דער ציקער'ל איז צוריק!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

דער ציקער'ל איז צוריק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וועלקאם בעק ציקער'ל!!!

איר ווייסט דאך מסתם וואס עס קומט דא פאר אין די לעצטע פאר טעג און וואכן, און עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם, יעדער הולך בבי מדרשא זעהט דאס מיט די אייגענע אויגן, און מען איז זיך מחי' מיט אים יעדעס מאל עקסטער, דער עולם לעבט און פרייד זיך מיט זייער ווידער ערשיינוג ווי מאנכע רופן עס אן תחיית המתים.

שוין א לאנגע, -ניין, נישט לאנגע- זייער א לאנגע תקופה וואס דער זיסקייט האט אונז פארלאזט, ווי א שטיין אינמיטן ים, און ווי א הינט אן א דארף, א שיך אן א זאקן, א זייגער אן א ווייזער, און ווי אן אייער אן א געלעכל, און אונז מער נישט געוואלט מהנה זיין, און אפשר האט ער גארנישט געקענט אונז מהנה זיין, ער איז דאך נישט געווען דאהי.

הגם, עס איז וואר אז אנשטאט אים זענען אריינגעקומען אינעם מארקעט אנדערע זיסע חברה, איינער פלאטשיגער און גרעסער, און דער אנדערער פשוט דעם זעלבען אויסזעהן אבער מער גרעבער און מער געשוואלן, און נאך אנדערע אלטערנעטיווע מיטלן.

זיין זיסקייט האט אבער קיינער נישט געקענט ערזעץ מיטן פינקליכן מאס, איינער איז גאר מער זיסער פונעם ארגינעלעם, אזש די ציין ווערן שוין אליק דערפון, און דער אנדערער איז גאר מער א ביטערע זיסקייט אבער דאך עטוואס זיס, וואס פאר א קאשמאר איז צו טראכן ווען פון א האלב זיסע ביטערקייט, עס מאכט דאך טשילס.

ביי אים פלעג זיך עס האלטן אין מויל, פאר א לעגערע תקופה, אז מיט איינס אדער צוויי פון זיינע זיסע ווארע האט מען געקענט יוצא זיין פאר דער טאג, משא"כ זיינע ממלא מקום'ס זענען גלייך נעלם געווארן ווי נאר מען האט איינמאל דערשפירט זייער זיסקייט, זיי זעלבס זענען שנעלער צוגאנגען ווי מען האט געמיינט, ווער האט זיי דען געטשעפעט אז זיי מיזן דער קדחת כאפן ווי נאר מען וויל נהנה זיין פון זיי, און אויב האסטו טאקע געוואלט יוצא זיין עד הסוף האסטו געמוזט נהנה זיין פון עטליכע.

זיין נעלם ווערן האט ביי מאנכע אויפגערופן שפעקולאציעס אויב דער קאטרינע עפאכע איז געווען דער שולד, אדער איז עס גער געווען דער אזיאנע צונאמי פארשוועמעניש, און ער איז מיטן דער ווילדער ווינט נעלם געווארן, און מיט די רוישיגע וואסערן פארשוועמט געווארן, מיט אזוי פיל זיסקייט אינעם ים התיכון וואלטן אלע אונזערע פישל'עך אויף שבת געווען בא'צוקער'ט.

אבער עכשיו שזכינו, ער איז צוריק דא, ווי אינמיטן א כברת ארץ, דער גאנצער קאווע שטיבל איז פול מיט זיינע ווארע, יעדער באלעקט זיך מיט אים, דער עולם זייגט ארויס יעדעס ביסל זיסקייט וואס מען קען נאר ארויס שעפן פון אים.

און אויב מיינט איר אז איז דא פאר א אומקוקעניש, נאאא, ער איז נישט דא פלעין צוריקגעקומען פאר א וויזיט, נאוי וועי, הי איז הער טא סטעי, ער וועט אונז ווייטער ממתיק זיין אונזערע טעג, און ער וועט אונז ממתיק זיין אונזערע צינגען, ער וועט אונז ווייטער נישט פארלאזן, און מינה לא נזיע, צו קיין ביטערע זיסקייט וועלן מער נישט דארפן צוקומען, און אלע אלטערנעטיווע מיטלען וועלן שוין נעלם ווערן פון די ארענע פון זיך אליינס.

