אין קר"י קענסטו טרעפן א גיטע מענטש דורוך בעטען עסקני "צדקת העיר" זיי זאלן דיר צוטרעפן וועם דו זיכסט. אא"וו האט יעדע פלאטץ ערפאראנע עסקנים ארויסצוהעלפן מיט די סארט מצבים.

די עסקנים שטייען גרייט דיר צו העלפן מיט א ריכטיגע מענטש פאר דיין געברויך.


זיי האבן שוין עטליכע (נישט אזעלכע שלעכטע...) ביזנעסער צוגרינד געלייגט מ'דארף אבאכט געבן
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

זיי קלאר": די זיכסט א "financial edvisor",
( נישט א consultant)
The Divided States Of America
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

א גוטע אקאונטענט מיט א ברייטע קאפ דארף צו קענען ארויסהעלפען. אויב דיין אקאנטענט איז א בחור כהלכה, אפשר כאַפּ א שמועס מיט אים/איר.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

פון מיין ערפארונג (אויב ס'נאך נוגע...) שטיי ווייט פון די אלע היימישע סעלף מעיד אזויגערופענע קאנסאלטענטס און עדוויזערס איך פערזענליך האב זיך שוין גוט אפגעבריעט ואכמ"ל.
נאר וואס יא? א גוטע טראסטבארע עקאונטענט (וואס איז דא פאר די לאנג ראן, לאו דוקא מיט די גאנצע פראפעשינעל טאראראם, איינער וואס פארשטייט גוט נאמבערס. מ'קען זיך נאכפרעגן).
אדער א געלונגענע היימישע ביזנעסמאן וואס פארשטייט גוט און איז גרייט צו העלפן אנדערע איך פערזענליך קען אפאר וואס האבן ליב צו העלפן אנדערע און איך אליין האב אזוי געטוען ב"ה
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”