די מוללער אינוועסטיגעישען אין א ניסל שאלאכץ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

די מוללער אינוועסטיגעישען אין א ניסל שאלאכץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

ס'האלט אין איין ארויסקימען פרישע באריכטען איבער דעם און יענעם טראמפ באאמטע וואס מ'האט/גייט/וויל איינזעצען. און כ'זעה ווי די אנטי טראמפ קרעפטען רייבן זיך שוין די בייכער... אט אט און מ'ברענגט אראפ דעם פרעזידענט (נישט געוויסט איר גלייכט אזוי שטארק וויצע פרעזידענט פענס אז איהר ווילט עם זעהן אויפ'ן בענקעל).
אבער עניוועי, וועגען די מולער אינוועסטיגעשאן. אהעם, איז אזוי.
ס'אידאך א מוראדיג סענסיטיווע טאפיק, ס'איז דא פייערדיגע קשיות אויף אלע זייטען, און דא פאלט צוזאם די גאנצע פרעזידענט'ס אינערליכע צירקעל ווי א קארטען שפיל...
ווילעך אייך פארציילען א משל.
געווען אמאל א איד ער האט געהייסן ר' פנחס, א קלוגע איד געוועזען.
אייגענטלעך וואס זאג איך געוועזען? ער לעבט דאך נאך לאורך ימים ושנים. זאל ער געזינט זיין.
אקיצור דער ר' פנחס האט געפירט א ביזנעס און געמאכט שיין פרנסה. ויהי היום אין ס'ריקען זיך אן א באנדע עף בי איי אגענטען מיט טרויערדיג בארימטע גרויסע בוכשטאבען עף בי איי אויסגעשריבן אויף זייערע דזשאקעטן.. איי ס'איז צרות ווי א בארג אבער ר' פנחס ווייסט נאכנישט וואס מ'וויל פון אים. ער בעט זיך מ'זאל עם זאגען אבער מ'לאכט פונ עם, ענדליך געט איינע פון די אגענטען א זאג, "מיר ווייסען גאנץ גיט אז איר פעלטשט דא דאלארן..."
ר' פנחס ווערט שלעכט פאר די אויגען, קיין דאלארן האט ער נישט געפעלטשט, דאס איז זיכער. פון וואנעט קימט די קלאגע? איז ר' פנחס חושד אז דאס האט זיין קאנקורענט אנגעווערטשאפט. אבער למעשה ווערט ער אינגאנצען פארלוירען. ערשטענס גייט עס עם קאסטען שווערע סכומים, פאר לויערס און אדוואקאטען. צווייטענס, מי יאמר זיכיתי לבי. יעדע ביזנעס קען מען טרעפן עפעס שלא כהוגן, אויב קומט דא א אויספארשונג וואס וועט דא זיין?
אקיצור, צו מאכען א לאנגע מעשה קורץ, ס'הייבט זיך אן א געריכט קלאגע. און די ערשטע זאך קלאגט מען אן א גאנצע רייע הויעכראנגיגע באאמטע אין ר' פנחס'נס קאמפאני. אידען מיט שיינע פרנסות ווערען אריינגעשליידערט אין פינצטערען בור, קוים וואס מ'נעמט זיי ארויס אויף בעיל און ס'באפאלט זיי שווערע לעגאלע פראבלעמען. ס'הייבט זיך אן א קאמפעין זיי צו ראטעווען... מ'רופט צאם א ריזיגע כינוס און מ'שאפט דריי מיליאן דאלאר. יעדער זאגט תהלים... אקיצור ס'איז צרות.

די געריכט דויערט בערך צוויי יאר, און צום סוף קימט ארויס די פאלגענדע פסקים:
ר' פנחס גייט זיצען צוויי יאר פאר'ן נישט פיילען טעקסעס אויף א געוויסע זייטיגע אינקאם (בנוסף צו א האלב מיליאן דאלאר קנס)
זיין שותף ר' גרונם גייט זיצען פאר'ן נעמען סעקשאן אכט בשעת ער פארדינט שיין פרנסה
ר' געציל די וויצע פרעזידענט באקומט אכט חדשים ווייל ער האט געפיצט די נאז אינמיטען גאס
די גויאשיע ארבעטער מארק ווערט אפגעשיקט צוריק קיין מעקסיקא