און אויב האט איר נאכנישט געכאפט פון וועם כ'רעד, וועל איך דיר אויסזאגן איך רעד פון די קליינע פיר-קאנטיגע דאמינא ציקער, וואס איז לעצענס צוריק געקומען אין די קאווע שטיבלעך..., יעצט ליין איבער פון אנפאנג. העע! פון וועמען האסטו געמיינט רעד איך, דו אויסגעשפילטער!!....


וועלקאם בעק ציקער'ל!!!

יו אר העיר טו סטעי!!!
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

ר' זיידעל דאס געהערט אונעם 'חידות' אשכול' ..

ענדליך געכאפט אז די רעדסט נישט פון א 'ניק'

ווייסט איינער טאקע די סיבה פון אירע פארשווינדעניש, און אירע איצטיגע צירוקערניש?
(פונקט אין מיטן די טיפע אקאנאמישע זינקעניש)
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

זיידע, זיידע! דו פארמאגסט אין דיר אן אכט-שפיציגן זיסקייט!! אין כדוגמתך!!!
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

זיידעשי!

קום נאר אהער דו צוקער'ל, יוי ביסטו זיס, כ'האב אזאנס געלאכט ווען כ'האב געענדיגט אפרעדלן ס'גאנצע, יאפ, האסט מיך פיין צונאר געלייגט, חחחחחחחחחחחחחח
קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

זייער זיס זיידוניא, איך האב עס געליינט, אזוי שנעל אויסלאזנדיג האלבעטע און גאנצע ווערטער,אבי ווי שנעלער צי ענדיגען און לאמיך שוין זען וועמען די מיינסט דא,? ווער האט די זכי' אזוי שיין באשריבן צי ווערן דארך דיר, קים איך אן צים סוף.זע איך וואס פאר א פירום די האסט געמאכט פון מיר ,אויף אזא זיסע ענדע ווי דער ציקערעל,האב איך זיך נישט גערישט,
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

יוי זיידי, היינט צופרי האט זיך די קאווע אינגאנצען אנדערש געטרונקען. איידער איך האב גענומען דעם קאצקעלע אין מויל אריין האב איך אים גוט באטראכט צו ער ווייסט אז מ'האט געמאכט פון אים א לאנגס און א ברייטס דא ביי אונז אין קרעטשמע.

דער קאצקע קוקט מיך אן מיט ווינדער פארוואס איך קוק אויף אים מיט אזעלעכע גרויסע אויגען. פארצייל איך אים וויאזוי עפעס א זיידע האט אים צולייגט אויך קאצקעלעך אין עפעס א קרעטשמע, איך האב געמיינט אז דער צוקערל וועט נתפעל ווערן אז מ'רעדט פון אים! אז ער איז א גאנצע 'סעלעבריטי'....

אבער דער צוקערל געט א מאך מיט די הענט "וואס איז שוין דא צו נתפעל ווערן, מיום הוולדי ליג איך ביי זיידי'ס אין די הענט און זיי טוען מיט מיר וואס זיי ווילן, איינער צוקייט מיט די ציין, איינער נאגט אן די ציין, און מיום הוולדי בין איך תמיד געוועהן א איינגענעהמער גאסט אין קרעטשמעס............
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

היות איך בין נאך יונג, און זייט איך האב חתונה געהאט און זיך צוגעוואוינט צו טרינקען קאווע מיט קאצקע צוקער (אין ישיבה פלעגט מען אריינלייגן צוקער מיט א לעפל כ'מיין לעפל א.. אזא... צוריסענע פאום קאפ, אפשר אין א נויט געגאסן גראד פונעם קאנטעינער...), איז שוין נאר געווען צו באקומען די לענגלעכיגע צוקערלעך, כ'האב מיך אויסגערעכנט אויסצוניצן איין צוקער פאר א קאווע, עפעס פאריגע וואך איך האלט אינמיטן טרינקען א קאווע מיטן צוקעלן אין מויל, אין די אנדערע האנט האלט איך א שמחה בלעטל (כ'שרייב נישט וועלכע משום) און איך ליין, און פלוצלינג, די האלבע קאווע איז נאך פיל און דער צוקער איז נעלם פון מיין מויל, ווייטער איז שוין סתם קארני.

אז מרעדט שוין פון די צוקערלעך מיז איך פארציילן, סאיז דאך יעצט חזרה סיזען, דער ביהמ"ד איז פיל מיט קינדערליך שלא טעמו טעם חטא, מ'קומט אודאי לערנען פארטאג, נא ווי קען מען לערנען אן א קאווע. בקיצור איך קום אריין אין ביהמ"ד מיטן גמרא (כ'זאג נישט וועלכע קאליר) אינטערן ארעם איך ריכטעט מיינע טריט צו מיין פלאץ, אבער בום סאיז שוין באזעצט. אבער נישט סתם א יונגעל זיצט זיך דארט באקוועם מיט זיין קאווע (איין אויסגעקילטע דערנעבן האלב אויסגעגאסן און באקלעבט) ארום אים האבן זיך שוין ארומגעזעצט מערערע יונגלעך מיטשלעפנדיג בענקלעך מיט זיך, און יעדע מינוט רופט איינער אויס אקעי מ'גייט שוין עכט לערנען.

בקיצור ווי טרעפט מען פלאץ? אה דארט איז ליידיג, כ'שפרייז אהין איך לייג אראפ מיין גמרא כ'עפן עס אויף און דרויף שטעל איך אראפ א חסידיש ספר וואס איז געליגן דערנעבן, אז מ'זאל זעהן דאס ארט איז שוין פארנומען.

כ'גיי מיר מאכן א קאווע, פאר מיר שטייט א יונגל אויפן שפיץ פינגער נעבן פערקעלעיטער, ניין ער לייג נישט יעצט אריין ס'וואסער צום ערשטן מאל ער האלט שוין נאכן אריינלייגן די מילך אבער סאיז צו קאלט געלונגען אבער יעצט זעהט ער אז די קאווע איז צו לעכטיג דארף מען צולייגן קאווע נעמט ס'ביסל טעסטער טשויס וואס ליגט נאך אינעם באטל אין מגיסט וואו....... יוש לאז שוין עפעס איבער פאר מיר, פארשטייט זיך אז יעצט איז די קאווע געווארן צו טינקל מיז מען צולייגן מער מילעך ווערט עס צו קאלט ברויך מען מער וואסער ואכמ"ל.

יעצט קומט דאס טרינקען דער יונגל שטופט אריין זיין הענטעלע אינעם צוקער האלטער אין פילט זיך אן מלא חפניו מיט צוקערלעך, אין מטינקט איין דעם צוקערל און ער סאקט עס אויס, טינקט נאכאמאל און סאקט ווייטער ביז דער צוקער צוגייט ב"ה, מערסטנס האט מען געקענט טינקען צוויי מאל פער צוקער,
המשך לא יבוא אי"ה
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זיידעניו, ס'וועט מיר פאסטן מודה צו זיין, אז דו האסט מיך דאס מאל געפירט אויף א רייד, כ'האב אויך א גאנצע צייט געטראכט פון וועם דו קענסט רעדן, ולא עלתה בידי, אבער כאדעך דאך נישט געפאלגט, כ'האב נישט איבער געליינט נאכאמאל, כ'האב פלעין נישט קיין צייט, כ'האב אסאך צו ליינען.

(ביידאוועי, כ'מיין אז כ'האב נקמה גענומען אין דיר, נאך איידער כ'האב אפילו געוואוסט אויף וואס, ס'קען זיין?)

יישר כחכם.

אלף בית, טויגסט אויך צו די מלאכה, שעם דיך נישט שרייב אפטער און לענגער. מיט דאנק פון פראנאויס.
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

יוי די ציקערדיגס, קום נאר אהער לאמיך דיר געבן א קאווע אויף די.....

איי מעיד עי מיסטעיק, כאב געליינט איכערס תגובה ערשט, כאבעך געוויסט אז איך מוז קוקן די ענדע...........
מיי פלאפ ווען נישט וואלט איך כאטש געמיינט די פאר מינוט אז די רעדסט פון מיר....................
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

זיידעניו, מאסיוו. הן אין געדאנק, און הן אין פרעזענטאציע.