אה און וואס איז מיט די געלד פעלשעריי?
אויף דעם האט מען נישט געטראפען קיין עווידענס. אבער ואס ברויך מען נאך עווידענס אז מ'האנדעלט דא מיט א באנדע קרימינאלן? זיכער האבען זיי געפעלשט געלד. אז נישט האבען זיי מסתמא געטראכט אז זיי ווילען פעלשעווען געלד. והא ראיה אויף איין אימעיל האט איינער גערעדט וועגען פאלש אין נאכדעם האט די צווייטע גערעדט וועגען געלט איז דאך א ראיה.
דאס איז די גאנצע מוללער אינוועסטיגעשען אין א ניסעל שאלאכץ. באריכאשעם די קאקאש קעיק האט זיך געזעצט און מ'קען גיין עסען נאכטמאל.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

העי די האסט נאך שריים פון הבל׳ס קאקאש?
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

א יונגעלע האט אוועקגעכאפט די לעצטע סלייס. כהאב געמאכט אזוינע קולות אויפ'נעם. אינגעלע האסט געפאסט??!!! לאז איבער פאר לאנדאנער!
האט ער געענטפערט אז אין לאנדאן האט מען שוין לאנג אויסגעפאסט
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

זייער שיין און קלאר.
איין קליינע קריטיג, נוץ נישט די נעמען אפילו אלץ א משל, אל תפתח שה לפטן...
ס'גרילצט צו הערן אידן - תפיסה... נו שוין האמיר שוין קריטיג אויך.
גיי נאר אן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

מיללער מיט ניסל שאלאכץ, עפעס א שלום זכר דא?
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

דממה דקה האט געשריבן:מיללער מיט ניסל שאלאכץ, עפעס א שלום זכר דא?

אה קום אהער מאך א ברכה!
דקה? וועלכע דקה? א ערשטע נאמען האסטו נישט?
דמא? ווי דמא בן נתינה?
אה דממה? נאך רעב דממה?! פששש אזא זיידע! כהאף די גייסט אין זיינע דרכים
העי וואס לויפסטו אוועק!
די וויכטיגסטע שאלה: וועמענס איידעם ביסטו????

( די אינוועסטיגעישען גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ר' גולם, איר זענט אפשר ניכטער געווארן אויף א פלעשל אויספאסטן?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גולם, אז מען זעהט איינער וואס אפאר מענטשן פארשטייען זיך נישט מיט אים, איז ער די פראבלעם.
מהרל פון פראג
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהרל פון פראג »

הרב גולם. ;l;p- זייער שיין צולייגט די זאך.

הגם טראמפ גופא איז בעצם א גוי. אבער מייקל קאהן איז א איד און מסתמא זענען דא נאך אידן וואס קענען ווערן געפאנגען דורך די מכשפה געיעג,
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

מזאגט אז זיין איידעם איז א יוד
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

צל עובר האט געשריבן:גולם, אז מען זעהט איינער וואס אפאר מענטשן פארשטייען זיך נישט מיט אים, איז ער די פראבלעם.

פארוואס זאגט איר דאס אונז?
כדי מיר זאלען וויסען?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יא, און עס גייט ארויף אויף דיין תגובה וואס קוואויט @דממה דקה'ס תגובה.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

צל עובר האט געשריבן:יא, און עס גייט ארויף אויף דיין תגובה וואס קוואויט @דממה דקה'ס תגובה.

אקעי. שכח פאר די הוספה
די באדייט פין אייער הערה קענט איר פילייכט מסביר'ן? ווער פארשטייט זיך נישט מיט וועמען? רעדט ארויס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך גלייך נישט צו גיין פערזענליך אויף אייוועלט, אין ריעל לייף גראדע אסאך מאל יא.

סוי וועט איר אדער כאפן וואס איך מיין, אדער נישט, און עס וועט גארנישט געשען.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

אה סאיז פרעזענדליך, וואס זאגסטו נישט. יעצט כאפ איך שוין.... מיין קנעפעל איז שוין צוריק אפן אין מיר אקצעפטירן אטאקעס לעת עתה
ברוך השם איך פארשטיי מיך פיין מיט רעב דממה'ן און יאך האף ער פארמאגט א בעסערע סענס אוו יומער ווי אייך.
פאר די וואס כאפען נישט, רעב דממה האט מסביר געווען ווי די מיללער און ניסלעך קימען אן צום שלום זכר
אבער ווי קומט די אינוועסטיגיישען אריין?
האבען מיר ארויסגעהאלפן דאס ממחיש זיין פאר אזוינע אידען וואס ווילען זיך אויסלופטערען נאך א תענית אין קענען פארנעמען יומער
לעצט פארראכטן דורך גולם פון פראג אום דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 8:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

שוין איך זעה פאליטיקע איז נישט מיין עקספערטיז....
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

גראדע יא
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

געוואלדיג האט געשריבן:גראדע יא

גיט. לאמיר האפען אז אידען פארשטייען. אז נישט ווילען מיר זאגען די נמשל צי די משל.
שוין כוועל עס זאגען עניוועי. זאלען די שונאי ישראל פלאצען.
די נמשל איז אז מיט באלד צוויי יאר צוריק האט מען אנגעהויבן א גרויסע "קאלוזשען' אינוועסטיגיישען אז טראמפ האט קאנספירירט מיט פוטין צו באגנבען די עלעקשענס.
גייט אריבער צוויי יאר אין מהייבט אן ארעסטירען מענטשען אויף אלע מיני חטאים אויזער איין זאך : קאלאזשען פאר די 2016 עלעקשענס.
והמכין יכין.
וכבר היה לעולמים אין אינזערע צייטען, מהאט אנגעהויבן א אינוועסטיגיישען איבער קלינטאן אויף איין חטא און מהאט אנגעקלאגט מענטשען פאר אנדערע חטאים אינגאנצען. עיין ערך ווייט וואטער, אבער וואס א חילוק. די עיקר מזעצט איין מענטשען און ממאכט חרוב לעבענס. די אמת וועט מוזען בלייבען שימלען אין די ערד.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געוואלדיג גוט צעלייגט די מוללער אויספארשונג אין א ניסל שאלעכץ.

אנשטאט לאכן פון דעם מולער'ן און אים שיקן צו די שווארצע פעפער נאכן זעהן ווי ער מוטשעט זיך צו טרעפן א ליגנט דא און א אומרעגיסטרירטער לאביאיסט דארט איז נאך דא מענטשן וואס נעמען עס ערנסט... שוין דער אויבערשטער זאל העלפן זיי זאלן קיינמאל וויסן וואס מיינט ווען מ'זעצט זיך ארויף אויף איינעם.

--

האקט..
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:געוואלדיג גוט צעלייגט די מוללער אויספארשונג אין א ניסל שאלעכץ.

אנשטאט לאכן פון דעם מולער'ן און אים שיקן צו די שווארצע פעפער נאכן זעהן ווי ער מוטשעט זיך צו טרעפן א ליגנט דא און א אומרעגיסטרירטער לאביאיסט דארט איז נאך דא מענטשן וואס נעמען עס ערנסט... שוין דער אויבערשטער זאל העלפן זיי זאלן קיינמאל וויסן וואס מיינט ווען מ'זעצט זיך ארויף אויף איינעם.

--

האקט..

אקוראט אזוי. די וויץ פון "זאגען ליגענט פאר די עף בי איי" איז דאך עפעס איום ונורא
סטייטש ער איז דאך א ליגנער. ברויך מען עם איינזעצען, פשוט אזוי. נישט אומזינסט האט מען שוין געספענדט 25 מיליאן דאלער, צו כאפען דעם ליגנער.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

מ'ברויך אים לייגן אין תפיסה אפגעזינדערט פון יעדעם, ווייל ער איז א מסוכנ'דיגער מענטש, נעמליך ער האט געזאגט ליגנט פאר די עף בי איי ווען זיי זענען אים געקומען אויספארשן אויף א זאך וואס ער האט נישט געטוען.........
The Divided States Of America
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נאוואדע אפגעזינדערט.... ער זאל נישט האבן עמעצן וועם ליגנט צו זאגן.....
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

מדבר שקר תרחק
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איז ניו יארק גענוג ווייט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

צום פותח האשכול; איך גלייך אייער סטייל (מ'גייט זיך עס צו לערנען). מיר וואלטען אלע געדארפט רעדען מיט משלים (און נישט מיט די הענט און פיס), ושולעכץ על ישראל.

היון יבין, ואינה יון לא צריכה לבן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”