יעצט איבערן ציקערל:

פארשטיי א זאך, ווען דו ציקערליך זענען צוגעשטעלט אומזיסט אין קאווע שטיבל, פאסט נישט זיך אפצורעדן אז די נעכטיגע זענען בעסער געווען, מ'האט הנאה פון וואס ס'איז דא, און מ'באדאנקט זיך שיין דערפאר.

חוץ דעם בין איך גארנישט אזוי זיכער אז "די" ציקערל איז עפעס מורא'דיג "בעסער" ווי די אנדערע.

נאך א זאך, דו האפסט אז די ציקערליך וועלן בלייבן. נעם א לעקציע, כמעט גארנישט גייט נישט אוועק אויף אייביג, און כמעט גארנישט איז פארהאן "אייביג", ס'איז דא סעזאנען פאר אלעם.

אויך, פארוואס רעדסטו דען פונעם ציקערל זעלבסט, איז עס דען דער ציקערל וואס באשליסט ווען ער וויל יא זיין צום האבן און ווען נישט, איינער פירט דאך אן די זאכן.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

היינט איז שוין צוריק געווען די לענגלעכיגע צוקערליך - ביי די קאווע שטובל אין מיין שוהל
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיט מיר האט זיידעניו געמאכט די מעשה, אבער "ביג טיים".

איך סיין אריין אין גוגעל-טאלק, שווימט ארויף א קעסטל פון זיידעניו מיט א פראגע איבער א חבר הקרעטשמע וואס שרייבט לעצטנס אפט אין קרעטשמע, אונטער דעם שורה איז געווען א לינק צו דעם ארטיקל, און איך האב צוזאמגעשטעלט ביידע שורות, ד.ה. אז כדי צו פארשטיין זיין פראגע דארף איך לכאורה אפליינען דעם געלינקטן אשכול.

איך ליין און ליין, און פארשטיי די גאנצע צייט אז ער באציהט זיך צו א געוויסע ניק וואס שרייבט צוקער זיס וכו' וכו'.

הערשט נאכן פארטיגן האב איך זיך געכאפט אויף מיין טעות. זיידעניו האט מיר כלל נישט צוגעשיקט דעם לינק דירעקט, עס איז נאר געשטאנען דארט ביי זיין "מעלדונג", און אויטאמאטיש איז דאס אריינגעשפרינגען אינעם גוגעל-טאלק געשפרעך, ווידעראום ער שטייט נאך יעצט און ווארט איך זאל אים עפעס ענטפערן אויף זיין אנפראגע בנוגע יענעם ניק'ל...

פארפאלן. עס איז געווען איינס און א גוטס.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ר' זיידעניו,

פארפאלן! איך, ווי מיינע פארגייער, בין אויך געזעסן צוגעשמידט מיט א נייגער ביז אויס.

איך מוז דיר זאגן, אז א חוץ פון דיינע אלע אנדערע אומצאליגע טאלאנטן (בכלל, און אין שריפט בפרט), ליגט אין דעם ארטיקל א עפעס א באזונדער קונץ. צו נעמען א טעמע און קלאר ארויסשרייבן צווישן די שורות פון וואס עס האנדלט זיך, ואף על פי כן זאל דער ליינער נישט כאפן במה המדובר, ער זאל זיצן געשפאנט ביז צו דער ענדע בעת ער ווייסט אפי' נישט פון וואס עס רעדט זיך, איז א קונץ שטיק בפני עצמו!

און וואס איך זאג צו די נושא בכלל? ס'הייסט וואס? אבי ס'רעדט זיך איבער 'זיסע פראבלעמען'. נאר אזעלכע דאגות און צרות פאר יעדן איינעם געוואונטשן.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

זיידעניא זייער פיין געווען, אבער וואס קענאך טון אז כאבעך געכאפט גלייך וואס די מיינסט אין פון וועם די רעדסט......? גראדע האבעך געטרייט איבערצוליינען און זיך פארשטעלען ווי ווייסיך נישט, האט עס גארנישט געהאלפען, גלייך איז מיר אריינגעקומען דעם געדאנק אז רעדסטו זעכער פונעם קאצקא.....

אויב קענסטו ארויסהעלפען ביטע רופט 1212 ניד העלף
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

זיידעניו צו עס פאסט מיר יא צו עס פאסט מיר נישט האסטו מיר פיין מסדר געווען, האסט מיר גוט אויסגעשפילט.

ישר כח!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גוט גוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”